אידישע ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:11 pm

אפשר קען 'איינער' ארויפלייגען די גראמען בניגון 'לשנה הבאה בירושלים' געזונגען דורך ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויפען טיש אין סאטמאר עטליכע יאר צוריק אום פורים (איך פלעג עס האבען אויף מיין אלטע אייפאד אבער עס איז געווארען גע'גנב'עט ע"י בני עולה, און אויך דעם אריגינעלעם דיסק האב איך פארלוירען).
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:04 pm

גאר געשמאקע גראמען ווייל דער ניגון איז סיי גרינג און סיי באקאנט. אויך גייט אלעס אויפען זעלבען פאל, טא קען מען אראפנעמען און שטיקלען כפי הצורך. געפאוסט מיט רשות.

ר' מרדכי דוד עסטרייכער - בניגון לשנה הבאה בירושלים האט געשריבן:און יעצט ווען איך בין מיינע ווערטער מסיים,
און דעם גרויסן טאג העדותי בכם היום,
וועט דער רבי פאר יעדען פארטיילן שריים,
השפעות טובות ערב ובבוקר וצהרים,

--די השפעה וועט פליסן כמים,
פאר אלע ידידים ורעים,
ס'וועלן געהאלפן ווערן כל ישראל אחיהם,
ס'וועט משפיע זיין דער צדיק וואס אשר יצא ואשר יבא לפניהם,

-דער רבי וועט בעטן ביים חי וקיים,
אויף בני חיי מזוני במלא חפניים,
דער באשעפער זאל משפיע זיין מטל השמים,
פאר אלע יודן הם ונשיהם ובניהם,

-קודם כל בני על שלישים ועל רביעים,
זרע של קימא כל יוצאי חלציהם,
זיי זאלן זיך פירן אויף די ערליכע וועגן לבניהם אחריהם,
על ישראל ועל רבנן ועל תלמידיהם,

-און חיי אוודאי יוסופו לנו שנות חיים,
אלע יודן זאלן געהאלפן ווערן ממצוקותיהם,
יהמו נא רחמיך עליהם,
אז אלע יודן זאלן זיין געזונט ירננו וישמחו כל ימיהם,

-און פאר מזוני וועט די השפעה קומען בכפלי כפלים,
פרנסה בהרחבה ברחבת ידים,
מלא אסמינו שבע זאל ווערן נתקיים,
אלי יודען מלאים כל טוב כל בתיהם,

-און יעצט ווען מיר האלטן בין גאולה לגאולה בין שניהם,
זאל דער באשעפער העלפן יעצט בנתיים,
צו שעכטן דעם קרבן פסח עולותיהם וזבחיהם,
קענען מקריב זיין נסכים ונסכיהם,

-יודען קיקען דאך ארויס דערויף בכליון עינים,
ס'זאל שוין זיין והשב ישראל לנויהם,
קיין ירושלים זאלן מיר פליען אויף כנפי נשרים בכנפיהם,
ונאכל שם מן הזבחים בזמניהם,

-און ס'זאל העלפן דער א'ל הנפרע לנו מצריהם,
א גרויסע מפלה לכל שונאיהם,
דער באשעפער זאל זיי באצאלן מפני רוע מעלליהם,
פאר אלע צרות ה' ינקום דמיהם,

-שופר של משיח זאלן אלע יודן הערן באזנים,
ס'זאל מקוים ווערן דער פסוק להנחיל אוהבי יש ואמלא אוצרותיהם,
זאלן מיר זוכה זיין צו זעהן צדיקים יושבים ועטרתיהם בראשיהם,
והקב"ה יושב בניהם,

-כימי צאתנו מארץ מצרים,
לאמיר אלע גיין בריצת הרגלים,
אנפאנגען א לעבן א נייעם,
לשנה הבאה בירושלים,
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

כ'זיך ווערטער פון אן אלטען מלחמה קלאג-ליד

תגובהדורך קאמענטאטאר » פרייטאג פאברואר 15, 2013 11:14 am

עפעס גריזשעט מיר אין מח ווערטער פון א ניגון אן אלטען, די לעגענדע וואס איך דענק איז אז דאס האט איינער געזונגען מוצ"ש ביי הבדלה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, די ווערטער גייען עפעס ווי "מוצאי שבת ווער מיר שטייען ביי הבדלה צוזאמען, דערמאנען מיר זיך אין די אוישוויצער פלאמען, ..." האט מיר עמיצער אמאל דערציילט אז דער עולם האט זעהר געוויינט און רבינו זי"ע האט פארלאנגט מען זאל עס מער נישט זינגען, ביז האט מען ארומגעטוישט די ווערטער אויפן חורבן ביהמ"ק מיט ירמי' הנביא וואס די מיידלעך (פלעגן) זינגען אין שולע.

איינער האט ס'מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד אדער איז עס דאמירן בעלמא?
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

הערליכע נייע שבת ליד

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג פאברואר 15, 2013 11:41 am

http://www.jdn.co.il/news/187907

איינער ווייסט וויאזוי איך קען עס דאונלאודען?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג פאברואר 15, 2013 12:09 pm

derech eretz האט געשריבן:http://www.jdn.co.il/news/187907

איינער ווייסט וויאזוי איך קען עס דאונלאודען?

ס'קוקט אויס ווי די ניגון איז די זעלבע וואס איז אויף די נייע אלבום "אזכרה".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2013 8:09 pm

תגובהדורך ישמח לב » מאנטאג פאברואר 18, 2013 6:11 pm

איך זיך ווערטער פון אנאלטן ניגון (האט דאס געזונגען אויף שולחנא דמלכא בהרה״ק ר״ש פון באבוב דער
זידיטשויבער רבי (שוין דערמאנט דא אין אשכול)...

די ניגון איז אויף דעם לוויתן וואס מיר וועלען אלע זיך משתתף זיין אין די סעודה אי״ה ווען משיח וועט קומען בקרוב בימינו...

צדיקים זענען פריילעך און לויבן אונזער מיילעך
לכבוד דער מיילך מלכי המלכים
צדיקים אל׳ס משרתים שטייען
הקב״ה עומד עליהם...

וכו׳

ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2013 8:09 pm

תגובהדורך ישמח לב » מאנטאג פאברואר 18, 2013 6:18 pm

ווידער איז דא א ניגון געהרט דארך יונתן שווארץ אויף די חילוק צווישן די אמהליגע וועלט מיט די היינטיגע פאריאגטע וועלט.

מורי ורבותי
קליינע און גרויסע
איך ויל אייך אראפ געבען
א סטאנדארט פון א לעבן
מיט מיין זיידע האב איך געהאט א שמוע׳ס
אלעס אמת איז
מ׳האט געלעבט אמאהל
מ׳האט זיך געפלאגט אן א צאהל
פון דערפרי נאך פון פארטאגס
האט מען זעך געיאגט

וכו׳ וכו׳ ס׳איז גאר לאנג, ווער ס׳קען עס דא ברענגען יבורך מפי עליון.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מיטוואך מארטש 06, 2013 12:05 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:עפעס גריזשעט מיר אין מח ווערטער פון א ניגון אן אלטען, די לעגענדע וואס איך דענק איז אז דאס האט איינער געזונגען מוצ"ש ביי הבדלה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, די ווערטער גייען עפעס ווי "מוצאי שבת ווער מיר שטייען ביי הבדלה צוזאמען, דערמאנען מיר זיך אין די אוישוויצער פלאמען, ..." האט מיר עמיצער אמאל דערציילט אז דער עולם האט זעהר געוויינט און רבינו זי"ע האט פארלאנגט מען זאל עס מער נישט זינגען... וכ"ו.

איינער האט ס'מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד אדער איז עס דאמירן בעלמא?

רעדענדיג נעכטן מיט אן אלס ווייסער האט מיר יענער פארראכטן מיט די פאלגענדע פרטים:

דער ניגון איז פארפאסט געווארן דורך ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער,

און דער ערשטער פזמון גייט ווי פאלגענד:
מוצאי שבת ביי בורא מאורי האש
פאלט פון מיר שטיקער פליייש

איז פארהאן עמיצער וואס קען אריינפילען ס'איבעריגע?
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך מארטש 06, 2013 1:09 pm

לויט ווי איך האב געהערט האט עס ר' יקותואל הערש געוואלט ארויסגעבן אויף א קאסעטע און דער סאטמאר רבי זצ"ל האט אים געזאגט אז ער זאל עס נישט ארויסגעבן צוליב וואס עס האט אויפגעברענגט קאשמארן פאר די מלחמה איבערלעבער.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מיטוואך מארטש 06, 2013 2:39 pm

און די ווערטער האסטו אויך געהערט?
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך מארטש 06, 2013 2:43 pm

געהערט שוין זייער לאנג צוריק, איך געדענק עס שוין נישט, איך וועל פראבירן עס צו פארשאפן.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מיטוואך מארטש 06, 2013 2:54 pm

כ'וועל דיר שטארק דאנקבאר זיין.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מיטוואך מארטש 13, 2013 8:51 am

.
קאמענטארן זענען איבריג

rabshi
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

וואס איז געווארען מיט דעם אודיו פייל?

תגובהדורך rabshi » זונטאג אפריל 14, 2013 2:46 am

ריקוד האט געשריבן:
פארצייטישע האט געשריבן:איך זיך שוין א לאנגע צייט די ווערטער פון דעם אידישן ניגון צמאה לך נפשי וואס דער זידוטשובער רבי ז"ל ר' בעריש פלעגט זינגען אין באבוב ביים טיש פורים.

אפשר האט עס איינער, אויב מ'וויל קען איך ארלעדיגן א אודיאו פייל ווי מ'וועט אים הערן

אה, אומפארגעסליכע זכרונות

נו, אדרבה לייגט ביטע ארויף די אודיאו פייל

צמאה צמאה צמאה לך נפשי...
עס מעג זיין חושך פינסטער איבעראל
די גאנצע וועלט פיל מיט שנאה
בין איך זיך נישט מייאש קיינמאל קיינמאל
איך פארליר נישט מיין הייליגע אמונה

עס מעג זיין ווי פינסטער
עס מעג זיין ווי ביטער
איך בין זיכער און ישראלק'לס נצחון
דער סוף וועט זיכער זיין א גוטע
ג-טניו איך פארליר נישט מיין בטחון
צמאה צמאה...

עס זענען געווען מלכים ושרים
וואס האבן אונז פאריאגט און פארטריבן
זיי זענען געווארן חורבות און פגרים
און מיר זענען דאך איבערגעבליבן

אפילו מיר לעבן אין חרפה און בושה
דערלעבען מיר טראץ די אלע צרות
מיר וועלן נאך דערלעבן
אז (איראק) די מלכות הרשעה
וועט ווערן א פולע בית הקברות
צמאה צמאה...

איך וויל נישט פארלירן מיין הייליג גלייבן
עס איז נשט דא פון וואס צו זארגן
עס וועט נישט אייביג אזוי בלייבן
עס קומט נאך א ליכטיגטע מארגן

עס קומט א וועלט א רוהיגע א שטילע
א וועלט פון שלום און מנוחה
עס איז נאנט די צייט פון ישראלקעלס גאולה
והיתה לד' המלוכה
צמאה צמאה...

אוישוויץ בירקענוי וועט נישט עקזיסטירן
עסטרייך אונגארין און דייטשלאנד
קיין אוקריינע און קיין טראנס דניעסטער
וועט מען מער נישט פירן
מיט קיין שטערן און מיט קיין געלע באנד

מען וועט ענדע צוזאם נעמען
אלע אידן אויף א מאל
מיט גרויס פאראד מיט גרויס מנוחה
צו פירן מיט וואלקענס קיין ארץ ישרא'
והיתה לד' המלוכה
צמאה צמאה...

וואס איז געווארען מיט דעם אודיו פייל?

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג אפריל 15, 2013 5:42 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:עפעס גריזשעט מיר אין מח ווערטער פון א ניגון אן אלטען, די לעגענדע וואס איך דענק איז אז דאס האט איינער געזונגען מוצ"ש ביי הבדלה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, די ווערטער גייען עפעס ווי "מוצאי שבת ווער מיר שטייען ביי הבדלה צוזאמען, דערמאנען מיר זיך אין די אוישוויצער פלאמען, ..." האט מיר עמיצער אמאל דערציילט אז דער עולם האט זעהר געוויינט און רבינו זי"ע האט פארלאנגט מען זאל עס מער נישט זינגען... וכ"ו.

איינער האט ס'מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד אדער איז עס דאמירן בעלמא?

רעדענדיג נעכטן מיט אן אלס ווייסער האט מיר יענער פארראכטן מיט די פאלגענדע פרטים:

דער ניגון איז פארפאסט געווארן דורך ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער,

און דער ערשטער פזמון גייט ווי פאלגענד:
מוצאי שבת ביי בורא מאורי האש
פאלט פון מיר שטיקער פליייש

איז פארהאן עמיצער וואס קען אריינפילען ס'איבעריגע?

איז דאס נישט די ניגון המבדיל אויף די טעיפ?
צוגעלייגטע
hamavdil.jpg
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אפריל 15, 2013 5:49 pm

ים רויבער האט געשריבן:

ניין, די ניגון פון ר' יקותיאל הערש איז א שטאטע הארציגע ניגון.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג אפריל 15, 2013 5:56 pm

דאס ווייס איך, איך קען די ניגון
איך האב נאר געמיינט אז די ניגון איז אויף די טעיפ
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג אפריל 15, 2013 6:16 pm

די "המבדיל" אויפן טעיפ איז א מארש אויף די ווערטער פון המבדיל.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג יולי 12, 2013 2:01 pm

עס איז דא צוויי יודישע גראם ניגונים פון דעם קדושת ציון
ברודער ברודער
און אין א שיינעם העלען טאג דער סוחר ביי די וואג
איך זיך יעצט די ווערטער פון אין א שיינעם העלען טאג, די גאנצע
נישט נאר דעם ערשטען חלק, וואס איז שטארק באקאנט
ווער קען העלפען?
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » פרייטאג יולי 12, 2013 3:46 pm

נאדיר

~ א ~
אין א שיינעם העלען טאג
דער סוחר ביי דעם וואג
און דער שניידער אין מיטן נייען,
דער טרעגער מיט דעם פאק
דער לויפער מיט דעם זאק
און דער גערטנער אין מיטן זייען.

פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
אז די צייט איז שוין געקומען,
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי
פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

~ ב ~
די זיצערן אין די גאס
דער שענקער ביי דער פאס
און דער שמיד ביי דעם האמער,
דער מילנער אין מיטן מאלן
דער בארבער אין מיטן גאלן
און דער קוילן סוחר אין דעם קאמער.

פלוצלינג וועט מען הערן א געוואלד
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה,
אז משיח קומט שוין באלד
ער פירט אונז אין די אלטע דירה.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

~ ג ~
דער מלמד מיט'ן טייטש
דער בעל עגלה מיט'ן בייטש
און דער בלעכער אויפן דאך,
דער שלייפער ביי דעם ראד
דער בעדער אין באד
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.

פלוצלינג וועט מען הערן א קלאנג
אז די צייט איז שוין געקומען
עטס מעגט שוין זינגען א נייעם געזאנג
עטס ווערט פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

~ ד ~
דער פויער מאנט פאר אייער
דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער
און דער סעליסיטער ברענגט א קלאגע,
די קעשענע איז לעהר
דאס געמיד איז נעבעך שווער
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.

פלוצלינג וועט מען הערן א קול
פון דעם שופר דעם גרויסן הארן,
דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג יולי 12, 2013 5:32 pm

ייש"כ.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג יולי 14, 2013 10:38 am

אה! מלאכתי נעשית על ידי סמארט!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:20 am

מאנ-יימער האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:עפעס גריזשעט מיר אין מח ווערטער פון א ניגון אן אלטען, די לעגענדע וואס איך דענק איז אז דאס האט איינער געזונגען מוצ"ש ביי הבדלה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, די ווערטער גייען עפעס ווי "מוצאי שבת ווער מיר שטייען ביי הבדלה צוזאמען, דערמאנען מיר זיך אין די אוישוויצער פלאמען, ..." האט מיר עמיצער אמאל דערציילט אז דער עולם האט זעהר געוויינט און רבינו זי"ע האט פארלאנגט מען זאל עס מער נישט זינגען... וכ"ו.

איינער האט ס'מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד אדער איז עס דאמירן בעלמא?

רעדענדיג נעכטן מיט אן אלס ווייסער האט מיר יענער פארראכטן מיט די פאלגענדע פרטים:

דער ניגון איז פארפאסט געווארן דורך ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער,

און דער ערשטער פזמון גייט ווי פאלגענד:
מוצאי שבת ביי בורא מאורי האש
פאלט פון מיר שטיקער פליייש

איז פארהאן עמיצער וואס קען אריינפילען ס'איבעריגע?

איז דאס נישט די ניגון המבדיל אויף די טעיפ?

ניין, די ניגון פון ר' יקותיאל הערש איז א שטאטע הארציגע ניגון.

נו, וואס איז געווארן מיט דעם ניגון?
איינער האט מיר פונקט לעצטענס דערציילט פון דעם ניגון, און אויך נאכגעזאגט א גראם עפעס אזוי

איך הייב אויף מיינע אויגן מיט וואונדער
ווי זענען מיין ווייב און קינדער

דער דערציילער האט מיר עס נאכדערציילט פון א אייניקל אז ר'יקותיאל הערש האט עס אמאל אנגעהויבן צו זינגען פורים ביים רבין אויפן טיש און ס'האט זיך געגאסן טרערן ביים ציבור, און דער רבי האט אים אפגעשטעלט זאגנדיג, "ס'איז דא גענוג אידן וואס האבן קושיות אויפן רבש"ע, מען דארף נישט צוברענגן נאך"
כך שמעתי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך ינואר 08, 2014 2:33 pm

לב טוב האט געשריבן:יעצט אויסגעהערט די בלעטעלע ניגון פון שלוה 18 צום פופציגסטן מאל ס'איז עפעס נישט נארמאל שיין.

ווי קען מען טרעפן די ווערטער פון די בלעטעלע ניגון?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך ינואר 08, 2014 3:20 pm

תרנגול האט געשריבן:
לב טוב האט געשריבן:יעצט אויסגעהערט די בלעטעלע ניגון פון שלוה 18 צום פופציגסטן מאל ס'איז עפעס נישט נארמאל שיין.

ווי קען מען טרעפן די ווערטער פון די בלעטעלע ניגון?

viewtopic.php?p=317849#p317849
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט