אידישע ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג מאי 17, 2011 11:56 am

געוואלדיג ר' איטשע
דו קענסט דאס אויף אויסענווייניג
מסתמא האט ער דאס געזינגען ביי א שבת שבע ברכות,ניין?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

תגובהדורך חלפתא » דינסטאג מאי 17, 2011 4:20 pm

שלמי האט געשריבן:און מענינא דיומא:

מען טונקט די עפל אין די האניג,
מען מאכט א ברכה הויעך און קלאר.
לשנה טובה ומתוקה,
האטס א גוטע און זיסע יאר.

שא שא שא שא נישט רעדן לשון הרע,
אוי וויי וויי וויי וואס פאר א צרה,
נישט רעדן לשון הרע אין קיין אידיש הויז,
די עבירה איז זייער זייער גרויס,
און אלע קינדערלעך פון גרויס ביז קליין,
דארפן דאס געדענקען אליין.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך מאי 18, 2011 6:47 am

איך מיין אז טונק די עפעל אין די האניג
איז נישט אריגינעל אין אידיש
עס איז אריגינעל אין ענגליש
און איך מיין אז דער טיו"ן בלעז איז גאר א גוישע...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 02, 2011 10:17 pm

יישר כחכם ר' איטשע
איך מיין אז אויף אידיש קלאסיקס זינגען זיי נישט אלע שטיקלעך

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 02, 2011 10:20 pm

ווער קען די גאנצע ניגון

א צוזאמענלויף
א טומעל אויפן הויף
לויפן אידן דער אראפ און דער ארויף

פון יעדן זייט
פון נאנט און פון ווייט
א חתונה ביי אידן שוין נישט געווען א צייט

מזל טוב
מזל טוב
די מחותעניסטע א רביצין די מחותן איז א רב

זאל זיין מיט גליק
זאל זיין מיט גליק
די כלה איז א בריליאנט די חתן אן אנטיק

ביז דא קען איך

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יוני 03, 2011 1:31 am

מיינסט דאס וואס יום טוב ערליך זינגט אויף חבלי משיח #2 די צווייטע ניגון א חתונה אין סאמארקאנד?

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » פרייטאג יוני 03, 2011 1:50 am

יא דאס איז עס
אין אויף אידיש קלעסיק זינגט ער אויך די ניגון נאר ער לאזט אויב צווי שטיקלעך
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אויגן-דאקטער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:13 am

תגובהדורך אויגן-דאקטער » זונטאג יולי 31, 2011 1:38 am

לב טוב האט געשריבן:
בלי נדר האט געשריבן:קָרֵב יוֹם אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לַיְלָה: רָם הוֹדַע כִּי לְךָ הַיּוֹם אַף לְךָ הַלַּיְלָה: שׁוֹמְרִים הַפְקֵד לְעִירְךָ כָּל הַיוֹם וְכָל הַלַּיְלָה: תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם חֶשְׁכַּת לַיְלָה:

שוין 2000 יאר געווארט, א ביטערן גלות מיט-געמאכט.
ווי לאנג קענען מיר דאס אויסהאלטן, ווילאנג מוז געדוירען די נאכט.
דערנענטער דעם טאג פון משיח'ן, ברענג אים נאנט און גיך און געשווינד.
דאס איז פסח נאכט אונזער תפלה, און דאס בעטען מיר אצינד.

קָרֵב יוֹם אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לַיְלָה:

די פעלקער זיי זאגן פארפאלן, זיי מאכן אונז צו שאנד און צו שפאט.
פארקויפטע זענט איר חלילה אויף אייביג, אט די נאכט קען נישט ענדיגן אייער גאט.
אוי באשעפער די וועסט זיי דאס באווייזן, אז די הערשט איבער אלעס גרויס און קליין.
די וועסט זיי צייגן בני בכורי ישראל, כי לך היום אף הלילה גם כן.

רָם הוֹדַע כִּי לְךָ הַיּוֹם אַף לְךָ הַלַּיְלָה:

שוין 2 מאל דאס שטעטל געפאלן, שוין 2 מאל א חורבן געזעהן
אוי ווי עס בענקט זיך צוריק קיין ירושלים, אוי ווי עס בענקט זיך צוריק אינדערהיים.
גאטעניו שטעל די שומרים זאלן היטן, בכל רגע ובכל שעה ובכל עת.
און דאס שטעטל קער אונז צוריק אויף אייבייג, דיין בית שלישי בית של אש.

שׁוֹמְרִים הַפְקֵד לְעִירְךָ כָּל הַיוֹם וְכָל הַלַּיְלָה:

מבראשית ברא צום אנפאנג האסטו באשאפן, א ליכט גאר א אויסנאם און פיין.
נישט געוואלט אז די רשעים זאלן עס ניצן, פון ערליכע אידן אויך צוגענומען דאס שיין.
קוק זיך צו צו דעם טיף פינסטער גלות נאכט, מיט יענעם ליכט דעם אידן דערקוויק.
און פארטרייב אויף אייביג דאס פינסטערניש, באשעפער דאס ליכט קער אונז צוריק.

תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם חֶשְׁכַּת לַיְלָה:

דעיס איז א הערליכע ניגון פונעם הורנוסטייפלער-מילוואקי רבין
אט קעמענעס הערן פון ר' יענקל אונגאר ביי יאקאב (סינישט אזוי קלאר)
כ'על עס ארויפלייגן איה און אגב דער מילקאווי רבי אז א זוהן פון א טאכטער פון קדושת ציון לכאורה קומט זיין טאלאנט פון דארט סיז א הערליכערניגון

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » זונטאג יולי 31, 2011 7:06 pm

מעוז צור. משירי חנוכה. מיוסד ונעשה, ע"פ הזמירות של הוצאת אדיר, וזמ' נר יהושע. (בניגון המקובל בכמה מקומ')

אונזער שטארקע העלפער פון אויבן
צו דיר, איז פאסיג צו לויבן
טוה אויפבויען דעם ביהמ"ק
און מיר וועלן דארט קרבנות שעכטן
אין די צייט וואס די וועסט א נקמה צוגרייטן
פונעם פיינט, וואס בילט אויף אונז אין די גלות צייטן
ביים באנייען דעם מזבח
וועל איך מיין געזאנג אויך ענדיגן אפרעכטן.

2 מיין זעהל אנגעזעטיגט מיט שלעכטס פון שטענדיג
פון טרויער האבן זיך מיינע כוחות פארענדיגט
מיין לעבן פארביטערט - צו שווערע ארבעט פארשיקט
דורך א פאלק וואס האט זיך צו א קעלבל געביקט

3 אהוי..און מיט זיין שטארקע האנט
אונז ארויסגעציהט פון לאנד
אויסדערוועלט, און באליבט ווי א בריליאנט
און פרעה'ס מיליטער
זיינע קינדער און געווער
ווי א שטיין האבן זיי גענידערט און מער

4 און זיין הייליגן וואוינונג האט ער מיר געברענגט
אבער דארט איז קיין רוה, מיך אויך נישט געווארן געשענקט
נבוכדנצר געקומען,
און גלות גענימען
ווייל צו אפגעטער געטוהן דינען

2 און פארס'מטע וויין, האב איך פארגאסן פאר עבודה זרה
איך בין כמעט פארגעסן געווארן ביי מיין צרה.
ביז נאך 70 יאר האט דער באשעפער מיט רחמנות
דורך זרובבל אונז אויסגעלייזט פון גלות

1 דאס שטאנד פון מרדכי הצדיק, צו פארשניידן
האט המן בן המדתא נישט געוואלט פארמיידן
אים אויפהענגען אויף א תליה, האט ער געקלערט
אבער צום סוף איז עס א נעץ פאר אים געווארן
און מ'האט אים אליין אויפגעהאנגען אויפ'ן דארן
און זיין שטאלץ איז געווארן צושטערט

2 דו האסט דערהויבן מרדכי וואס שטאמט פון בינימין
און דער פיינט המן, אויסגעמעקט זיין נאמען
ס'איז געווארן בטל, עשירות בניו און באלאנגען
ווען מ'האט המן אויפגעהאנגען

3 אהוי עס האבן זיך צונויפגעזאמלט
די יוונים, די רשעים
דעמאלטס אין די צייטן פון די חשמונאים
און זיי האבן צובראכן
די מויערן פון דיין הויז
און טמא געמאכט אלע אויל'ן דורכאויס.
און פון איין פארבליבן קריגל
מיט דעם כהן גדול'ס זיגל
געשעהן א נס צו די אידישע קינדער *
דערפאר האבן די חכמים טעג אכט
צו לויבן דעם באשעפער, באשטימט געמאכט

(אדער, לפי אן אנדער נוסח אינעם ניגון, וואס ס'ברויך זיך ענדיגן מיט עטליכע פעלער - זאצן מער.)
און ס'האט געברענט אכט טעג מיט ווינדער.
2 דערפאר האבן אונזערע חכמים,
מיט פארשטאנד באשטימט געמאכט
מען זאל די טעג, די שמונה ימים
אים לויבן אויף די חסדים וואס ער האט געמאכט.

1 טוה שוין אנטפלעקן דיין הייליגן האנט
דערנענטער די צייט אויסצולייזן צו דיין לאנד
נעם נקמה אויף די בלוט פון דיינע קנעכט.
נעם נקמה אויף אונזער פיין
פון אדום, וואס טוט אונז מצער זיין
די אייניקלעך פון עשו, וואס פייניגן אונז אזוי שלעכט.

2 ווייל די גלות איז שוין אזוי שווער
אזוי לאנג, מיר קענען נישט אויסהאלטן מער.
אדום טוה אומווארפן - אין גיהנום טוה זיי ווארפן
פאר זייערע שלעכטע מעשים באצאל.
שטעל צוריק די אבות ווי אמאהל
די שבעה רועים פון בני ישראל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא
פארבינד זיך:

תגובהדורך הוצאת שירי חזנים » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 9:44 pm

טאבאקא האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:ווען מיר זענען געווען קליינע קינדער איז אמאל געקומען באזוכן ביינונז אין חיידער הרבני הנגיד ר' ניסן לעווי ע"ה. ר' ניסן איז יענע יאר באעהרט געווארן דורך די סאטמארע מוסדות אלץ "אורח הכבוד" ביים דינער השנתי אינעם ארמארי האט מען לכבודו געמאכט א קבלת פנים אין תלמוד תורה, אנשטאט א דרשה פאר די קינדער האט ער געזינגען א אלט לידל "ביטער ווי א זית, נאר אליין א בעל הבית, נישטרך א מתנת בשר ודם".

ס'איז געווען אזוי גוט, אז ער האט לכבוד די קינדער אריינגעזינגען אין א טעיפ אפאר אלטע ניגונים און מ'האט עס פארטיילט פאר אלע קינדער. דעם טיעפ האבעך נישט, אבער כ'וואלט זייער געוואלט קענען די ווערטער פון די ניגונים.

דער ניגון ביטער ווי א זית דענק איך אביסל בערך.

א תלמוד פרעגט זיין רבי'ן פארוואס די יונה האט זיך אזוי געפריידט מיטן עלי זית בפיה ווען נח האט איר ארויסגעשיקט פון תיבה. און דער רבי ענטפערט אז ס'זאל זיין ביטער ווי א זית אבער אליין א בעל הבית, און דאס האט איר געמאכט בשמחה.
ווען איך בין אין חדר געגאנען,
האב איך דעם רבי'ן שווער פארשטאנען,
דער רבי האט מיר געזאגט נאכאמאל,
?????? אויסגעשטעלט.

ביטער ווי א זית,
נאר אליין א בעל הבית,
נישט דורך א מתנת בשר ודם.

מיר האבן פארמאגט ניסן לעווי'ס טעיפ, און עס דאכט זיך מיר אז ער האט אויך געזינגען דארט "תנחום" וואס יאסעלע און מרדכי הערשמאן.
אבער אצינד קען איך נישט טרעפן.
ווער עס ווייסט וואו מ'קען עס באקומען זאל זיך ביטע אנרופן.

עס איז איצט דא צו באקומען ביי די שאנק פון קרן שמואל ישעי'.
די תנחום וואס ער זינגט דארט איז נישט די זעלבע וואס מיר האבן ארויפגעלייגט אויפן אלבאם.
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף cantorial.music@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 12:15 pm

שכוח, איך האב יעצט געהערט דעם תנחום. (איך האב גראדע נישט ליב ווי ער לייגט אראפ די טענות פונעם בחור)

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 11:19 am

יעצט אויסגעהערט די בלעטעלע ניגון פון שלוה 18 צום פופציגסטן מאל ס'איז עפעס נישט נארמאל שיין.
לעניות ווער מאכט די גראמען אויף די שלוה טעיפס ?
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

אליינס א בעל הבית

תגובהדורך טאבאקא » זונטאג אוגוסט 14, 2011 8:19 pm

לכבוד הרב שמעלקא, האב איך אפגעשריבן דעם לידל לויט ווי ר' ניסן זינגט עס.
(ווער עס האט פארבינדונגען מיט אים, זאל אים עס ביטע איינמעלדן)

ווען איך בין אין חדר געגאנגען
האב איך איין זאך שווער פערשטאנען
דער רבי האט מיט מיר געגאָרט, א יעדעס ווארט
און דאס חומש מיך אויסגעשטעלט
אז ווען נח האט די טויב פון די תיבה ארויסגעשיקט
האט ער זיך מיט דעם ביטערן בלעטל דערקוויקט
די טויב איז צוריק געקומען
מיטן ביטערן בלעטל געפינען
איז זי געווען גליקליך ווי די וועלט

יעצט זאג איך רבי לעבן
דעם פשט מוזטו מיר צו פארשטיין גיבן
ווייל די זאך גייט דאך מיר נישט אין דעם קאפ אריין
ביטער עס האט דאך גאר קיין טעם

זאגט מיר דער רבי הער מיך נאר גוט אויס
דעם פשט נעם איך פון די ספרים ארויס
אז ביטער ווי א זית, נאר אליין א בעל הבית
נישט דורך א מתנת בשר ודם

ווען איך האב איך חדר נישט געוואלט גיין
ווייל דער רבי איז מיר געוועזן צו קליין
האט מען מיך גענומען גראד, און אריינגעפירט אין שטאט
אין דער גרויסער ישיבה אריין
עסן צו באקומען נישט געווען קיין אנדערע וועג
איין ברירה כ'האב געמוזט גיין עסן טעג
יעצט פארשטיי איך שוין דעם פשט'ל, פון ביטערן בלעטל
אז ביטער ווי א זית, נאר אליין א בעה"ב
נישט דורך א מתנת בשר ודם

די באלעבאסטע איז ביי די שכנ'טע געזעסן
אין עסן האט זי אינגאנצן פארגעסן
מער אביסל זאלץ, ווייניגער אביסל שמאלץ
דאס עסן האט דאך נישט געהאט קיין טעם
אבער כ'האב געמוזט אפגעבן אז ס'איז וואויל און פיין
ווייל איך בין נישט ביי די מאמע אינדערהיים
יעצט פארשטיי איך שוין דעם פשט'ל, פון ביטערן בלעטל
אז ביטער ווי א זית, נאר אליין א בעה"ב
נישט דורך א מתנת בשר ודם

איך בין שוין געווארן א בחור'ל מיט מעלות
כ'האב שוין געקאנט פסק'ענען שאלות
האט זיך משדך געווען מיט מיר, א גרויסער גביר
און אסאך נדן צוגעזאגט
שווער און שוויגער מיט מיר זאט געווארן
איך בין געווען אין זייערע אויגן ווי א דארן
אוי נדן קיין צאַל, ביטער ווי א גאל
יעצט פארשטיי איך שוין דעם פשט'ל, פון ביטערן בלעטל
אז ביטער ווי א זית, נאר אליין א בעה"ב
נישט דורך א מתנת בשר ודם

איך האב שוין געהאט א ווייב מיט קינדער
איז דאס פשט'ל נישט געווען אזא גרויס וואונדער
די מאמע ביי דעם תחינה
דער טאטע ביי דעם בענטשן
טוען זיי זיך בעטן, מען זאל נישט ברויכן צו קיין מענטשן
יעצט פארשטיי איך שוין דעם פשט'ל, פון ביטערן בלעטל
אז ביטער ווי א זית, נאר אליין א בעה"ב
נישט דורך א מתנת בשר ודם

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 5:42 pm

לב טוב האט געשריבן:יעצט אויסגעהערט די בלעטעלע ניגון פון שלוה 18 צום פופציגסטן מאל ס'איז עפעס נישט נארמאל שיין.
לעניות ווער מאכט די גראמען אויף די שלוה טעיפס ?


דער בלעטעלע ליד האט געמאכט מרת האלבערשטאם (בת האדמו"ר מגארליץ בארא פארק)
דער משל איז פון רבי מאיר שפירא זצ"ל

דער לוח ליד האט געמאכט מרת מאיר.

די אנדערע אידישע לידער אויף מחנה שלוה זענען פון זיי אויך מער ווייניגער און טייל פון ר"מ גאלדמאן ע"ה אליין.
אלץ דינג איז אייביג שטארק איבער געקוקט געווארן דורך ר"מ און געטוישט געווארן לויט זיינע הערות.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 5:47 pm

יא דאס בלעטעלע ליד איז א היט, איך האב עס אמאל גענוצט פאר איינעם פאר התחזקות נישט צו גליטשן, איך גיי נישט אריין אין דיטעילס, ס'האט אים אבער בארירט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מאנטאג אוקטובער 31, 2011 8:00 pm

ווי קען מען טרעפן ר' יו"ט ערליך'ס שבת קודש ניגון?
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 7:02 pm

jkup50 האט געשריבן:ווי קען מען טרעפן ר' יו"ט ערליך'ס שבת קודש ניגון?

ווער קען העלפן א יוד אין א נויט
אזוי אויך זיך איך דעם ניגון פון מהרב"ץ מבאבוב זצ"ל אויף שבת, עפעס שבת אין די גאסן שבת אויפן פעלד.........
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 7:18 pm

יו"ט ערליך'ס מיינסטו די ניגון?
שבת שבת קודש, קומט דאך אויף דער וועלט, שבת שבת קודש, אלץ ווערט אפגעשטעלט.
שבת אויפן גאסן, שבת אויפן פעלד, שבת אינדרויסן שבת אין געצעלט.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 7:34 pm

יו"ט ערליך ניגון איז דאס וואס אברם פריעד זינגט אויף יודישע אוצרות
און לויט ווי איך מיין איז די צווייטע פון באבוב איז דאכמצמיר אויף יודיש קלעסיק
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 7:36 pm

וועלכע נומער אידיש קלאסיק?

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 7:48 pm

איך דענק נישט, זוי פיל דענק איך אז סאיז נאך ווען איך וואלט געהאט כח
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך נובעמבער 30, 2011 5:42 am

שבת שבת קודש קומט שוין אויף דער וועלט
שבת שבת קודש אלץ ווערט אפםגעשטעלט
שבת אינדערויסען שבת אין געצעלט
שבת אויף די גאסען שבת אויף דער פעלד
שבת שבת קומט שוין אויף דער וועלט
שבת קודש גייט מיט אונז צוזאמען
איבער אלע וועגען איבער אלע שטעגען איבער אלע יאמען
אין דעם גרויסען גלות-וועלט
פין פייער און פון שרעק
גייט מען אויף קידוש השם פון שבת נישט אוועק
שבת שבת קודש קומט שוין אויף דעם וועלט...

מזמור שיר
זינגט אלע מיט מיט מיר
דאס מיינסט דזשעי קאפ
כ'געדענק עס נישט אינגאנצען
נאר כ'האב דער ספר שירים אארוג און דארט איז עס פארהאנען...

קענסט די ליד
הערט אויס ליבע אידען
וואס איך וועל אייך דערציילען
אז איר וועט זיין צופרידען
זעהר שטארק פון דעם
די מעשה האט געטראפען
איך וועל אייך זאגען אפען
מען זאגט נאך ביים אריז"ל
מען זאגט נאך ביים בעל שם
פרייליך אידען
מען דארפען זיין צופרידען
מיט אונזער בורא
מיט זיין תורה
גליקליך זיין אסאך
און מיר גלויבען
אז דער פון אויבען
האט געגעבען כח אויך
פאר די צדיקים'לאך
אוי אוי אוי דער צדיק איז אמאהל
געגאנגען בארג און טאהל
מיט תלמידים
מיט חסידים
א באשטימטע צאהל
אוי אוי אוי עס קומט שבת אויף דער וועלט
און אין מיטען פעלד
מקבל זיין דעם ליבען שבת האט מען זיך געשטעלט
קום קום כלה
עס ווארטען אויף דיר אלע
נישט דא קיין שוהל
נישט דא קיין עמוד
קיין זאך איז נישט דא
בואי כלה
די שבת איז פאר אלע
שעפסעלעך בהמהלעך
פני שבת נקבלה
לעצט פאראכטן דורך msp אום מיטוואך נובעמבער 30, 2011 10:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך נובעמבער 30, 2011 10:47 am

דרך אגב, דאס איז שוין די פערדע אשכול איבער די נושא
עס דארף.אן ערנסט'עו שמעלץ טאפ
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מיטוואך נובעמבער 30, 2011 11:10 am

איינער האט עפעס אפשר פין מיכאל שניצלער'ס ניגונים?

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך נובעמבער 30, 2011 1:50 pm

צוקער זיס ווי די זקן זינגט א אידיש ליד

http://www.mahnishmah.com/system/script ... His+Youth+
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משהלע און 15 געסט