די גלאגיווער אינגעלייט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

די גלאגיווער אינגעלייט

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 2:41 pm

איך בין דעם יו"ט אריין קיין סטיטשין האט מיר איינער געוויזן אויף איין ניגון אז דער ניגון קימט פון ליצם און די ווערטער איז זייער נישט איידל ער זאגט מיר עס איז דא אידן וואס קענען די ווערטער אבער ער האט דאס נישט געוויסט אויף אזויפיל האט ער יא געוויסט אז עס הייבט זיך אן "די גלאגיווער אינגערלייט האבן זיך פארצייט(וואס דאס מיינט ווייס איך נישט)
יעצט וויל איך בעטן ביי דער וואס קען די ווערטער אדער נאר א טייל פון די ווערטער זאל ביטע מהנה זיין דעם עולם
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 2:48 pm

איך קען נישט די ווערטער פון די ניגון, די דברי חיים זצ"ל האט געהערט ווי ציגייינער זינגען עס אין א שענק און האט עס אריבערגעברענגט אל הקדושה. די באבוב'ער רב זצ"ל פלעגט נאר זינגען די ערשטע פאר ווערטער פון די ניגון ווען ער פלעגט רעדן איבער דער ניגון אבער נישט ווייטער ווייל עס איז נישט געווען א איידלע ניגון.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 2:56 pm

חוקר;

גם אני שמעתי אז דער ניגון קומט פון ווערצהויז, און דערפאר דארפן די ווערטער נישט געשריבן ווערן אין אונזער היימישע ווערצהויז.

מען דערציילט אז הרה"ק מ'ראפשיץ האט אמאל גענומען זינגן דעם ניגון מיט א פלאם, זאגנדיג אז דער בדחן וואס האט ארויפגעלייגט די שמוציגע ווערטער דערויף איז אים געקומען בעטן א תיקון, דערפאר האט ער דאס געזונגן (אפשר טאקע ביי די הקפות) כדי אים צו פארריכטן.

אין באבוב זינגט מען דאס ביי די הקפות (כ'מיין אויף אנא ה' הושיעה נא וכו').

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 3:39 pm

קרעמער שרייבט
גם אני שמעתי אז דער ניגון קומט פון ווערצהויז, און דערפאר דארפן די ווערטער נישט געשריבן ווערן אין אונזער היימישע ווערצהויז.

איך מיין אז אמאל וואס האט געהייסן "נישט איידל" איז היינט אזוי איידל אבער אז מען וויל עס נישט ארויף לייגן קען מען עס ביטע שיקן אויף עלעקטרנישע פאסט צו מיר א דאנק
אגב האט מיר יענער געזאגט אז סטיטשנער רב זצ"ל פלעגט יא לפעמים זינגען די ווערטער איז עס מנהסתם נישט עפעס אזוי "נישט איידל" נאר פאר אזאלכע צדיקים איז דאס א חידש
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 3:45 pm

עס קימט נאך פון ראפשיץ ווייל ווי קימט עס אן קיין סטיטשין און זיי האבן קלאר מקבל אז דאס קימט פון ראפשיצער רב(נישט פון צאנז נאר צאנזער רב האט דאס אויך געזינגען כמנהג רבו)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 4:35 pm

לפי מיטב ידיעתי
זענען די ערשטע פאר ווערטער

די גלאגובער לייט
זענען זייער פארשייט

וכו' וכו'

לכאורה זענען די ווערטער נישט איידל בכלל, ווייל די אמאליגע אידישע פויערן האבן גערעדט זייער מיאוס, דאכט זיך מיר אז פארשייט מיינט עפעס גאר נישט איידל...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 4:39 pm

סאדע_באטל האט געשריבן: דאכט זיך מיר אז פארשייט מיינט עפעס גאר נישט איידל...

ווערטער וואס די פארשטייסט נישט דאכט זיך דיר שוין אז עס איז נישט איידל?

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 4:44 pm

איך קען נישט זאגן מיט א ברירת אבער איך מיין אז היינט ליידער נישט קיין פוירן רעדען אסאך ארגער ווי די אמליגע פוירן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 7:02 pm

נא, חוקר, זיי נישט מקטרג!!!!
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

תגובהדורך וואלדעק » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 11:40 am

לויט ווי איך האב אמאל געהערט איז די מעשה אזוי געווען.

דער הייליגער ראפשיצער רב איז אמאל אנגעקומען צו א חתונה און די שטאט גלאגוב, ווי מ'איז געטאנצן בתערובות,
האט זיך דער ראפשיצער אויפגשטעלט אויף א טיש און אנגעהויבן צו גראמען, אזוי ווי ער פלעגט כסדר בדחנען ביי חתונות.
האט ער געזאגט אזוי:
די גלאגובער יונגעלייט
זענען זייער פארשארט
זיי טאנצן און שפרינגען
יונגען און מוידען.

און אזוי ווי די חברה האבן געזעהן אז ער מיינט נישט בדחנען נאר מוסר'ן, זענען זיי צוגעלאפן צו אים און אים געוואלט שטיל מאכן אויף אייביג.
האט ער זיך גענומען לויפן און ארויס געטאנצן פון פענסטער, און זיך געראטעוועט.

די מקור פון די מעשה ווייס איך נישט, ס'ליגט מיר נאר אזוי און מוח וואס איך האב געהערט יארן צוריק.

אוועטאר
האווערד דיען
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 23, 2008 6:11 pm
לאקאציע: אינמיטן שרייען

תגובהדורך האווערד דיען » זונטאג אוקטובער 26, 2008 1:19 am

"פארשייט" מיינט אויסגעלאסן

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג מאי 29, 2018 9:04 pm

כ'האב אנגעטראפן דעם פארשטויבטן אשכול (אגב זוכענדיג פאר סטיטשין), און איך זעה א היבשע חסרון ידיעה אויף דעם הייליגן תנועה המקובל ממרן הרה"ק מראפשיץ זי"ע, און ווערט געזונגען ביי די הקפות ביי א צאהל חסידישע הויפן, מיט א רגש קודש ובגעגועים.

קודם וועל איך אראפ לייגן וואס איך האב געהערט מפי אנשים נאמנים ומוסמכים דברים כהוויתן, און נאכדעם וועט מען בעז"ה גיין על ראשון ראשון מגיב זיין אויף וואס די זקני הישוב האבן געשריבן פאר א קי"ל פון בערך צעהן יאר צוריק.

איז אזוי.
דער ניגון האט דער ראפשיצער רב איינגעפירט צו זינגען ביי הקפות אויף אנא השם מחמת א מעשה שהי'.
די מעשה איז געווען אז איין יאהר ביי הקפות פאר אנא השם האט זיך דער ראפשיצער רב אפגעשטעלט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און געבליבן שטיין פאר א וויילע, נאך א שטיק צייט האט ער אנגעהויבן די הקפות, און אויף אנא ה' האט ער געזינגען דעם דאזיגן באקאנטן ניגון, דער עולם האט זיך געווינדערט וואס דא גייט פאר.
נאך הקפות האט דער הייליגער ראפשיצער רב מסביר געווען וואס דארט איז געווען. האט ער פארציילט אז בשעת הקפות איז געקומען א נשמה און געבעטן א תיקון, האט ער איהם געפרעגט וואס א שייכות האט ער מיט איהם אז ער איז איהם שולדיג א תיקון, האט דער נשמה געענטפערט אז ער איז געווען א זינגער און ער האט משמח געווען ביים ראפשיצער רב'ס חתונה.
האט ער געפרעגט די נשמה אויף וועלכע עבירה מ'איז איהם דן אויף יענע וועלט, אויף דעם איז געקומען דער ענטפער אז זיין חטא איז ניבול פה, וויבאלד ער איז געווען א זינגער פלעגט ער זינגען נישט ריינע ניגונים און אויף דעם דארף ער א תיקון. האט דער ראפשיצער רב געבעטן ער זאל זינגען א שטיקל, און ער האט געזינגען דעם ניגון 'די גלאגיווער לייט'. און דער ראפשיצער רב האט דעם ניגון ארויפגעלייגט אויף די הקפות צו ברענגען א תיקון פאר דער נשמה. ע"כ המעשה.

דער תנועה פונעם ניגון איז גאר ווארעם און הארציג, און איז ליידער גענוצט געווארן דורך די פויערן אויסצודרוקן זייערע הרגשים צו דברים שפלים.
דער ראפשיצער רב האט די הייליגע תנועות מקדש געווען און מתקן געווען, און געזינגען אין די העכסטע צייט פון יאהר, מיט דביקות און אהבה צום הייליגען בורא כל עולמים.
דער ניגון איז געווארן מקודש בקדושה של מעלה און איז געווארן דער קביעות'דיגער ניגון אויף הקפות ביי אלע חצרות מגזע בית ראפשיץ פאר די קריג.

אבער למעשה האבן די פויערן אין גאליציע ממשיך געווען צו זינגען די ניגון מיטן גאנצן פויערישקייט כמקדמת דנא, און דאס איז אנגעגאנגען ביזן קריג. נאך מעהר, דער ניגון איז געווען גאנץ מפורסם צווישן די פויערישע שענק אין די שטעטלעך, אלס רעזולטאט פון דעם איז געווען צווישן די עלטערע דור א שיינע צאהל גאליציאנע אידן וואס האבן געדענקט די ווערטער פונעם ניגון ארגינעל, וויבאלד זיי האבן עס געהערט פון די פחותים שבעם.

באבוב'ער רב האט אויך געדענקט דעם ניגון פון דער היים אזוי ווי אסאך אנדערע גאליציאנע אידן, אבער ער האט נאר געזינגען ממש די ערשטע שטיקל.
איך האב גראדע יא געהערט אביסל ווייטער פון א צווייטען עלטערן איד, אבער אויך ממש א קליין חלק.

מיר דאכט זיך אז די גירסאות וואס זענען דא געברענגט געווארן זענען נישט אקוראט, און עכ"פ א טייל זענען זיכער פארדרייט.

מ'העמיר בעז"ה צוריק קומען שפעטער.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מאי 29, 2018 9:11 pm

הגרח''י הלברשטאם מסאטמאר מאנסי זינגט עס יעדעס יאר שמחת תורה.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג מאי 29, 2018 9:14 pm

אזוי אויך אלע אנדערע מקומות וואס שטאמען פון ראפשיץ.

סאטמאר מאנסי נעמט עס פון זיין טאטע האדמו"ר מבית חיים יהושע, נכד הקדושת ציון מבאבוב.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2371
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג מאי 29, 2018 9:42 pm

זייער זייער אינטערסאנט, ייש"כ ידיעות!

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג מאי 29, 2018 9:51 pm

אדער יא האט געשריבן:זייער זייער אינטערסאנט, ייש"כ ידיעות!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מאי 29, 2018 9:57 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:כ'האב אנגעטראפן דעם פארשטויבטן אשכול (אגב זוכענדיג פאר סטיטשין), און איך זעה א היבשע חסרון ידיעה אויף דעם הייליגן תנועה המקובל ממרן הרה"ק מראפשיץ זי"ע, און ווערט געזונגען ביי די הקפות ביי א צאהל חסידישע הויפן, מיט א רגש קודש ובגעגועים.

קודם וועל איך אראפ לייגן וואס איך האב געהערט מפי אנשים נאמנים ומוסמכים דברים כהוויתן, און נאכדעם וועט מען בעז"ה גיין על ראשון ראשון מגיב זיין אויף וואס די זקני הישוב האבן געשריבן פאר א קי"ל פון בערך צעהן יאר צוריק.

איז אזוי.
דער ניגון האט דער ראפשיצער רב איינגעפירט צו זינגען ביי הקפות אויף אנא השם מחמת א מעשה שהי'.
די מעשה איז געווען אז איין יאהר ביי הקפות פאר אנא השם האט זיך דער ראפשיצער רב אפגעשטעלט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און געבליבן שטיין פאר א וויילע, נאך א שטיק צייט האט ער אנגעהויבן די הקפות, און אויף אנא ה' האט ער געזינגען דעם דאזיגן באקאנטן ניגון, דער עולם האט זיך געווינדערט וואס דא גייט פאר.
נאך הקפות האט דער הייליגער ראפשיצער רב מסביר געווען וואס דארט איז געווען. האט ער פארציילט אז בשעת הקפות איז געקומען א נשמה און געבעטן א תיקון, האט ער איהם געפרעגט וואס א שייכות האט ער מיט איהם אז ער איז איהם שולדיג א תיקון, האט דער נשמה געענטפערט אז ער איז געווען א זינגער און ער האט משמח געווען ביים ראפשיצער רב'ס חתונה.
האט ער געפרעגט די נשמה אויף וועלכע עבירה מ'איז איהם דן אויף יענע וועלט, אויף דעם איז געקומען דער ענטפער אז זיין חטא איז ניבול פה, וויבאלד ער איז געווען א זינגער פלעגט ער זינגען נישט ריינע ניגונים און אויף דעם דארף ער א תיקון. האט דער ראפשיצער רב געבעטן ער זאל זינגען א שטיקל, און ער האט געזינגען דעם ניגון 'די גלאגיווער לייט'. און דער ראפשיצער רב האט דעם ניגון ארויפגעלייגט אויף די הקפות צו ברענגען א תיקון פאר דער נשמה. ע"כ המעשה.

דער תנועה פונעם ניגון איז גאר ווארעם און הארציג, און איז ליידער גענוצט געווארן דורך די פויערן אויסצודרוקן זייערע הרגשים צו דברים שפלים.
דער ראפשיצער רב האט די הייליגע תנועות מקדש געווען און מתקן געווען, און געזינגען אין די העכסטע צייט פון יאהר, מיט דביקות און אהבה צום הייליגען בורא כל עולמים.
דער ניגון איז געווארן מקודש בקדושה של מעלה און איז געווארן דער קביעות'דיגער ניגון אויף הקפות ביי אלע חצרות מגזע בית ראפשיץ פאר די קריג.

אבער למעשה האבן די פויערן אין גאליציע ממשיך געווען צו זינגען די ניגון מיטן גאנצן פויערישקייט כמקדמת דנא, און דאס איז אנגעגאנגען ביזן קריג. נאך מעהר, דער ניגון איז געווען גאנץ מפורסם צווישן די פויערישע שענק אין די שטעטלעך, אלס רעזולטאט פון דעם איז געווען צווישן די עלטערע דור א שיינע צאהל גאליציאנע אידן וואס האבן געדענקט די ווערטער פונעם ניגון ארגינעל, וויבאלד זיי האבן עס געהערט פון די פחותים שבעם.

באבוב'ער רב האט אויך געדענקט דעם ניגון פון דער היים אזוי ווי אסאך אנדערע גאליציאנע אידן, אבער ער האט נאר געזינגען ממש די ערשטע שטיקל.
איך האב גראדע יא געהערט אביסל ווייטער פון א צווייטען עלטערן איד, אבער אויך ממש א קליין חלק.

מיר דאכט זיך אז די גירסאות וואס זענען דא געברענגט געווארן זענען נישט אקוראט, און עכ"פ א טייל זענען זיכער פארדרייט.

מ'העמיר בעז"ה צוריק קומען שפעטער.

קיינמאל געהערט אז די אלטע אידן האבן געקענט די ווערטער כ׳מיין איר מישט אויס מיט א ניגון וואס צאנזער רב פלעגט זינגען שמחת תורה ״מויע דאנא״ וואס מען פלעגט זינגן ביי גואישע חתונות ביז צו די מלחמה
דביה תחדי נפשא

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג מאי 29, 2018 10:00 pm

ווי קען מען הערן פון וועלכען ניגון מ'רעדט?

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך מאי 30, 2018 12:43 am

קען איינע אפשר ארויפלייגן א רעקארדירונג פון וואס מ׳רעדט דא?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מאי 30, 2018 3:37 am

חמרא טבא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אבער למעשה האבן די פויערן אין גאליציע ממשיך געווען צו זינגען די ניגון מיטן גאנצן פויערישקייט כמקדמת דנא, און דאס איז אנגעגאנגען ביזן קריג. נאך מעהר, דער ניגון איז געווען גאנץ מפורסם צווישן די פויערישע שענק אין די שטעטלעך, אלס רעזולטאט פון דעם איז געווען צווישן די עלטערע דור א שיינע צאהל גאליציאנע אידן וואס האבן געדענקט די ווערטער פונעם ניגון ארגינעל, וויבאלד זיי האבן עס געהערט פון די פחותים שבעם.

באבוב'ער רב האט אויך געדענקט דעם ניגון פון דער היים אזוי ווי אסאך אנדערע גאליציאנע אידן, אבער ער האט נאר געזינגען ממש די ערשטע שטיקל.
איך האב גראדע יא געהערט אביסל ווייטער פון א צווייטען עלטערן איד, אבער אויך ממש א קליין חלק.

מיר דאכט זיך אז די גירסאות וואס זענען דא געברענגט געווארן זענען נישט אקוראט, און עכ"פ א טייל זענען זיכער פארדרייט.

מ'העמיר בעז"ה צוריק קומען שפעטער.

קיינמאל געהערט אז די אלטע אידן האבן געקענט די ווערטער כ׳מיין איר מישט אויס מיט א ניגון וואס צאנזער רב פלעגט זינגען שמחת תורה ״מויע דאנא״ וואס מען פלעגט זינגן ביי גואישע חתונות ביז צו די מלחמה

דער ניגון איז נישט גוי'ש, ס'שאטאמט ליידער פון פון פויערישע אידן, און (לויט ווי כ'האב געהערט איז) ביזן קריג איז עס נאך געזינגען געווארן צווישן די אידישע פארדארבערנע חברה, וועלכע האבן געזינגען דעם ניגון מיט אידישע ווערטער אלס איינס פון זייערע ניגוני חשק (היפוך אהבת השם). די אנהייב פונעם ניגון איז די ווערטער "די גלאגוב'ע לייט" און פון דעם רעדט מען דא.

א חלק פון די אידישע ווערטער האב איך נאכגעהערט פון אלטע אידן מיט אן ארגינעלקייט, וואס איך קען איבערזינגען, (נישט דא פארשטייט זיך).
אט דעם דאזיגן ניגון איז דער הייליגער הקפה ניגון לבית ראפשיץ וואס וואס מ'זינגט אין באבוב און אין אלע ראפשיצע הויפן.

אין מיינע אויגן איז א קלארע זאך אז דער צאנזער ניגון איז עפעס אנדערש. (אגב איז טאקע אינטערסאנט צו הערן מעהר איבער דעם, הרב חמרא נא אל תמנע טוב).

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך מאי 30, 2018 9:02 am

אינטערעסאנטע ידיעות געוואר געווארן היינט,

ייש"כ
זוכט איר דוי?

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מיטוואך מאי 30, 2018 11:59 am

א רעקארדינג?
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מאי 30, 2018 12:06 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אבער למעשה האבן די פויערן אין גאליציע ממשיך געווען צו זינגען די ניגון מיטן גאנצן פויערישקייט כמקדמת דנא, און דאס איז אנגעגאנגען ביזן קריג. נאך מעהר, דער ניגון איז געווען גאנץ מפורסם צווישן די פויערישע שענק אין די שטעטלעך, אלס רעזולטאט פון דעם איז געווען צווישן די עלטערע דור א שיינע צאהל גאליציאנע אידן וואס האבן געדענקט די ווערטער פונעם ניגון ארגינעל, וויבאלד זיי האבן עס געהערט פון די פחותים שבעם.

באבוב'ער רב האט אויך געדענקט דעם ניגון פון דער היים אזוי ווי אסאך אנדערע גאליציאנע אידן, אבער ער האט נאר געזינגען ממש די ערשטע שטיקל.
איך האב גראדע יא געהערט אביסל ווייטער פון א צווייטען עלטערן איד, אבער אויך ממש א קליין חלק.

מיר דאכט זיך אז די גירסאות וואס זענען דא געברענגט געווארן זענען נישט אקוראט, און עכ"פ א טייל זענען זיכער פארדרייט.

מ'העמיר בעז"ה צוריק קומען שפעטער.

קיינמאל געהערט אז די אלטע אידן האבן געקענט די ווערטער כ׳מיין איר מישט אויס מיט א ניגון וואס צאנזער רב פלעגט זינגען שמחת תורה ״מויע דאנא״ וואס מען פלעגט זינגן ביי גואישע חתונות ביז צו די מלחמה

דער ניגון איז נישט גוי'ש, ס'שאטאמט ליידער פון פון פויערישע אידן, און (לויט ווי כ'האב געהערט איז) ביזן קריג איז עס נאך געזינגען געווארן צווישן די אידישע פארדארבערנע חברה, וועלכע האבן געזינגען דעם ניגון מיט אידישע ווערטער אלס איינס פון זייערע ניגוני חשק (היפוך אהבת השם). די אנהייב פונעם ניגון איז די ווערטער "די גלאגוב'ע לייט" און פון דעם רעדט מען דא.

א חלק פון די אידישע ווערטער האב איך נאכגעהערט פון אלטע אידן מיט אן ארגינעלקייט, וואס איך קען איבערזינגען, (נישט דא פארשטייט זיך).
אט דעם דאזיגן ניגון איז דער הייליגער הקפה ניגון לבית ראפשיץ וואס וואס מ'זינגט אין באבוב און אין אלע ראפשיצע הויפן.

אין מיינע אויגן איז א קלארע זאך אז דער צאנזער ניגון איז עפעס אנדערש. (אגב איז טאקע אינטערסאנט צו הערן מעהר איבער דעם, הרב חמרא נא אל תמנע טוב).

דער ליד ״מויעדאנא״ - דו ביסט מיינע,
פלעגן די גויים זינגען בשעת זייערע חתונות ווען זיי פלעגן ארויסקומען פון זייערע תיפלות, דאס איז א ליד וואס ברענגט ארויס די אהבה איינער צום צווייטן,
פארשטייט זיך אז ס׳איז זעהר נישט קיין איידעלע ליד,
דער הייליגער צאנזער רב האט דאס געזונגען אויף פוליש, שמחת תורה פארטאגס נאך די הקפות, מיט א מורא׳דיגע דביקות, די חסידים האבן געזאגט פשט ווייל שמחת תורה איז דאך יחודא שלים
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:35 am

גלאגעבער אינגעלייט זינגט מען אויף אנא ד׳ דאכטזיך.
מויעדאנא איז א צוויטע ניגון אזוי ווי הרב חמרא טבא שרייבט.
איך מיין אז חוץ שמחת תורה האט עס די רב געזינגען פורים ביים טיש
איך האף עס ארויף צולייגן לכשאפנה (גלאגעבער אינגעלייט תנועה איז דא אויף די גראמען וואס הרב לעייזער האט געגראמט איין יאר פורים מיט בדחנות ווערטער)

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דאנארשטאג מאי 31, 2018 1:00 am

קען איינער פליז אריינקימען מיט די ניגון ???? אפילו אן דער ווערטער. זייער אינטרעסאנט


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון און 21 געסט