נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:38 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:נאך אן אסיפה וואס איז פארגעקומען אין בוידעם פונעם ביהמ"ד, מיטן באטייליגונג פון אלע ראשי קהילה, און ביידע צדדים דעם דיין'ס און דעם רב'ס זוהן, וואו מען האט אדורכגעטוהן די לעצטע מחלוקת אין די קהילה ווי מען קען נישט קומען צו קיין פשרה, און עס איז באשלאסן געווארן אז די פראבלעם איז דאס וואס לעצטנס הערט מען אז בקצה המחנה האט זיך אריינגעכאפט אזא מושג וואס הייסט 'איי וועלט' דאס איז עפעס אזא זאך אויף די 'אינטערנעט' (איינער ווייסט אפשר וואס אינטערנעט איז?!) און דארטן איז דא אזעלכע מחוצפים וואס האבן געעפנט א 'אשכול' (געהענגל בלע"ז) וואו זיי טוען אדורך אלע פרטים פון די מחלוקת, און העצן אן די גאנצע (איי)וועלט מיט די מחלוקת.
על כן איז באשלאסן געווארן במעמד כל קהלא קדישא הדין, אז מען וועט זיך ווענדן צו די הנהלה פון יענעם פלאץ, און פאדערן אז עס מוז איינגעשטעלט ווערן א געהעריגע צענזור סיסטעם אין דעם אשכול דנן אזוי ווי אין אלע אנדערע אשכולות אין יענעם וועלטעל.
בלייבט אונז נאר איבער צו הערן אז די הנהלה איז נעתר געווארן לבקשתינו...

עס איז באמת זייער ווייטאג'ליך דער שמועס דא. די אלע וואס האבן נאר מיטגעלעבט אזעלכע זאכן ווייסן וואס עס איז מעורר ביי געווענליך איידעלע מענטשן. בשעת איך ליין דא , האב איך א געפערליכע ווייטאג וואס איך האב געשפירט ווען איך האב במו עיניו צוגעזען אזעלכע זאכן לייוו.
עס איז די ערשטע טעמע אין די פ. לאדאני אשכול וואס לכה''פ צוויי אידן האבן זיך שוין אנגערופן אז מען קען נישט אזוי רעדן. מען מוז מעקן.
פארשפארן דעם אשכול בין איך נישט מציע. וואס'זשע דען? איך האב א שטארקע הצעה.
לאמיר זען, דא אויף אייוועלט, ווען קיינער האט נישט קיין עכטע נגיעות, קען איינער אויפקומען מיט א יישרות'דיגן מהלך, וואס קען אויסגעפירט ווערן אין רעאליטי?
Lets rewrite the script , אויב נישט אין רעאליטי, כאטש אין אונזער חלום.
זאל די דאזיגע אשכול שטיין אלץ עדות אז אידן ווילן שלום.
דאס איז א טשעלענדש פארן גאנצע אייעולם!
mi a nagy ügy

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:39 pm

אומגלויבליך. דער דיין איז אריבער צום רב'ס זון פריוואט, און זיי זענען איינגעשפארט אליינס אין א שטוב. עס שטייען מענטשן און קוקן אריין אין די שליסל לאך, אבער עס איז גאר שווער ארויסצוהערן, ווייל דער דיין און רב'ס זון שעפשען שטילערהייט. העמיר מוזן אויסווארטן ביז זיי קומען ארויס, ונראה מה יהי'.
אבער דער עצם זאך אז דער דיין האט דאס געטון, ווייזט אז זאכן רוקן זיך פאראויס, און מיר האפן אויף א שנעלע לייזונג. עס זאל שנעל נפתר ווערן די נושא עצהי''ט.
mi a nagy ügy

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:41 pm

זיי זענען אט ארויסגעקומען צעזאמען, און זיי שפרייזן אריבער צום רב'ס שטוב. דער עולם איז געשפאנט. דער מילעכיגער האט איבערגעלאזט זיין פערד און וואגן מיט קאנעס אינמיטן דער גאס, און לויפט נאך דעם געזעמל צום רב'ס הויז. עס הערשט א אנגעצויגענע שטילקייט אין גאנצן שטעטל. מען ווארט.
mi a nagy ügy

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4342
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:15 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:נאך אן אסיפה וואס איז פארגעקומען אין בוידעם פונעם ביהמ"ד, מיטן באטייליגונג פון אלע ראשי קהילה, און ביידע צדדים דעם דיין'ס און דעם רב'ס זוהן, וואו מען האט אדורכגעטוהן די לעצטע מחלוקת אין די קהילה ווי מען קען נישט קומען צו קיין פשרה, און עס איז באשלאסן געווארן אז די פראבלעם איז דאס וואס לעצטנס הערט מען אז בקצה המחנה האט זיך אריינגעכאפט אזא מושג וואס הייסט 'איי וועלט' דאס איז עפעס אזא זאך אויף די 'אינטערנעט' (איינער ווייסט אפשר וואס אינטערנעט איז?!) און דארטן איז דא אזעלכע מחוצפים וואס האבן געעפנט א 'אשכול' (געהענגל בלע"ז) וואו זיי טוען אדורך אלע פרטים פון די מחלוקת, און העצן אן די גאנצע (איי)וועלט מיט די מחלוקת.
על כן איז באשלאסן געווארן במעמד כל קהלא קדישא הדין, אז מען וועט זיך ווענדן צו די הנהלה פון יענעם פלאץ, און פאדערן אז עס מוז איינגעשטעלט ווערן א געהעריגע צענזור סיסטעם אין דעם אשכול דנן אזוי ווי אין אלע אנדערע אשכולות אין יענעם וועלטעל.
בלייבט אונז נאר איבער צו הערן אז די הנהלה איז נעתר געווארן לבקשתינו...

עס איז באמת זייער ווייטאג'ליך דער שמועס דא. די אלע וואס האבן נאר מיטגעלעבט אזעלכע זאכן ווייסן וואס עס איז מעורר ביי געווענליך איידעלע מענטשן. בשעת איך ליין דא , האב איך א געפערליכע ווייטאג וואס איך האב געשפירט ווען איך האב במו עיניו צוגעזען אזעלכע זאכן לייוו.
עס איז די ערשטע טעמע אין די פ. לאדאני אשכול וואס לכה''פ צוויי אידן האבן זיך שוין אנגערופן אז מען קען נישט אזוי רעדן. מען מוז מעקן.
פארשפארן דעם אשכול בין איך נישט מציע. וואס'זשע דען? איך האב א שטארקע הצעה.
לאמיר זען, דא אויף אייוועלט, ווען קיינער האט נישט קיין עכטע נגיעות, קען איינער אויפקומען מיט א יישרות'דיגן מהלך, וואס קען אויסגעפירט ווערן אין רעאליטי?
Lets rewrite the script , אויב נישט אין רעאליטי, כאטש אין אונזער חלום.
זאל די דאזיגע אשכול שטיין אלץ עדות אז אידן ווילן שלום.
דאס איז א טשעלענדש פארן גאנצע אייעולם!

על'ך דיר ענטפערן לפי תגובתך.
קודם א דאנק פארן פארשטיין מיין פראבלעם מיט דעם שמועס, און אן עקסטרע דאנק פארן ארויפברענגן דעם געדאנק וויזוי מ'קען אזא זאך שליכטן. ס'יז א גוטער עקסערסייז גראדע.

דער אמת איז אז מ'קוקט וויזוי אזא זאך הויבט זיך אן קען מען עס גרינג פארשטיין אז נישט אלעמאל איז דאס א אמת'ע פראבלעם, עס הויבט זיך אן מיט מענטשן מיט פריוואטע נגיעות און פון דארט פארט עס א באן.

לויט די מעשה דא איז געווען א רב וואס'ז נסתלק געווארן און זיין זוהן איז נאך געווען צו אינג איבערצונעמען די שטעלע אלס בעל תפלה, האט דער דיין אינצווישן איבערגענומען. אזוי האט זיך דאס געצויגן 20 יאר ביז עס האט אנגעהויבן ווערן א ווינט אז דער זוהן זאל עס צוריקבאקומען.

ווער איז דער וואס האט דאס באשלאסן? דער זוהן אליין אדער סתם מענטשן ארום וואס האבן פאר סיי וועלכע סיבה אפגעמאכט אז זיי ווילן נישט דעם דיין אדער פשוט הערן דעם רב'ס זוהן?

ס'דא אזא דערהער פון סטאטוסקווא, עפעס וואס גייט שוין אן פאר לאנגע יארן זאל בלייבן וויזוי עס איז. אין די פאל דאווענט שוין דער דיין פאר סיי וועלכע סיבה ביים עמוד און מען פאדערט עס צו טוישן.
נניח אז דער זוהן זעלבסט וויל דעם ברעטל, איז דאך דא צוויי וועגן, אדער בעט מען צווישן זיך, ביטע שיין איך וויל דעם עמוד וואס קומט זיך עכט מיר, אדער בעט מען די ראשי הקהילה זאל עס טאהן פאר אים. אויב איז ער מסכים איז דאך גוט, טאמער נישט ווערט א פראבלעם.. ווייל אויב איז דער זוהן א קליינקעפיגס וואס גייט זיך רייסן פאר א ברעטל, וואס פארא פנים האט אזא געדאווענעכטס וואס האט אפגעקאסט א מחלוקה? און טאמער איז ער א פארביסענס וואס שלאגט זיך פאר א ברעטל וואס פארא טעם האט דאס ראש השנה ווען ער וויינט ביים פיוט אז די קישקע דרייט זיך אים ווען ער שטעלט זיך דאווענען פארן בורא כל עולמים?.. שלאגט זיך דערפאר און נאכער קרעכטסט ער מיר...

און אז דער דיין וויל ווען עכט יא נאר זיינע ארומיגע גייען פאדערן זיין כבוד... קאם-אן.. ער'ז מסכים, ציוואס מאכסטו א פייער??

און בכלל ציוואס ברויכן אנדערע קאכן א קעסל? ציוואס זיך אריינמישן?? ציוואס ארויסטראגן די זאך אין גאס? זאלן די צוויי זיך פארשטענדיגן צווישן זיך, און טאמער איינער פון זיי טראגט עס ארויס אויפן גאס איז יענער דער ידו על התחתונה.

יושר אהער יושר אהין, א מחלוקה אין שטאט ברענגט נישט קיין גוטס פאר קיינעם, און די צוויי צווישן זיך וועלן זיך שנעל אדורכקומען, און די גרעסטע ישרות איז ווען מ'מאכט שטיל א מחלוקה.

דאס ארום טראגן העצן "דער דיין בלייבט ביים עמוד", " דעם אלטן רב'ס זוהן גייט דאווענען דאס יאר"... די היסטארי האט שוין באוויזן אז די אלע זענען נישט דא פאר די טובה פון די באטרעפענדע, ליבערשט פאר זייער הנאה, איינער האט הנאה צו הערן יענעם דאווענען, א צווייטער האט הנאה פון א גוט שטיקל פייט.

און איך גיי צוריק צו מיין שטעלונג, דער גאנצער שמואס געהערט נישט דא, די היסטארי האט שוין גענוג בלוט און עגמ"נ און אזוינע זאכן איז עפעס וואס געהערט נישט צו מאכן א וויץ דערפון.
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:52 pm

פליגל יוש...

נ. ב. איך ווייס אז די ביסט ערנסט אבער גוט איז גוט
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:55 pm

פאקטען האט געשריבן:פליגל יוש...

נ. ב. איך ווייס אז די ביסט ערנסט אבער גוט איז גוט

ער מיינט עס ערנסט
mi a nagy ügy

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:23 am

יעצט ארויס געקומען, עס איז דא א פשרה דער רב'ס זוהן וועט דאווענען דעם ערשטען טאג ראש השנה, און דער דיין ווועט דאווענן דעם צווייטען טאג און יום כיפור.

ווי מעו שמועסט איז די פשרה צי פארדאנקען א קליין יודל פון עק דארף, מיטן לעצטען נאמען פליגל.

וויל דאך דער עולם געוואר ווערן ווער איז דער פליגל א קליינע געשטעל, שארפע אויגן, מען הערט נישט קיין הויעך ווארט, מען זאגט אז ער האט אייביג א שמייכל אויפן פנים,
אייביג א גוט ווארט פאר א צווייטען,
א ריכטיגע אוהב שלום ורדוף שלום.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:03 am

א נייער האט געשריבן:יעצט ארויס געקומען, עס איז דא א פשרה דער רב'ס זוהן וועט דאווענען דעם ערשטען טאג ראש השנה, און דער דיין ווועט דאווענן דעם צווייטען טאג און יום כיפור.

ווי מעו שמועסט איז די פשרה צי פארדאנקען א קליין יודל פון עק דארף, מיטן לעצטען נאמען פליגל.

וויל דאך דער עולם געוואר ווערן ווער איז דער פליגל א קליינע געשטעל, שארפע אויגן, מען הערט נישט קיין הויעך ווארט, מען זאגט אז ער האט אייביג א שמייכל אויפן פנים,
אייביג א גוט ווארט פאר א צווייטען,
א ריכטיגע אוהב שלום ורדוף שלום.

מזל טוב פליגעל, וואס איז די קאמישען?
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:40 am

א נייער האט געשריבן:יעצט ארויס געקומען, עס איז דא א פשרה דער רב'ס זוהן וועט דאווענען דעם ערשטען טאג ראש השנה, און דער דיין ווועט דאווענן דעם צווייטען טאג און יום כיפור.

ווי מעו שמועסט איז די פשרה צי פארדאנקען א קליין יודל פון עק דארף, מיטן לעצטען נאמען פליגל.

וויל דאך דער עולם געוואר ווערן ווער איז דער פליגל א קליינע געשטעל, שארפע אויגן, מען הערט נישט קיין הויעך ווארט, מען זאגט אז ער האט אייביג א שמייכל אויפן פנים,
אייביג א גוט ווארט פאר א צווייטען,
א ריכטיגע אוהב שלום ורדוף שלום.

עס איז דא א גרויסע עולם וואס איז נישט מסכים.
די solution איז א lose פארן דיין שליט"א, ער האט דאך פארלוירן איין טאג ר''ה. און פארשטייט זיך אז אין א יאר ארום וועט מען זיך ווייטער קריגן. דער דיין וועט אלעמאל שפירן אז מען ווארט שוין ער זאל אפטרעטן biding their time ביז מ'וועט איהם קענען מעביר זיין.
מיר זענען מוכרח אויפצוקומען מיט א win win מהלך. סיי דער דיין זאל האבן די כבוד, און סיי דער רב'ס זון זאל באקומען דעם שוואונג איבערצונעמען דאס רבנות וועט די צייט קומט (משיח זאל אוודאי פריער קומען).
רבותי, נוצטס דעם קאפ און קומטס אויף מיט א solution .
mi a nagy ügy

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:32 am

דעי זענען די זעלבע מענטשן וואס האבן בכלל נישט געוואלט שלום מאכן, דער דיין מיט זיינע איידעלע מדות האט בכלל געוואלט אויף געבן די גאנצע זאך, די ראשי קהילה האבן אבער מסביר געווען אז אויב ער גייט נישט דאווענען, גייען זיין מענטשן וואס גייען מאכן אן אייגענעם מנין, און קהל גיין פארלירן געלט ווייל דער עולם גייט נישט קויפן קיין זיצן האט ער מסכים געווען,
אבער מיט די דאזיגע מענטשן וואס האלטן נישט ביים שלום מאכן דארף זיך אפילו נישט רעכענען.

-----
מען שמועסט אז דער אלטער רב גייט זאגן פרק דעי וואך און ער גייט רעדן דערפון.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:46 am

שקר!
קהל ווי אז דער דיין זאל טאטאל אפטרעטן, עס איז נישטא קיין סיבה שבעולם אז ער זאל דאווענען, און ווער עס איז דער וואס וויל נישט וועל איך נישטא שרייבן מפני כבוד התורה ותקנות המקום. ודי לחכימא ברימזא.

און נאך א כלל מעגט איר זיך שוין אויסלערנען אז נישט יעדער מיט א אייגעבויגענע ריקן - פיקל, וואס דאווענט שמונה עשרה 10 מינוט לענגער ווי יעדן בעיקר שטייצעך ווען מען ווארט אויף אים, מיינט אז ער איז א צדיק. וד"ב.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 1:06 pm

עכט היימיש האט געשריבן:שקר!
קהל ווי אז דער דיין זאל טאטאל אפטרעטן, עס איז נישטא קיין סיבה שבעולם אז ער זאל דאווענען, און ווער עס איז דער וואס וויל נישט וועל איך נישטא שרייבן מפני כבוד התורה ותקנות המקום. ודי לחכימא ברימזא.

און נאך א כלל מעגט איר זיך שוין אויסלערנען אז נישט יעדער מיט א אייגעבויגענע ריקן - פיקל, וואס דאווענט שמונה עשרה 10 מינוט לענגער ווי יעדן בעיקר שטייצעך ווען מען ווארט אויף אים, מיינט אז ער איז א צדיק. וד"ב.

דאס איז דער ערשטע שמוציגער תגובה אין דער נושא. דאס איז אסור בהחלט. ווער עס וועט אזוי רעדן וועט מען אריינלייגן אין קארצער שטייג וואס ליגט אין חצר הביהמ''ד. מיר זוכן דא א win win solution. אויב דו האסט נישט בלייב שטיל. אבער שמוץ!? בשום אופן נישט!!!
mi a nagy ügy

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4342
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:30 pm

אונז האמיר קיין איין עכט היימישער מענטש דא, עס איז איינער וואס פרובירט זיך אריינצידרינגן אין אונזערע רייען און מ'גיימיר עס איגנארירן.

מיין קאמישיאן בד"וו איז שישי דעם צווייטן טאג ר"ה.
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:33 pm

די געמיטער אין שטעטל האבן זיך גאנץ פיין אפגעשטילט לעצטענס, כה לחי.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:43 pm

א נייער האט געשריבן:די געמיטער אין שטעטל האבן זיך גאנץ פיין אפגעשטילט לעצטענס, כה לחי.

וואס זאגסטו וועגן דעם נייעם הילדעסהיימער מלמד?
mi a nagy ügy

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

הילף ביטע ווי אומשנעלסטן

תגובהדורך nmi » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:15 am

פאר א חודש צוריק בין איך געווען ביי victor די באנקיר אויף שטראסע 19 ווי איך גיי יעדע סוף וואך אריינצולייגן די געלט. יענע וואך האט ער מיר געבעטן אז איך זאל מיר מאכן ביי אים אזא קארטל וואס הייסט "קרעטיט קארט" (עפעס אזוי הייסט עס). בקיצור נאכן אים אויספרעגן וואס דאס איז האב איך פארשטאנען פון אים אז ס'איז דא געוויסע געשעפטן וואס האבן אזא מעשינקע (אינעם שטאט קען מען עס צומאל זעהן אין די גרויסע געשעפטן) און אנשטאט ווען איך קויף איין זאל איך ברויכן באצאלן דערפאר וועל איך געבן דאס קארטל און דער געשפטס מאן וועט נעמען דאס געלט פון victors באנק. צופיל האב איך נישט פארשטאנען אבער אזוי כ'טראסט וויקטערן פאר די לעצטע 35 יאר האב איך מיר געלאזט איבער רעדן און ער האט מען געגעבן אפאר פאפירן אונטערצושרייבן און ער האט מיר געגעבן אזא קארטל פאר מיר און עקסטער פאר מיין רעביצין.

בשמחה בין איך פון דארט ארויס אז פון היינט און ווייטער וועט די רעביצין שוין קענען איינקויפן פאר די קינדערלעך און פארן שבוט רואיגערהייט אויף וויקטער'ס קאסע. אבער די גאנצע שמחה האט זיך מיר איבערגעדרייט די וואך.

פאריגע וואך באקום איך א בריוו פון אים דורך די פאסט אז איך האב געניצט 10,381.33 אמעריקאנע דאלער און איך ברויך עס אים באצאלן ביז 3 וואכן. לויף איך נעכטן אריבער צו אים און כ'פרעג אים וואס דא גייט פאר איז ער מיר מסביר אינגאנצן א צווייטע זאך פון וואס ער האט מיר מסביר געווען פון אנפאנג, ער זאגט אז די געלט האט ער מיר פשוט געבארגט (און נישט געגעבן פון זיינע פאונדס אווי כ'האב געמיינט), זאג איך אים אז דאס אלעס האסטו מיר נישט געזאגט פון אנפאנג ועוד אז כ'קום ארויס סוף וואך מיט קוים $150 און פון ווי זאל איך שאפן דאס געלט? ווייזט ער מיר אז כ'האב אונטערגעשריבן מיט מיין סאציעלע זיכערונג נומער און אויב כ'צאל נישט.... זאל דער אייבישטער אפהיטן.

בעט איך ענק טייערע יודן, אויב איינער האט אדער קכן זיך אויס מיט דעם נייעם "קרעטיט" זאל מיר ביטע לאזן וויסן וואס צו טון ווייל כ'בין ממש אויס מענטש. און ווי אויך וויל איך וויסן וואס ס'קכן געשכן אויב כ'ויעל עס אים נישט צאלן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:22 am

דו ביסט אויך אריין געפאלן אוי וויי...... די גנבים פון אמעריקע האבן זיך אויך דא אריין גערוקט,
ווי איך הער און אמעריקע איז דא צענדליגער דאלער חובות פון דעי חברה.

-----
פאר א לענגערע הסבר וואס דו זאך באדייט קום אין מיין פריוואטען שענקל היינט נאכמיטאג.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4342
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:47 am

אוי, מיין כאווער חאצקל דער לעכער פארדעקער (די שטאטראט האט אים אויפגענומען ארום צו גיין די גאסן פון שטאט מיט א וועגעלע פול מיט קוילן, אז ווי אימער ער טרעפט א ריזן לאך זאל ער אנפילן מיט קוילן), קוים וואס ער פארדינט א גראשן, שפאצירט ער אדורך די באנק פאריגעס יאר און וויקטאר שרייט ארויס צונ'ם אז ער וויל רעדן זייער וויכטיג מיט'ם.

וואס איז? ער וויל אים גיבן א קרעדיט קארט.
איז וואס ברויך'ך טאהן דערצו? אונטערשרייבן פאפירן...
וויפיל פארדינסטו? ארום 120 א וואך.
דעציט? יא!
דאן גיי ארויס פון דא און ביז נעקסטעס יאר מיט 2 טאג קענסטו נישט נאכאמאל פארלאנגן א קארטל!
וואסי מיין עבירה? אה! דו פארדינסט צי ווינציג אז דו זאלסט דיך ערלויבן א קרעדיט קארטל..

דער חאצקל העמט זיך שרייען מיט יאאלעס אויפ'ם: דו וואגאבונד, דו רויבער! שלעפסט מיר אריין דא און היצט בין איך גאר שולדיג דערויפ! נא נא! איך גיי דיר שטעלן אין פלאץ

נעקסטן טאג שיקט חאצקל אריין זיין ברודער בערל, און דער קומט אריין מיט א שניפסל, און געבויגענעם הוט, די קאפל פארריקט שיעפלעך.. און דער וויקטאר פרעגט אים אויס אלע פראגעס.. דער בהמה וויקטאר האט ניטאמאל נאכגעקוקט אוי בערל ארבייט טאקע אינעם לאקאלן אנשטאלט אלז אויפזעער וואו ער קלאמפערשט פארדינט 630 א וואך... דער האט אים געגלויבט אויפן ווארט און ניטאמאל נאכגעקוקט אין די שטייער אמט אויב ס'יז אמת, און געגיבן א קארטל.

עס זאל נישט אויסגערעדט זיין דער בערל און חאצקל'ן זענען געווארן עשירים אדירים אויף דעם אופן, און זייער שוואגער דער געוועזענער בעל עגלה האט זיי שוין אויך נאכגעמאכט און ער האלט שוין ביי א צווייטע קרעדיט קאנטע ביי לאצי'ן אין באנק...

איך האף נאר אז די ציגיינער וואס טוען דאס זאלן נישט אנדרייען א מצב וואס זאל ברענגן אז ד חברה וועלן אנהויבן נאכקוקן אויב די געהאלט נומערן שטימען טאקע.. ווייל דאן..
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 11:50 am

פליגל האט געשריבן:אוי, מיין כאווער חאצקל דער לעכער פארדעקער (די שטאטראט האט אים אויפגענומען ארום צו גיין די גאסן פון שטאט מיט א וועגעלע פול מיט קוילן, אז ווי אימער ער טרעפט א ריזן לאך זאל ער אנפילן מיט קוילן), קוים וואס ער פארדינט א גראשן, שפאצירט ער אדורך די באנק פאריגעס יאר און וויקטאר שרייט ארויס צונ'ם אז ער וויל רעדן זייער וויכטיג מיט'ם.

זייער שיינע מעשיות אבערנוואס טוה איך דא???
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:03 pm

nmi האט געשריבן:

ווער אויך אן עושר.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:32 pm

;l;p-
א נייער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אוי, מיין כאווער חאצקל דער לעכער פארדעקער (די שטאטראט האט אים אויפגענומען ארום צו גיין די גאסן פון שטאט מיט א וועגעלע פול מיט קוילן, אז ווי אימער ער טרעפט א ריזן לאך זאל ער אנפילן מיט קוילן), קוים וואס ער פארדינט א גראשן, שפאצירט ער אדורך די באנק פאריגעס יאר און וויקטאר שרייט ארויס צונ'ם אז ער וויל רעדן זייער וויכטיג מיט'ם.

וואס איז? ער וויל אים גיבן א קרעדיט קארט.
איז וואס ברויך'ך טאהן דערצו? אונטערשרייבן פאפירן...
וויפיל פארדינסטו? ארום 120 א וואך.
דעציט? יא!
דאן גיי ארויס פון דא און ביז נעקסטעס יאר מיט 2 טאג קענסטו נישט נאכאמאל פארלאנגן א קארטל!
וואסי מיין עבירה? אה! דו פארדינסט צי ווינציג אז דו זאלסט דיך ערלויבן א קרעדיט קארטל..

דער חאצקל העמט זיך שרייען מיט יאאלעס אויפ'ם: דו וואגאבונד, דו רויבער! שלעפסט מיר אריין דא און היצט בין איך גאר שולדיג דערויפ! נא נא! איך גיי דיר שטעלן אין פלאץ

נעקסטן טאג שיקט חאצקל אריין זיין ברודער בערל, און דער קומט אריין מיט א שניפסל, און געבויגענעם הוט, די קאפל פארריקט שיעפלעך.. און דער וויקטאר פרעגט אים אויס אלע פראגעס.. דער בהמה וויקטאר האט ניטאמאל נאכגעקוקט אוי בערל ארבייט טאקע אינעם לאקאלן אנשטאלט אלז אויפזעער וואו ער קלאמפערשט פארדינט 630 א וואך... דער האט אים געגלויבט אויפן ווארט און ניטאמאל נאכגעקוקט אין די שטייער אמט אויב ס'יז אמת, און געגיבן א קארטל.

עס זאל נישט אויסגערעדט זיין דער בערל און חאצקל'ן זענען געווארן עשירים אדירים אויף דעם אופן, און זייער שוואגער דער געוועזענער בעל עגלה האט זיי שוין אויך נאכגעמאכט און ער האלט שוין ביי א צווייטע קרעדיט קאנטע ביי לאצי'ן אין באנק...

איך האף נאר אז די ציגיינער וואס טוען דאס זאלן נישט אנדרייען א מצב וואס זאל ברענגן אז ד חברה וועלן אנהויבן נאכקוקן אויב די געהאלט נומערן שטימען טאקע.. ווייל דאן..

זייער שיינע מעשיות אבערנוואס טוה איך דא???

ווער אויך אן עושר.

כ'קען בארגן דיינע קרעדיט קארדס?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:23 pm

מאבק בפ. לדני - מי ישמש כש"ץ לשחרית?

זונדל קלוצקופ | בחדרי חרדים

בעיירת לדני אשר במדינת הונגריה התקיימה מחלוקת בין מעריצי הדיין שמשמש כבר כ-20 שנה כש"ץ לתפילת שחרית בימים הנוראים, ובין חסידי הרב הצעיר - בנו הגדול של רב העיר שהינו עדיין אברך צעיר ורך בשנים, וטענתם בפיהם שמעולם מגיע העמוד להרב הצעיר, רק הניחו להדיין להיות ש"ץ כל עוד שבן הרב היה צעיר מאוד ולא היה נשוי.

מעריצי הדיין טוענים שזה לא מן הראוי לחטוף מן הדיין - שהינו זקן ונשוא פנים - תפקיד שהוא מכהן כבר 20 שנה, ואין לך עלבון התורה יותר מזו.

"הדיין יכול לעשות מנין בביתו," אמר מושה לבחדרי. "לא נניח שום פגיעה במשפחתו של הרב, אף כשזה יעלה בדם!"

לבחדרי נחשף שאתמול באישון לילה הגיע הרב הצעיר לבית הדיין לדבר איתו דברי שלום ולסדר איזה פשרה, אבל בינתיים הגיעו שליחי מושה פרינד (משב"ק בבית הרב) לעמוד על המשמר שלא להניח לפשר בשום אופן.

אנשי ביתו של הדיין בצבצו עליו, "אם אתה לא תפסיק מלהסית את העם נגד הדיין, נצטרך לערב את הרב הזקן בהפרשה, משהו שיכול לפגוע בהתפקיד שלך!"

לעומת זה השמיע הדיין בעצמו למקורביו, "אם זה עולה במחלוקת, אני לא צריך להעמוד. איך אנו יכולים להתפלל לכפרת עוונות כשאנו משוקעים בעוון המחלוקת? נניח לבן הרב להתפלל ואני אסתפק בתפקיד ה"בעל מקריא"."
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

ישרן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:54 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מאבק בפ. לדני - מי ישמש כש"ץ לשחרית?

זונדל קלוצקופ | בחדרי חרדים

בעיירת לדני אשר במדינת הונגריה התקיימה מחלוקת בין מעריצי הדיין שמשמש כבר כ-20 שנה כש"ץ לתפילת שחרית בימים הנוראים, ובין חסידי הרב הצעיר - בנו הגדול של רב העיר שהינו עדיין אברך צעיר ורך בשנים, וטענתם בפיהם שמעולם מגיע העמוד להרב הצעיר, רק הניחו להדיין להיות ש"ץ כל עוד שבן הרב היה צעיר מאוד ולא היה נשוי.

מעריצי הדיין טוענים שזה לא מן הראוי לחטוף מן הדיין - שהינו זקן ונשוא פנים - תפקיד שהוא מכהן כבר 20 שנה, ואין לך עלבון התורה יותר מזו.

"הדיין יכול לעשות מנין בביתו," אמר מושה לבחדרי. "לא נניח שום פגיעה במשפחתו של הרב, אף כשזה יעלה בדם!"

לבחדרי נחשף שאתמול באישון לילה הגיע הרב הצעיר לבית הדיין לדבר איתו דברי שלום ולסדר איזה פשרה, אבל בינתיים הגיעו שליחי מושה פרינד (משב"ק בבית הרב) לעמוד על המשמר שלא להניח לפשר בשום אופן.

אנשי ביתו של הדיין בצבצו עליו, "אם אתה לא תפסיק מלהסית את העם נגד הדיין, נצטרך לערב את הרב הזקן בהפרשה, משהו שיכול לפגוע בהתפקיד שלך!"

לעומת זה השמיע הדיין בעצמו למקורביו, "אם זה עולה במחלוקת, אני לא צריך להעמוד. איך אנו יכולים להתפלל לכפרת עוונות כשאנו משוקעים בעוון המחלוקת? נניח לבן הרב להתפלל ואני אסתפק בתפקיד ה"בעל מקריא"."

שילכו ההונגרים לעזאזל!!!!!!!

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:20 pm

nmi האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:.

זייער שיינע מעשיות אבערנוואס טוה איך דא???

ווער גוט מיט חאצקל'ן און בערל'ן..
לויט ווי מ'שמועסט גייען זיי מיט מענטשן עפענען קארטלעך מכלומרשט אלס עצה געבער, אבער נעמען איבער קאנטראל גלייך נאכן ארויסטרעטן פון וויקטאר'ס רייכער ביורא, ווי ס'זאל הייסן דרייען זיי מיט פונקטן...
איך קויף נישט די אלע שטותים איך האלט זיי טוען דאס פשוט און פראסט אפצוטאן דעם וויקטאר..
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:10 am

יש אומרים קאנספיראציע, אז דער גאנצע ענין פון די קארטלעך האט שייכות מיט דעם שחרית פרשה. וויאזוי? ווייסט מען נאכנישט, אבער קלאר פארבינדן.
mi a nagy ügy

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט