די זונטאג אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » זונטאג יולי 14, 2019 10:48 pm

גיט מארגן
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג יולי 15, 2019 2:49 pm

אה איז די מעשה אזוי, ווען אמאליגע ציט... אוי וויי אה.... אההה עס איז שוין מאנטאג. אנשולדיגט

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 12:32 pm

!! די עירקאנדישן איז נאך אנגעצינדן דא, בררר...... ס'איז דא קאלט לאמיר גיין אנגעצינדן דעם סטים...... אוי ווי עס ארבעט אפילו נישט, איינער האט א גוטע פלאמער.....
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:05 pm

געהערט פון א גוטע נייער (שניידער) ער וועט דיר אויפנייען ווינטערדיגס
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:08 pm

א גוטע ניק האט געשריבן:געהערט פון א גוטע נייער (שניידער) ער וועט דיר אויפנייען ווינטערדיגס

דעי גוטע שניידער'ס בעטן דאך אין די הויזן, ווער קען זיך עס ערלויבן....
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:34 pm

א זונטאג אן קיין זון
דער באשעפער איז נישט דיין זיידע... ער איז דיין טאטע!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:50 pm

ס'גליטשיג

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:37 pm

א זונטאג ווי עס דארף צו זיין.

היינט האט זיך דער וועטער אינגאנצן צוגעשטעלט צום זונטאג.

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

תגובהדורך ירנן » זונטאג פאברואר 09, 2020 5:55 am

שוין דא אן אנקעטע וועגן טו שבט?

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 09, 2020 8:18 am

ירנן האט געשריבן:שוין דא אן אנקעטע וועגן טו שבט?

גוט מארגן. אן אנקעטע אויף וואס?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

תגובהדורך ירנן » זונטאג פאברואר 09, 2020 10:03 am

nmi האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן:שוין דא אן אנקעטע וועגן טו שבט?

גוט מארגן. אן אנקעטע אויף וואס?

וואסערע פרוכט מען פירט זיך צו עסן

אוועטאר
KEWL
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » זונטאג פאברואר 09, 2020 11:43 am

ירנן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן:שוין דא אן אנקעטע וועגן טו שבט?

גוט מארגן. אן אנקעטע אויף וואס?

וואסערע פרוכט מען פירט זיך צו עסן


נו.. וואס ווארסטו. עפן יעצט
איך ווייס גארנישט. איך ווייס נאר איין זאך, אז איך ווייס גארנישט.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג פאברואר 09, 2020 11:56 am

אויש איז דאס א זונטאג! שוין לאנג נישט בייגעוואוינט אזא עכטע זונטאג...

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

תגובהדורך ירנן » זונטאג אפריל 19, 2020 1:20 am

ווי איז ספורה אשכול

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re:

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אפריל 19, 2020 1:30 am

ירנן האט געשריבן:ווי איז ספורה אשכול

אקעי, מ'האט לכבוד דיר אויסגעלאשן די מוזיק און די שער מאשינדלעך.
יעצט קענסטו בלייבן אין דעם אשכול פאר די קומענדיגע 24 שעה.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: די זונטאג אשכול

תגובהדורך ירנן » זונטאג אפריל 19, 2020 2:35 am

נעה ס'איז אן אשכול ווי מ'ציילט טעג און וואכען

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: די זונטאג אשכול

תגובהדורך א נייער » זונטאג מאי 10, 2020 1:44 pm

נישט פארגעסן אז ס'איז זונטאג.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: די זונטאג אשכול

תגובהדורך simcha » זונטאג מאי 10, 2020 3:42 pm

א נייער האט געשריבן:נישט פארגעסן אז ס'איז זונטאג.

פארוואס? וואס פארדינט מען פון וויסן אז עס איז זונטאג?

מענטש צווישן מענטשן
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: די זונטאג אשכול

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » זונטאג מאי 10, 2020 3:44 pm

א נייער האט געשריבן:נישט פארגעסן אז ס'איז זונטאג.


גלייב מיר ס'איז בעסער צו פארגעסן..
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: די זונטאג אשכול

תגובהדורך simcha » זונטאג מאי 10, 2020 3:47 pm

טאקע דאס איז די פוינט, עס רעגט מיר אז ער האט מיר דערמאנט....

מענטש צווישן מענטשן
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: די זונטאג אשכול

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » זונטאג מאי 10, 2020 3:57 pm

ליכאורה (נישט די ניק..) איז שוין געווען די חקירה דא, פארוואס פילט זיך זונטאג אזוי עקעלדיג? איך האב שוין געהאט אפאר הוה אמינא'ס און אלעס אפגעווארפן,

איז עס ווייל מ'פארפעלט א שויער שבת (פאר מ'פוניקים)? ניין, ווייל אין די ניין טעג פילט מען די זעלבע.

איז עס וועגן די טשולענט? ניין, פרייטאג נאך א גרויסן ליל שישי פילט מען נישט אזוי.

איז עס וועגן די ברחת מיט פיש? ניין, נאך א חסידישע יארצייט סעודה פילט מען נישט אזוי.

וכו' וכו' מיין איך די איינציגסטע סיבה וואס קען זיין (פשוט דאס האב איך נאכנישט געהאט א שאנס צו פראבירן..) איז יומא קא גארים, די זונטאג איז די פראבלעם ווען מ'זאל ווען לייגן מאנטאג גלייך נאך שבת וואלט מען נישט אזוי געפילט.

האטסמיר א לעכטיגן זינטאג!
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען

מענטש צווישן מענטשן
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: די זונטאג אשכול

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » זונטאג מאי 10, 2020 3:59 pm

simcha האט געשריבן:טאקע דאס איז די פוינט, עס רעגט מיר אז ער האט מיר דערמאנט....



באלאנגט עס אין די רעגן אשכול..
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: די זונטאג אשכול

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג מאי 10, 2020 4:34 pm

מענטש צווישן מענטשן האט געשריבן:ליכאורה (נישט די ניק..) איז שוין געווען די חקירה דא, פארוואס פילט זיך זונטאג אזוי עקעלדיג? איך האב שוין געהאט אפאר הוה אמינא'ס און אלעס אפגעווארפן,

איז עס ווייל מ'פארפעלט א שויער שבת (פאר מ'פוניקים)? ניין, ווייל אין די ניין טעג פילט מען די זעלבע.

איז עס וועגן די טשולענט? ניין, פרייטאג נאך א גרויסן ליל שישי פילט מען נישט אזוי.

איז עס וועגן די ברחת מיט פיש? ניין, נאך א חסידישע יארצייט סעודה פילט מען נישט אזוי.

וכו' וכו' מיין איך די איינציגסטע סיבה וואס קען זיין (פשוט דאס האב איך נאכנישט געהאט א שאנס צו פראבירן..) איז יומא קא גארים, די זונטאג איז די פראבלעם ווען מ'זאל ווען לייגן מאנטאג גלייך נאך שבת וואלט מען נישט אזוי געפילט.

האטסמיר א לעכטיגן זינטאג!


אפשר אלעס צוזאמען?

דאמירן בעלמא
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 10:46 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים קאמפיוטער

Re: די זונטאג אשכול

תגובהדורך דאמירן בעלמא » זונטאג מאי 10, 2020 4:36 pm

מענטש צווישן מענטשן האט געשריבן:ליכאורה (נישט די ניק..) איז שוין געווען די חקירה דא, פארוואס פילט זיך זונטאג אזוי עקעלדיג? איך האב שוין געהאט אפאר הוה אמינא'ס און אלעס אפגעווארפן,

איז עס ווייל מ'פארפעלט א שויער שבת (פאר מ'פוניקים)? ניין, ווייל אין די ניין טעג פילט מען די זעלבע.

איז עס וועגן די טשולענט? ניין, פרייטאג נאך א גרויסן ליל שישי פילט מען נישט אזוי.

איז עס וועגן די ברחת מיט פיש? ניין, נאך א חסידישע יארצייט סעודה פילט מען נישט אזוי.

וכו' וכו' מיין איך די איינציגסטע סיבה וואס קען זיין (פשוט דאס האב איך נאכנישט געהאט א שאנס צו פראבירן..) איז יומא קא גארים, די זונטאג איז די פראבלעם ווען מ'זאל ווען לייגן מאנטאג גלייך נאך שבת וואלט מען נישט אזוי געפילט.

האטסמיר א לעכטיגן זינטאג!


דאס זיך געזעגענען פונעם נשמה יצירה איז דא אויך היבש אינוואלווד [כמבואר בספה"ק]

גראדע אויב וועסטו טרייען א דינסטאג צו לעבן אויפן שבתדיגן פול סקעדזשועל וועט יענע מיטוואל לכאורה זיין מעין זונטאג,
מוצאי יום טוב יוכיח
גוטע אוועטער געזוכט, ביטע אין אישי

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: די זונטאג אשכול

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג מאי 10, 2020 5:27 pm

מענטש צווישן מענטשן האט געשריבן:ליכאורה (נישט די ניק..) איז שוין געווען די חקירה דא, פארוואס פילט זיך זונטאג אזוי עקעלדיג?
האטסמיר א לעכטיגן זינטאג!

זאזוי,
צו פארענטפערן דיין תמי' אויף מיינע מהלכים, העלעך מוזן מקדם זיין א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט מיט אונזער באקאנטער ר' זעליג מרדכי יר"ה

ר' זעליג מרדכי האט - ווי באקאנט - אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די עבודה פון מאכלי שבת,
נאר פון באטראכטן ר' זעליג מרדכי'נענס פאקסן און גרימויסן ביים ציקייען דעם פיש-זאפט דורכגעווייקטן חלה, אדער ביים אויסזויגן דעם זאפטיגן מארעך ביין, האט מען געקענט זאט ווערן פאר לאנגע חדשים..

עד כדי כך, נאך די מיטאג סעודה איז ר' זעליג מרדכי אפיציעל געווען ארעסטירט אין זיין בענקל פאר א שיינע פאר שעה, נישט טרעפנדיג דעם וועג ארויס דערפון!

ביז דינסטאג פלעגט איהם געדויערן צו פארדייען אט דעם גרויסן לאסט,

אין א מיטוואך אווענט, האט ס'רעבעצן זיינע זיך אויסגעוויינט צונעם,

"זעליג מרדכי עס איז קיין תכלית נישט! מיר מוזן א לעזונג טרעפן צו דעם!"

ר' זעליג מרדכי האט זיך נישט געפוילט, נאר גראד אנגעהויבן מאכן א חשבון, וואס איז דער גורם צו דעם סאמאטאכע?
נאכן דאס דורכטראכטן און דורכשלאפן, איז איהם פייגעבאלן, אז דער גורם איז זיכער די קאמפאוט,
דען ווי נאר ער ענדיגט אראפשלינגען דעם לעצטן לעפל קאמפאוט, הייבט זיך אן אלע פראבלעמען,

ר' זעליג מרדכי האט אנע צעגערנישן אנגערופן זיין דאקטער,

"דאקטער, איך האב א שרעקליכע טענה!
התיכון? פארוואס אביסל קאמפאוט זאל מאכן אזויפיל פראבלעמען"

דער דאקטער, וועלכער האט נישט יעצט ס'ערשטע מאל גערעדט צו דעם קליענט זיינעם האט גראד אנגעהויבן א שמועס מיט'ן,
"זאג נאר זעליג מרדכי, וואס האסטו עפעס טועם געווען פאר די קאמפאוט?"

ר' זעליג מרדכי האט נישט געדארפט צופיל צייט זיך צו דערמאנען,
און ענטפערט גראד פארן דאקטאר
"א טעלער טשאלנט, באשטאנען פון באנדלעך, רינדערן פלייש, טורקי פלייש, קארטאפל, גערשטלעך, קארטאפל קוגל, לאקשן קוגל, געקנעטענע קוגל, און פארשטייט זיך מעריך ביינער, מיט א איינגעקאכטע זאפט,"

"אהא" זאגט דער דאקטער "דאס הייסט א געהעריגע ברייטע נאכטמהל,
און זאג ר' זעליג מרדכי, וואס האסטו. געהאט פאר די טשאלנט אזאנס?"

ר' זעליג מרדכי דארף ווייטער נישט צופיל טראכטן, און זאגט גראד
"צוויי צידריקטע אייער, מיט אויל און זאלץ, אביסל קנאבל פוידער, צוויבל, לעבערלעך, נאכגעפאלגט מיט א טעלער פצעי, וואס באשטייט פון הינער פיס, טשאלנט זאפט און שטיקער חלה, מיט א שארפע לעמען געמיש"

דער דאקטער האט - הערנדיג ווי ר' זעליג מרדכי שילדערט זיינע שבת'דיגע איבערלעבענישן - שיעור נישט אויפגעבראכט זיינע לעצטע 5 מאלצייטן,
אבער האט ממשך געווען דעם שמועס,
"דאס איז דאך א פיינע ברייטע מיטאג מאלצייט, איא?, און לאמיך הערן ר' זעליג מרדכי טייערער, וואס האט מען סערווירט ביי דיר פאר דעם אייער / לעבער פלעיט"

"אה" זינגט זיך ר' זעליג מרדכי אינטער, "קודם א 5 - 6 רעפטלען ראפאגאש חלה, מיט איינגעקאכטע פעטע פיש-זאפט, דערנאך, א סלייס סעלמאן פיש, מיט 2 רעפטלען געפילטע פיש, באזאלצט, און באפעפערט"

"ס'הייסט א פיינעם פרישטאג"

"יא" זאגט ר' זעליג מרדכי, "און דאס קומט שוין נאך רב חותקא'ס סעודה, פון הערינג, אייער קוכן, קאקאש טארט, ראגעלעך, מיט א סלייס יאפטשיק"

"אהא" ברומט דער דאקטער, "אין וויפול צייט האסטו אריינגערוקט דעם גאנצן מעניא, פון א ברייטע פרישטאג, א גוטן לאנטש, א פעטע נאכטמאל, בנוסף צו אלע מיני איבערבייסן פון איבערן טאג?"

ר' זעליג מרדכי מאכט א חשבון,
"קידוש האמער געמאכט ארום 11:45, געוואשן האמערזעך בערך 12:15, און געבענטשט האמער בערך 1:30"

"אהא" גיבט דער דאקטער א געשריי, "אין א צייט אפשניט פון 1 מיט א דרייפערטל שעה, האסטו אריינגערוקט אלע מיני מאלצייטן פונעם טאג, און דו האסט נאך טענות אויף די קאמפאוט???"

------------------------ ------------------------ ------------------------ ------------------------ ------------------------ ------------------------

יעצט פרעג איך דיך ר' מענטש צווישן מענטשן,

ווי ווייט איז דיין סעודה פון ר' זעליג מרדכי'ס?

און דו האסט נאך טענות אויף דעם זונטאג???


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט