לייגט איר צו א האנט צו די הכנות לכבוד שבת קודש?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

לייגט איר צו א האנט צו די הכנות לכבוד שבת קודש?

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 23, 2011 2:00 pm

א תגובה פון "פארשלאפן" אין די "פיש לכבוד שבת" אשכול (אין ולאחיו יאמר חזק) האט מיר דערמאנט איבער א טעמע וואס איך וויל שוין לאנג אויסשמועסן, נעמליך:

וויפיל און וויאזוי לייגט איר צו א האנט אין שטוב פאר די הכנות צום שבת קודש


פארהאן אינגעלייט וואס טוען די מינימום (אפברענען די ליכט), אנדערע שטעלן זיך אריין אין קאך און קאכן אפ דעם סעודה פון קאפ ביז פיס (פון די קאפ פון די פיש, ביז די פיסלעך פון די גאלעריטע..)

איך בעט די חברים מקשיבים זאלן זיך אביסל אויסשמועסן דא, און מען וועט זיך האפנטליך קענען אפלערנען איינער פונעם אנדערן וואס און וויאזוי צו העלפן אנגרייטן דעם שטוב לכבוד שבת.

--

איך וועל אנהייבן מיט מיר, און האפנטליך וועט דאס עפענען די פעדער דעקלעך פונעם עולם

קיין גרויסער קעכער בין איך נישט (קיין קליינער אויך נישט), אלזא שטעל איך צו בלויז דאס וואס א הדיוט כמונו קען: איך פיל אן דעם סעמאוואר (פערקיולעטאר) מיט וואסער און שטעק אים איין לכבוד שבת קודש. אויך גרייט איך אן דעם האט-פלעיט (אדער בלעך) מיטן שבת זייגער.

אלע לעקטערס פון שטוב זענען אויף מיין אחריות (מיר נוצן נישט קיין שבת זייגערס, אויסער אויפן האט-פלעיט) וואס עס בלייבט אנגעצינדן אדער ווערט פארלאשן. אויך די שבת'דיגע אשר-יצר פאפיר גרייט איך אן אין אלע בתי כסאות (מיעוט רבים שנים). איך שנייד פאפיר-האנטוך פאר כל צרה שלא תבא (און געווענליך גיסט זיך טאקע אויס מער געטראנקן ווען איך האב צוגעגרייט מער האנטוכ'לעך).

און ווען מען האט קליינע קינדער אין שטוב, בין איך פאראנטווארליך צו מאכן "שבת פעמפערס" (עפענען די קלעב און צוריק פארמאכן, און אויסציען דעם גאנצן פעמפער פון אלע צוגעקלעבטע חלקים. אגב, נאכן קינוח והדחה טאר מען נישט צוריק פארמאכן די קלעבערס פון די זייטן, מען דארף דאס אוועקשליידערן אפענערהייט), א פאסטן וואס איך האב באקומען אלס קליין קינד, און האלט עס אן עד היום הזה מיט קלענערע און גרעסערע הפסקות אינדערמיט.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג יוני 23, 2011 2:22 pm

ביי מיר איז נישט פארהאן א כלל, ווענדט זיך כפי המצב ביי מיר און פארשטייט זיך אין שטוב.

וואס איך טו יעדע וואך איז אויסברענען די ליכט און צוגרייטן די בלעך און פון דארט קען עס גיין ביז עפענען פעמפערס, קערן די פלאר און ארויף ביז וואשן די פלאר. אזוי אויך נעם איך אסאך מאל ארויס די געזונדל אויפן גאס פאר א שטיק צייט קען מען דערווייל אינדערהיים צוגרייטן דעם שבת אן טיילן אינדערמיט טרינקן, קוקיס, בענענעס, שפילצייג וכו'.

געווען צייטן ווען ס'רעבעצין האט געארבייט און איך בין געווען פריי פרייטאג, דאן פלעג איך אויך אפקאכן מער ווייניגער דעם גאנצן שבת.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג יוני 23, 2011 2:25 pm

אז דער מייסד בעט,
איך טיה כמעט אלע פונקציעס וואס די האסט אויסגערעכנט, פלאס אויב די בני בית איז צו פארנומען קען מען זיך ארויפשארן די ארבעל אין טיהן אלעס(אין טאקע אלעס)וואס פעלט אויס,

אין ווען ס'דא צייט קען מען אפילו צושטעלן א יאפטשיק לכבוד שבת.

----

משה האקט אריין, ער זאגט די זעלבע זאך, האב איך שוין א שותף
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דאנארשטאג יוני 23, 2011 5:04 pm

איך פלעג טוהן כמעט אלעס פונעם אפקאכן ביזן אויפוואשן די פלאר אין אנגרייטן די טיש
אבער אזוי ווי איך ענדיג זייער שפעט ארבעטן גרייט מען שוין נאר אן די טישטוך די לעכט די האטפלעט די שבת זייגערס
חוץ ווען דאס ווייב איז נישט ביכולת וואס דעמאלטס איז אלעס ווי אמאל אין מען קימט טאקע אן צום זמן
אבער פעמפערס עפען איך נישט אויף
איך האב אמאל געהערט ביי א שיעור אויף הלכות שבת אז עס איז היינט נישט קיין שאלה
איך געדענק נישט פארוואס אויב איינער ווייסט ביטע ארויפלייגן
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 5:41 pm

איך גיי אסאך מאל אין גראסערי מיט די קליינע
אזוי די ב"ב קענען רואיגערהייט צוגרייטן דעם שבת
אחוץ די געווענדליכע פונקציעס פון א מאן: בלעך, ליכט,

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 5:42 pm

leiby האט געשריבן:
אין ווען ס'דא צייט קען מען אפילו צושטעלן א יאפטשיק לכבוד שבת.

----



געב אהער א גיטע רעסעפי

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דאנארשטאג יוני 23, 2011 5:43 pm

צים פינטעל האט געשריבן:אחוץ די געווענדליכע פונקציעס פון א מאן: בלעך, ליכט

קענסט צולייגן "טשולענט", איך מיין אז ביי רוב אירע פארעט זיך דער מאן מיטן טשולענט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 5:50 pm

כפי הענין.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג יוני 23, 2011 7:30 pm

מיין מאמע פלעגט זאגען אז די גרעסטע הילף וואס איך קען געבען. איז נישט צו שטיין און וועג, אין ארויס גיין פון הויז
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:00 pm

איך טו כמעט גארנישט.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:15 pm

זיס האט געשריבן:איך טו כמעט גארנישט.


הייטאכען?

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:25 pm

ביי מיר איז דאס צוגרייטען צום שבת גאר א ערנסטע זאך, איך האב גאר אסאך פונקציעס צוצולייגען א האנט צו די הכנות, בראש וראשון מיטן קאכען, וואו נאר איך קום אהיים פון ארבעט בין איך גראד און קאך, די ערשטע זאך נעם איך מיך צום קוגעל, דערנאך צום טשאלענט, וואו נאר כאגעענדיגט פארזיכען פון ביידע און געגעבן מיין הסכמה אדער הערה דערויף גיי איך טאקע צו צום סאמע צולייגען, איך לייג מיך צו פאר אפאר שעה לכבוד שבת קודש, דא און דארט האב איך נאך א ערנסטע פונקציע, דאסיז שרייען אויף די קינדער אז זיי זאלען פאלגען, און אויך העלף איך גאר שטארק ארויס מיטן בעיביסיטען די קליינע בשעת די ב"ב וואשט זיך ארום לכבוד שבת, אויך לייג איך אליין אוועק מיינע וועש, איך פיץ אליין מיינע שיך, און אויך מאכעך די לעכט מיט די קנויטען, נאך אזויפיל צאמארבעטן קום איך אהן צום שבת וואו א הרוג עקד"ה, נאכאמאזעל מ'באקומט א נשמה יתירה אזוי קעמענעס איבערלעבן....
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:26 pm

און וואס טוט זיך מיט מוצ"ש?

--------
יאכעס האקט
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:31 pm

מיר העלפן ווייניג, נישט ערב שבת און נישט מוצאי שבת.

אבער איין זאך האב איך איינגעזען, אז די חברה דארפן נישט אזוי שטארק דיין פערזענליכע הילף ווי זיי דארפן "דיר" אליין. זיי דארפן שפירן אז זיי האבן א וואונקל אין הארץ פאר איר, און דאן דארפן זיי שוין נישט די הילף. דאס איז וואס איך שטעל צו אין שטוב און מען שפירט ניטאמאל אז איך העלף נישט.

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:34 pm

זי דארף נישט דיין הילף ווייל זי זעהט אז די האסט נישט קיין חשק צוהעלפן
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:36 pm

...

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:37 pm

זיס האט געשריבן:...

............................
גענוג?
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:39 pm

[quote="מוישע_יאכעס"] איך לייג מיך צו פאר אפאר שעה לכבוד שבת קודש,quote]
דערמאנסט מיר פין מיינע בחור'ישע יארן, נאך די חתונה זעה איך נישט ווי ס'זאל זיין א מעגליכקייט דערצו.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:41 pm

זיס, העלפן מיט די הכנות לכבוד שבת האט נישט בלויז מיט שלום בית.

עס איז דא מצוה פון אנגרייטן לכבוד שבת, די שלום בית דערפון איז נאר אן עקסטערע קרעדיט...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:44 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:זיס, העלפן מיט די הכנות לכבוד שבת האט נישט בלויז מיט שלום בית.

עס איז דא מצוה פון אנגרייטן לכבוד שבת, די שלום בית דערפון איז נאר אן עקסטערע קרעדיט...


עס איז דאך דא אזעלעכע וואס זייער העלפ איז ווען זיי שטייען נישט אין וועג
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 23, 2011 9:03 pm

קרעמער, איך בין מחנך מיינע קינדער ווי דיין טאטע האט דיר מחנך געווען

איך האב מכבד געווען מיין אינגל מיט עפענען די פעמפער'ס

ואידך, מען גרייט אן דעם טשאלענט, מען שטעלט צו די בלעך, מען ברענט אפ די לעכט, מען שטעלט אן די שבת זייגער'ס, מען פילט אן דעם סאמאוואר, מען טרייבט די קינדער אין בעט אריין (בפרט יעצט זומער)
און פארשטייט זיך וואס משה יאכעס טוט פרוביר איך מקפיד צו זיין דערויף, בפרט דאס שינה בערב שבת תענוג
ואגב אורחא דערמאן איך מיך א ווארט וואס איך האב געהערט אמאל פונעם טשאקעווער רב ר' נפתלי האלבערשטאם בעל דברי נפתלי בשם דעם ישמח משה א טעם פארוואס מען לייגט זיך אראפ פרייטאג נאכמיטאג, ווייל שבת איז מעין עולם הבא און שינה איז מעין מיתה, און פונקט ווי ווען מען גייט אריבער צו עולם הבא איז עס דורך מיתה, דאס זעלבע ווען מען גייט צו מעין עולם הבא איז עס דורך מעין מיתה, ודפח"ח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » דאנארשטאג יוני 23, 2011 9:21 pm

איך פרוביר צו טוהן דאס מערסטע ס'שיייך צו העלפן, אין דעם איז אריינגערעכענט אנגרייטן די ליכט, אויפוועקיומען די פלאר, אפוואשן די געשיר און ארויסנעמען די קינדער אז די מאמע זאל קענען ארבעטן אומגעשטערט,

דאס אלעס איז זומער ווען מען קומט אהיים גענוג פרי פון די ארבעט, ווינטער קעמען אמאל אהיימקומען א שעה מיט א האלב פארן זמן דעמאלטס גרייטעך נאר אן די ליכט,

שלאפן? מאן דכר שמי', אויב האבעך איבריג צייט בינעך מעביר סדרה

מי יודע א שיין ווארט
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג יוני 23, 2011 9:25 pm

אויפשטיין פרי אנצוגרייטן לכבוד שבת שטייט אין שו"ע פארן מאן, נישט פארן פרוי.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » דאנארשטאג יוני 23, 2011 9:29 pm

אסאך זאכן זענען היינט פארדרייט פון וואס עס שטייט,

אין די כתובה שטייט אז דער מאן זאל ברענגען פרנסה און די פרוי זאל טאן די שטוב ארבעט, היינט שטעלט מען די מענער וואשן געשיר און וועש און די פרוי גייט ארבעטן

צוריק צום ענין
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג יוני 23, 2011 11:34 pm

איך גרייט אן די ליכט, און שטעל אן די לייט'ס, עירקאנדישאן'ס, און איך גיב אבאכט אויף די קינדערלעך אז די בני בית זאל קענען ענדיגן די נויטיגע הכנות (צומאל ווען עס פעלט אויס טו איך נאך זאכן).

דער אמת איז אז איך וואלט געדארפט מער טון, און יישר כח קרעמער פארן מיר מאכן טראכטן.

קרעמער האט געשריבן:און מען וועט זיך האפנטליך קענען אפלערנען איינער פונעם אנדערן וואס און וויאזוי צו העלפן אנגרייטן דעם שטוב לכבוד שבת.

איך האף אויך אזוי.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט