בלאט 425 פון 435

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:54 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
קו הישר האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:לעגאו מענטשעלע... בגמטרי'... אשת חיל :roll:

א שטאלץ פאר די משפחה.

wow גוט צוגעטראפן ווייל ס'אויך בגמטרי' "לפאר המשפחה"

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 12:21 am
דורך שמארטיקל
דממה דקה האט געשריבן:צום ערשטן מאל אין לאנגע יארן וואס איך זעה אין גראסערי ליקאריש מיט די הכשר פון התאחדות


צ/ק

איך פארטיליג יעצט איטליכע פון זיי

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 12:35 am
דורך שפיגליצקי
צ/ק

1) איטליכע מיינט בלע"ז איטש, אויב מיינט איר עטליכע דאן שרייבט מען עטליכע.

2) ס'א שאלה פון א ברכה.

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 8:29 am
דורך אויפגעפרישט
צ/ש

ער עסט איינס אויפאמאל

ער האט געמאכט די ברכה אויף א גלעזל וואסער

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 10:01 am
דורך שמארטיקל
צ/ק

איצטערט (שפיגליצקעלע ווען שרייבט מען איצטערט?) לאזן זיי מיך נישט ציריה. צוריה? צורוה? צירוה? צו רוה? צירי צורי וגואלי צירל צרה...

יוי, איך שרייב נאך? זעה פריוויא... שיק...

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 10:08 am
דורך Think and Thank
ש'טא קיין י' אין צורוה.

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 10:48 am
דורך אוראייניקל
Think and Thank האט געשריבן:ש'טא קיין י' אין צורוה.

אויך נישט קיין ז'

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 12:12 pm
דורך פאראינטערסירט
שמארטיקל האט געשריבן:צ/ק

איצטערט (שפיגליצקעלע ווען שרייבט מען איצטערט?) לאזן זיי מיך נישט ציריה. צוריה? צורוה? צירוה? צו רוה? צירי צורי וגואלי צירל צרה...

יוי, איך שרייב נאך? זעה פריוויא... שיק...

וועסט אראפנעמען דאס פליג'ל (נדנ) פון דיין אוועטער וועלן זיי דיר צורוה לאזן...
בילד

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 1:31 pm
דורך שפיגליצקי
שמארטיקל האט געשריבן:צ/ק

איצטערט (שפיגליצקעלע ווען שרייבט מען איצטערט?) לאזן זיי מיך נישט ציריה. צוריה? צורוה? צירוה? צו רוה? צירי צורי וגואלי צירל צרה...

יוי, איך שרייב נאך? זעה פריוויא... שיק...

שיק אריין נאך אפאר חברה זאלן ארויסטרייבן די אלטע.

ש'טא קיין כלל ווען מ'שרייבט איצטערט.

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 4:14 pm
דורך nmi
צ/ק .......נפש כל חי ברוך חי העולמים. א גאנצע בעג פאפקארן האמער אריינגעריקט. פיין. העמער זיך גיין שערן און גיין אין מקוה. ביי ביי

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 7:20 pm
דורך דממה דקה
און איך בין מדריך די מדריך פון די מדריכים.

געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2019 11:53 pm
דורך לכאורה
nmi האט געשריבן:צ/ק .......נפש כל חי ברוך חי העולמים. א גאנצע בעג פאפקארן האמער אריינגעריקט. פיין. העמער זיך גיין שערן און גיין אין מקוה. ביי ביי

דער מאגען האט געזינגען זמירות פרייטאג צונאכטס אדער שבת צופרי?

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 4:04 pm
דורך נו גוט נו שוין
אהאנגז"א

דאס בילד פונעם הייליגן ריבניצער צדיק, וואס איז דא לעצטנטס ארויסגעוואקסן, שטערט מיר געפערליך שטארק....

איין מעשה וואס הרב רוטנער פארציילט, בענין בילדער, געדענק איך יעצט, אז דער רבי האט געהאט א נאנטע קרוב א צובראכענע פרוי, וואס פלעגט כאפן בילדער, ווי זי איז נאר אנגעקומען, איינמאל ביי א שמחה ווי דער הייליגער ריבניצער איז אנוועזנד געווען, האט זי געטון ווי איר געוואוינהייט, און דער רבי האט איר גארנישט געוואלט זאגן, כדי איר נישט וויי צוטון,
פארציילט הרב רוטנער אז ער האט אבער באמערקט אז יעדעס מאל וואס זי נעמט א בילד, גיט דער רבי א שמייכל, און ס'איז אים געווען זייער אויפפאלנד! געוויינדליך לאזט ער בשום אופן נישט כאפן, און דא שמייכלט ער נאך?! מילא די פרוי קען מען נישט וויי טון, אבער ולשמחה מה זו עושה.
שפעטער ווען מ'האט דעוועלעפט דעם פילם , האט ער געזען אז אויף אלע בילדער, אויפן פלאץ ווי דער רבי איז געווען, איז אויסגעמעקט זיין פנים!!!
האט ער שוין פארשטאנען דעם שמייכל...

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 6:03 pm
דורך שמארטיקל
ווי זענען די בילדער??

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 6:05 pm
דורך שמארטיקל
צ/ק

פארברענגן איז ליידיג.......

בין איך די איינציגסטער וואס איז באורד הייַנט?????

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 11:38 am
דורך אדער יא
צ\ק
די ערשטע למ"ד פון הלילה קומט מיט א פתח.

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 1:11 pm
דורך גרעסער
אדער יא האט געשריבן:צ\ק
די ערשטע למ"ד פון הלילה קומט מיט א פתח.

צ\ק
אז די זעלבע מוסד זאגט רבותֵי מיר וועלן בענטשן

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 1:22 pm
דורך ניס קראכער
גרעסער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:צ\ק
די ערשטע למ"ד פון הלילה קומט מיט א פתח.

צ\ק
אז די זעלבע מוסד זאגט רבותֵי מיר וועלן בענטשן

צ/ק
אז דער זעלבער רעדנער וועט היינט צום דריטן מאל געבן א ערשטמאליגע אויפטריט...

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 7:49 pm
דורך פאקטען
אז.. די קוואוטעריי אין די לערנען בחורים לייגן א ראבער אין די בארד אשכול איז געפערליך

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 7:53 pm
דורך שפיגליצקי
צ/ק

איך בין זייער צוטראגן פון דער טראגעדיע וואס האט היינט פאסירט.

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 9:51 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
צ/ק
אז דו ביזט נישט דער איינציגסטער...

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 10:21 pm
דורך נו גוט נו שוין
פאקטען האט געשריבן:אז.. די קוואוטעריי אין די לערנען בחורים לייגן א ראבער אין די בארד אשכול איז געפערליך


שוין געווארט איינער זאל זיך אנרופן...

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 12:55 am
דורך shimon7323
צ\ק

עס באדערט מיר שטארק ווען ניקים לייגען בילדער אדער ציטירן שטיקלעך פון ספרי קודש נישט און פארברענגען אדער קרעטשמע אשכולות.

מאכט זיך זיכער ביי אנדערע אויך אז מען ליינט עס און ביהכ"ס.

ועל כן באתי לעורר

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 6:26 pm
דורך אוראייניקל
shimon7323 האט געשריבן:צ\ק

עס באדערט מיר שטארק ווען ניקים לייגען בילדער אדער ציטירן שטיקלעך פון ספרי קודש נישט און פארברענגען אדער קרעטשמע אשכולות.

מאכט זיך זיכער ביי אנדערע אויך אז מען ליינט עס און ביהכ"ס.

ועל כן באתי לעורר

viewtopic.php?f=3&t=39408

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:46 pm
דורך יוראפ
תתחדש