איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 3:59 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אויב דו רייכערסט א ציגארעטל, האסטו אמאל אריינגעטראכט וואו דיין רויעך גייט?

ווען דו שטייסט נעבן דיין קאר וואס איז יעצט פונקט אין א פרעמדער גאס, אין א פרעמדער שטאט, וואס דו קענסט קוים, רעדנדיג אויפן טעלעפאון און ארויסבלאזנדיג געמיטלעך רויעך פון פארברענטע קעמיקאלן, האסטו געטראכט וואו עס גייט? האסטו געטראכט אז ר' משה וואס זיצט זיך אין זיין הויז צענדליגער פיס אוועק פון דיר גייט פאר די קומענדיגע פאר שעה אטעמען דיין ארויסבלאזנדער רויעך?

דיין רויעך וואס דו בלאזט ארויס פון דיינע לונגען לאזט זיך פירן פון נאטור, עס בלייבט נישט זיצן נאר ארום דיר, נאר עס טרעוולט. עס קריכט. ווער גייט עס יעצט אריינאטעמען, האסט געטראכט? דו מיינסט אז דיין רויעך ווערט בטל ומבוטל ווי נאר דו טרעטס אפ דעם אפגענוצטן ציגארעטל מיט דיין שיך? ידוע תדע אז די גאנצע לופט ארום דיר פאר צענדליגער פיס ווערט יעצט אנגעפעסטעוועטט פאר די קומענדיגע פאר שעה. און דאס גייען יעצט מענטשן אטעמען בהכרח גמור. אזו שטארק פעלט עס אויס?

דיינע לונגען זענען פרישע לינגען וואס השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו האט דיך געגעבן ביז דיינע הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט, דיין בני בית אויכעט. יעצט, מוזטו דען רייכערן? וואלט זיך נישט געלוינט אז דו זאלסט הנאה האבן פון געזונט, אנשטאט פון ציגארעטל? איז דען נישט ענדערש הנאה צו האבן פון פרישע ריינע לופט ווי איידער פארפעסטעטע לופט?

מענטשן גייען שפאצירן אין וואלד צווישן די ביימער, איז, אנשטאט ארויסצונעמען דעם ציגארעטל צו אריינאטעמען קעמיקאלן, אטעם אריין לופט גראד פון השי"ת אליין.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 4:18 pm

;l;p-
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 7:55 am

לכבוד מיינע הויכגעשעצטע גוישע שכנים. נעכטן האב איך געזעהן ענקערע קינדער גייען אנגעטון מיט דיקע מאנטלעך (ווען ס'איז געווען אין די הויכע 60°s) וואס לכאורה קומט דאס פון די עדזשוקעשען וואס עטס האטס באקומען ווען עטס זענטס געווען אין סקול און איך טוה דאס שטארק ארויפקוקן אז עטס נעמטס גוט קער פון די קינדער.

איך וויל אבער ארויסברענגן א פוינט וואס איך האלט אז ס'איז וויכטיג עטס זאלטס וויסן. אין די לעצטערע יארן האב איך אפט געזעהן אז אין די גאר קאלטע טעג גייען ענק מיט די קינדער אין גאס, אדער ווען זיי קומען אראפ פון באס נאך סקול זענען זיי נישט אינגאנצן אנגעפעלצט און צומאל האלטן זיי די מאנטלען אין די הענט בעת ס'איז 20 דעגרי וואס איז ביטער קאלט פאר א קינד. מיין איך אז ס'וואלט געווען כדאי אז עטס זאלטס נאכנישט אוועק לייגן די דיקע מאנטלעך מיט וואס זיי זענען נעכטן געגאנגן ווייל די ווינטער האט זיך נאכנישט געענדיגט און זיי קענען עס נאך ענדזשויען.

ווי עס שרייבט מיט ליבשאפט א יוד פון ענקער נעיבער-הוד.
All the best
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 11:42 am

צק
א סקרו קען מענישט אריין האקן מיט א האמער..

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 2:16 pm

נישט פשוט האט געשריבן:צק
א סקרו קען מענישט אריין האקן מיט א האמער..

;l;p- דאס איז א טייער ווארט. עס קען אסאך צוניץ קומען.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:26 pm

קו הישר האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:צק
א סקרו קען מענישט אריין האקן מיט א האמער..

;l;p- דאס איז א טייער ווארט. עס קען אסאך צוניץ קומען.

זייער גוט! זייער גוט! אויסטערליש! דאס קען שוין ריפלעיסן די אלטע ווארט: מיין קאפ איז רינדעכיג און וואס דו זאגסט מיר איז פיר עקעדיג.
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:49 am

צ/ק

דער וואס האט מיר אויפגעהאלטן ביז ממש יעצט מיינענדיג אז ער איז גע'הרג'ט זיס, האט נישט קיין שמץ נשיאות חן אין זיך.

ווער עס קען זאל אים איבערגעבן, שכח.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:19 pm

אויב דיין שערער פאנגט אן צו קאמפלענען אין מיטן דיר שערן אז דיין שעור איז צו גרויס אדער אז ס'האט שוואנצעס מיינט עס עפי'ר אז ער איז דיר שוין אריינגעפארן...

וואס מ'דארף טון נעקסט סטעפ איז אז מ'ברויך זייער אבאכט געבן נישט צו צורירן צום פיאות ביז דו קומסט אן אין שאוער. ווייל אויב די שערער און די ארומיגע זעהן ווי ס'פליט אראפ גאנצעטע שטיקער פיאות איז די בושות (פארן שערער) איום ונורא. אויב האלסטו אז ער האט דיר מיס מסדר געווען אדער אז ער קען (נאכ)נישט שערן, גיי צו צום שמש און זאג עס אים אדער קום דיר אדורך מיט אים פריוואט נאך שבת/יו"ט.

געדענק: מ'האלט מיר פארן יום הדין און מ'ברויך מיר א באנטש זכותים און נישט דאס פארקערטע ר"ל

א גוט שבת
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:30 pm

וואו פעסטער רב זאגט אז ווען דער דענטיסט זאגט אָאָפּס ווייסט ער אז א ציין איז אינדערויסן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט