בלאט 62 פון 117

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 2:00 pm
דורך מיסטעריעז
קאמפיוטער, כ׳האב זייער רחמנות אויף דיר, ביסט עכט באקרידעוועט פון די גרויזאמע אייוועלט דיקטאטור רעזשים.
ביי טראמפ זענען זיי ספעציעל קעגן דיר, ביי דיינע גדולים זענען זיי דוקא דערקעגן.
כ׳פיל דיין פיין.
מיינע טראכטונגען און פרעפלען זענען אין דיין עהרע.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 2:59 pm
דורך וויכטיג מאכער
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:קודם כל עס קען נישט גיין ווייל עס ליגט אין אקטועלע נייעס
נאומבער צוויי עס איז נישט אונזער אחריות אויב איינער וויל מבזה זיין א תלמוד חכם געבויט אויף ליגנטס



בקיצור, דו עגריסט אז סיז דא וואס האלטן אנדערש, און ביי דיר איזעס ליגענט... יעצט זאג מיר אז דו ווילסט זעהן די דיבעיט דא... איא?

ביי מיר איז עס ליגנט ווייל דער פון ווי די ליגנט שטאמט האט מודה געווען אז עס איז ליגנט



איך הער וואס דו זאגסט, די פראבלעם איז טאקע דאס, ביי דיר איז דאס ליגענט און ביי אנדערע נישט, ווילסט די הנהלה זאל זיך אננעמען פאר דיר אדער פאר די וואס האלטן אנדערש?

זיי ווילן פשוט נישט זיין אינוואלווד!

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 3:37 pm
דורך פאראינטערסירט
מיסטעריעז האט געשריבן:קאמפיוטער, כ׳האב זייער רחמנות אויף דיר, ביסט עכט באקרידעוועט פון די גרויזאמע אייוועלט דיקטאטור רעזשים.
ביי טראמפ זענען זיי ספעציעל קעגן דיר, ביי דיינע גדולים זענען זיי דוקא דערקעגן.
כ׳פיל דיין פיין.
מיינע טראכטונגען און פרעפלען זענען אין דיין עהרע.

:grin:

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 5:35 pm
דורך שמואל בארג
רבותי, די שבעה זיך שוין גענדיגט, מ'קען שוין צוריקגיין צו די חנוכה פארטי'ס, און אפאטעמען פון די שווערע טרויער טעג אונטער די אייוועלט רעזשים.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 5:54 pm
דורך לחם לשובע
שוין, א שאד בכלל זיך צי טענה'נען מיט די חברה, נישטא וואס צי טוהן, לויט סאכדעס איז די רעכט צי שרייבען שבח אויף א איד, פונקט ווי די רעכט צי שרייבען שמוץ און בזיון חכמים וואס איז רעכטע אפיקורסות. און אז דער טאר נישט מעג דער אויך נישט, ביי איהם איז נישטא קיין חזקת כשרות וכדומה, די מער ווי 50 פראצענט אייוועלט גליטשער'ס (וואס איז פון די מינאריטעט פון די אלעמיינער חרדי'שער גאס) וועט שטערן אז מען שרייבט שבח פון א מענטש וואס זיי אליין ווייסען נישט וואס די פראבלעם אויף יענער איז, איי, זאלן זיי נישט עפענען די אשכול, גיי פארשטיי...

זאלן זיי נאר זאגן איינמאל פאר אלעמאל, איז דאס א סאטמארע פארום, אדער מיועד אויך פאר די אלגעמיין גאס? די אלגעמיינער חרדי'שער ציבור גלייבט אין די גדול, און אויב איינעם שטערט עס איז דאס נישט קיין סיבה, פונקט ווי מען שטעלט נישט אפ קיין קריטיקירער קגן טראמפ ווייל מייסטענס ניק'ס זענען טראמפ שטיצער...

אלנספאל, דאנק איך די הנהלה אז עכ"פ שמוץ לאזן זיי נישט ציה, טראץ זייער באלאנגונג צי סאטמאר

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 5:56 pm
דורך לחם לשובע
מען דארף נאר איבער קוקען וואס אייוועלט'ס פאליסי איז געווען נאך די פטריה פון דער הייליגער בעש"ט און דער הייליגער ר"ר יונתן זי"ע, קאנווערסיאלע פיגור'ען...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 5:57 pm
דורך וויכטיג מאכער
זעהט אויס אז דו האסט געטוישט דיין מיינד... קודם איז א שאד די צייט, און פלוצלונג האסטע באשלאסן נאכאמאל אנצוהייבן... ענדזשוי...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 6:02 pm
דורך לחם לשובע
וויכטיג מאכער האט געשריבן:זעהט אויס אז דו האסט געטוישט דיין מיינד... קודם איז א שאד די צייט, און פלוצלונג האסטע באשלאסן נאכאמאל אנצוהייבן... ענדזשוי...

האסט שוין געצינדען? לויף שנעל צינדעל פאר ס'שפעט נאך קום אריין צוריק דעבאטירען...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 6:35 pm
דורך מר. גרין
מר. גרין האט געשריבן:די היינטיגע צענזור איז פונקט וואו ווען אמעריקא זאל ווען ענדיגן דאס באניץ פון ערעפלאנען נאך סעפטעמבער 11 אנשטאט דאס איינפירן אינטערזיכונגען.

בעיסעקלי מען האט פארשפארט א אשכול פון אן אדם גדול שבענקים צוליב וואס עטליכע דיסעגריען מיט זיין שטעלע אויף געוויסע ענינים.

אפילו די גדולים וואס האבן זיך מתנגד געווען מיט זיין שיטה זענען געקומען אפגעבן כבוד אחרון.

עס איז א טרויעדיגע טאג פאר כלל ישראל און עס איז א חרפה און בושה אז אנשטאט מעקן די רודפים האט מען ליבערשט געקנס'ט אלע נארמאלע מענטשן.

שטעלט אייך פאר ווען דער ווילנע גאון וואלט יעצט נפטר געווארן וויאזוי מ'וואלט עס געהענדעלט

בושה וחרפה וואס דא גייט פאר, און מען שפילט נאך דעם יושר טיקעט


מען מאלט דא 5 בלעטער פון וואסער בשעת ווען קיינער האט נישט נאר גענטפערט די בעיסיק שאלות
1. פארוואס קנס׳ט מען די מענטשן וואס בס״ה שרייבן פלעינע פאקטן און מען באלוינט דא די רודפים.
2. אויב די אשכול ווערט מיילא איבערגעקוקט האט מען דאך שוין געקענט האלטן קאנטראל
3. וואלט נישט געווען געניג א פאליסי נישט צו שרייבן בעניני צבא?
4. שאפראנער רב

איך פערזענליך וואלט געוואלט ליינען איבער זיין רייכע לעבענס היסטאריע , איבער זיינע פאסטענעס בעולם הישיבות, זיין קשר מיט פריעדיגע גדולי ישראל
זיין חיבורים און ספרים ועוד

ליידער איז דא מענטשן וואס אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביי די זעלבע ענין

מען וואלט לכל הדעות גידארפט מאכן א פאליסי נישט צו דערמאנען די איין נושא וואס מענטשן דא קענען נישט פארנעמען און דורכטוהן מיט נארמאלע טענער


אדערווייל האט מען דא דערשטיקט א האלה מיליאן מענטשן

עס איז צייט צו ריפלעיסען די וועלט (globe) אייקון פון די ווארט אייוועלט און אריינלייגן אנשטאט 2 שיינע טייטלביימער.. סתם אנרעדן מענטשן הייסט בלשון חז״ל הונאה

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 8:33 pm
דורך פאראינטערסירט
מר. גרין האט געשריבן:מען מאלט דא 5 בלעטער פון וואסער בשעת ווען קיינער האט נישט נאר גענטפערט די בעיסיק שאלות
1. פארוואס קנס׳ט מען די מענטשן וואס בס״ה שרייבן פלעינע פאקטן און מען באלוינט דא די רודפים.
פארוואס פאלט אייך נישט ביי, אז מ'קנס'ט אונז סאטמארע מיטן נישט לאזן אויסדרוקן די תורה טרייע מיינונג אויף דעם גדול.

2. אויב די אשכול ווערט מיילא איבערגעקוקט האט מען דאך שוין געקענט האלטן קאנטראל
ס'איז נישט קיין יושר צו לאזן נאר שבחים וואס וואלט וויי געטוהן פאר אסאך חברים דאהי, אפי' אויב זיי וואלטן נאר געווען א 5-10% פון די באנוצער דא, כ"ש ווען מ'רעדט דא פון א גרויסע רוב.

לדוגמא שטעל דיך פאר ווען מ'לאזט נישט קיין שמוץ ביי די יעגער-הייקינד קאמפיין נאר שבחים אויף יעגער/גרינפעלד... דאס הייסט גענומען א זייט!


3. וואלט נישט געווען געניג א פאליסי נישט צו שרייבן בעניני צבא?
קודם מיר סאטמארע זענען מחולק אויף נאך פון זיינע (לדעתינו פארדרייטע) שיטות!
און אפי' נאר איבער גיוס פארוואס זאל מען עס נישט מעגן ארויסברענגען כדי אוועקצונעמען די התפעלות פון זיין גדלות בתורה???


4. שאפראנער רב
איני מבין

איך פערזענליך וואלט געוואלט ליינען איבער זיין רייכע לעבענס היסטאריע , איבער זיינע פאסטענעס בעולם הישיבות, זיין קשר מיט פריעדיגע גדולי ישראל
זיין חיבורים און ספרים ועוד
און איך פערזענליך וואלט נישט געוואלט ליינען זיין היסטערי פון די לעצטע 20-25 יאר...

ואגב די טריקענע ביאגראפיע איז גראדע יא באשריבן דארטן


ליידער איז דא מענטשן וואס אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביי די זעלבע ענין

מען וואלט לכל הדעות גידארפט מאכן א פאליסי נישט צו דערמאנען די איין נושא וואס מענטשן דא קענען נישט פארנעמען און דורכטוהן מיט נארמאלע טענער
אויף דעם איז געמאכט די אקטועלע פארום צו באגרעניצן דאס אמפערייען

אדערווייל האט מען דא דערשטיקט א האלה מיליאן מענטשן
נישט אז עס מאכט איהם מער אדער ווייניגער, אבער פון די בילדער קוקט נישט אויס ווי עס איז דא דארט קיין גאנצע 100 אלפים, נאר ליבערשט סאך ווייניגער, באט עס כאפט נישט קיין נפקא מינה

עס איז צייט צו ריפלעיסען די וועלט (globe) אייקון פון די ווארט אייוועלט און אריינלייגן אנשטאט 2 שיינע טייטלביימער.. סתם אנרעדן מענטשן הייסט בלשון חז״ל הונאה
און משבח זײן מעשים לא טובים הייסט בלשון חז"ל....

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 8:49 pm
דורך יאצמעך
לחם לשובע האט געשריבן:לויט סאכדעס איז די רעכט צי שרייבען שבח אויף א איד, פונקט ווי די רעכט צי שרייבען שמוץ און בזיון חכמים וואס איז רעכטע אפיקורסות.


מער אפיקורסות ווי לייקענען אין ביאת המשיח??

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 8:57 pm
דורך ווישוואש
פאראינטערסירט האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:מען מאלט דא 5 בלעטער פון וואסער בשעת ווען קיינער האט נישט נאר גענטפערט די בעיסיק שאלות
1. פארוואס קנס׳ט מען די מענטשן וואס בס״ה שרייבן פלעינע פאקטן און מען באלוינט דא די רודפים.
פארוואס פאלט אייך נישט ביי, אז מ'קנס'ט אונז סאטמארע מיטן נישט לאזן אויסדרוקן די תורה טרייע מיינונג אויף דעם גדול.

2. אויב די אשכול ווערט מיילא איבערגעקוקט האט מען דאך שוין געקענט האלטן קאנטראל
ס'איז נישט קיין יושר צו לאזן נאר שבחים וואס וואלט וויי געטוהן פאר אסאך חברים דאהי, אפי' אויב זיי וואלטן נאר געווען א 5-10% פון די באנוצער דא, כ"ש ווען מ'רעדט דא פון א גרויסע רוב.

לדוגמא שטעל דיך פאר ווען מ'לאזט נישט קיין שמוץ ביי די יעגער-הייקינד קאמפיין נאר שבחים אויף יעגער/גרינפעלד... דאס הייסט גענומען א זייט!


3. וואלט נישט געווען געניג א פאליסי נישט צו שרייבן בעניני צבא?
קודם מיר סאטמארע זענען מחולק אויף נאך פון זיינע (לדעתינו פארדרייטע) שיטות!
און אפי' נאר איבער גיוס פארוואס זאל מען עס נישט מעגן ארויסברענגען כדי אוועקצונעמען די התפעלות פון זיין גדלות בתורה???


4. שאפראנער רב
איני מבין

איך פערזענליך וואלט געוואלט ליינען איבער זיין רייכע לעבענס היסטאריע , איבער זיינע פאסטענעס בעולם הישיבות, זיין קשר מיט פריעדיגע גדולי ישראל
זיין חיבורים און ספרים ועוד
און איך פערזענליך וואלט נישט געוואלט ליינען זיין היסטערי פון די לעצטע 20-25 יאר...

ואגב די טריקענע ביאגראפיע איז גראדע יא באשריבן דארטן


ליידער איז דא מענטשן וואס אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביי די זעלבע ענין

מען וואלט לכל הדעות גידארפט מאכן א פאליסי נישט צו דערמאנען די איין נושא וואס מענטשן דא קענען נישט פארנעמען און דורכטוהן מיט נארמאלע טענער
אויף דעם איז געמאכט די אקטועלע פארום צו באגרעניצן דאס אמפערייען

אדערווייל האט מען דא דערשטיקט א האלה מיליאן מענטשן
נישט אז עס מאכט איהם מער אדער ווייניגער, אבער פון די בילדער קוקט נישט אויס ווי עס איז דא דארט קיין גאנצע 100 אלפים, נאר ליבערשט סאך ווייניגער, באט עס כאפט נישט קיין נפקא מינה

עס איז צייט צו ריפלעיסען די וועלט (globe) אייקון פון די ווארט אייוועלט און אריינלייגן אנשטאט 2 שיינע טייטלביימער.. סתם אנרעדן מענטשן הייסט בלשון חז״ל הונאה
און משבח זײן מעשים לא טובים הייסט בלשון חז"ל....

האסטו דיין ענטפער מר. גרין.

האסט געוואלט אנ'חזיר'ן, ס'דיר געלונגען.

נאך עפעס שווער?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 10:23 pm
דורך שמואל בארג
יעדע פאר שעה הייבט זיך דאס אן פון אל"ף...

554.gif
554.gif (49.42 KiB) געזעהן 1438 מאל


(קרעדיט: זעליג)

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 11:57 pm
דורך מר. גרין
זעה מיין תגובה אין פערפעל
ווען נישט וואס מען רעדט דא פון א וועלטס פארלוסט וואלט איך בכלל נישט אועקגעגעבן פון מיין צייט דא מגיב צו זיין
נאר איך שפיר אז מאיז באמת באגעגאנגען א אומדערהערטע עוולה
און מפרובירט נאך אנצושטעלן א פנים וואו כאילו מ'האט נאך דא אזוי גערופענע שיטה איבער וויאזוי צו באהאנדלען די סיטאציעס


פאראינטערסירט האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:מען מאלט דא 5 בלעטער פון וואסער בשעת ווען קיינער האט נישט נאר גענטפערט די בעיסיק שאלות
1. פארוואס קנס׳ט מען די מענטשן וואס בס״ה שרייבן פלעינע פאקטן און מען באלוינט דא די רודפים.
פארוואס פאלט אייך נישט ביי, אז מ'קנס'ט אונז סאטמארע מיטן נישט לאזן אויסדרוקן די תורה טרייע מיינונג אויף דעם גדול.

באמת??
דא האלט מען שוין? דעיס אז מען לאזט נישט טויזענטער מענטשן שרייבן איבער זיין פערזענליכקייט [ללא להזכיר בענין גיוס וצבא] דאס איז די זעלבע וויי געטוהן וואו עטס וואס ווילן האקען אויף א מענטש וואס לכולא עלמא איז ער א גאון הגאונים און בס"ה האט ער געהאט א מיינונג וואס ענק זענען מחולק דערין - איר פארגלייכט די 2 ?
!

2. אויב די אשכול ווערט מיילא איבערגעקוקט האט מען דאך שוין געקענט האלטן קאנטראל
ס'איז נישט קיין יושר צו לאזן נאר שבחים וואס וואלט וויי געטוהן פאר אסאך חברים דאהי, אפי' אויב זיי וואלטן נאר געווען א 5-10% פון די באנוצער דא, כ"ש ווען מ'רעדט דא פון א גרויסע רוב.
][color=#BF00BF]זאג נאר מיט ר' משה פיינשטיין ז"ל האט איר אלעס מסכים געווען? מיטן ווילנא גאון האט איר אלעס מסכים געווען?
נאכאמאל - מען וועט נישט אנרירען די הייקעלע נושא פון גיוס/צבא און שלום על ישראל
און דער וואס קען ממש נישט צוקוקען צוליינען סיי וואספארא זאך וואס קען ארויסברענגען א דבר טוב פונעם גדול, האביך אן עצה- גיי צום נעקסטע אשכול

[/color]
לדוגמא שטעל דיך פאר ווען מ'לאזט נישט קיין שמוץ ביי די יעגער-הייקינד קאמפיין נאר שבחים אויף יעגער/גרינפעלד... דאס הייסט גענומען א זייט![/color]

3. וואלט נישט געווען געניג א פאליסי נישט צו שרייבן בעניני צבא?
קודם מיר סאטמארע זענען מחולק אויף נאך פון זיינע (לדעתינו פארדרייטע) שיטות!
און אפי' נאר איבער גיוס פארוואס זאל מען עס נישט מעגן ארויסברענגען כדי אוועקצונעמען די התפעלות פון זיין גדלות בתורה???

עיין תשובה על #2

4. שאפראנער רב
איני מבין
זאג נאר איינער האט דיך געבעטן זיך פארענטפערן בשם די מנהלים?
זיי פארשטייען זייער גוט מיין נקידה #4 והמבין יבין


איך פערזענליך וואלט געוואלט ליינען איבער זיין רייכע לעבענס היסטאריע , איבער זיינע פאסטענעס בעולם הישיבות, זיין קשר מיט פריעדיגע גדולי ישראל
זיין חיבורים און ספרים ועוד
און איך פערזענליך וואלט נישט געוואלט ליינען זיין היסטערי פון די לעצטע 20-25 יאר...
[color=#BF0080]
[color=#BF00BF]קענסט געזינטערהייט גיין צום די אנדערע 100 אשכולים וואס זענען דאן אלע תרי"ג מצוות וויאזוי עס שטומט מיטן שיטה - לאז אבער א צווייטן אויכעט לעבן בבקשה

[/color]ואגב די טריקענע ביאגראפיע איז גראדע יא באשריבן דארטן[/color]

ליידער איז דא מענטשן וואס אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביי די זעלבע ענין

מען וואלט לכל הדעות גידארפט מאכן א פאליסי נישט צו דערמאנען די איין נושא וואס מענטשן דא קענען נישט פארנעמען און דורכטוהן מיט נארמאלע טענער
אויף דעם איז געמאכט די אקטועלע פארום צו באגרעניצן דאס אמפערייען

אקטועלע נייעס אשכול האט מען ניטאמאל געמעגט דערמאנען זיין ביאגראפע - נאך ערגער פון קולמע וואס פארציילט כאטשיק וויפיל חברה האבן גע'חלשט ביין לווי'
אדערווייל האט מען דא דערשטיקט א האלב מיליאן מענטשן

נישט אז עס מאכט איהם מער אדער ווייניגער, אבער פון די בילדער קוקט נישט אויס ווי עס איז דא דארט קיין גאנצע 100 אלפים, נאר ליבערשט סאך ווייניגער, באט עס כאפט נישט קיין נפקא מינה

אפגעפאסקענט - כדארף מיך יעצט טענן מיט דיינע קליגע אויגן / זאג נאר ר' עובדי האט אויך נישט געהאט קיין 800 טויזענט?

עס איז צייט צו ריפלעיסען די וועלט (globe) אייקון פון די ווארט אייוועלט און אריינלייגן אנשטאט 2 שיינע טייטלביימער.. סתם אנרעדן מענטשן הייסט בלשון חז״ל הונאה
און משבח זײן מעשים לא טובים הייסט בלשון חז"ל....

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:06 am
דורך מר. גרין
בדרך אגב
איך האב אין די לעצטע שעות באקומען אסאך בריווען אין אישי פון אסאך אנגעזעהער ניקים וואס עס טוט זיי וויי וואס מען האט דא געטוהן ( יא וויכי, כ'קען מיך פארמעסטן מיט דיינע ייש"כ אין אישי)
יותר ממה שכתבתי יש לי אבער כהאב מורא אז ענקער הערצער און אויערן זענען פארשטאפט

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:11 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
פאראינטערסירט האט געשריבן: פארוואס פאלט אייך נישט ביי, אז מ'קנס'ט אונז סאטמארע מיטן נישט לאזן אויסדרוקן די תורה טרייע מיינונג אויף דעם גדול.
.[/color]
[/quote]
פון ווי ווייסטו וואס די תורה טרייע מיינונג אויף אים איז למעשה האט מען פארקויפט ליגנט אויף אים און ער האט במשך די יארן ארויס געגעבען אפאר בריוו מיט זיין אמתע דעה אויף נחל און אנדערע זאכען פאר ווער עס איז אינטערעסירט צו הערען זיין זייט פלאס די מייסד פון נחל האט געזאגט בעסער געזאגט מודה געווען אין א אינטערוויוו פון ווי ער האט געבויט זיין ליגנט
סאו זיי נישט אזוי זיכער אז די תורה איז אויף דיין זייט

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:53 am
דורך א נעכטיגן טאג
איינער ווייסט פארוואס מ'טענהט זיך נאך???
איך רעד נישט פון דע וואס זענען נישט מסכים מיט די באשלוס פון די הנהלה, זיי מיינען דאך נאָר זיין כבוד התורה, אבער די אנדערע וואס איז נאך דא זיך צו טענה'ן, אלעס איז זייער קלאר פארענטפערט

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:04 am
דורך ווישוואש
איינער וויל אפשר טוישן די קעפל צו 'דעבאטעס איבער הרב שטיינמאן ז"ל'?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 3:57 am
דורך לחם לשובע
@יאצמעך מאלט איבער די שקרנישע עלילות וואס יעדער וואס האט א ביסל שכל פארשטייט עס איז א פאלע שקר, אבער אזוי גייט עס ביי די חברה קען מען אלעס פארקויפען.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 5:13 am
דורך רה''ק דקהל פורים
@לחם, איז מען בכלל בארעכטיגט צו א דיעה אנדערש ווי דיר, אדער דו ביזט דער אויסשליסליכער דיקטאטאר וויאזוי מען מעג טראכטן?

אויב מעג מען נישט טראכטן/האלטן אנדערש ווי דיר, דאן עפן אויף א סייט וואו דו ביזט דער אויסשליסליכער בעה''ב, און אויב איינער טרויעט זיך צו זיין מחולק מיט דיין מיינונג זאלסטו אים תיכף חוסם זיין אויף טויזנט יאר.

אויב מעג מען יא האלטן אנדערש ווי דיר, זאלסטו וויסן אז עס זענען טאקע דא מענטשן וואס נוצן אויס די רעכט וואס דו האסט מיט גרויס גענאדיגקייט זיי געשאנקען, און האלטן טאקע אנדערש ווי דיר. און אמת דו האלטסט טאקע אז זיי זענען בלא בלא בלא, אבער זיי האלטן - מיט דיין רשות - גענוי די זעלבע אויף דיין מיינונג. דעריבער איז אונטערדרוקן איין מיינונג און יא לאזן די צווייטע נישט גערעכט.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 5:16 am
דורך רה''ק דקהל פורים
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן: פארוואס פאלט אייך נישט ביי, אז מ'קנס'ט אונז סאטמארע מיטן נישט לאזן אויסדרוקן די תורה טרייע מיינונג אויף דעם גדול.
.[/color]

פון ווי ווייסטו וואס די תורה טרייע מיינונג אויף אים איז למעשה האט מען פארקויפט ליגנט אויף אים און ער האט במשך די יארן ארויס געגעבען אפאר בריוו מיט זיין אמתע דעה אויף נחל און אנדערע זאכען פאר ווער עס איז אינטערעסירט צו הערען זיין זייט פלאס די מייסד פון נחל האט געזאגט בעסער געזאגט מודה געווען אין א אינטערוויוו פון ווי ער האט געבויט זיין ליגנט
סאו זיי נישט אזוי זיכער אז די תורה איז אויף דיין זייט[/quote]
יא זיכער נישט זיכער, למעשה איז דאס זיין ענדגילטיגע מיינוג פונקט ווי דיין ענדגילטיגע מיינונג איז גענוי פארקערט, דעריבער איז נישט קיין יושר צו ערלויבן נאר איין זייט צו רעדן.
אגב, איך האב שוין געהערט פון כמה נישט סאטמארע (א סקווערער, א בעלזער, א באבובער און א וויזניצער טו בי עקזעקט) וואס האלטן אביסל אנדערש ווי אייך איבער רב שטיינמאן, ממילא זייט נישט אזוי זיכער אז 'די וועלט' איז מיט אייך.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 9:35 am
דורך ווישוואש
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:אגב, איך האב שוין געהערט פון כמה נישט סאטמארע (א סקווערער, א בעלזער, א באבובער און א וויזניצער טו בי עקזעקט) וואס האלטן אביסל אנדערש ווי אייך איבער רב שטיינמאן, ממילא זייט נישט אזוי זיכער אז 'די וועלט' איז מיט אייך.

גא''מ מיט א גערער.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 10:16 am
דורך איסר האטלקי
א נעכטיגן טאג האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס מ'טענהט זיך נאך???
איך רעד נישט פון דע וואס זענען מסכים מיט די באשלוס פון די הנהלה, זיי מיינען דאך נאָר די ריינקייט פונעם פלאץ. אבער די אנדערע וואס איז נאך דא זיך צו טענה'ן, אלעס איז זייער קלאר פארענטפערט

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 11:38 am
דורך מים שלנו
אפשר עפענט מען עס פאר איין טאג און ונזכה ונחיה אויב עס לוינט און פאר וועם......

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:30 pm
דורך פאראינטערסירט
נאך א פשט אין קרעמער אז מ'זאל נישט שרייבן קיין שבחים, ווייל אז מ'וועט ווען יא שרייבן וואלט איך געברענגט די שבחים וואס זענען געזאגט געווארן דורך ראשי ונציגי המדינה, וראשי גדודי הצה"ל. וד"ל