אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג מארטש 11, 2012 7:40 am

עיין היטב וועסטו זעהן אז די שרייבער'ס זענען אמת'דיג איבערצייגט
וזה כוחה של פאליטיק, אז דער מענטש מיינט אמת'דיג אז "זיינס" איז אלעמאל די בעסטע
ראיתי כל השלשה, ויש בזה מה שאין בזה, ואסתגר בזה
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 11, 2012 12:41 pm

וויפיל נאך אשכולות גייען אפירקומען איבער די מעחייקעס..?

שוין געווען דא א צענדליג אשכולות איבער דעם שמועס. קומט א נייער פרישער און הייבט אן אודך פון אנהויב, "אבער פארוואס מעקט מען...."

viewtopic.php?p=276258&sid=858764bdeede6a4687c4528700844a09#p276258
viewtopic.php?t=15768

און א ארטיקל פון מיר איבער דעם
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג מארטש 11, 2012 2:09 pm

שוועמעל שיין
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג מארטש 11, 2012 2:14 pm

מיינער א נאנטער ידיד האב איך געטראפן עטליכע וואכן צוריק ביי א שמחה און איך האב אים געהאט נייעס צו דערציילן, נעמליך אז עטליכע שרייבער גרייטן זיך ארויסצוקומען מיט א נייעם פורום אין די אידישע שפראך.

אונזער שמועס איז געפארן איבער די ביז איצטיגע פורומים און אויב עס פעלט בכלל אויס נאך א אידיש שפראכיגע מקום. אט איז א תמצית.

מיין היסטאריע אויפן 'אידישן וועב' איז א גאר לאנגע און א שטורמישע. איך וועל שרייבן נאר וואס איז נוגע דעם אייוועלט און נאך וואס עס איז אוועקגעפארן פון היידפארק.

פון אנהייב בין איך געווען א זעלטענער אריינפאלער אין היימישע קרעטשמע, ווייל מיר האט קיינמאל נישט אינטערעסירט די געוואלדיגע הומאר און סארקאסטיש נארישע וויצן פון טייל (דעמאלטיגע?) שרייבער. עס זענען דא וואס גלייכן עס, אבער עס איז נישט מיין סטייל. ביז איך האב אנגעהויבן צו הערן פון נאך און נאך חברים וידידים אז אייוועלט איז א גוט מקום מיט פילע אינהאלטסרייכע ארטיקלען וואס אין זיי זענען פארהאן אומצשאצבארע אוצרות, בין איך אנגעקומען אהער און אנגעהויבן צו שרייבן. איך האב געוואוסט אז נישט אלעס קען מען דא שרייבן, און אפילו זאכן וואס איז אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות אין הלכה איז אויך נישט תמיד מעגליך צו שרייבן דא, אבער איך האב עס רעספעקטירט און פונקט ווי מען קען נישט יענעם צווינגען צו האבן א צענזורירטן פורום, קען מען אויך די באלעבאטים דא נישט צווינגען צו אויפהייבן דעם שטרענגען צענזור און נאכלאזן די סטאנדארטן וואס מעג און טאר געשריבן ווערן דא. צוביסלעך האב איך באמערקט אז מיין פלאץ צו שרייבן דא איז זייער באגרעניצט און איך האב זיך בעיקר אפגעגעבן מיט סתם נייעס און עפ"י רוב מיט טעכנאלאגיע וואס איך האב געהאט א טייל אין דעם נייעם ענדרויד ווינקל.

ווי איך האב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש, האב איך כמעט אפגעמאכט מער נישט צו שרייבן דא בכלל, צוליב וואס איינמאל האב איך געשריבן אין אן אשכול איבער א זינגער און געווען זיכער אז עס רירט נישט אן קיין שום תקנה פונעם פלאץ, אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארן ווען א טאג דערויף האב איך דעם גאנצן שמועס נישט געטראפן, און ס'האט מיר זייער געעגבערט ווייל איך האב זיך אביסל געפלאגט עס ארויפצולייגן, און דא איז עס אוועקגעפלויגן מיט איין שאס. איך האב אנגעהויבן אנרופן מיינע ידידים דא, וועלנדיג דערגיין וואס דא האט פאסירט, און ס'האט גענומען א שטיק צייט ביז איינער האט מיר געענטפערט אז ערגעץ נאך מיין תגובה האט איינער געשריבן עפעס נישט לפי רוח פונעם קרעטשמע.. געזונטערהייט, אבער דאס האט מיר געפערליך אויפגעברויזט, און בעיקר האט מיר געשטערט אז קיינער האט נישט גענומען די מי מיר צו לאזן וויסן וואס דא האט פאסירט. (אגב, דאס האט זיך לכאורה געבעסערט ווען ממש לעצטנס האב מען נאכאמאל אוועקגעפירט מיינס א שטיקל און איך האב הנאה געהאט צו הערן אן אויפקלערונג דערויף).

נאך אלעם האב איך זייער הנאה געהאט פון דעם פלאץ אבער דאך האב איך געווארט אויף דעם טאג אז עס זאל זיין א נייע פלאץ וואס זאל לאזן הערן אנדערע מיינונגען אויך, און נישט בלויז פון איין קרייז פונעם ארטאדאקסישן אידנטום. איך ווייס נישט אויב דער נייער 'קאווע שטיבל' איז דער ריכטיגער פלאץ, און אפשר איז עס צו ברייט און צו לויז, אבער איך האף אז עס וועט יא אויסוואקסן צו א גוט און אויסגעהאלטן פלאץ פאר היימישע אידן.

נעכטן האב איך געטראפן דעם זעלבן חבר וואס אויבן דערמאנט, און מיר האבן גערעדט א ווארט צוויי איבער דעם יעצט באקאנטן נייעם פורום, און איבער דעם אשכול דא, האט ער געזאגט אז מען זעט אז דער עולם דא וויל דעם צענזור, און אזוי ווייזט זיך ארויס פון דעם גאנצן אשכול. איך האב עס נישט געליינט אבער דאס איז א גאר קנאפע ראי' ווייל לויט וויפיל איך ווייס, און איך קען צופיל שרייבער וואס טרעטן נישט אריין אין אייוועלט צוליב די איינע סיבה אז מען איז זייער געדרוקט אין וואס מען קען יא אדער נישט שרייבן. ווי האט זיך איינער אויסגעדרוקט צו מיר מיט א גערעגטע מינע, 'ער פארשטייט נישט פארוואס דאס הייסט אייוועלט, עס דארף הייסן סאטמאר וועלט'...

אלנפאלס, איך האב אפגעשריבן מיינע פאר שורות, בעיקר צוליבן פארלאנג פון מיין ידיד וואס האט געזאגט אז אדרבה זאל מען אויך הערן פון אנדערע מיינונגען, און מען מוז בכלל נישט טוישן דעם גאנג דא, עס איז פרידאם אוו ספיטש און מען איז בארעכטיגט צו האלטן דעם פלאץ צוגעמאכט און דער וואס האט דעם פלאץ געעפנט קען טון כל מה שלבו חפץ געזונטערהייט.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מארטש 11, 2012 2:22 pm

ר׳ אך שמח, איר זאגט דאך אזוי גוט, אבער בעיסיקלי זאגט איר וואס כמעט אלע דא זאגן, נעמליך אז דאס פלאץ איז געאייגענט פאר די וואס ווילן עס יא; און ווער עס וויל נישט די סטאנדארד, איז נישט מחויב, אלזא וואס איז אייער הוספה, פשוט אז איר זענט אויך פון די וואס האבן א געברויך פאר אן אפענערע מקום?

נו בבקשה...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג מארטש 11, 2012 2:26 pm

ווי געשריבן איך האב נאכנישט עספיעט אדורכצוליינען דעם גאנצן אשכול, אבער ווי דער חבר דערציילט איז דער סך הכל פון אלע תגובות דא אז מען וויל גאר דעם צענזור האב איך געוואלט לאזן הערן אז עס רעכנט מיר נישט אריין.

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » זונטאג מארטש 11, 2012 2:53 pm

שטארק זיך

נישט אלעמאל דארף מען ענטפערן.

איך קען אךשמח און ער איז זייער א חשובער יונגערמאן און איך האב נישט ליב ווען מען דריקט זיך אויס אויף שרייבערס און קאווע שטיבל ״אפפאל״

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » זונטאג מארטש 11, 2012 3:06 pm

איך פארנעם עס שוין נישט! פשוט מען נעמט מיך ארויס פון די דישעס!

וויפיל איז דער שיעור איבערצוזאגן און איבערקייען די זעלבע זאך?! איינמאל און נאכאמאל זאגט מען, די גרינדער האבן געוואלט א פלאץ וואו מען קען רואיג שמועסן אן קיינע היציגע, אגענדע געטריבענע, דעבאטעס. ווי שווער איז דאס צו פארשטיין?!

זיי קומען פון הייד-פארק, זיי האבן נישט געגליכן די דארטיגע ווערטשאפט און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך. קיינער איז נישט געצווינגען געווען מיטצוקומען. קיינער איז נישט געצווינגען געווארן זיך איינצושרייבן. הייד-פארק איז נאך אפן, די תקנות זענען נאך דארט די זעלבע, דהיינו, נאו תקנות!

ווער עס וויל רעדן פאליטיק, הייד-פארק איז נאך אפן.

ווער עס וויל שמועסן ניוול, הייד-פארק איז נאך אפן.

ווער עס וויל דעבאטירן וועלכע ווערסיע פון אידישקייט איז היינט אין סטייל (וועלכע נידעריגע שטאפל מען האט נאכנישט דורכגעבראכן), הייד-פארק איז נאך אפן.

ווער עס וויל פיליזאפירן איבער אידישע טעאלאגיע, הייד-פארק איז נאך אפן.

ווער עס וויל אויסגרעבטסן זיין זעלבסט-האס צו די אזויגערופענע "פאנאטישע פרומקייט", הייד-פארק איז נאך אפן.

אבער אום ג-טס-ווילן, פארוואס גיין קריכן אויף די נערווען פון די גרינדער פון דעם פארום וואס זענען אייך גארנישט שולדיג?!

"פרי ספיטש" מיינט נישט אז איר קענט פארלאנגען אייער ווערסיע פון "פרי ספיטש" אויף יענעמ'ס פרייוועט פראפערטי. אייוועלט איז די אייגענטום פון פריוואטע יחידים. זיי האבן געמאכט תקנות לויט זייער געשמאק און האבן אלע רעכטן דאס צו אינפארסירן. וועם עס געפעלט נישט קען עפענען זיין אייגענע פארום מיט זיין אייגענע תקנות לויט זיין אייגענע געשמאק. פארשטייט זיך זיי ווילן זייער פראיעקט זאל זיין א סוסקסעס און וועלן זיך צוהערן צו קריטיק און המצאות. אבער ארויפצווינגען אייערע מיינונגען אויף זיי, וואו איז די לאגיק דערפון?

און פארוואס דארף דאס זיין "אונז" קעגן "זיי". דאס איז נישט קיין קריג. די תקנות זענען זייער קלאר ארויסגעשריבן. ווער עס וויל דיסקוסירן נושאים וואס איז נישט ערלויבט קען עס אויסשמועסן אויף הייד-פארק אדער קאווע-שטיבל (אויב דארט איז דאס יא ערלויבט). פארוואס אבער דארף דאס ווערן א "זיי", פארוואס שרייען "גיידער אהין!" דא איז דא איין מהלך דארט א צווייטע.

להיות כל ניק בורר בפורמו ומדבר כלשון תקנתם.

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » זונטאג מארטש 11, 2012 3:23 pm

Crock pot calm down.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג מארטש 11, 2012 3:28 pm

א קראק פאט האט א טבע צו שוימען און זידען.

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

תגובהדורך dell » זונטאג מארטש 11, 2012 3:28 pm

קראק-פאט זייער זיס ארויסגעברענגט. קורץ און קלאר ;l;p- ;l;p-

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג מארטש 11, 2012 3:43 pm

קראק פאט, ווי איך פארשטיי קומען נישט די מעוררים-מעררים [א שטייגער ווי אך שמח] מיט קיין טענות ח"ו, זיי ווילן נאר ארויסברענגען אז מ'דארף אכטונג געבן - ווייל די מייסדים אליין ווילן אז עס זאל אזוי זיין - אז איי וועלט זאל נישט פארשטעלן מיט זיך נאר איין שטראם אינערהאלב דער יהדות החרדית, [און דאס איז מהדברים הצריכים חיזוק כסדר, פשוט ווייל די מנהלים און א שיינע פראצענט פון די מעמבער'ס כאפן נישט אלעמאל אז געוויסע זאכן שטערן פאר די אנדערע חלק פון כלל ישראל].

און איך וויל טאקע אפלאדירן ברבים די אחראים וואס האבן אפאר מינוט צוריק געמעקט א תגובה וואס איך גלייב אז פון זייער פראספעקטיוו אליין וואלטן זיי עס נישט געמעקט, יישר חילכם.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג מארטש 11, 2012 3:49 pm

dell האט געשריבן:קראק-פאט זייער זיס ארויסגעברענגט. קורץ און קלאר ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 11, 2012 3:58 pm

יעס אר נאו, איך זעה נישט וואס קראק פאט האט געשריבן ווילד, ער האט עכט גוט ארויסגעברענגט די זאך!

שוטה. איך קען א ערך פון 250 שרייבער (5-600 ניקס) און ס'זענען דא ארום 50-60 פראצענט סאטמאר, (מהר"א און מהרז"ל אינאיינעם) און די איבעריגע זענען צוטיילט צווישן אנדערע חסידות'ער. רוב וואס זענען נישט קיין סאטמערע זענען צופרידן פון דעם פלאץ, רוב וואס זענען נישט צופרידן זענען "אויפגעקלערטע" סאטמערע...

אגב, די אחראים באשטייען אויך פון נישט סאטמארע...

און דיין לעצטע פאראגראף פארשטיי איך בערך, דו זאגסט בעסיקלי וואס איך האב פריער געשריבן... די אחראים האבן געמעקט א זאך וואס זיי וואלטן נישט געמעקט בעיסד אויף וואס זיי ווייסן, נאר איינער האט זיי לכוראה אויפגעמערקט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מארטש 11, 2012 3:59 pm

Yes_or_no האט געשריבן:שטארק זיך

נישט אלעמאל דארף מען ענטפערן.

איך קען אךשמח און ער איז זייער א חשובער יונגערמאן און איך האב נישט ליב ווען מען דריקט זיך אויס אויף שרייבערס און קאווע שטיבל ״אפפאל״

אהה, א מחיה, ארויסגערוקט א ״אידישע״ תגובה פון יא-אדער-ניין...

לענינינו,
1) איך קען נישט אךשמח, און דעריבער האב איך אויף אים קיין שום מיינונג, און נאמנים עלי דבריך אז ער איז א חשוב׳ער אינגערמאן; און איך געדענק נישט אז איך זאל האבן געזאגט אנדערש.

2) עס טוט מיר לייד אז איר גלייכט נישט ווען מען רופט די חברה ״אפפאל״ לא כיוונתי ל׳קארל ואךשמח, הרבה ניקים שם כותבים, שבעבר או בהווה שהו/שוהים כאן) אבער לעת עתה געפין איך נישט קיין בעסערע טערמין פאר בני אברהם, יצחק ויעקב וואס:
• רופן פאר קוראזש אויפצוהערן טוהן מצוות מילה כפי המסורה,
• פארלאנגן אז אויך אין א ״היימישן״ פארום זאל מען מתיר זיין צו פאוסטן פרויען בילדער.
• ערלויבן זיך אויסצושמועסן יעדע עטאאיסטישע טעאריע און דערצו מיט לצנות פון תורתינו הקדושה.
ועוד רבות על זה הדרך, זיי מיר מוחל, איך האב נישט קיין נערוון מאריך צו זיין מיט די טינופת דארט.

בסך הכל האב איך נישט פארשטאנען וואס אך שמח איז מוסיף...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 11, 2012 4:02 pm

שטארק זיך, איך האב געקלערט צו ענטפערן אויף די פראגע, אבער איך זעה אז דו קענסט אליין...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג מארטש 11, 2012 4:13 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:און דיין לעצטע פאראגראף פארשטיי איך בערך, דו זאגסט בעסיקלי וואס איך האב פריער געשריבן... די אחראים האבן געמעקט א זאך וואס זיי וואלטן נישט געמעקט בעיסד אויף וואס זיי ווייסן, נאר איינער האט זיי לכוראה אויפגעמערקט...

איך האב געמיינט צו זאגן אז בעיסד אויף זייער פראספעקטיוו אין אידישקייט [קרייז סביבה וכו'] וואלטן זיי עס נישט געמעקט.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » זונטאג מארטש 11, 2012 4:48 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן: רוב וואס זענען נישט קיין סאטמערע זענען צופרידן פון דעם פלאץ, רוב וואס זענען נישט צופרידן זענען "אויפגעקלערטע" סאטמערע...


;l;p- ;l;p-
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 11, 2012 5:04 pm

יעצט אויסגערעכענט

די סטאטיסטיקס ווייזט אז אז אזויפול ווי 10% תגובות ווערן געמעקט, דאס איז רעלאטיוו זייער אסאך.
דאס איז דער חשבון בכלליות אלע הודעות אינעם סייט.
(ביי מיר אליינס איז דאס 4% אוועקגעפירטע (400), חוץ וואס איז געמעקט אינגאנצן)


הלואי זאל מען אין ריעל לייף קענען מעקן אזוי תגובות... וויפיל עגמת נפש און מחלוקת וואלט מען זיך איינגעשפארט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג מארטש 11, 2012 5:49 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: רוב וואס זענען נישט קיין סאטמערע זענען צופרידן פון דעם פלאץ, רוב וואס זענען נישט צופרידן זענען "אויפגעקלערטע" סאטמערע...


;l;p- ;l;p-

וויכטיג מאכער לגבי קראק-פאט'ס תגובה האט געשריבן:ער האט עכט גוט ארויסגעברענגט די זאך!

אין לנו אלא דברי חברינו

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 11, 2012 6:10 pm

שוועמל, דיין חשבון פון 10 פראצענט שטומט נישט! אנלעסס דו רעכענסט אריין די געמעקטע "פארום"ס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 11, 2012 6:21 pm

די חשבון איז פשוט,

סך הכל הודעות אויפן הויפט בלאט: 493741
דיין לעצטע תגובה דא: 546226
דיפרענס: 52485
דיוויידעד ביי דיין תגובה: 9.6%

איך קוק עס אן אויכעט אז ס'יז צו סאך, סא קען זיין די סך הכל רעכענט אלעס אפילו פון מנהלים פורומס.
טא וואס איז די ריכטיגע וועג צו וויסן די גענויע צאל אוועקגעפירטע?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג מארטש 11, 2012 6:23 pm

מען קייט וואסער...

דער פלאץ איז לכתחילה געמאכט געווארן פאר מענטשן וואס ווילן "נישט" קיין קאווע שטיבל אזוי ווי די אנדערע. פינטל.

דא דרייען זיך נאר אזעלכע וואס ווילן דאס אדער זענען צופרידן דערמיט, אנדערע זוכן זיך בעסערע גליקן (אדער אומגליקן...).
ווער עס איז נישט צופרידן דערפון איז דא היידפארק, און אנדערע סייט'ס (וואס זענען מכשיל די וואס דרייען זיך דארט מיט פארשידנס).

עס האט נישט קיין זין און קיין לאגיק און קיין יושר, צו בעטן פון די וואס האבן געעפנט א סייט צו האבן א ריין פלאץ זיך אויסצוגעבן, אז זיי זאלן ערלויבן זאכן וואס זיי האבן נישט געוואלט האבן.
און עס איז אויך נישט גערעכט כלפי די אלע ניק'ס (ובתוכם מיר) וואס האבן הנאה פון דעם -לאמיר עס רופן- גאר שטרענגן צענזור וואס הערשט אויף דעם סייט, אז צוליב עטליכע אידן וואס ווילן הנאה האבן פון "אונז" (די וואס קומען דא צוליב דעם צענזור) זאל מען גאר שוואכער מאכן דעם צענזור.
איי פון וואו ווייס איך אז זיי קומען דא צוליב אונז? ווייל די אנדערע שרייבער'ס וואס דארפן נישט דעם צענזור קענען זיי טרעפן ערגעץ אנדערש אויך.

איי, מען מעקט אומנויטיגע זאכן אויך, איז דאס שוין אן אלטער מימרא "בהדי הוצא לקי כרבא" נישט אלעמאל איז דא אויף דעם אן עצה, און דער וואס שרייבט דא איז סבור וקיבל, אז אויב שרייבט ער אין א הייקעלע נושא, אדער אין א הייסע אשכול, קענען זיינע ווערטער בלייבן בין תהום לרקיע און נישט זען דעם אור ה'איי וועלט קיינמאל.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג מארטש 11, 2012 7:53 pm

שטארק זיך האט געשריבן:אהה, א מחיה, ארויסגערוקט א ״אידישע״ תגובה פון יא-אדער-ניין...


יאפס! ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!..
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג מארטש 11, 2012 8:21 pm

איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער איך וויל נאר אזוי סאך זאגן.
די וואס קענען מיר ווייסן אז איך בין א באבובער (זייער א אפען מיינדעד - אנטי סאטמארע קנאי'שקייט), און איך האב זעהר הנאה פון וויאזוי די מנהלים האנדלען וואס יא צו מעקן און וואס נישט צו מעקן און ווען עס צו מעקן.

דאכצעמער אז דארט אין קאווע שטיבל האט מען שוין געמעקט percentage wise מער וויפיל מען האט געמעקט דא אין די לעצטע צוויי וואכן.

טענק יו אלע מנהלים, אחראים, און סתם שרייבער וואס ווייסן וויאזוי צו האלטן דעם ניווא פון דעם פארום אויף דעם הויכן מדריגא וואס זי איז יעצט אויף. ;l;p-


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעגאו מענטשעלע און 12 געסט