אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 11, 2012 8:52 pm

שוועמל האט געשריבן:די חשבון איז פשוט,

סך הכל הודעות אויפן הויפט בלאט: 493741
דיין לעצטע תגובה דא: 546226
דיפרענס: 52485
דיוויידעד ביי דיין תגובה: 9.6%

איך קוק עס אן אויכעט אז ס'יז צו סאך, סא קען זיין די סך הכל רעכענט אלעס אפילו פון מנהלים פורומס.
טא וואס איז די ריכטיגע וועג צו וויסן די גענויע צאל אוועקגעפירטע?



איך ווייס נישט וויזוי די זאכן ארבייטן, אבער איך קען דיר גאראנטירן אז מ'האט נאכנישט געמעקט קיין 50 טויזענט תגובות... איך ווייס נאר נישט וויפיל תגובות ס'זענען פארלוירן געגאנגען ביים קראך...

ואגב, דאס רעכענט אויך אריין ווען מ'טעסט א געוויסע זאך און מ'מעקטעס נאכדעם אויס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מארטש 11, 2012 11:13 pm

אין א פאזעטיווע אנטוויקלונג האט די הנהלת ה׳קאווע שטיבל געמאלדן אין איר אשכול: ״א ווארט צו דעם נייעם מעמבער״, דער דיזיגנירטער פלאץ דארט פאר תקנות, איבער עטליכע טוישונגן אין פאלעסי, וועלעכע זאלן האפנטליך איינשטעלן עטוואס קאנטראל אינעם דארטיגן מקום.

מסתבר אז במשך הימים וועט זיין מבחין צו זיין צווישן די פארומס וואס אבלאנגט שטרענגקייט פון צענזור.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 11, 2012 11:16 pm

ווער בין איך? האט געשריבן:איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער איך וויל נאר אזוי סאך זאגן.
די וואס קענען מיר ווייסן אז איך בין א באבובער (זייער א אפען מיינדעד - אנטי סאטמארע קנאי'שקייט), און איך האב זעהר הנאה פון וויאזוי די מנהלים האנדלען וואס יא צו מעקן און וואס נישט צו מעקן און ווען עס צו מעקן.

דאכצעמער אז דארט אין קאווע שטיבל האט מען שוין געמעקט percentage wise מער וויפיל מען האט געמעקט דא אין די לעצטע צוויי וואכן.

טענק יו אלע מנהלים, אחראים, און סתם שרייבער וואס ווייסן וויאזוי צו האלטן דעם ניווא פון דעם פארום אויף דעם הויכן מדריגא וואס זי איז יעצט אויף. ;l;p-

אהא! יעצט הייב איך צו פארשטיין דיין טוויטער טיימליין... איך האב דיר שיער אויפגעהערט נאכפאלגן צוליב די כופר'ישע ריטוויט פון ביבי נתניהו בעצם יום הפורים.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מארטש 12, 2012 12:00 am

תחזקנה ידיכם מנהלים פארען אנהאלטן אזא זויבערן ערליכען פלאטץ, כה לחי

הגם אז איך האב געהאט שטארק חשק אז ביי ענינים פון שיטה און חסידות {נישט די היינטיגע מחלוקות- נאר די אלטע} זאל זיין א קלענערע צענזור און מען זאל לאזען זאכען גיין אביסל ווייטער, איך ווייס אבער אז די מנהלים זענענן גערעכט און זיי טיען וואס עס פארלאנגט זיך ע"פ תורה,

ד"א, וויכטיג מאכער האט מיר שוין אפאר מאל געהאלפן דא, ייש"כ
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מאנטאג מארטש 12, 2012 12:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מאנטאג מארטש 12, 2012 12:32 am

שטארק זיך האט געשריבן:אין א פאזעטיווע אנטוויקלונג האט די הנהלת ה׳קאווע שטיבל געמאלדן אין איר אשכול: ״א ווארט צו דעם נייעם מעמבער״, דער דיזיגנירטער פלאץ דארט פאר תקנות, איבער עטליכע טוישונגן אין פאלעסי, וועלעכע זאלן האפנטליך איינשטעלן עטוואס קאנטראל אינעם דארטיגן מקום.

מסתבר אז במשך הימים וועט זיין מבחין צו זיין צווישן די פארומס וואס אבלאנגט שטרענגקייט פון צענזור.


אויף דעם וועג וואס עס גייט יעצט געב איך עס נאך 10 יאר און עס ווערט א נארמאל פלאץ צו שמועסן... ונזכה ונחי' ונראה.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מארטש 12, 2012 12:41 am

קרעמער האט געשריבן:
ווער בין איך? האט געשריבן:איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער איך וויל נאר אזוי סאך זאגן.
די וואס קענען מיר ווייסן אז איך בין א באבובער (זייער א אפען מיינדעד - אנטי סאטמארע קנאי'שקייט), און איך האב זעהר הנאה פון וויאזוי די מנהלים האנדלען וואס יא צו מעקן און וואס נישט צו מעקן און ווען עס צו מעקן.

דאכצעמער אז דארט אין קאווע שטיבל האט מען שוין געמעקט percentage wise מער וויפיל מען האט געמעקט דא אין די לעצטע צוויי וואכן.

טענק יו אלע מנהלים, אחראים, און סתם שרייבער וואס ווייסן וויאזוי צו האלטן דעם ניווא פון דעם פארום אויף דעם הויכן מדריגא וואס זי איז יעצט אויף. ;l;p-

אהא! יעצט הייב איך צו פארשטיין דיין טוויטער טיימליין... איך האב דיר שיער אויפגעהערט נאכפאלגן צוליב די כופר'ישע ריטוויט פון ביבי נתניהו בעצם יום הפורים.

דאס איז אן אנגייענדע פראבלעם ביי א טייל, מיינענדיג אז וויבאלד אנטי-סאטמאר מעג מען שוין אויך אנטי-תורה ה"י.
אפשר איז דאס א באווייז אז סאטמאר איז טאקע יא ריכטיג :wink:

סארי פארן פארדרייען דעם אשכול
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג מארטש 12, 2012 12:45 am

איך כאפ נישט דעם גאנצען מהלך פון דעם אשכול, איז אייוועלט פרא קאווע שטיבל אדער אנטיי?
ווי קומט אייועלט בכלל נו"נ וועגען יענעם פארום?
אויב קאווע שטיבל וואלט געהאט א בעסערע מעקער אין צענזור, וואלט יעמאלס איי וועלט יא געוועהן לטובת קעווע שטיבל?
איז יענעם פארום א קאמפעטישען? נאכען דערגיין יענעם פארום דורך אזוי פיל רעדען פון איהר דא אין דעם אשכול, בין איך אהין געגאנגען א קוק טוהן וואס טוט זיך דארט, לפענ"ד איז דער שפראך אין דער גאנג בכלל נישט אייניג, דער פארברענגען זיכער נישט.

וואס ציטערט אייועלט אזוי שטארק? כ'פארשטיי נישט דעם גאנצען דיון. איז דא עפעס וואס פעלט מיר אין די הבנת הענין?

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » מאנטאג מארטש 12, 2012 1:03 am

לעצטענס בינעך זייער פארנומען, און כ'האב קוים צייט צו ליינען ווער רעדט נאך מגיב צו זיין, אבער דא קענעך מיך ניש איינהאלטן, כ'האב געזעהן די רויך וואס שפארט ארויס פון אונטער די טיר פון דעם אשכול און כאב געמוזט אויסטשעקן וואס דא גייט פאר, כאב קוים עספיעט צו דורך שפאצירן די ניין בלעטער פון דעם אשכול און נאך עפענען דעם לינק צום שכנות'דיגן בית הכבוד בלשון נקי', כאב געזעהן ווי "שטארק זיך" שרייבט דא אז דארט איז די אפפאל, נו אויב אזוי איז דאך ביה"כ א פאסיגע נאמען נאך דערצו ווען די נעמען זענען גאנץ ענליך, עכ"פ וואס האט מיר געארט דער עצם פאקט איבערן דיון צו מ'זאל לאזן לייגן בילדער פון נשים איז א פארברעך פאר זיך און א פרעצעדענט וואסיז נאכניש געווען אויף קיין שום היימישע סייט!!, הגם דער פאקט אז רוב מעמבערס האבן געוואוט אויף יא דאסיז ניש געווען אזוי אומפארשטענדליך שטימענדיג מיט שטארק זיך'ס הגדרה, אבער דער פאקט אז למעשה מיט די נייע תקנות שרייבט דארט די מנהל "געוויסע האבן נישט פארשטאנען אונזער
כוונה, און האבן געמיינט אז דא איז א מקום הפקר, און מ'קען דא שרייבן וואס אימער." טייטש אז עריז מודה אז מ'האט געשריבן שלא כהוגן, נו וואס האטער טענות אז מ'שרייבט אפפאל??!
רעדענדיג וועגן אפפאל שרייבט מיר פריער איינער אין אישית זייער א גוט ווארט: קאווע שטיבל איז נישט די אפפאל פון אייוועלט. די אפפאל פון אייוועלט וואס גלייכט נישט די צענזור גייט קיין היידפארק און שרייבט מה שליבו חפץ, אויב וויל ער ווייטער פאלן במדריגתו מיטן קוקן מנולישע קליפס וואס היידפארק לאזט אויך נישט, דאן גייט ער קיין קאווע שטיבל. א אויפגעראכטענע וועלט. די אפפאל פון היידפארק האבן שוין וואו צו גיין! עכ"ל ודפח"ח

והשנית והוא העיקר וואונדערט מיר אויף די מנהלים דארט, זיי שרייען אז ס'גייצעך פירן לויט רוב דיעות פונעם ציבור, נו, למעשה האבן זיי געטוישט די תקנה (לשבחם) אז מ'טאר ניש לייגן קיין בילדער פון פרויען, און דאס איז דאך קעגן די רוב דיעות און ממש להיפך פון די פאליסי אז מ'גייט נאך רוב דיעות!!! אתמהה!!

עכ"פ לדעתי איזעס בכלל ניש קיין קאמפעטישן דא אהער, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז משה שוסטער איניש קיין קאמפעטישן פאר ראקפארט מיט זיינע כמו ראקפארט שיך אינאיינעם, אבער אלץ א גוטער בית הכבוד/קאווע קענעס יא דינען...

לסיום הדברים ווילעך אויס דרוקן א דאנק פאר די געטרייע מנהלים ואחראים כל אחד בניקו יבורך פאר זייער געטרייע ארבעט פון האלטן דאס פלאץ זויבער און ריין, תחזקנה ידיכם!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג מארטש 12, 2012 1:13 am

שוועמל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
ווער בין איך? האט געשריבן:איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער איך וויל נאר אזוי סאך זאגן.
די וואס קענען מיר ווייסן אז איך בין א באבובער (זייער א אפען מיינדעד - אנטי סאטמארע קנאי'שקייט), און איך האב זעהר הנאה פון וויאזוי די מנהלים האנדלען וואס יא צו מעקן און וואס נישט צו מעקן און ווען עס צו מעקן.

דאכצעמער אז דארט אין קאווע שטיבל האט מען שוין געמעקט percentage wise מער וויפיל מען האט געמעקט דא אין די לעצטע צוויי וואכן.

טענק יו אלע מנהלים, אחראים, און סתם שרייבער וואס ווייסן וויאזוי צו האלטן דעם ניווא פון דעם פארום אויף דעם הויכן מדריגא וואס זי איז יעצט אויף. ;l;p-

אהא! יעצט הייב איך צו פארשטיין דיין טוויטער טיימליין... איך האב דיר שיער אויפגעהערט נאכפאלגן צוליב די כופר'ישע ריטוויט פון ביבי נתניהו בעצם יום הפורים.

דאס איז אן אנגייענדע פראבלעם ביי א טייל, מיינענדיג אז וויבאלד אנטי-סאטמאר מעג מען שוין אויך אנטי-תורה ה"י.
אפשר איז דאס א באווייז אז סאטמאר איז טאקע יא ריכטיג :wink:

סארי פארן פארדרייען דעם אשכול

וי"א: דאס איז אן אנגייענדע פראבלעם ביי א טייל, מיינענדיג אז אנטי-סאטמאר איז אנטי-תורה ה"י.

נ.ב. כ'ווייס נישט פון וועלכע טוויט די רעדע איז, אבער פון עקספיריענס קען איך זאגן כנ"ל.

סארי פארן פארדרייען דעם אשכול.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מאנטאג מארטש 12, 2012 1:36 am

שקויעך פאר'ן פארדרייען דעם אשכול, א קלארער סימן אז דער אשכול איז שוין געצייטיגט, נאך אביסל און אלע טרויבעלעך פאלן אראפ אין תהום. א שלאס דא וואלט געווען די בעסטע זאך יעצט.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:10 am

איך וויל נאר זאגען פאר שוטה אז איך האב געכאפט די עוקץ פן דיין לעצטע תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:11 am

.קאם,

וואס הייסט פארדרייט?

*קרעמער* אליינס האט דאך אפילו מגיב געווען וועגן ביבי-כפירה!
(קרעדיט: קארל..)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 12, 2012 1:55 pm

כדי מען זאל נישט זאגען, "אוועטער זה בא לבית מלוני ויפטר בלא לינה"? וועל איך דא אויך זאגן איין ווארט, קודם האב איך זייער הנאה פון די סענזור, און כ'בין שטארק מכיר טובה פאר די מנהלים און אחראים, פאר זייערע שווערע ארבייט, ישלם לכם השי"ת, ימלא משאלות ליבכם לטובה.

און כעוד לחבירי, וויל איך דא זאגן פון מיין אייגענע עקספיריענס, נישט לאנג צוריק האב איך פארלוירן רשות, ווייל כ'האב אימוויסענדיג, געטוישט מיין אימעיל, דאס איז געווען שפעט באנאכט, איך האב געשיקט א אימעיל צו די ערשטע "קאלערדיגע ניק", כ'דענק שוין נישט צו וועם, און צי ער איז געווען א רויטער, צו א גרינער, אבער די נעקסטע אינדערפרי האט עס שוין געארבייט! דאס הייסט אז ערגעץ אימיטן נאכט איז געזעצען איינער פון די ההנהלה, און זיך געקראצט למען השם, "לכתחילה אריבער", דארף רשות!

איין קליינע הערה אז כ'מעג, ס'קען זיין אז ווען מען מעקט איינעם, איז א פראבלעם, ווייל עס ליגט ארבייט אין שרייבן א תגובה, איבערהויפט א טיפערע ענין, וואס איז נישט סתם געשאסען א קאמענט, און אז מען מעקט אים געמאלדען, פארליערט מען עס, און אמאל קען זיין אז מען וויל עס נאך האבן, אוועק צו לייגען, אדער צו שיקן איינעם אין אישי וכדו'.

סא וואלט איך פארגעשלאגן, פארשטייט זיך נאר אז עס איז נישט עפעס וואס איז נגד התורה אויף עפעס אן אופן, נאר א ענין וואס סך הכל איז נישט לפי רוח המקום, אדער אז עס איז בתוך א היציגע שמועס וכדו', זאל זיין אז ביז 24 שעה למשל, זאל מען האבן עקסעס צו די תוכן פאר עס גייט אינגאנצען אוועק, כדי אז איינער האט אריינגעלייגט כח, זאל ער האבן א געלעגענהייט עס אנצוהאלטן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:22 pm

לכתחילה, ווען איינער שרייבט עפעס א לענגערע זאך, איז טאקע בעסער צו שרייבן אין ווארד און עס פעיסטן. אין עני קעיס, אויב איז עס א זאך וואס מעג באמת געליינט ווערן, אבער די הנהלה ווילעס נישט אויפן סייט, מעקט מען דאס נישט, נאר מ'פיהרט דאס אוועק, און מ'קען בעטן א קאפי פון די הנהלה.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:23 pm

איך האלט אויך ווי די עצה פון לכתחילה אריבער
אפשר זאל מען עס שיקן אישחי אדער פרטי צו די אייגענטומער פון דער תגובה און ערשט דערנאך מעקן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:28 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:לכתחילה, ווען איינער שרייבט עפעס א לענגערע זאך, איז טאקע בעסער צו שרייבן אין ווארד און עס פעיסטן. אין עני קעיס, אויב איז עס א זאך וואס מעג באמת געליינט ווערן, אבער די הנהלה ווילעס נישט אויפן סייט, מעקט מען דאס נישט, נאר מ'פיהרט דאס אוועק, און מ'קען בעטן א קאפי פון די הנהלה.

פיין געזאגט, איך טו טאקע אזוי.

און אז איז ווי דו זאגסט אז מ'קען צוקומען דערצו, נא איז דאך זעכער גיט, דאס הייסט, טרם נקרא עננו, יהי רצון כאילי לא אמרתי כלום.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:31 pm

ס'איז נישט שייך צו שיקן א אישי פאר יעדע געמעקטע תגובה, ווי שוין דערמאנט, ס'דא אמאל וואס מ'שיקט יא, און אמאל וואס מ'שיקט נישט, ס'ווענצעך אינעם שרייבער, (ווי אפט מ'מעקט אים, ווי ניי ער איז, וכד'.) תוכן התגובה, די סיבה פון דעם מעקן, און ווי ביזי דער אחראי/מנהל איז און נאך זאכן.

ווען איינער פרעגט אן באקומט מען עפ"ר א ענטפער. און ווי געזאגט, אויב איז דאס א זאך וואס איז נישט געמעקט געווארן, נאר בלויז אוועקגעפיהרט, קעמען בעטן א קאפי פון די הנהלה.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:31 pm

ס'דערמאנט מיך פון די אמאליגע הייד פארק צייטן ווען עס פלעגן זיך עפענען פארומס ווי שוועמליך נאך א רעגן, און יעדעס מאל האט זיך געטון בערך אזא סארט עקסטאז וואס מען זעט דא.

בעצם יעדער וואס פירט א פארום טראגט אויף זיך גאר א שווערע אויפגאבע, ווי ליבעראל אדער רעכט די פארום זאל נאר נישט זיין, א הנהגה איז א שווערע זאך! מען דארף זיך ספראווען מיט אלע ערליי משוגעים וכו'.

די פרישע פארומס פלעגן געווענליך פראקלאמירן מיט עקסייטמענט "קומטס אהער, דא קען מען שרייבן וואס מען וויל" און נאך פארשידענע סיבות וואס די נייע איז בעסער ווי די אלטע. שוין, מיט די צייט האט זיך דער יעניגער געטראפן אין וואס ער איז אריינגעשפרינגען...

אמאל איז עס געווען מעשים בכל יום, ווען יעדער האט געקענט דרוקן אויבן אין הייד פארק "פתח פורום" און ער האט געדרייווט א טרעילאר... היינט איז עס עטוואס שווערער ווען מען דארף שוין עפענען א סייט צו זיין מער פראפעסיאנאל.

על כל פנים די עקסייטמענט דא לכאן און לכאן איז טאטאל איבערגעטריבן.

וועם עס פעלט עפעס דא און זוכט עפעס בעסער וועט זיך אוודאי דארט איינקוואטירן, ווילאנג ער וועט זען צו עס איז טאקע דאס פלאץ וואס ער זוכט.

און וועם עס פעלט גארנישט דא (אזויווי מיר) פארוואס זאל מיך שטערן אז עס עפענען זיך נאך 50 אזאלכע פארומס?

כלפי די צענזור, איך האב נאכנישט זוכה געווען צו שפירן קיין שטייפע האנט דא, איך דריי מיך נישט אין די הנהלה צו קענען אפלייקענען אז עס עקזיסטירט אזא זאך, קען זיין ווען איך וואלט עס געשפירט וואלט איך אויך געלאפן אהין. נו איז וואס? וואלט עס איינעם געשטערט?

און אנדערש ווי אנדערע וועלכע האבן אנגענומען דעם אשכול ווי כאילו מען דארף דא "סופארטן" די הנהלה, וויל איך אייך זאגן אז ניין, איך זאג נישט קיין יישר כח, און איך באדאנק מיך נישט פאר די הנהלה דא אין דעם אשכול, עס איז צו ביליג.

איך האב מיך אסאך וואס צו באדאנקן פאר זיי, אבער ווען איך טוה עס דא וועט עס צייגן כאילו עס איז דא פארהאן א ערנסטע "פרשת דרכים", וואס איז בכלל נישט ריכטיג!

און ניין, די קאווע שטובל איז "נישט" די פסולת פון אייוועלט, פונקט ווי די "יאהו ענסערס" Yahoo! Answers איז נישט קיין פסולת פון אייוועלט. עס איז דא מיליאנען וועבזייטלעך אויפן אינטערנעט, און אייוועלט איז איינע פון זיי, אייוועלט באשטייט פון א קאמיוניטי וועלכע זענען געקנאטן פון א סארט געדאנקנגאנג וועלכע מאכן זיי פארשטיין איינער מיט'ן צווייטן, גענוי ווי טויזנטער אנדערע פארומס ברחבי האינטערנעט וועלכע האט צוזאמענגעברענגט מענטשן וועלכע גלייכן די זעלבע ענינים און טראכטן די זעלבע.

און אז איינער עפנט א אנדערע וועבזייטל אינעם אידישן שפראך האט זיך סך הכל געטוישט א טעקניקל אישו, ווי יענער פלעגט זאגן: מיין טאטע איז געווען די 6 מיליאן און 1'סטע איד געהרגעט צו ווערן דורך היטלער, סך הכל איז דא 50 מיליאן און איין וועבזייטלעך :) מאכט א לחיים!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:33 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויב איז עס א זאך וואס מעג באמת געליינט ווערן, אבער די הנהלה ווילעס נישט אויפן סייט, מעקט מען דאס נישט, נאר מ'פיהרט דאס אוועק,

וואס איז טאקע די חילוק צו מ'פירט עס אוועק צו מ'מעקט עס? ביידע טוט דאך די זעלבע זאך טא פארוואס זאל מען נישט אלעס נאר אוועקפירן ?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:38 pm

גרויזאמער האט געשריבן:כלפי די צענזור, איך האב נאכנישט זוכה געווען צו שפירן קיין שטייפע האנט דא, איך דריי מיך נישט אין די הנהלה צו קענען אפלייקענען אז עס עקזיסטירט אזא זאך, קען זיין ווען איך וואלט עס געשפירט וואלט איך אויך געלאפן אהין.

נישט נאר איך שפיר עס נישט, מיר דאכצעך אז מען האט מיר נאך קיינמאל נישט געמעקט, עכ"פ איך ווייס נישט דערפון, קען זיין כ'בין זייער וואויל אינגעל!! ס'קומט מיר א פרייז, א גיטע זאך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:39 pm

סביב העולם האט געשריבן:איך האלט אויך ווי די עצה פון לכתחילה אריבער
אפשר זאל מען עס שיקן אישחי אדער פרטי צו די אייגענטומער פון דער תגובה און ערשט דערנאך מעקן

אפשר מאכט מען א ''מיסט קאסטן אשכול'' אזוי ווי דארט, ווי מ'קען נישט מגיב זיין, דער שרייבער פארלירט נישט זיין ארבעט, און אויך זעט יעדער וועלכע סארט תגובות גייען אין מיסט.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:47 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איין קליינע הערה אז כ'מעג, ס'קען זיין אז ווען מען מעקט איינעם, איז א פראבלעם, ווייל עס ליגט ארבייט אין שרייבן א תגובה, איבערהויפט א טיפערע ענין, וואס איז נישט סתם געשאסען א קאמענט, און אז מען מעקט אים געמאלדען, פארליערט מען עס, און אמאל קען זיין אז מען וויל עס נאך האבן, אוועק צו לייגען, אדער צו שיקן איינעם אין אישי וכדו'.

סא וואלט איך פארגעשלאגן, פארשטייט זיך נאר אז עס איז נישט עפעס וואס איז נגד התורה אויף עפעס אן אופן, נאר א ענין וואס סך הכל איז נישט לפי רוח המקום, אדער אז עס איז בתוך א היציגע שמועס וכדו', זאל זיין אז ביז 24 שעה למשל, זאל מען האבן עקסעס צו די תוכן פאר עס גייט אינגאנצען אוועק, כדי אז איינער האט אריינגעלייגט כח, זאל ער האבן א געלעגענהייט עס אנצוהאלטן.

וכבר הי' מעשה אצל יגעתי ומצאתי שכ' תגובה שנשטפה יחד חבריו, וכשביקש את ה'רויטער' צייטליך להחזיר אבידתו מילא בקשתו תומ"י והצילו מזוטו של ים.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:כלפי די צענזור, איך האב נאכנישט זוכה געווען צו שפירן קיין שטייפע האנט דא, איך דריי מיך נישט אין די הנהלה צו קענען אפלייקענען אז עס עקזיסטירט אזא זאך, קען זיין ווען איך וואלט עס געשפירט וואלט איך אויך געלאפן אהין.

נישט נאר איך שפיר עס נישט, מיר דאכצעך אז מען האט מיר נאך קיינמאל נישט געמעקט, עכ"פ איך ווייס נישט דערפון, קען זיין כ'בין זייער וואויל אינגעל!! ס'קומט מיר א פרייז, א גיטע זאך!

אכט תגובות האט מען אייך געמעקט :cry:
derech eretz האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:איך האלט אויך ווי די עצה פון לכתחילה אריבער
אפשר זאל מען עס שיקן אישחי אדער פרטי צו די אייגענטומער פון דער תגובה און ערשט דערנאך מעקן

אפשר מאכט מען א ''מיסט קאסטן אשכול'' אזוי ווי דארט, ווי מ'קען נישט מגיב זיין, דער שרייבער פארלירט נישט זיין ארבעט, און אויך זעט יעדער וועלכע סארט תגובות גייען אין מיסט.

שוין געווען אזא פלאן דא, ורחמנא יצילנו, אונזער מיסט קאסטן זאל נאר נישט אויסזעהן אזויווי יענע ח"ו.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 12, 2012 2:59 pm

derech eretz האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:איך האלט אויך ווי די עצה פון לכתחילה אריבער
אפשר זאל מען עס שיקן אישחי אדער פרטי צו די אייגענטומער פון דער תגובה און ערשט דערנאך מעקן

אפשר מאכט מען א ''מיסט קאסטן אשכול'' אזוי ווי דארט, ווי מ'קען נישט מגיב זיין, דער שרייבער פארלירט נישט זיין ארבעט, און אויך זעט יעדער וועלכע סארט תגובות גייען אין מיסט.



א מיסט קאסטן קען נאר סאלוון א קליינע פראצענט פון די געמעקטע תגובות...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 12, 2012 3:01 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויב איז עס א זאך וואס מעג באמת געליינט ווערן, אבער די הנהלה ווילעס נישט אויפן סייט, מעקט מען דאס נישט, נאר מ'פיהרט דאס אוועק,

וואס איז טאקע די חילוק צו מ'פירט עס אוועק צו מ'מעקט עס? ביידע טוט דאך די זעלבע זאך טא פארוואס זאל מען נישט אלעס נאר אוועקפירן ?



סארי נישט באמערקט די תגובה...

ס'דא זאכן וואס א מנהל מעג אויך נישט ליינען, דאס מעקט מען... זאכן וואס מ'מעג ליינען, ס'איז נאר נישט געמאכט פאר אייוועלט פיהרט מען אוועק, אויב איז שייך עס צוריקצולייגן אויסגעקלינטערהייט לייגט מען עס צוריק אויב נישט בלייבטעס אוועקגעפיהרט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 12, 2012 3:02 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:כלפי די צענזור, איך האב נאכנישט זוכה געווען צו שפירן קיין שטייפע האנט דא, איך דריי מיך נישט אין די הנהלה צו קענען אפלייקענען אז עס עקזיסטירט אזא זאך, קען זיין ווען איך וואלט עס געשפירט וואלט איך אויך געלאפן אהין.

נישט נאר איך שפיר עס נישט, מיר דאכצעך אז מען האט מיר נאך קיינמאל נישט געמעקט, עכ"פ איך ווייס נישט דערפון, קען זיין כ'בין זייער וואויל אינגעל!! ס'קומט מיר א פרייז, א גיטע זאך!

אכט תגובות האט מען אייך געמעקט :cry:

יו, נישט געוויסט, כ'העט ווען זייער געוואלט וויסען וועלעכע!

עניוועי 8 "אוט אוו" 1280, נישט קיין שלעכטע "גרעיד".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ?אפשרטאקע און 13 געסט