בלאט 101 פון 112

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 9:20 pm
דורך פאקטען
בענקעל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:נו, איינער מיט חיזוק פאר די געטרייע מנהלים?

וואס חיזוק.
אפאר גוטע געזונטע פעטש פאר די וואס הערן נישט אויף צו ברעטשענען און פארפירן האט איינער?

אנכאפן די לינקע אויער און ציען די רעכטע פאה און דרייען די נאז ווי א שליסל פון א קאר און אויסציען די ליפן אין די ברייט ביז עס קוקט אויס ווי די נקודה 'פתח' און נישט אויפהערן ביז ער שרייט "איך גיי שוין שרייבן עפעס א שיינע זאפטיגע ארטיקל וואס דער עולם גייט שטארק הנאה האבן". אדער זאל ער שרייבן 100 מאהל "איך וועל מער נישט רעדן אין קלאס".

מיט א גוטן אפעטיט... עס איז אווער די צייטן

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 9:32 am
דורך יש בו
נאך אפאר תגובות זאל מען מיר אויסמעקן און נאכדעם וועט מען וויינען אז מען קען שוין צוזאמשמעלצן

דעם אשכול מיט דעם אשכול
נישט ווייל מיינע תגובות גייט מיר אזוי אן,
נאר קיינער זאל נישט זאגן אז מ׳האט נישט געווארנט
:oops:
(Sorry for that)

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 9:43 am
דורך farshlufen
ווייזט אויס אז עמיצער האט געשריבן וואס עס פאסט נישט.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 18, 2019 8:59 am
דורך עציץ נקוב
די מעקן ארבעט אן קיין שום חשבון
איך האב גשריבן דעמאגאג-ראטן אויף א נושא ווי זיי זענן דעמאגאגן און עס איז געמעקט געווארן אבער רויטער און נאך קינדערשע זאכן וואס קומט נישט אריין אזוי ווי דעמעגאגן אויף יענע נושא האבן זיי נישט קיין שום פראבלעם און אפגערעט סתם ווילדע לשונות און לשונות פון גנאי אויף די פרעזידנט האבן זיי זיכער נישט קיין פראבלעם

נישט אז איך האלט אז עס דארף געמעקט ווערן אבער אז מען מעקט דארף עס זיין מיט א נארמאלע און יושרדיגע חשבון

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 11:01 am
דורך עכט היימיש
די ראבאו קאלס אשכול?

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 11:36 am
דורך הענדימען
עכט היימיש האט געשריבן:די ראבאו קאלס אשכול?

דו וואונדערסטעך עכט?

איך האמעך געוואונדערט פארוואס מ'האטעס געלאזט אזוי לאנג

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 12:04 pm
דורך צייט שטיפער
הענדימען האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:די ראבאו קאלס אשכול?

דו וואונדערסטעך עכט?

איך האמעך געוואונדערט פארוואס מ'האטעס געלאזט אזוי לאנג


יא, איך וואונדער מיר עכט,
אדרבה, מאך א וואוט צו מען זאל עס פריש עפענען, עס וועלן שטימען עס זאל בלייבן צוגעמאכט די זעלבע פיר וואס האבן געשטימט מען זאל ווייטער מאכן ראבא קאול'ס אינעם אנדערן אשכול, אנטקעגן א פעטע אריבער צוויי הונדערט וואס האבן געשטימט עס אויפצוהערן

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 12:15 pm
דורך farshlufen
דער גאנצער שנירל פאסט נישט בינינו, ס'קען רואיג ליגן אין מנהלים שופלאד.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 12:20 pm
דורך צייט שטיפער
farshlufen האט געשריבן:דער גאנצער שנירל פאסט נישט בינינו, ס'קען רואיג ליגן אין מנהלים שופלאד.

זאל מען עס זויבערן ס'מערסטע שייך, און נאכער לייגן צירוק במקומו,
עס ליגט דארט אסאך ניצבארע לינק'ס און נומערן

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 12:26 pm
דורך הענדימען
צייט שטיפער האט געשריבן:זאל מען עס זויבערן ס'מערסטע שייך, און נאכער לייגן צירוק במקומו,
עס ליגט דארט אסאך ניצבארע לינק'ס און נומערן

האסט א פוינט

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 6:48 pm
דורך shimon7323
דער לונדון נייעס (חינוך אשכול).
וויסעכנישט וואס דער גאנצע שמועס איז און יענער אשכול בכלל, אבער מעקן פארוואס א איינזייטיגקייט?

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 9:21 pm
דורך וואס טוט זיך
פארוואס האט מען געמעקט ר' טובי מאיר ניימאן'ס אשכול??

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 9:23 pm
דורך ווישוואש
ווייל אייוועלט איז נישט זיין פלאטפארמע צו קאלעקטן נאך נאמבערס פאר זיין קאלער ליסט.

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 9:57 pm
דורך וואס טוט זיך
ווישוואש האט געשריבן:ווייל אייוועלט איז נישט זיין פלאטפארמע צו קאלעקטן נאך נאמבערס פאר זיין קאלער ליסט.

איר האט געליינט מיין תגובה דארט?

די ראבאקאלס מאכן מיך אויך צודרייט, און ווען ס'איז פון די אנטי וועקסערס ווער איך צופלאצט! ווייל ס'איז נישט דא קיין שום סיבה, אבער א איד וואס קיינער איז נישט חושד ער נעמט געלט פאר זיך??? אויב די ראבאקאלס שטערן די אזוי שטארק, דעמאָלטס עס דויערט פינף סעקונדעס אויפהייבן, זען עס איז א ראבאקאלל, אראפהאקן, וועגן דעם אזוי פארשעמען א איד וואס די מטרה איז אויסדריקליך חסד,
נישט צום גלייבן!!!!!

נישט נאר דעס, נאר אויף קול מבשר למשל נעמט זיין עד ממש צען סעקונדעס, ער זאגט "פאראינטערסירטע דריקט 0".

איינער דא האלט ער טוט עס פאר זיין כבוד????

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 10:14 pm
דורך מחשב
א מענטש טאר נישט אינגאנצן זיך פארלאזן אויף זיין מושכל ראשון, 'דער מין האנושי איז עלול אויף טעותים' גייט דער שפריכווארט. ר'טובי' מאיר זאל זיין געזונט, וואס איך בין מקנא זיין גן עדן, אזויפיל חסד און הצלת נפשות גייט ארויס פון זיינע הענט, פארט אבער מאכט ער זייער א שטארקע טעות מיטן זיך פארלאזן אזוי שטארק אויף זיין אייגענע מיינוג. עס איז דער גרעסטער נארישקייט זיינע, אז ער נעמט נישט קיין עדווייס פון אנדערע קלוגע אידן.

ר'טובי' מאיר, דער קלוגסטער מענטש דארף האבן ראט, עצה ותישועה, אויף יעדע טריט און שריט. איר זענט טאקע א 'וואן מען בענד' אבער דערפאר זענט איר מער עלול אויף טעותים. פארשטייט, אז יעדע זייט האט אויך א פארקערטע, און יעדע פעולה קען האבן פילע צדדים וואס ברויך ווערן גענומען אין חשבון און עס גוט שוקל זיין. ווי גוט וואלט געווען ווען איר זאלט האבן א פאר בעלי בתים וואס זאלן אייך ארויסהעלפן, העלפן מאכן דיסיזשענס וכו'. אדער א 'דעת תורה' וואס זאל באגלייטן אלע פעולות. וואס איך בין זיכער אז ווען דאס וואלט געווען וואלט איר אסאך עגמת נפש פארשפארט, און אייער אימעדזש אין גאס וואלט געווען פיל העכער, וואס וואלט אויטאמאטיש געברענגט מער געלט.

יישר כח פארן נעמען מיין מיינונג אין 'באטראכט', כאטש אייער מיינונג זאגט ווארשיינלעך אז דאס וואס איך זאג איז נישט רעלעוואנט צו אייער ספעציפישע סיטואציע.

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 10:22 pm
דורך ווישוואש
וואס טוט זיך האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:ווייל אייוועלט איז נישט זיין פלאטפארמע צו קאלעקטן נאך נאמבערס פאר זיין קאלער ליסט.

איר האט געליינט מיין תגובה דארט?

די ראבאקאלס מאכן מיך אויך צודרייט, און ווען ס'איז פון די אנטי וועקסערס ווער איך צופלאצט! ווייל ס'איז נישט דא קיין שום סיבה, אבער א איד וואס קיינער איז נישט חושד ער נעמט געלט פאר זיך??? אויב די ראבאקאלס שטערן די אזוי שטארק, דעמאָלטס עס דויערט פינף סעקונדעס אויפהייבן, זען עס איז א ראבאקאלל, אראפהאקן, וועגן דעם אזוי פארשעמען א איד וואס די מטרה איז אויסדריקליך חסד,
נישט צום גלייבן!!!!!

נישט נאר דעס, נאר אויף קול מבשר למשל נעמט זיין עד ממש צען סעקונדעס, ער זאגט "פאראינטערסירטע דריקט 0".

איינער דא האלט ער טוט עס פאר זיין כבוד????

יעצט זייט מסביר ווי דאס קומט דא אריין.

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 10:33 pm
דורך געלעגער
ביטע נישט מאכן דעם אשכול פאר נאך א ״ראבא קאלל״ אשכול

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 10:40 pm
דורך nmi
מחשב האט געשריבן:א מענטש טאר נישט אינגאנצן זיך פארלאזן אויף זיין מושכל ראשון, 'דער מין האנושי איז עלול אויף טעותים' גייט דער שפריכווארט. ר'טובי' מאיר זאל זיין געזונט, וואס איך בין מקנא זיין גן עדן, אזויפיל חסד און הצלת נפשות גייט ארויס פון זיינע הענט, פארט אבער מאכט ער זייער א שטארקע טעות מיטן זיך פארלאזן אזוי שטארק אויף זיין אייגענע מיינוג. עס איז דער גרעסטער נארישקייט זיינע, אז ער נעמט נישט קיין עדווייס פון אנדערע קלוגע אידן.

ר'טובי' מאיר, דער קלוגסטער מענטש דארף האבן ראט, עצה ותישועה, אויף יעדע טריט און שריט. איר זענט טאקע א 'וואן מען בענד' אבער דערפאר זענט איר מער עלול אויף טעותים. פארשטייט, אז יעדע זייט האט אויך א פארקערטע, און יעדע פעולה קען האבן פילע צדדים וואס ברויך ווערן גענומען אין חשבון און עס גוט שוקל זיין. ווי גוט וואלט געווען ווען איר זאלט האבן א פאר בעלי בתים וואס זאלן אייך ארויסהעלפן, העלפן מאכן דיסיזשענס וכו'. אדער א 'דעת תורה' וואס זאל באגלייטן אלע פעולות. וואס איך בין זיכער אז ווען דאס וואלט געווען וואלט איר אסאך עגמת נפש פארשפארט, און אייער אימעדזש אין גאס וואלט געווען פיל העכער, וואס וואלט אויטאמאטיש געברענגט מער געלט.

יישר כח פארן נעמען מיין מיינונג אין 'באטראכט', כאטש אייער מיינונג זאגט ווארשיינלעך אז דאס וואס איך זאג איז נישט רעלעוואנט צו אייער ספעציפישע סיטואציע.

איך האב פאר דיר גרויס נייעס אז יעדע מענטש און דו אויך מאכט צענדליגע טעותים א טאג. און ער האט מיט זיך די גרעסטע דעת תורה'ס בימינו.

אין מיינע אויגן קוק איך אן די גאנצע זאך אז ער איז זייער גערעכט מיט זיינע זאכן. זיין פראבלעם איז נאר אז ער מיינט אז 2019 איז 1969. פאר 50 יאר צוריק ווען מ'איז געקומען צו א מענטש נאך געלט און אראפ געלייגט די מצב פון א צובראכענע יוד האט דער מענטש מיט געוויינט און געגעבן דאס לעצטע ביסל געלט וואס ער האט געהאט פאר דעם צובראכענע יוד. ליידער לעבן מיר היינט אין א וועלט וואס מ'גיט נאר ווי מ'גייט שרייבן די נאמען מיט ריזיגע קידוש החמה אותיות, פאר די געמיינסטע ארגעניזאציעס גיט מען מיליונען און ווען ס'קומט א היימישע יוד וואס מיטשעט זיך מיט א קינד אדער מיט די ווייב, דירה ר"ל גיט מען אים א גאנצע דאלער אדער א פינעווער אין בעסטן פאל אום אך און וויי אויב דער "שנארער" פראבירט נאך צו בעטן נאכאמאל. פאר אזאנע יודן איז דא א הייליגע אויסגעלאטערטע נשמה וואס הייסט ר' טובי מאיר ניימאן וואס האט זיך פארחובוסט פאר א צווייטענס יוד וועגן און האט זיך כמה פעמים מבזה געווען צו העלפן א צווייטע יוד. זיצט זיך א 2-3 חברה אויף אייוועלט מיט אפאר ניקים און זענען אים מצער ערגער ווי מ'האט באשמיצט די שווינדלער א האלב יאר צוריק. יא מיר מעגן זיך שעמען מיט וואס מיר אים דא אנגעווערטשאפט.

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 10:54 pm
דורך וואס טוט זיך
איך בין פשוט צוישעדערט אז אידן רחמנים בני רחמנים קענען אזאנס שרייבן אויפן א איד וואס טוט א זאך וואס קיינער דא וואלט נישט געטוען!!! איר ווייסט אז די אלע פאנדרעיזערס וואס איר גיט געלט פאר נעמען א היפש שטיקל חלק, משא"כ דא..
אוי די מנהלים קענען אריינקומען פארוואס מ'האט עס געמעקט???

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 10:58 pm
דורך ישוב הדעת
וואס טוט זיך האט געשריבן:איך בין פשוט צוישעדערט אז אידן רחמנים בני רחמנים קענען אזאנס שרייבן אויפן א איד וואס טוט א זאך וואס קיינער דא וואלט נישט געטוען!!! איר ווייסט אז די אלע פאנדרעיזערס וואס איר גיט געלט פאר נעמען א היפש שטיקל חלק, משא"כ דא..
אוי די מנהלים קענען אריינקומען פארוואס מ'האט עס געמעקט???


בעסער הער אויף, מתוך שבחו אתו לדבר בגנותו... ודי בזה

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 11:00 pm
דורך shimon7323
#ראנג אשכול אלערט

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 12:18 am
דורך געלעגער
געלעגער האט געשריבן:ביטע נישט מאכן דעם אשכול פאר נאך א ״ראבא קאלל״ אשכול

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 4:54 pm
דורך וואס טוט זיך
פארמעקט די גאנצע אשכול?

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 4:55 pm
דורך אדער יא
וועלכעס?

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 4:58 pm
דורך ניס קראכער
די וואס האט לכאורה נישט געדארפט דא זיין מתחילה