אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מאי 20, 2019 5:03 pm

מ'וואלט לענ"ד געדארפט אריינפירן די חוקי רציחה אשכול אין אקטועלע.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 20, 2019 5:11 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:מ'וואלט לענ"ד געדארפט אריינפירן די חוקי רציחה אשכול אין אקטועלע.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 20, 2019 5:11 pm

מ'קען עס נאכאלס טוען?
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג מאי 20, 2019 7:40 pm

עס איז געווען מיין טעות צו דאס עפענענן די אשכול, אנטשולדיגט, שכוח פאר די גניזה.

כאטש אז די נושא קען מען ווען רעדן ריינערהייט, איז אבער א מציאות אז מען קען נישט.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג מאי 20, 2019 8:20 pm

איך האב נאר געזעהן דעם קעפיל פונ'ם אשכול, האב איך געהאלטן אז עס גייט ווערן אראפגענומען.

בינעך שוין נישט אריין אפילו

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » פרייטאג מאי 24, 2019 5:49 am

אפילו א לינק צו די documents פונם ברך משה האט מען פארמעקט..
פארוואס? ווייל איינער פון די documents האבן א בילד פון אים ביים קריג אהן פאות?

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג מאי 24, 2019 7:26 am

ווייל שברי לוחות מונחים בארון
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » פרייטאג מאי 24, 2019 11:01 am

moishy56 האט געשריבן:אפילו א לינק צו די documents פונם ברך משה האט מען פארמעקט..
פארוואס? ווייל איינער פון די documents האבן א בילד פון אים ביים קריג אהן פאות?

איך מיין ווען סוואלט געווען נאר א לינק צו פייל זיינער וואלט מען עס נישט פארמעקט, אבער צו וואס האט אויסגעפעלט די ווערטער ארום און ארום ?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך יוני 05, 2019 2:43 pm

ביי קרישקלעך אין וויליאמסבורג האט מען פארמעקט א תגובה פין מיר וואס איך בין מעורר אויפן ארויף לייגן בילדער וואס איז געמאכט געווארן שבת, אז אפשר איז נישט קיין גלייכע אויסגעהאלטענע זאך ארויף צו לייגן אויף א עהרליכע פלאץ בילדער פין דעם מפני כבודו של שבת, אין מען האט עס פארמעקט....................

פארוואס? מה הפשע והחטא בזה? קען איינער מיר דאס מסביר זיין
参考专家

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך יוני 05, 2019 2:57 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:ביי קרישקלעך אין וויליאמסבורג האט מען פארמעקט א תגובה פין מיר וואס איך בין מעורר אויפן ארויף לייגן בילדער וואס איז געמאכט געווארן שבת, אז אפשר איז נישט קיין גלייכע אויסגעהאלטענע זאך ארויף צו לייגן אויף א עהרליכע פלאץ בילדער פין דעם מפני כבודו של שבת, אין מען האט עס פארמעקט....................

פארוואס? מה הפשע והחטא בזה? קען איינער מיר דאס מסביר זיין

******************
farshtanen ?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך יוני 05, 2019 3:14 pm

נישט פשוט האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ביי קרישקלעך אין וויליאמסבורג האט מען פארמעקט א תגובה פין מיר וואס איך בין מעורר אויפן ארויף לייגן בילדער וואס איז געמאכט געווארן שבת, אז אפשר איז נישט קיין גלייכע אויסגעהאלטענע זאך ארויף צו לייגן אויף א עהרליכע פלאץ בילדער פין דעם מפני כבודו של שבת, אין מען האט עס פארמעקט....................

פארוואס? מה הפשע והחטא בזה? קען איינער מיר דאס מסביר זיין

******************
farshtanen ?


וואס ווילסטו זאגן מיט דעם?
参考专家

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך יוני 05, 2019 5:31 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:ביי קרישקלעך אין וויליאמסבורג האט מען פארמעקט א תגובה פין מיר וואס איך בין מעורר אויפן ארויף לייגן בילדער וואס איז געמאכט געווארן שבת, אז אפשר איז נישט קיין גלייכע אויסגעהאלטענע זאך ארויף צו לייגן אויף א עהרליכע פלאץ בילדער פין דעם מפני כבודו של שבת, אין מען האט עס פארמעקט....................

פארוואס? מה הפשע והחטא בזה? קען איינער מיר דאס מסביר זיין

ווייל איינער האט מסתם חושד געווען אז דו טראגסט מיטן עירוב און נאר פאר דעם שרייבסטו דאס, ווייל ווער ס'טראגט נישט מיטן עירוב באדערט נישט אזעלכע "קלייניגקייטן".
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך יוני 05, 2019 5:56 pm

סתם חושד זיין אין די וועלט אריין אוקעי נאו פראבלעם - אבער די פראבלעם פין זילותא דשבת איז אויך א גרויסע פראבלעם
参考专家

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 05, 2019 6:00 pm

שטייט דאך דארט "קאמענטארן זענען איבריג" אלזא וואס איז די פראגע בכלל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יונה
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך יוני 05, 2019 6:02 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:סתם חושד זיין אין די וועלט אריין אוקעי נאו פראבלעם - אבער די פראבלעם פין זילותא דשבת איז אויך א גרויסע פראבלעם

לויט די תקנות איז אייוועלט נישט קיין פלאץ אויסצודריקן מחאות. אויב האלט איר אז דא איז באגאנגן געווארן אן אומרעכט מוזט איר זוכן אן אנדערע וועג אויסצושרייען די מחאה זינט אייוועלט וויל נישט דינען אלץ פלאטפארמע דערפאר...

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » מיטוואך יוני 05, 2019 7:38 pm

farshlufen האט געשריבן:שטייט דאך דארט "קאמענטארן זענען איבריג" אלזא וואס איז די פראגע בכלל.


ס׳פעלט נישט אויס ארויסצושרייבן גענוי וואס דער אחראי האט געמיינט מיטן בעטן מ׳זאל נישט קאמענטירן, מיטן פיפטן שולחן ערוך האב איך אבער אפגעלערענט אז דאס וואס מומחה האט געפרעגט איז נישט נכלל אין זיין ביטע. וק״ל.

ער האט געפרעגט א נארמאלע זאך נארמאל, עפעס וואס איז נישט געווען רילעיטעד צום עצם דבר שיש בו ממש... ער האט אויך נישט מוחה געווען [איך האב עס עכ״פ נישט אנגעקוקט ווי א מחאה], נאר סתם א נקודה למחשבה בדרך שאלה.

כנלע״ד
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך יוני 05, 2019 7:42 pm

שמשון הגיבור האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:שטייט דאך דארט "קאמענטארן זענען איבריג" אלזא וואס איז די פראגע בכלל.


ס׳פעלט נישט אויס ארויסצושרייבן גענוי וואס דער אחראי האט געמיינט מיטן בעטן מ׳זאל נישט קאמענטירן, מיטן פיפטן שולחן ערוך האב איך אבער אפגעלערענט אז דאס וואס מומחה האט געפרעגט איז נישט נכלל אין זיין ביטע. וק״ל.

ער האט געפרעגט א נארמאלע זאך נארמאל, עפעס וואס איז נישט געווען רילעיטעד צום דבר שיש בו ממש. ער האט אויך נישט מולה געווען [איך האב עס עכ״פ נישט אנגעקוקט ווי א מחאה], נאר סתם א נקודה למחשבה בדרך שאלה.

כנלע״ד

ייש''כ
איך האב נישט געמיינט טאקע ארויס צו גיין מיט א מחאה בכלל, ווער בין איך בכלל צו מוחה זיין
נאר ארויס געברענגט א נקודה למחשבה, אין זיך שטארק געווינדערט ווי פאסט עס פאר די אייוועלט וואס גייט מיט א הויכע ערנסטע ניווא צו אריין לייגן זאכן וואס איז נישט אין די קלאנג פין עהרליכע יודן אפגעהיטענע יודן שטייען ווייט דערפון

אוקעי מיט דעם האב איך גענדיגט איך זוך נישט קיין סומטאכטע אין פובליסטי, איך האב געטוהן מיינס אין די איבריגע לאז איך פאר די באשעפער
参考专家

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יוני 05, 2019 10:33 pm

שמשון הגיבור האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:שטייט דאך דארט "קאמענטארן זענען איבריג" אלזא וואס איז די פראגע בכלל.


ס׳פעלט נישט אויס ארויסצושרייבן גענוי וואס דער אחראי האט געמיינט מיטן בעטן מ׳זאל נישט קאמענטירן, מיטן פיפטן שולחן ערוך האב איך אבער אפגעלערענט אז דאס וואס מומחה האט געפרעגט איז נישט נכלל אין זיין ביטע. וק״ל.

ער האט געפרעגט א נארמאלע זאך נארמאל, עפעס וואס איז נישט געווען רילעיטעד צום עצם דבר שיש בו ממש... ער האט אויך נישט מוחה געווען [איך האב עס עכ״פ נישט אנגעקוקט ווי א מחאה], נאר סתם א נקודה למחשבה בדרך שאלה.

כנלע״ד

אויב דער אחראי זאל שוקל זיין אויף יעדן קאמענט צו ס'איז מותר אדער אסור, איז אין לדבר סוף, און יעדער וועט פראבירן צו ציען דעם שטריקל די ווייטסטע וואס ער קען. דעריבער האט ער געשריבן "קיין קאמענטארן" וואס איז משמע אן קיין אויסנאם.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יוני 05, 2019 10:52 pm

די פראבלעם איז אז די שאלות ווערן געווענליך (כ'רעד נישט פון אייך) נולד ביי די מענטשן וואס שלאגן כפרות ביי אן אנדערע ביהמ"ד...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 06, 2019 10:24 am

בין איך דער איינציגסטער וואס זעט נישט דא קיין שום זילותא דשבת? די טונא וואס די האסט היינט געגעסן פאר פרישטאג האט אויך א גוי געכאפט אום שבת זייענדיג עובר אויף אומצאליגע איסורי דאורייתא

(נישט אזס פאר דעם האט מען געדארפט מעקן)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:31 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס זעט נישט דא קיין שום זילותא דשבת? די טונא וואס די האסט היינט געגעסן פאר פרישטאג האט אויך א גוי געכאפט אום שבת זייענדיג עובר אויף אומצאליגע איסורי דאורייתא

(נישט אזס פאר דעם האט מען געדארפט מעקן)

אגב

טונא פיש וואס מעהאט געכאפט שבת ,זאלסטו נישט עסען ווייל עס מיינט אז א משגיח איז נישט געווען אויפן שיף ביים סארטירן און איז בפשטות זיכער נישט כשר.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:01 pm

איינער קען מיך מסביר זיין פארוואס אין דער אשכול קען מען שרייבען וואס מען וויל לשה׳׳ר רכילות... און דער הנהלה מעקט גארנישט

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:10 pm

לאנדאנער האט געשריבן:איינער קען מיך מסביר זיין פארוואס אין דער אשכול קען מען שרייבען וואס מען וויל לשה׳׳ר רכילות... און דער הנהלה מעקט גארנישט

די מנהלים פון יענע שטאט ווייסט נאכנישט פון קיין אייוועלט צו זאגן...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:17 pm

פאר דעם איז דאך דא א "דווח" קנעפל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

Browsing
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

תגובהדורך Browsing » פרייטאג יוני 14, 2019 10:23 am

איינער האט נעכטן געפענט אן אשכול איבער די שיעורים פון הגאון ר' אשר ווייס שליט"א, לכאורה נישט וויסנדיג די כללים האט ער דעם קעפל נישט גוט געלייגט, און אנדערע האבן פארשטאנען אז מ'רעדט פונעם גברא.

אפשר איז מעגליך צוריק צו עפענען דעם אשכול און טוישן דעם קעפל צו 'שיעורי הגאון ר' אשר ווייס שליט"א', עס קען זיין אינטערעסאנט דער אשכול פאר ווער עס גלייכט זיינע קלארע שיעורים.

viewtopic.php?f=5&t=39872


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גיב א שמייכל און 11 געסט