בלאט 104 פון 112

געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2019 3:20 am
דורך Think and Thank
נאך פונדערהיים האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס זעט נישט דא קיין שום זילותא דשבת? די טונא וואס די האסט היינט געגעסן פאר פרישטאג האט אויך א גוי געכאפט אום שבת זייענדיג עובר אויף אומצאליגע איסורי דאורייתא

(נישט אזס פאר דעם האט מען געדארפט מעקן)

להערה בעלמא, סיי די צייטונג און סיי דער איד האבן נישט אריינגעלייגט קיין בילדער מהאי טעמא.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:32 pm
דורך אהער און אהין
דער קרית יואל אשכול איז אונטער לאק דאון.

ס'צום האפען אז נאך די מעינטענס וועט ער צוריק געעפנט ווערן, מיט ווארענונג שילדן אויפן ארט

געשריבן: דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:34 pm
דורך הבעש''ט
ווייסט איינער ווי עס איז נעלם געווארן די אשכול פון שיכון סקווירא נייעס?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:43 pm
דורך צייט שטיפער
אהער און אהין האט געשריבן:דער קרית יואל אשכול איז אונטער לאק דאון.

ס'צום האפען אז נאך די מעינטענס וועט ער צוריק געעפנט ווערן, מיט ווארענונג שילדן אויפן ארט


נו וואדע, וואס האסטו געטראכט?

האב איך מיר כאטש פארשפארט מיין טויזענסטע תגובה פאר בעסערע צוועקן..

געשריבן: דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:57 pm
דורך נו גוט נו שוין
דער בעזים וואגאן איז שוין דורך געפארן....

געשריבן: דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:26 pm
דורך nmi
צייט שטיפער האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:דער קרית יואל אשכול איז אונטער לאק דאון.

ס'צום האפען אז נאך די מעינטענס וועט ער צוריק געעפנט ווערן, מיט ווארענונג שילדן אויפן ארט


נו וואדע, וואס האסטו געטראכט?

האב איך מיר כאטש פארשפארט מיין טויזענסטע תגובה פאר בעסערע צוועקן..

זאג איבער?...

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 7:27 pm
דורך זופ מיט קניידל
איז אזוי,
איך האב שוין צוויי מאל פרובירט צו שרייבן א תגובה אינעם אשכול וועגן דעם מסע המלכות פון האדמו"ר מסאטמאר,
ביידע מאל איז עס נישט געווארן אנגענומען און איין מאל איז עס געקומען מיט א נאטיפיקאציע,

אנטשולדיגט אבער איטס טו מאטש...!

עס זענען נאך יא דא מענטשן וואס ווען זיי זאגן\פרעגן עפעס מיינט עס נישט אייביג פאליטיק!!!

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 8:51 pm
דורך קאנסילמאן
לכבודך בין איך אריין אין יענע אשכול, און איך זע אז אלעס אלעס שטייט שוין דארט, נישט דא וואס מער צוצילייגען אויף די מינוט,

אויב האסטו סיי וועלכע פראגען און דו דארפסט הילף, איז דא דארט לאקאלע נומערן ווי זיך צו ווענדען.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 1:33 pm
דורך צייט שטיפער
:oops: :twisted: שוין ווייטער יענע אשכול

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 4:29 pm
דורך קלאָצקאָפּ
איך האב קיינמאל נישט געזען אין די תקנות א פארבאט זיך צו טענה'ן, און איך פארשטיי באמת נישט פארוואס מען האט געברויכט אפשפארן אן אשכול וואו מ'האט זיך ס"ה גע'טענה'ט אויף מילדע טענער, און נאך דערצו פארמעקן דעם גאנצן שמועס.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 4:31 pm
דורך ניס קראכער
מ'האט פשוט פארווענטעד אן אלערדזשיק ריעקשאן...

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 9:45 pm
דורך זופ מיט קניידל
קאנסילמאן האט געשריבן:לכבודך בין איך אריין אין יענע אשכול, און איך זע אז אלעס אלעס שטייט שוין דארט, נישט דא וואס מער צוצילייגען אויף די מינוט,

אויב האסטו סיי וועלכע פראגען און דו דארפסט הילף, איז דא דארט לאקאלע נומערן ווי זיך צו ווענדען.


אויב האסטו מיר געמיינט זיי זיך ביטע מסביר

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 12:30 pm
דורך ר' יום טוב
ס'האט זיך נעכטן אנטוויקלט א דעבאטע'לע אין קרית יואל אשכול, עפעס וואס ערגעץ אנדערש וואלט דאס דורכגעגאנגען כמעט אומבאמערקט, אבער דא האט דאס אראפגעברענגט דעם גאנצן געהענגל אויף לייף-סופארט.

יעצט איז דא די זעלבע דעבאטע אונטער אן אנדערן אפטיילונג, גארנישט מיט די האקעלע ווערטער "קרית יואל", און דארט גייט דאס אן אזשע גייט א רויעך.

פרעג איך אייך, קומט זיך טאקע פאר קרית יואל א באזונדערע לעוול באהאנדלונג? איז דאס יושר? איז די ווערטער 'קרית יואל' רויטער ווי מאנטשעסטער אדער אויסטראליע???

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 12:34 pm
דורך farshlufen
גראדע יא,אין די צוויי דערמאנטע קהילות קומען זיך אלע 5 צו 6 שטרעמונגען אין סאטמאר גוט אדורך.

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 12:42 pm
דורך nmi
ר' יום טוב האט געשריבן:ס'האט זיך נעכטן אנטוויקלט א דעבאטע'לע אין קרית יואל אשכול, עפעס וואס ערגעץ אנדערש וואלט דאס דורכגעגאנגען כמעט אומבאמערקט, אבער דא האט דאס אראפגעברענגט דעם גאנצן געהענגל אויף לייף-סופארט.

יעצט איז דא די זעלבע דעבאטע אונטער אן אנדערן אפטיילונג, גארנישט מיט די האקעלע ווערטער "קרית יואל", און דארט גייט דאס אן אזשע גייט א רויעך.

פרעג איך אייך, קומט זיך טאקע פאר קרית יואל א באזונדערע לעוול באהאנדלונג? איז דאס יושר? איז די ווערטער 'קרית יואל' רויטער ווי מאנטשעסטער אדער אויסטראליע???

דו האלסט חשבון וויפול אשכולות פון קרית יואל זענען שוין געפלויגן vs פון אנדערע געגענטער?

די מציאות ווייזט אז אין קרית יואל ברויך מען האלטן א שטערקערע האנט ווייל ס'קען גרינגער ארויס גיין פון קאנטראל.

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 1:26 pm
דורך צייט שטיפער
עס איז אזוי אויסגעשטעלט, אז ווען מאנכע זעהן דאס ווארט "קרית יואל" און עס איז דא דארט א נארישע דעבאטע אפילו צו די מורישקעס זענען רויטע אדער שווארצע, קומען עטליכע ניק'ס אריין אויפצוהייטערן דעם שטימונג, גייען צווישן די טראפן, און פרובירן אינטערצוצינדן דעם פאטריאטישן טייל ניקים.

מער פון דעם פעלט נישט אויס, און תיכף יאווענען זיך אהין פאטריאטן און אנטי פאטריאטן, עס ווערט א היציגן שטימונג, אזש מען קען נישט כאפן די אטעם פאר מען האלט ביי פרישע גאנצע בלעטער צו מעקן, פארוואס זאל די הנהלה צו ווארטן דערציה?

מען רעדט שוין נישט פון דעם ווען עס קומט אן א באס אינגע אנ"ש, און הייבן אן ניצן יונגערישע אויסדרוקן (אקסי"ש בלע"ז) און זענען סתם שופך שיח מיט לויזע אויסדרוקן אויף אלעס הייליגן, און ניצן דארט תשעה קבין סעלף העיט.

כי לעולם חסדו

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 2:02 pm
דורך ר' יום טוב
איך הער וואס ענק זאגן.

אבער טיילמאל איז פאראן געשמאקע ציוויליע שמועסן בדברים של מה בכך, נושאים ווי טראפיק און גוטע טשאלענט אין שטעטל, און אויב ווארפט דארט א תמים אריין א ווארט וואס קען ווערן מרומז בתרי אנפין אז די טראפיק האט מיט עפעס א ווילידזש, אדער אז טשאלענט האט מיט ווי מ'קויפט די פלייש, דאן ווערט די גאנצע חבריא קאטאגאריש אפגעשטעמפט אלס "די וועלכע ברענגען אז די אשכול זאל פארשפארט ווערן", בייגעלייגט א בילד פון א שרעקעדיגע שלאס...

איינער דארף זיך אויסלערנען אז נישט יעדע סובדזשעקט וואס געפינט זיך אין אונזער שטאט מיינט פאליטיק. אויב איז פאראן א סטעיטמענט וואס איז אויסגעהאלטן לויט די תקנות המקום אין סיי וועלכע אשכול, איז קיינער נישט שולדיג אז דא אין דעים אשכול זאל זיך דרייען א צובראכענע סענסעטיווע סענסאר, וואס קוקט אויף יעדע זאך מיט פאליטישע ברילן.

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 2:56 pm
דורך צייט שטיפער
פון דעם רעדט מען אז פון רויטע מוקישקעס מאכן מאנכע א גאנצע פאליטיק,

דער אמת איז, מען קען גארנישט טוהן מער ווי זיך בייסן די ליפן און נישט רעדן נישט נאר וואס מען דארף נישט, נאר אויך נישט וואס וואס מען דארף

להבדיל בין קודש לחול ז"ל ספה"ק תומר דבורה:
צָרִיךְ הָאָדָם לְהִזָּהֵר מְאֹד מֵהַדִּבּוּר הַמֵּבִיא לִידֵי הִרְהוּר וכו', אֵין צָרִיךְ לוֹמַר שֶׁלֹּא יְדַבֵּר נְבָלָה אֶלָּא אֲפִילוּ דִּבּוּר טָהוֹר הַמֵּבִיא לִידֵי הִרְהוּר רָאוּי לְהִשָּׁמֵר מִמֶּנּוּ, וַהֲכִי דָּיֵק לִישָּׁנָא דִּקְרָא (קֹהֶלֶת ה, ה): "אַל תִּתֵּן אֶת פִּיךָ לַחֲטִיא אֶת בְּשָׂרֶךָ" הִזְהִיר שֶׁלֹּא יִתֵּן פִּיו בְּדִבּוּר שֶׁמֵּבִיא לְהַחֲטִיא וכו'. וּכְתִיב "לָמָּה יִקְצֹף הָאֱלֹהִים" וְגוֹ', וְאִם הוּא נִבְלוּת הַפֶּה, מַאי לַחֲטִיא, הֲרֵי הוּא בְּעַצְמוֹ חֵטְא, אֶלָּא אֲפִילוּ שֶׁהַדִּבּוּר לֹא יִהְיֶה חֵטְא אֶלָּא דִּבּוּר טָהוֹר, אִם מֵבִיא לִידֵי הִרְהוּר צָרִיךְ לְהִזָּהֵר מִמֶּנּוּ, וְלָזֶה אָמַר "לַחֲטִיא אֶת בְּשָׂרֶךָ לָמָּה יִקְצֹף", יִרְצֶה אַחַר שֶׁמַּחְטִיא יִקְצֹף עַל אוֹתוֹ קוֹל אֲפִילוּ שֶׁיִּהְיֶה מֻתָּר, כִּי עַל יְדֵי פְּעֻלָּה רָעָה הַנִּמְשֶׁכֶת מִמֶּנּוּ, חָזַר הַקּוֹל וְהַדִּבּוּר רָע.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 12:32 pm
דורך עכט היימיש
וואס האט 'יעצט' פאסירט?
viewtopic.php?f=3&t=39926&start=125

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 12:41 pm
דורך צו געזונט
עכט היימיש האט געשריבן:וואס האט 'יעצט' פאסירט?
viewtopic.php?f=3&t=39926&start=125

עס איז לכאורה אראפגענומען, אלס נישט צו מאכען אייוועלט א פריוואטע צדקה פלאטפארמע

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:49 pm
דורך מחשב
נישט אז איך פארשטיי עס.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 4:21 pm
דורך ראש חדשים
צו געזונט האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:וואס האט 'יעצט' פאסירט?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=125

עס איז לכאורה אראפגענומען, אלס נישט צו מאכען אייוועלט א פריוואטע צדקה פלאטפארמע

ווען נאר ר' טובי' מאיר האט קאמפיינט איז נאך געוועהן ברחמים, אבער לעצטענס האבן זיך אנגעהויבן יאווען קאמפיינס אין ולאחיו פארום און דאס איז לכאורה שוין צופיל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 1:21 am
דורך שפיגליצקי
פארוואס איז כאפצעמ'ס עקסלוסיוו ליגנט אשכול געשרינקען מיט עטליכע בלאט?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:16 am
דורך צו געזונט
ווייל געוויסע זאכען פון דארט זיינען שוין געווארען אמת מיט די צייט...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:28 am
דורך חצקאל דער לאצי
עס הערשט א צענזור און די גזירת החינוך ענגלאנד אשכול.

עס ווערט געמעקט ווער עס האלט נישט גענוי אזוי ווי די עקסטרעם רעכטע גזירות מאכערס.