בלאט 107 פון 109

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 5:31 pm
דורך באגלייבט
די אשכול פון מאנישעוויץ / קדם איז פארשווינדען?

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 5:34 pm
דורך צו געזונט
ניין!!! מן הסתם די ביזנעס אפטיילונג פון קדם/מאנישעוויץ פארקויף וועט מען איבערלאזען און די השערות וועט מען פערמעקען...

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 5:46 pm
דורך ניס קראכער
קדם האט מסתמא געטראשעט די הנהלה אז אויב זיי פארמעקן נישט עפענען זיי א קאמפעטיציע o-h?e

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 6:07 pm
דורך באגלייבט
צו געזונט האט געשריבן:ניין!!! מן הסתם די ביזנעס אפטיילונג פון קדם/מאנישעוויץ פארקויף וועט מען איבערלאזען און די השערות וועט מען פערמעקען...

ווי איז די אשכול? איך טרעף אים נישט.

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 6:12 pm
דורך קאנסילמאן
א קאמפאני וואס האט געקענט דערשטיקען יעדע איינציגע קאמפטישען ביים היימישע אידענטום, איז דערשטיקען א אשכול א בלאז מיט די נאז, פון די לייכטע זאכען.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 9:18 am
דורך קלאפער
זייער אינטרעסאנט.

אין די צייט וואס מאמענט ווערט דא קריטיקירט אויף א וועכנטליכע פארנעם, וועט יעדע קאמענטאר וואס איז נישט 100% פרא קינדליין פליען ביז א האלבע שעה.

וואס איז די פאלעסי? וועמען מעג מען יא קריטיקירן און וועמען נישט? בפרט ווען @שרעבי שטעלט זיך גאר אהער אלס איינער וואס "די מערכת האט אים געשיקט צו ברענגען דעת הקהל מיט וואס מ'וועט זיך שטארק רעכענען"

???

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 9:40 pm
דורך שמואל בארג
יישר כח פאר די צענזור, ס'איז אבער א ווייטאג אז א שיינע סוגיא ווי די תרנגולים וואלט געקענט שיין דעבאטירט ווערן, א שאד אויף די אטמאספער וואס ברענגט צו די מחיקה.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:05 pm
דורך נעגלוואסער
האב איך מיר געמוטשעט און געשריבן א פערזענליכע שיינע הערכה אויף הרה"ח ר' אהרן יושע ראזענבוים ע"ה און די בד"ה אשכול און נאך 5 מינוט ואיננו
איך קען באשטיין צו וויסן פארוואס אויב איינער פון די מעקערס קענען ענטפערן און אישי איז אויך גוט

איך פרעג געווענליך נישט ווייל איך קען פארשטיין אבער דאס פארשטיי איך נישט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:12 pm
דורך אחראי
נעגלוואסער האט געשריבן:האב איך מיר געמוטשעט און געשריבן א פערזענליכע שיינע הערכה אויף הרה"ח ר' אהרן יושע ראזענבוים ע"ה און די בד"ה אשכול און נאך 5 מינוט ואיננו
איך קען באשטיין צו וויסן פארוואס אויב איינער פון די מעקערס קענען ענטפערן און אישי איז אויך גוט

איך פרעג געווענליך נישט ווייל איך קען פארשטיין אבער דאס פארשטיי איך נישט


זייזשע מוחל, אבער אמאל ווען מ'שרייבט עפעס ברבים גייט עס אריין בכלל פון מברך רעהו בקול גדול וכו' תחשב לו.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 2:01 pm
דורך נעגלוואסער
אחראי האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:האב איך מיר געמוטשעט און געשריבן א פערזענליכע שיינע הערכה אויף הרה"ח ר' אהרן יושע ראזענבוים ע"ה און די בד"ה אשכול און נאך 5 מינוט ואיננו
איך קען באשטיין צו וויסן פארוואס אויב איינער פון די מעקערס קענען ענטפערן און אישי איז אויך גוט

איך פרעג געווענליך נישט ווייל איך קען פארשטיין אבער דאס פארשטיי איך נישט


זייזשע מוחל, אבער אמאל ווען מ'שרייבט עפעס ברבים גייט עס אריין בכלל פון מברך רעהו בקול גדול וכו' תחשב לו.

גראדע ביי די לוויה האט עס איינער פון די מספידים ארויסגעברענגט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:21 pm
דורך קאקאש קעיק מיט מילך
וואו איז פרשווינדן געווארן די אשכול מזל טוב שידוכים ?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:52 pm
דורך שפיגליצקי
האט זיך שוין יא אנגעהויבן די מעקעריי ב"ה, אבער זעהר אייגעהאלטן, אן עקל און א גרויל צו אריין גיין אין יענעם אשכול.

הייד-פארק בתפארתו (ביזן מעקן אי"ה).

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:09 pm
דורך מעכטיג גרויס
סאיז אריין אין אקטועלע

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:11 pm
דורך קלאָצקאָפּ
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:וואו איז פרשווינדן געווארן די אשכול מזל טוב שידוכים ?

וואס איז טאקע פשט?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:43 pm
דורך eller
ווען גייט מען אפדעיטן די אשכול איבער די געזעץ פון די חינוך ?
לגבי די יעצטיגע היץ וואלט עס געדארפט אריינגיין אין די אקטייוע אשכול אבער ביטע עס אפדעיטן די שנעלסטע וואס שייך..

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:23 pm
דורך ניס קראכער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:וואו איז פרשווינדן געווארן די אשכול מזל טוב שידוכים ?

וואס איז טאקע פשט?

מסתמא האט איינער באריכטעט דארט א דערווייל אומגענדיגטע שידוך, האט מען באהאלטן דעם אשכול דערווייל...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:24 pm
דורך קאקאש קעיק מיט מילך
ניס קראכער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:וואו איז פרשווינדן געווארן די אשכול מזל טוב שידוכים ?

וואס איז טאקע פשט?

מסתמא האט איינער באריכטעט דארט א דערווייל אומגענדיגטע שידוך, האט מען באהאלטן דעם אשכול דערווייל...

גארנישט דערווייל עס איז שוין אפאר טעג

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:54 am
דורך קניידל פארעם
איך וויל באדאנקען די מנהלים פארן ארויף לייגן א שלאס דארט וואו ס'האצעך אויסגעפעלט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:17 am
דורך אחד הרבנים
געעפענט אן אשכול איבער נייעס, מודעות און הילף איבער די יארצייטן נעקסטע וואך אין סאטמאר, ספינקא, טאהש, סקולען.
זענען נעלם געווארן...
ווייסעך נישט וואס די באהערדע האבן דערקעגן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:22 am
דורך שנלר
אחד הרבנים האט געשריבן:געעפענט אן אשכול איבער נייעס, מודעות און הילף איבער די יארצייטן נעקסטע וואך אין סאטמאר, ספינקא, טאהש, סקולען.
זענען נעלם געווארן...
ווייסעך נישט וואס די באהערדע האבן דערקעגן.


זייט ביטע מסביר פארוואס איר האט געעפענט יענער אשכול.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:29 am
דורך בארואיגט-אייך
שכח מנהלים פארן נעמען די מעקער אין די האנט אריין ווען סע פעלט זיך אויס.

אין א עקסטערע שכח פארן עס אוסקלינען אין נישט אוועקלייגן לעולם.

#ענקער ארבעט איז אפרישיעטעט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:48 am
דורך אחד הרבנים
שנלר האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:געעפענט אן אשכול איבער נייעס, מודעות און הילף איבער די יארצייטן נעקסטע וואך אין סאטמאר, ספינקא, טאהש, סקולען.
זענען נעלם געווארן...
ווייסעך נישט וואס די באהערדע האבן דערקעגן.


זייט ביטע מסביר פארוואס איר האט געעפענט יענער אשכול.

א) אויפן פארלאנג פון מיטגלידער וואס ליינען דעם אשכול איבער הרה״ק מהר״י ט״ב מ׳סאטמאר זי״ע וואס די אשכול (און אזוי אויך אנדערע צדיקים) ווערן פארדרייט איבער נייעס אין און ארום דעם יארצייט.
(קען איך נישט יעצט טרעפען דעם מהר״י ט״ב אשכול שוין זיכנדיג פאר צען מינוט מיטן ״פארגעשריטענעם״ איי וועלט סירטש ענדשין)

ב) מיר ווילן פלאנירן צו מאכן א נסיעה אויף די 4 אויבן דערמאנטע מקומות הק׳ און מיר האבן געוואלט הערן פונעם ציבור וואס האט שוין עקספיריענס אויף די וועגן

גענוג סיבה צו עפענען....?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:54 am
דורך גיב א שמייכל
אחד הרבנים האט געשריבן:
(קען איך נישט יעצט טרעפען דעם מהר״י ט״ב אשכול שוין זיכנדיג פאר צען מינוט מיטן ״פארגעשריטענעם״ איי וועלט סירטש ענדשין)



די ״פארגעשריטענעם״ אייוועלט סירטש ענדשין איז ווערט א רעטעך... איך ניץ גוגל סירטש ווען איך זיך עפעס אויף אייוועלט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:13 am
דורך עפל קאמפאוט
גיב א שמייכל האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
(קען איך נישט יעצט טרעפען דעם מהר״י ט״ב אשכול שוין זיכנדיג פאר צען מינוט מיטן ״פארגעשריטענעם״ איי וועלט סירטש ענדשין)



די ״פארגעשריטענעם״ אייוועלט סירטש ענדשין איז ווערט א רעטעך... איך ניץ גוגל סירטש ווען איך זיך עפעס אויף אייוועלט


גם אני בחלומי

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:14 am
דורך שנלר
אחד הרבנים האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:געעפענט אן אשכול איבער נייעס, מודעות און הילף איבער די יארצייטן נעקסטע וואך אין סאטמאר, ספינקא, טאהש, סקולען.
זענען נעלם געווארן...
ווייסעך נישט וואס די באהערדע האבן דערקעגן.


זייט ביטע מסביר פארוואס איר האט געעפענט יענער אשכול.

א) אויפן פארלאנג פון מיטגלידער וואס ליינען דעם אשכול איבער הרה״ק מהר״י ט״ב מ׳סאטמאר זי״ע וואס די אשכול (און אזוי אויך אנדערע צדיקים) ווערן פארדרייט איבער נייעס אין און ארום דעם יארצייט.
(קען איך נישט יעצט טרעפען דעם מהר״י ט״ב אשכול שוין זיכנדיג פאר צען מינוט מיטן ״פארגעשריטענעם״ איי וועלט סירטש ענדשין)

ב) מיר ווילן פלאנירן צו מאכן א נסיעה אויף די 4 אויבן דערמאנטע מקומות הק׳ און מיר האבן געוואלט הערן פונעם ציבור וואס האט שוין עקספיריענס אויף די וועגן

גענוג סיבה צו עפענען....?


א) איך גלייב אז טאמער אלע דער מיטגלידער וואס האבן זיך געוואנדן צו דיר, וועלן בעטן די אחראים, וועט מען עפעס קענען אויסארבעטן.

ב) טאמער ווילט איר וויסן וויאזוי צו פארן צו די אלע מקומות הק', דאן גייטס אריבער צום אשכול מיט'ן נאמען ''זאכן וואס איך וויל וויסן'', און דארט קענט איר פרעגן וויפיל איר ווילט.