אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:21 pm

איך האב געשריבן א תגובה דא viewtopic.php?f=26&t=41366 און דאס געפינט זיך מער נישט, קען מען מיר דאס אויס קלארן ביטא?

אדאנק פון פאראויס
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 5:38 pm

אלטער האט געשריבן:איך האב געשריבן א תגובה דא viewtopic.php?f=26&t=41366 און דאס געפינט זיך מער נישט, קען מען מיר דאס אויס קלארן ביטא?

אדאנק פון פאראויס

כ'זעה נישט דארט קיין פארמעקטע תגובות, מסתמא איז עס קיינמאל אדורך ביים שלח'ן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אלטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 5:42 pm

לכאורה האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:איך האב געשריבן א תגובה דא viewtopic.php?f=26&t=41366 און דאס געפינט זיך מער נישט, קען מען מיר דאס אויס קלארן ביטא?

אדאנק פון פאראויס

כ'זעה נישט דארט קיין פארמעקטע תגובות, מסתמא איז עס קיינמאל אדורך ביים שלח'ן.

קען זיין העמיר עס איבער שיקן

אדאנק פארן ענטפערן
לעצט פאראכטן דורך אלטער אום זונטאג ינואר 26, 2020 1:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מוצ"ש ינואר 25, 2020 10:51 pm

נקודהלע האט געשריבן:כ'האב אמאל דא געלייגט א בילד פון פרייע פאנטס, און ס'געווארן פארקנאקט, דערנאך האב איך געלייג נאך איינס פון אנדערע פאנטס און ס'איז געבליבן אפן? מה פשט? (כ'וויל פארשטיין, כ'האב נישט קיין טענות...) :?:

אגב, געב א קוק מיין שורה אינטן, וועסטו זען אז כ'האלט פון מעקן...

ווי ווייט איך קען זען איז צו וויסן די תשובה דערויף וועט איר זיך דארפן ווענדן צו מר. גוגל, זינט אייער בילד פירט צו זיי, דאס האט גארנישט מיט אונז.

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » זונטאג ינואר 26, 2020 11:12 am

את חטאתי אני מזכיר....
איך האב געלייגט א נישט גוטע לינק או ביז אפאר מינוט איז עס אראפ גענומען געווארן...
א גרויסן ש'כוח מנהלים!!
אַ געשעפט האָב איך............

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג ינואר 26, 2020 10:44 pm

און שוין ווידער

אבער דאסמאל פארשטיי איך

איך האב נאר געזעהן אז פאר שיעלע האט מען געלאזט האב איך מיר נישט געקענט איינהאלטן און איך האב געענטפערט

(פליז לאז עס דא, מזאל זעהן אז נישט אייביג האב איך טענות...)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג ינואר 27, 2020 6:13 am

און יעצט איז געקומען מיין רייע!
יישר כח פאר'ן מעקן דעם טראלעריי אין 'דף היומי בחסידות' צוזאמען מיט מיין תגובה אויף דעם!
בבחינת 'תמות נפשי עם פלישתים'.

און א קאמפלעינט אויף די אנדערע פלעצער ווי מ'האט נאר געמעקט מיין תגובה!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:01 pm

וואס מיינט א אידישע וועלט אז איבער 1000 מיידלעך אין מאנסי האבן נישט קיין סקול און זיי סווייפען די עלטערנס ק''ק און אלע סטארס אין מאנסי, און סנישט שייך צי ריפארטן דא?

ווען עפעס א סקול אין קאראוואנען אין גליל שפארט צי פאר איין טאג דרייט זיך איבער גאנץ אמעריקע און סיז א גאנצע פאליטיק וועליכע אדמו''ר האט געשיקט מער געלט, אבער דא ביי אונז אין בעק יארד? נאו באדי קערס.. ניטאמאל ריפארטן אויף אייוועלט איז שייך.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:45 pm

נו, עס פאנגט זיך נישט יעצט אן. קול מבשר גייט זיין פארנומען א גאנצע מוצ"ש מיט א אינצידענט אין אוקריינע, אבער וועט טאטאל איגנארירן אינצידענטן און נייעס אין אונזערע היימשטעט.
קומסט אין ביהמ"ד, וואסערע צעטלין זעסטו אויף די ווענט? באקלעבט א דאזען פאוסטערס מיט עפעס א פרישע מוסד אין א"י וואס נעמט נישט קיין געלט פון די ציונים. אפשר איין קליינע צעטעלע וועסטו טרעפן א וויכטיגע זאך וואס איז יעדן נוגע.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:41 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:נו, עס פאנגט זיך נישט יעצט אן. קול מבשר גייט זיין פארנומען א גאנצע מוצ"ש מיט א אינצידענט אין אוקריינע, אבער וועט טאטאל איגנארירן אינצידענטן און נייעס אין אונזערע היימשטעט.
קומסט אין ביהמ"ד, וואסערע צעטלין זעסטו אויף די ווענט? באקלעבט א דאזען פאוסטערס מיט עפעס א פרישע מוסד אין א"י וואס נעמט נישט קיין געלט פון די ציונים. אפשר איין קליינע צעטעלע וועסטו טרעפן א וויכטיגע זאך וואס איז יעדן נוגע.

אויף קול מבשר איז נאך דא א שטיקל לימוד זכות, די שליח חב''ד אין אורקיינע איז עני טיים עוועלעבל ארויפציקומען, משא''כ אין דיין היימשטאט איז ניטאמאל דא א שליח חב''ד... טא וועם זאלמען ארויפברענגען?!
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22535
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:57 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:וואס מיינט א אידישע וועלט אז איבער 1000 מיידלעך אין מאנסי האבן נישט קיין סקול און זיי סווייפען די עלטערנס ק''ק און אלע סטארס אין מאנסי, און סנישט שייך צי ריפארטן דא?

ווען עפעס א סקול אין קאראוואנען אין גליל שפארט צי פאר איין טאג דרייט זיך איבער גאנץ אמעריקע און סיז א גאנצע פאליטיק וועליכע אדמו''ר האט געשיקט מער געלט, אבער דא ביי אונז אין בעק יארד? נאו באדי קערס.. ניטאמאל ריפארטן אויף אייוועלט איז שייך.

כ'גלויב אז דער טרוקענער שטיקל נייעס געהערט דא, אבער די שמועסן ארום און ארום מן הסתמא שוין נישט.

אלענפאלס, כ'זאג נישט קיין מיינונג.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 28, 2020 4:44 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:וואס מיינט א אידישע וועלט אז איבער 1000 מיידלעך אין מאנסי האבן נישט קיין סקול און זיי סווייפען די עלטערנס ק''ק און אלע סטארס אין מאנסי, און סנישט שייך צי ריפארטן דא?

ווען עפעס א סקול אין קאראוואנען אין גליל שפארט צי פאר איין טאג דרייט זיך איבער גאנץ אמעריקע און סיז א גאנצע פאליטיק וועליכע אדמו''ר האט געשיקט מער געלט, אבער דא ביי אונז אין בעק יארד? נאו באדי קערס.. ניטאמאל ריפארטן אויף אייוועלט איז שייך.

מענין לענין, האב איך געקלערט אז דאס איז טאקע דער ציל פון אפשליסן דעם "בית אסתר" און נישט דעם "תורה ויראה", ווייל די טאטעס וועלן זיך כאפן ביים קאפ אז באצאלן שכר לימוד קומט שוין אויס ביליגער ווי די 'שאפינג' וואס גייט יעצט פאר ביי די מיידלעך..

ווי דער באקאנטער משל אז אז איינעמס קרעדיט קארטל איז גע'גנב'ט געווארן און ער האט עס נישט באריכטעט, ווייל דער גנב האט עס געסווייפט ווינציגער ווי די בני בית. (דער משל קומט נישט אהער? זאל זיין..)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

סקאראמוטשי
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » דינסטאג ינואר 28, 2020 5:32 pm

farshlufen האט געשריבן:כ'גלויב אז דער טרוקענער שטיקל נייעס געהערט דא, אבער די שמועסן ארום און ארום מן הסתמא שוין נישט.

קארעקט, און עס געפינט זיך טאקע אזא סארט נייעס דאהי אויפן וועלטל, טאקע אין יענעם אשכול.
אבער מיר האט מען שוין אמאל געפרעגט, ביי אן אנדערע אזא פאל, מיט וואונדער "דו פארשטייסט טאקע נישט אז אזעלכע נייעס באלאנג[ע]ן נישט אויף אייוועלט?"

פלעקסיבל.
די ניק מיסטעריעז איז אויף א מיסיע איבערצודרייען ~ וויכי

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג ינואר 28, 2020 7:25 pm

סקאראמוטשי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כ'גלויב אז דער טרוקענער שטיקל נייעס געהערט דא, אבער די שמועסן ארום און ארום מן הסתמא שוין נישט.

קארעקט, און עס געפינט זיך טאקע אזא סארט נייעס דאהי אויפן וועלטל, טאקע אין יענעם אשכול.
אבער מיר האט מען שוין אמאל געפרעגט, ביי אן אנדערע אזא פאל, מיט וואונדער "דו פארשטייסט טאקע נישט אז אזעלכע נייעס באלאנג[ע]ן נישט אויף אייוועלט?"

פלעקסיבל.

נו, דו פארשטייסט טאקע נישט?!

סקאראמוטשי
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » דינסטאג ינואר 28, 2020 7:34 pm

חחח, דער פרעגער אליינס פארשטייט אנדערש
די ניק מיסטעריעז איז אויף א מיסיע איבערצודרייען ~ וויכי

ב שולם
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » דינסטאג ינואר 28, 2020 10:48 pm

לכאורה האט געשריבן:מענין לענין, האב איך געקלערט אז דאס איז טאקע דער ציל פון אפשליסן דעם "בית אסתר" און נישט דעם "תורה ויראה", ווייל די טאטעס וועלן זיך כאפן ביים קאפ אז באצאלן שכר לימוד קומט שוין אויס ביליגער ווי די 'שאפינג' וואס גייט יעצט פאר ביי די מיידלעך..

ווי דער באקאנטער משל אז אז איינעמס קרעדיט קארטל איז גע'גנב'ט געווארן און ער האט עס נישט באריכטעט, ווייל דער גנב האט עס געסווייפט ווינציגער ווי די בני בית. (דער משל קומט נישט אהער? זאל זיין..)

:lol: :lol: :lol:
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג ינואר 28, 2020 11:57 pm

פארוואס האט מען פארשפארט די שיעורי הרב בונקר שליטא אשכול ?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך ינואר 29, 2020 10:31 am

איך האב נישט ערפארונג אין די אשכול

איינער ווייסט צו איך גיי אמאל באקומען אן ענטפער אויך מיין פראגע? די אחרים קומען דא אמאל אריין בכלל ?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » מיטוואך ינואר 29, 2020 10:37 am

אוודאי קומען זיי דא אריין, זיי דרייען זיך דא די מערסטע.
אבער געווענליך שרייבן זיי נישט דא, זיי ניצען נאר די אנדערע זייט פוןַ די פענסיל...
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:52 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:פארוואס האט מען פארשפארט די שיעורי הרב בונקר שליטא אשכול ?

האסט אפשר א לינק צום אשכול? איך טרעף עס נישט אויפ'ן מינוט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 29, 2020 1:26 pm

אקעי, א קאלעגע אחראי האט מיר צוגעוויזן דעם אשכול, עס איז אויפגעשפארט געווארן, בתנאי אז מען שרייבט וועגן די שיעורים, נישט מען שטעלט אדווערטייזמענטס איבער שבתון'ס וכדומה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 1:41 pm

לכאורה האט געשריבן:אקעי, א קאלעגע אחראי האט מיר צוגעוויזן דעם אשכול, עס איז אויפגעשפארט געווארן, בתנאי אז מען שרייבט וועגן די שיעורים, נישט מען שטעלט אדווערטייזמענטס איבער שבתון'ס וכדומה

איך האב מורא איך בין א אחראי

איך האב איך האב אים צופרי געשיקט אין אישי
לכאורה קוקן זיי עס אן אלטס אדווערטייזמענט
אויסער אויב דו ווייסט אז עפעס איז געשריבן געווארן דארט (איך קען נישט טראכטן פון עפעס וואס זאל זיין אזוי געפערליך אז מזאל צושפארן)


אבער וואס עפעס איך זעה דו האסט נאכנישט געליינט ביז יעצט
נו אויב דו קומסט אריין נאר איינמאל אין א טאג ווי אזו ווילסטו די אחראי זאל זיין דא יעדע מינוט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11979
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 29, 2020 8:22 pm

לכאורה האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:וואס מיינט א אידישע וועלט אז איבער 1000 מיידלעך אין מאנסי האבן נישט קיין סקול און זיי סווייפען די עלטערנס ק''ק און אלע סטארס אין מאנסי, און סנישט שייך צי ריפארטן דא?

ווען עפעס א סקול אין קאראוואנען אין גליל שפארט צי פאר איין טאג דרייט זיך איבער גאנץ אמעריקע און סיז א גאנצע פאליטיק וועליכע אדמו''ר האט געשיקט מער געלט, אבער דא ביי אונז אין בעק יארד? נאו באדי קערס.. ניטאמאל ריפארטן אויף אייוועלט איז שייך.

מענין לענין, האב איך געקלערט אז דאס איז טאקע דער ציל פון אפשליסן דעם "בית אסתר" און נישט דעם "תורה ויראה", ווייל די טאטעס וועלן זיך כאפן ביים קאפ אז באצאלן שכר לימוד קומט שוין אויס ביליגער ווי די 'שאפינג' וואס גייט יעצט פאר ביי די מיידלעך..

ווי דער באקאנטער משל אז אז איינעמס קרעדיט קארטל איז גע'גנב'ט געווארן און ער האט עס נישט באריכטעט, ווייל דער גנב האט עס געסווייפט ווינציגער ווי די בני בית. (דער משל קומט נישט אהער? זאל זיין..)

:lol: :P
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3239
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך ינואר 29, 2020 10:31 pm

און דאן האט ער עס יא רעפארטעד, ווייל דעם גנב'ס פרוי האט עס אנגעהויבן צו נוצען...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm

תגובהדורך לעמאן סאדע » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 9:44 am

אויב מעגליך צו וויסן וואס איז שלכט מיט די עד פון בינגא אז מען האט עס געמעקט


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אלטער, שמארטיקל און 17 געסט