בלאט 280 פון 365

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2018 1:20 pm
דורך farshlufen
Think and Thank האט געשריבן:צק:
אויב ס'איז דא א וועג אנצושטעלן איך זאל נישט באקומען קיין נאטיפיקעישאן ווען א ספעציפישער ניק קוואוט מיך?

שטעל דא אן:
ucp.php?i=ucp_notifications&mode=notification_options

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2018 1:44 pm
דורך קיקיון
למעלה משבעים האט געשריבן:פרעגט אן מנחם שלום, אבער א אינפעקשן אין די צאן קען אנקומען צו סכנת נפשות ממש. זיך פאר abscess.


דער דענטיסט האט געזעהן אז עס איז נישט קיין סכנה? האט ער אים געזאלט זאגען מפורש
נאך נישט אינטערזוכט ? וואס טוט ער ווען דער פאציענט איז א חסיד שוטה ?
------------------
מיינס א ידיד א דאקטער האט מען דערציילט
ש"ק קלאפט מען אויף זיין טיר
פאר א ביס פון א RACOON מעג מען רופען הצלה?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2018 1:49 pm
דורך למעלה משבעים
ווען איינער האט שרעקליכע ווייטאג, און מען זאגט אים נע, ס'איז נישט קיין סכנה, נאך וואס דער דיין האט אים געזאגט אז ער מעג גיין צום דענטיסט [מכח ספק פיקוח נפש], ווי אזוי מיינסטו וועט עס די איד מקבל זיין? ווידער ווען ער שטעלט אים פארן מבחן דאן איבערצייגט ער זיך אליין אז פאר די ווייטאג איז ער נאכנישט גרייט צו מחלל שבת זיין, ס'קומט פון אייגענע אנערקענונג אז ס'איז נאכנישט עק וועלט. דאן קען אים די דאקטער זאגן אז ס'איז נישט קיין סכנה, און מען וועט זיך זען נאך שבת.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2018 2:46 pm
דורך אדער יא
צ\ק וויפיל פערצענט 'פיש' לייגט מען אריין אין די געפילטע פיש ?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2018 2:51 pm
דורך אשדוד
איז שייך צו אנשטעלן אז אלע טעקסט מעסעזשעס וואס איך באקום זאל אויך גיין אויטאמאטיש צו מיין אימעיל?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2018 2:55 pm
דורך סיז מסודר
קיקיון האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:פרעגט אן מנחם שלום, אבער א אינפעקשן אין די צאן קען אנקומען צו סכנת נפשות ממש. זיך פאר abscess.


דער דענטיסט האט געזעהן אז עס איז נישט קיין סכנה? האט ער אים געזאלט זאגען מפורש
נאך נישט אינטערזוכט ? וואס טוט ער ווען דער פאציענט איז א חסיד שוטה ?

מעגליך אז ער האט געזעהן אז סאיז נישט קיין סכנה אבער ער האט עם נישט געקענט זאגן גיי אהיים, איז ער געגאנגען מיט דעם מהלך

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2018 2:57 pm
דורך מיסטעריעז
אשדוד האט געשריבן:איז שייך צו אנשטעלן אז אלע טעקסט מעסעזשעס וואס איך באקום זאל אויך גיין אויטאמאטיש צו מיין אימעיל?

viewtopic.php?p=1691895#p1691895

געשריבן: פרייטאג יוני 22, 2018 3:02 am
דורך טשאדעלע באדעלע
למעלה משבעים האט געשריבן:פרעגט אן מנחם שלום, אבער א אינפעקשן אין די צאן קען אנקומען צו סכנת נפשות ממש. זיך פאר abscess.

חולי שינים מעג מען ע״פ דין מחלל שבת זיין לכתחילה. כ׳זאג סתם

געשריבן: פרייטאג יוני 22, 2018 12:29 pm
דורך גין-גאלד
אדער יא האט געשריבן:צ\ק וויפיל פערצענט 'פיש' לייגט מען אריין אין די געפילטע פיש ?

דו רעדטס די רעדי געמישטע פיש וואס מ'פארקויפט פראזען?
ווענד זיך מיט וויפיל פיש מ'איז איבערגעבליבן סוף וואך.
די געפילטע פיש מאכט מען אנפאנג די וואך דערנאך.

געשריבן: פרייטאג יוני 22, 2018 12:48 pm
דורך קיקיון
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:חולי שינים מעג מען ע״פ דין מחלל שבת זיין לכתחילה. כ׳זאג סתם


אפשר ווייזט דו מיר צו?
דארפסט נישט גיין צום ספרים שראנק
דא האסט די סעיף ל"ב אין גרויסען באנד מיד די מגינים
און דא האסט די סעיף ל"ב אין משנה ברורה

געשריבן: פרייטאג יוני 22, 2018 1:29 pm
דורך למעלה משבעים
זע סעיף ג'. וואס איר צייכנט אן איז נישט קיין מכה, נאר א מיחוש.

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 8:50 am
דורך שאינו יודע
אדער יא האט געשריבן:צ\ק וויפיל פערצענט 'פיש' לייגט מען אריין אין די געפילטע פיש ?



געהערט אמאל פון א פיש סטאר. עס ווענד זיך די שמחה ראל אדער רעגולער. די וואס מען געט פאר שמחות האט מממש קוים פיש

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 9:31 am
דורך farshlufen
צוויבל + וואסער ועוד.

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 9:50 am
דורך כרם
שאינו יודע האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:צ\ק וויפיל פערצענט 'פיש' לייגט מען אריין אין די געפילטע פיש ?



געהערט אמאל פון א פיש סטאר. עס ווענד זיך די שמחה ראל אדער רעגולער. די וואס מען געט פאר שמחות האט מממש קוים פיש


יא, געהערט אמאל אז בדיעבד קען מען עס מצרף זיין פאר לחם משנה.

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 11:39 am
דורך שאינו יודע
:lol:

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 11:49 pm
דורך יצחק ראזענפעלד
וואס צאלט מען אין וויליאמסבורג פאר א אינגערמאן צו לערנען מיט א אינגל נאך חדר?

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2018 2:23 pm
דורך אדער יא
יצחק ראזענפעלד האט געשריבן:וואס צאלט מען אין וויליאמסבורג פאר א אינגערמאן צו לערנען מיט א אינגל נאך חדר?

בערך 20-30 פער שעה

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 11:14 pm
דורך קיקיון
למעלה משבעים האט געשריבן:זע סעיף ג'. וואס איר צייכנט אן איז נישט קיין מכה, נאר א מיחוש.

יי"כ
ענדליך אנגעקומען נאכקוקען דער דענטיסט האט ריכטיג געהאנדעלט
וראה במ"ב ובספר ברכת אברהם לר' אברהם אברהם MD

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 10:32 am
דורך Haklal
איך האב א פראבלעם אז איך קען זיך נישט אויס מיט אימאדשיז
( די מענטשעלעך וואס מאכן פאני פעסעס), יעצט איז מיין שאלה צי איך קען לייגן עני אמאדזשי אין דערולעם וועט שוין פארשטיין וואס איך וויל, איי עס איז נישט די ריכטיגע, נו שוין

איך ווייס נישט ווי דער תגובה באלאנגט סוי האב איך עס געלייגט דא

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 10:43 am
דורך אדער יא
פון וואס איז צאמגעשטעלט די ספרעי וואס די סטאר גיט פאר אויגן גלעזער-ברילן ?

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 5:10 pm
דורך יוראפ
אדער יא האט געשריבן:פון וואס איז צאמגעשטעלט די ספרעי וואס די סטאר גיט פאר אויגן גלעזער-ברילן ?

כ'ווייס נישט מיט וואס אבער פאר אינגלעך לייגט מען בלויע קאלערינג און פאר מיידלעך פינק... און אז מיין אויגן ציפט דערפון...

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 8:48 pm
דורך אדער יא
איך רעדט פון די דורכזיכטיגע ספרעי צו וואשן די גלעזער, פון די אפגעקלייבטע שמוץ, ווילעך וויסן וויאזוי מען פאברוצירט דאס

געשריבן: דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:57 pm
דורך אדער יא
עפעס א סוד מוז ליגן דערין, ווייל ער קלינט זייער גוט

געשריבן: דאנארשטאג יוני 28, 2018 4:04 pm
דורך קניידל פארעם
צ\ק

וואס מ'קען טוהן צום וועטער זונטאג.

כ'מיין נישט צום וועטער ווייל צו דעם קען מען גארנישט טוהן, כ'מיין ווי אזוי מ'געט זיך אנייצע דערמיט.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 28, 2018 4:05 pm
דורך קניידל פארעם
אדער יא האט געשריבן:עפעס א סוד מוז ליגן דערין, ווייל ער קלינט זייער גוט

ווארשיינליך האט עס פון די סחורה וואס מ'אטעמט ארויס פון מויל, ווייל דאס קלינט אויך זייער גוט...