בלאט 352 פון 358

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 3:05 pm
דורך ברעטל
בעלייכטונגען?

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 5:21 pm
דורך אדער יא
יא

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 6:04 pm
דורך nmi
צ/ק וועלכע "ארויף-שלעפערס איבערנעכטיגן" (אווערנייט פול-אפס בלע"ז) size 3t-4t דארף צו זיין די בעסטע אז ס'זאל נישט ליקן?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:46 pm
דורך שמו
וויל איך וויסן
צו ס'דא א בחינם'דיגע פראגרעם, ווי מ'קען אויפטוישן א פי די עף, צו א ווארד פייל

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:48 pm
דורך ניס קראכער
שמו האט געשריבן:וויל איך וויסן
צו ס'דא א בחינם'דיגע פראגרעם, ווי מ'קען אויפטוישן א פי די עף, צו א ווארד פייל

https://www.google.com/search?q=pdf+to+ ... e&ie=UTF-8

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:32 pm
דורך חמרא טבא
צ"ק די רבי'ס אין סאטמאר גייען א גרויסע גארטל אלס צאנז?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 6:48 pm
דורך שפיגליצקי
זיכער אזוי, עטליכע מנהגי סיגוט קומען פון סאנז.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:16 am
דורך yidusa
nmi האט געשריבן:צ/ק וועלכע "ארויף-שלעפערס איבערנעכטיגן" (אווערנייט פול-אפס בלע"ז) size 3t-4t דארף צו זיין די בעסטע אז ס'זאל נישט ליקן?

The best is the regular , but you can try from cuties also

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:27 am
דורך אביגעזונט
שמו האט געשריבן:וויל איך וויסן
צו ס'דא א בחינם'דיגע פראגרעם, ווי מ'קען אויפטוישן א פי די עף, צו א ווארד פייל

אין די היינטיגע Word קען מען אויפטוישען א PDF צו א Word פייל
זעה דעי לינק

זאכן וואס איך וויל וויסן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 8:33 am
דורך עירמאנט'ער
צוויי זאכן

איינס, פארוואס איז די אשכול נישט אין ולאחיו יאמר חזק?

צוויי, פארוואס הערט מען לעצטענס לא עלינו אזוי פיל מענטשן גייען אוועק פון דער וועלט פאר די 70-75 ????

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 8:40 am
דורך אוראייניקל
עירמאנט'ער האט געשריבן:צוויי זאכן

צוויי, פארוואס הערט מען לעצטענס לא עלינו אזוי פיל מענטשן גייען אוועק פון דער וועלט פאר די 70-75 ????

כ'מיין אז דער רבונו של עולם האט נישט קיין ניק דא אויך אייוועלט, ממילא קען ער דיר נישט ענטפערן! פרוביר צו מאכן א שאלת חלום.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:53 am
דורך געריבענער סוחר
צו דער אינגערמאן וואס איז געזיצן נעבן מיר.

איך וויל פשוט וויסן פארוואס דו קימסט אין ביהמ''ד פרייטיג צינאכטס מיט די ענגלישע וועלספרינגס פון ר' מיילעך, עס איז דאך דא אין אידיש אדער לשו''ק? איך האב דיר דן לכף זכות געווען אז אפשר ביסטע א גר אדער א בי טי.

בשלמא ווען דו קימסט מיט קאנטענט וואס איז נישטא ציבאקימען אין אנדערע שפראכן קען איך דיר נאך האלב פארשטיין, עס איז דאך געשמאק צי זיין שתיקי.. אבער גליונות וואס איז דא און נאך 2 שפראכן פארוואס דארפסטו דעך נעבעך מיטשענען צי ליינען ענגליש וואס איך ווייס סייווי אז דו קענסט נישט.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 9:39 am
דורך פאר'מוח'ט
געריבענער סוחר האט געשריבן:צו דער אינגערמאן וואס איז געזיצן נעבן מיר.

איך וויל פשוט וויסן פארוואס דו קימסט אין ביהמ''ד פרייטיג צינאכטס מיט די ענגלישע וועלספרינגס פון ר' מיילעך, עס איז דאך דא אין אידיש אדער לשו''ק? איך האב דיר דן לכף זכות געווען אז אפשר ביסטע א גר אדער א בי טי.

בשלמא ווען דו קימסט מיט קאנטענט וואס איז נישטא ציבאקימען אין אנדערע שפראכן קען איך דיר נאך האלב פארשטיין, עס איז דאך געשמאק צי זיין שתיקי.. אבער גליונות וואס איז דא און נאך 2 שפראכן פארוואס דארפסטו דעך נעבעך מיטשענען צי ליינען ענגליש וואס איך ווייס סייווי אז דו קענסט נישט.

וואסי שווער.. גראדע א פיינע געדאנק זיך צו לערנען ענגליש אויף א שיינע וועג...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:20 am
דורך שמואל בארג
איך געדענק ווען מיין ידיד האט געוואלט אריינגיין אין ביזנעס, זילטש ענגליש ידיעות פארמאגט, האט ער זיך איינגעהאנדעלט אפאר ספרים פון ר' אביגדור מיללער ז"ל און יעדן טאג געליינט אביסל, היינט איז ער פיין מסודר ב"ה (כ'ווייס נישט צו וועגן דעם, אבער דאס געוויסן האט דאס אים בארואיגט אז ער קען יא).

אבער שבת אין שוהל, קאם אן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:10 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
צום קעפל:

איך וויל וויסן אויב ממעייני הישועה עקזעסטירט ווען שוין בזמן הבית, אויב דאס וואלט טאקע פארמיטן דעם חורבן. און אויב יא, וויפיל וואלטן זיי געבעטן דערפאר.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 4:03 pm
דורך בעל דמיון
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:צום קעפל:

איך וויל וויסן אויב ממעייני הישועה עקזעסטירט ווען שוין בזמן הבית, אויב דאס וואלט טאקע פארמיטן דעם חורבן. און אויב יא, וויפיל וואלטן זיי געבעטן דערפאר.

איין מינוט, בזמן הזה האבן זיי שוין יא עפעס אויפגעטוען?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:39 pm
דורך קנאפער ידען
געריבענער סוחר האט געשריבן:צו דער אינגערמאן וואס איז געזיצן נעבן מיר.

איך וויל פשוט וויסן פארוואס דו קימסט אין ביהמ''ד פרייטיג צינאכטס מיט די ענגלישע וועלספרינגס פון ר' מיילעך, עס איז דאך דא אין אידיש אדער לשו''ק? איך האב דיר דן לכף זכות געווען אז אפשר ביסטע א גר אדער א בי טי.

בשלמא ווען דו קימסט מיט קאנטענט וואס איז נישטא ציבאקימען אין אנדערע שפראכן קען איך דיר נאך האלב פארשטיין, עס איז דאך געשמאק צי זיין שתיקי.. אבער גליונות וואס איז דא און נאך 2 שפראכן פארוואס דארפסטו דעך נעבעך מיטשענען צי ליינען ענגליש וואס איך ווייס סייווי אז דו קענסט נישט.

כ'קען נישט ענפערן פאר יענעם אבער זינט איך טו עס אויך וועלעך ענפערן פאר מיר...

איך פרינט עס ארויס און איך מיט די ב"ב ביידע ליינען עס, זי וועט עס נאר ליינען אויף ענגליש און איך האב גראדע אויך ליב ענגליש ענדערש ווי אידיש (וואס איז אסאך מער א געצויגענע שפראך מיט צומאל אומזינסטע ווערטער. לשה"ק האב איך יא מער ליב) במילא מאכט סענס צו נאר פרינטן איין קאפי און אויף ענגליש.

מובן?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:40 pm
דורך נו גוט נו שוין
מובן? קען זיין....
אבער אין שול!?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:45 pm
דורך קנאפער ידען
נו גוט נו שוין האט געשריבן:מובן? קען זיין....
אבער אין שול!?

פארוואס דען נישט? איי געס איך דארף א ריפרעשער קורס אין פיער פרעשור... :roll:

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:01 pm
דורך לאנדאנער
צ׳׳ק

פארוואס דארף יעדער קר׳׳י אשכול האבן א שלאס?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:53 pm
דורך לייטער
לאנדאנער האט געשריבן:צ׳׳ק

פארוואס דארף יעדער קר׳׳י אשכול האבן א שלאס?

אכמ''ל והמ''י וק''ל וד''ל. תשל''ט תשמ''ט תשנ''ט, תשע"ט צייט פאר עפעס פריש

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:51 pm
דורך שפיגליצקי
לאנדאנער האט געשריבן:צ׳׳ק

פארוואס דארף יעדער קר׳׳י אשכול האבן א שלאס?

צו וועם איז דיין שאלה געריכטעט, הנהלה אדער שרייבערס?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:00 pm
דורך קלאָצקאָפּ
וויאזוי קען ער האבן אזא ברייטע אוועטאר?

Annotation 2019-08-08 155913.jpg
Annotation 2019-08-08 155913.jpg (34.11 KiB) געזעהן 632 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:22 pm
דורך קנאפער ידען
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וויאזוי קען ער האבן אזא ברייטע אוועטאר?

Annotation 2019-08-08 155913.jpg

עס איז אן אוועטאר פונעם גאלערי אויפן סיסטעם און נישט אליינס אפלאודעד. דער 90x90 לימיט איז פאר אפלאודן אליינס.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 8:39 pm
דורך מיקא
צוויי קשיות;
1; פארוואס מוז מען בויען א הויז מיט א פונדאמענט? איז עס נישט אסאך מער געלט, די ריזן צאל צעמענט וואס מ'גיסט איין אין ערד, אנשטאט - לאמיר זאגן - א פלאכע צעמענט פאדלאגע 'אויף' די ערד פלאך?

2; ס'וואונדערט מיר פארוואס אז א קעצל האט אזוי ליב מילעך, פארוואס קען עס נישט אלץ טרונקען די אייגענע מילעך [א שטייגער ווי בינען עסן זייער האניג] און נישט דארפן צוקומען צו די קיען מילעך וכדומה?