בלאט 2 פון 2

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:45 pm
דורך צל עובר
איך עגרי.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:50 pm
דורך אהער און אהין
ר' שמעון האט א נייעם שמועס אויף קול מבשר, אסאך רעדט ער ארום איבער דעם נקודה, איבער דעם גלות איד.

ר' שמעון האט זייער גוטע פונקטן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 12:32 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
ער זאגט גאנץ גוט, שפאצירט זייער פארזיכטיג צווישן די טרא(מ)פן... און רעדט צו דער זאך.
איין קליינע הערה נאר, ער ברענגט ארויס אז עס איז דא א פראבלעם אז חסידישע אידן קאכן אין פאליטיק ווי עס וואלט געווען תורת משה, און א פארטיי איז ווי א חסידות... און מען מוז דאך זיין געטריי דעם חסידות!
איך וואלט צוגעלייגט אז עס איז נישט אינגאנצן אזוי, [הגם עס מאכט נישט אויס פאר די עצם פוינט וואס ער ברענגט ארויס - אבער ס'גוט צו דערמאנען] זייער פיל מאל וועסטו זען אז ס'נישט ממש אזוי ווי עס קוקט אויס אז דער איז גרייט צו גיין אין פייער פאר זיין פארטיי.
לאמיר נעמען גאן קאנטראל פאר א דוגמא: גיב א קוק דא אויף אייוועלט, רוב - אויב נישט אלע - טראמפ שטיצער האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען דא פאר גאן קאנטראל. אבער אין די זעלבע צייט האט מען דעפענדעט טראמפ און די רעפאבליקענס אויף זייער שיטה. דאס הייסט איך האלט נישט ווי דיר, אבער איך פארשטיי וואס דו זאגסט!
די זעלבע וועסטו זען ביי די לינקע, ס'קומט צו א פוינט וואס איך האלט נישט ווי דיר, אבער איך קען פארשטיין וואס דו זאגסט!
בקיצור, ווי געזאגט, דאס מאכט נישט אויס צום עצם נקודה וואס ער ברענגט ארויס, און ער זאגט גוט און מען ברויך דאס דערהערן!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 3:37 pm
דורך מענטש צווישן מענטשן
שמעון איז גערעכט מיט זיין פוינט וועגן גלות איד, '' אבער '' אונעם זעלבן אטעם פרעדיגט ער זיינע לינקע שיטות, צום ביישפיל, זאגט ער אז ווען מ'שטיצט א פאלאסי ווי הייבן די שטייער אויף סטעיטס וואס האבן נישט געשטימט פאר טראמפ [וואס אגב ווייס איך נישט פון וואס ער רעדט] וואס גייט דיך עפעקטן איז נאריש צו דעפענדן, און ער איז גערעכט אבער וואס איז מיט העכערן שטייער אויפן גאנצן לאנד וואס עפעקט יעדן?? (קען זיין ער האט food stamps סא...)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 2:41 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
יע יע... שמעון איר זענט גערעכט... מיט אן "אבער"...
דער "אבער" לייג איך צו צוליב דיין "אבער"...
זאגסטעך אזוי ריכטיג און זיס, צואוואס פעלט אויס צו קאליע מאכן מיט דעם "אבער" און "אגב" אינמיטן...
א שאד! א שאד!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:23 pm
דורך אהער און אהין
זייער שיין גערעדט די וואך אויך.