בלאט 26 פון 26

תיקון טעות

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 11:53 am
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:נישט היינט נור נעכעטען פארנאכט
הרהגה"צ __ שליט"א א חניקישער געשטעל א פה מפיק מרגליות אין עלעקטראניקס געשעפט אפנעמען
זיין LAPTOP וואס ער האט געגעבען צו פאררעכטען
איך האב אים שוין עטליכע מאל געהערט רעדען ברבים עס גיסט זוך פון אים מאמרי חז"ל וכ' וכ אן ספרים אדער צעטעלעך
פארוואס דארף ער א קאמפיוטער ? איך גלייב נישט פאר אוצר החכמה
ער ארבייט אויף א חיבור ? דערווייל איז נאך נישט דא פון אים בכתב


עס איז דא א היפש ביסעל בדפוס
ער איז געווען דער וואס האט מסדר געווען זיין טאטע'ס תורה לדפוס
UNT.jpg
UNT.jpg (88.93 KiB) געזעהן 2027 מאל

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:58 pm
דורך אהרן הלוי
קיקיון האט געשריבן:נישט היינט נור נעכעטען פארנאכט
הרהגה"צ __ שליט"א א חניקישער געשטעל א פה מפיק מרגליות אין עלעקטראניקס געשעפט אפנעמען
זיין LAPTOP וואס ער האט געגעבען צו פאררעכטען
איך האב אים שוין עטליכע מאל געהערט רעדען ברבים עס גיסט זוך פון אים מאמרי חז"ל וכ' וכ אן ספרים אדער צעטעלעך
פארוואס דארף ער א קאמפיוטער ? איך גלייב נישט פאר אוצר החכמה
ער ארבייט אויף א חיבור ? דערווייל איז נאך נישט דא פון אים בכתב

קיקיון איר פרעגט אזא אינטערסאנטע קשיא, באלד וועט נאך איינער מיינען אז איר זענט פונעם פריעדיגע דור... :grin:

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 1:09 pm
דורך קיקיון
אהרן הלוי האט געשריבן:קיקיון איר פרעגט אזא אינטערסאנטע קשיא, באלד וועט נאך איינער מיינען אז איר זענט פונעם פריעדיגע דור... :grin:


הרה"ג ר פלוני האט אויך א ווייסע בארד

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:56 pm
דורך farshlufen
נישט היינט, אבער געזען א אינגל אין שול וואס מ'מוז זאגן אז די מוטער האט אים געשוירן.

ס'איז געוועזן בבחינת כל המוסיף גורע, והבין.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:01 pm
דורך מיסטעריעז
ווער האט פארשטאנען?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 09, 2018 8:44 pm
דורך נו גוט נו שוין
פארשטאנען אז ער מיינט א גרררררויסססעעעע שיעור.....
אולי כיוונתי.... אולי טעיתי ... והוא יכפר

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:07 pm
דורך קיקיון
נישט געזעהן נור געהערט

איך האב היינט יא"צ
מחמת א חולשה בין איך אנגעקומען צום "אט אט" מנין
האט שוין איינער געזאגט ברכות בעט איך אים ער זאל מיר צילאזען צו אשרי און ובא לציון
ער האט לכתחילה נישט געוואלט אבער סוף כל סוף מסכים געווען
ביי חצי קדיש נאך חזרת הש"ץ האט ער זיך ציניעסט
נאך דעם דאווענען זאג איך אים "האסט באקומען א מעסידזש"
זאגט ער מיר "איך האב זיך געפרייט איך האב פארשטאנען אז איר וועט הנאה האבען"

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:13 pm
דורך ניס קראכער
א נייע ניק וואס האט שוין דורך געדרייט 6 תגובות
אין נאר איינס קומט נאך ארויף!...

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 3:42 pm
דורך farshlufen
צום קעפל:
א גוט ווארט ס'קען היבש צונוצקומען דאהי.

אסיים בסיפור על ר' שמעון משה דיסקין (סימניק) זצ"ל. כתבתי אותו פעם בפורום ואיני זוכר היכן.
פעם התווכח אתו בחור על עניין כלשהו, הוויכוח מיצה את עצמו ושני הצדדים התחילו לחזור על אותן טענות.
כשראה הרב סימניק כי כך, הציע לבחור הצעת ייעול:
הבה נכנה את סך הטענות שלי "1" ואת סך הטענות שלך "2", ומעתה אצעק אני "1" ואתה תענה לי בהתלהבות "2", וחוזר חלילה. כך נוכל להמשיך להתווכח בנחת וללא טרחה יתירה.

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 5:17 pm
דורך shimon7323
;l;p-
פיינע נייעס. יאפ דא אויפן וועלטעל איז עס פונקט און פלאץ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:28 am
דורך פארשיקט
farshlufen האט געשריבן:צום קעפל:
א גוט ווארט ס'קען היבש צונוצקומען דאהי.

אסיים בסיפור על ר' שמעון משה דיסקין (סימניק) זצ"ל. כתבתי אותו פעם בפורום ואיני זוכר היכן.
פעם התווכח אתו בחור על עניין כלשהו, הוויכוח מיצה את עצמו ושני הצדדים התחילו לחזור על אותן טענות.
כשראה הרב סימניק כי כך, הציע לבחור הצעת ייעול:
הבה נכנה את סך הטענות שלי "1" ואת סך הטענות שלך "2", ומעתה אצעק אני "1" ואתה תענה לי בהתלהבות "2", וחוזר חלילה. כך נוכל להמשיך להתווכח בנחת וללא טרחה יתירה.

נישט קיין שלעכטע עצה.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:01 am
דורך ממה נפשך
זייער גוט... לייג עס פאר דיין אינטערשריפט...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:43 am
דורך אחת ואחת
ניס .קראכער האט געשריבן:א נייע ניק וואס האט שוין דורך געדרייט 6 תגובות
אין נאר איינס קומט נאך ארויף!...

גראדע פארשטענדליך ווייל ער האט דאך בדווקא געפענט דעם ניק ווייל ער האט געוואלט שרייבען וואס עס גליסט אים אן א חשש אז מען וועט גלייך מאכן נעילה (חסימה בלע"ז)

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 10:02 pm
דורך שמואל בארג
איך האב היינט געזען א שיין ווערטל מיט אן אמאליגן חן אין א ספר'ל, וועל איך דאס דא מיטטיילן.

ווען שלמה המלך האט געשריבן שיר השירים, האט ער נישט געברויכט זאגן ווער ער איז, פון וואנעט ער קומט, בלויז 'שיר השירים אשר לשלמה', און דער עולם איז צופרידן 'ישקני מנשיקות פיהו'. ביים שרייבן קהלת, איז דער עולם שוין געווארן מער הארטער, וועמנס ביסטו? 'קהלת בן דוד', מה טובך? 'מלך בירושלים', מיט דעם אלעם האט דער עולם געענטפערט 'נע, הבל הבלים אמר קהלת, הכל הבל'.

אין היינטיגע צייטן ווערט עס אנגערופן, "רעדט שוין נישט אזוי נעגעטיוו, זיי אביסל פאזאטיוו".

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:03 pm
דורך ויתן לך
א איד מאכט קידוש לבנה מיט א א טלית
(מוצ"ש אין קאמאדא מאנסי, זעהט אויס א תימנ'ער)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:20 pm
דורך אהרן הלוי
אין א חודש ארום וועסטו לכאורה זעהן פיל מער

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:32 pm
דורך Think and Thank
:P

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:28 pm
דורך חוח בין השושנים
א יונגערמאן וועמען כ'קען, וואס האט פלוצים זיך באקליידעט מיט שיעפע טאשן און שווארצע זאקן. פרעג איך אים: מה יום מיומיים ומה גבר בגוברין? הגם שאול בנביאים?
זאגט ער מיר: ס'מיר געפעלן די לבוש! פשוט און גראד.
עמיר אויסווארטן ביז שבת צו זען אויב ער קומט צו גיין מיט א קאלירפול בעקיטשע.

בעצם האב'ך שוין לאנג געוואלט אפשמועסן מיט א 20-30 חברים אז מ'זאל אנטון סטראקעס, קאלירפול/ווייסע בעקיטשעס, געעפּעפּאכץ וכו' פאר שבת, און ריפס מיט שווארצע/ווייסע זאקן אינדערוואכן, און פאר די קינדער קאלפיקעס וכו', די גאנצע שמונה שרצ... בגדים, כדי עס ביליג צו מאכן בעיני ההמון, מזאל צעביסלעך זיך אויסלערנען מסתכל צו זיין במה שיש בו, נישט אויפן קנקן אליין...
די סיבה פארוואס כ'אב עס נישט געטון - קען איך דא נישט מגלה זיין לעת'תה.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:29 pm
דורך סיז מסודר
חוח בין השושנים האט געשריבן:א יונגערמאן וועמען כ'קען, וואס האט פלוצים זיך באקליידעט מיט שיעפע טאשן און שווארצע זאקן. פרעג איך אים: מה יום מיומיים ומה גבר בגוברין? הגם שאול בנביאים?
זאגט ער מיר: ס'מיר געפעלן די לבוש! פשוט און גראד.
עמיר אויסווארטן ביז שבת צו זען אויב ער קומט צו גיין מיט א קאלירפול בעקיטשע.

בעצם האב'ך שוין לאנג געוואלט אפשמועסן מיט א 20-30 חברים אז מ'זאל אנטון סטראקעס, קאלירפול/ווייסע בעקיטשעס, געעפּעפּאכץ וכו' פאר שבת, און ריפס מיט שווארצע/ווייסע זאקן אינדערוואכן, און פאר די קינדער קאלפיקעס וכו', די גאנצע שמונה שרצ... בגדים, כדי עס ביליג צו מאכן בעיני ההמון, מזאל צעביסלעך זיך אויסלערנען מסתכל צו זיין במה שיש בו, נישט אויפן קנקן אליין...
די סיבה פארוואס כ'אב עס נישט געטון - קען איך דא נישט מגלה זיין לעת'תה.

הייסט דו האסט עס געוואלט אנטוהן מזאל קענען זעהן אויף דיר אל תסתכל בקנקקן?