שאלות פאר די מנהלים און אחראים

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 11:32 pm

וואס מיינט "מחובר" וואס טייל ניקס האבן ?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 11:34 pm

למשל ביי דיר שטייט יעצט מחובר, ביי מיך אויך...
ווען א ניק איז מחובר, ער איז קאנעקטעד צום וועלטל, דאן שטייט מחובר
...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 11:53 pm

עין, ביי דיר שטייט נישט. ווייל דו ביסט באהאלטן

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 11:55 pm

איך האב עס איינמאל אנגעשטעלט, גראדע בטעות, אז איך זאל אייביג זיין באהאלטן. ס'גוט אזוי אויך. ניין?
...

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 11:56 pm

עין טובה האט געשריבן:למשל ביי דיר שטייט יעצט מחובר, ביי מיך אויך...
ווען א ניק איז מחובר, ער איז קאנעקטעד צום וועלטל, דאן שטייט מחובר

מ'קען אנשטעלן אין די קאנטראל צימער צו מ'זאל זעהן ווען דו ביסט אריינגעסיינט אדער נישט.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג פאברואר 06, 2015 12:00 am

נו דאס האב איך דאך געזאגט הרב לוי יצחק.
איך זאג ס"ה אז איך האב עס דעם ערשטן מאל אנגעשטעלט בטעות.
...

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג פאברואר 06, 2015 8:48 am

מיסטעריעז האט געשריבן:איך זעה אז ס'איז דא א גרופע מיטן נאמען "שטים בארעכטיגטע", 95 ניקס זענען דערינען.
איך פארשטיי אז עס איז שוין נישט קיין אקטועלע זאך, אבער וואס האט עס געדינט?

ווער ס'איז געווען בארעכטיגט צי שטימען אין די "ראשי קהילה וואלען".

איי מי יתן והיה לבבם זה להם... ווען אייוועלט האט געבומט מיט'ן ה' הידועה! ס'האט זיך געגאסן פערל ווערטער ווי מיסט נאך א רעבישע חתונה... דער עולם האט געלעבט ברידערליך און פארברענגט "לשם פארברענגען" (נישט לשם "עדשוקעטען די מענטשהייט"!!)

איי - וויאזוי וואלטן די זקנים זיך אויסגעדריקט אינעם קולמע אינטערוויא 10 יאר פון היינט.. - "וואס פארשטייען די היינטיגע"....

שלח.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג פאברואר 06, 2015 8:52 am

shmate האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:איך זעה אז ס'איז דא א גרופע מיטן נאמען "שטים בארעכטיגטע", 95 ניקס זענען דערינען.
איך פארשטיי אז עס איז שוין נישט קיין אקטועלע זאך, אבער וואס האט עס געדינט?

ווער ס'איז געווען בארעכטיגט צי שטימען אין די "ראשי קהילה וואלען".

איי מי יתן והיה לבבם זה להם... ווען אייוועלט האט געבומט מיט'ן ה' הידועה! ס'האט זיך געגאסן פערל ווערטער ווי מיסט נאך א רעבישע חתונה... דער עולם האט געלעבט ברידערליך און פארברענגט "לשם פארברענגען" (נישט לשם "עדשוקעטען די מענטשהייט"!!)

איי - וויאזוי וואלטן די זקנים זיך אויסגעדריקט אינעם קולמע אינטערוויא 10 יאר פון היינט.. - "וואס פארשטייען די היינטיגע"....

שלח.


מ'האט פשוט אויפגערוימט דע מיסט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג פאברואר 06, 2015 8:57 am

פארוואס זענען נאר 95 געווען בארעכטיגט צו שטימען?

(און פארוואס האט מען אויפגעהערט מיט די וואלן?... גאר זיס געווען צו ליינען ווי די ניקים מכובדים האבן זיך ארום געטענה'ט איך לויף דו לויפסט... אויסגעגליטשט!)

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג פאברואר 06, 2015 8:59 am

מיסטעריעז האט געשריבן:פארוואס זענען נאר 95 געווען בארעכטיגט צו שטימען?

(און פארוואס האט מען אויפגעהערט מיט די וואלן?... גאר זיס געווען צו ליינען ווי די ניקים מכובדים האבן זיך ארום געטענה'ט איך לויף דו לויפסט... אויסגעגליטשט!)


איך האב שוין לאנג געוואלט מסביר זיין, אז ווען אייוועלט האט זיך געעפענט זענען די היינטיגע אנפירערס געווען יונגער, און יונגער אין יארן מיינט יונגער אין שכל. יעצט איז דא ניקים וואס זענען די יארגאנג וואס זיי זענען געווען דאן און פארשטייט זיך אויך דע שכל וואס זיי האבן געהאט דאן. מן הסתם געדענקען דאס דע מנהלים ווען ס'קומט דן צו זיין.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום פרייטאג פאברואר 06, 2015 9:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג פאברואר 06, 2015 9:01 am

עס איז ממש א מחי' צו זעהן ווי די האבן זיך נאריש געמאכט אמאל....
מיללער מיט די עדווערטייזמענטס...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג פאברואר 06, 2015 9:13 am

מיסטעריעז האט געשריבן:עס איז ממש א מחי' צו זעהן ווי די האבן זיך נאריש געמאכט אמאל....
מיללער מיט די עדווערטייזמענטס...

נאריש איז רעלאטיוו. אויב דו רופסט עס נאריש האסטו פארקלאפט דאס ענין פון אייוועלט. אזוי פארברענגען מענטשן און יעדעס ווארט טראגט מיט זיך א געוויסער מיין פונעם וועלטל אין וואו דער כותב לעבט בשעת'ן שרייבן און האט א רעלאטיווער חשיבות. מן הסתם נעמען זיי דאס אין באטראכט בשעת'ן דן זיין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג פאברואר 06, 2015 9:26 am


נשמה האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:פארוואס זענען נאר 95 געווען בארעכטיגט צו שטימען?

(און פארוואס האט מען אויפגעהערט מיט די וואלן?... גאר זיס געווען צו ליינען ווי די ניקים מכובדים האבן זיך ארום געטענה'ט איך לויף דו לויפסט... אויסגעגליטשט!)


איך האב שוין לאנג געוואלט מסביר זיין, אז ווען אייוועלט האט זיך געעפענט זענען די היינטיגע אנפירערס געווען יונגער, און יונגער אין יארן מיינט יונגער אין שכל. יעצט איז דא ניקים וואס זענען די יארגאנג וואס זיי זענען געווען דאן און פארשטייט זיך אויך דע שכל וואס זיי האבן געהאט דאן. מן הסתם געדענקען דאס דע מנהלים ווען ס'קומט דן צו זיין.

נשמה. אוי נשמה... (נאטינג, כ'האב פשוט אינטערגעזינגען עפעס א ניגון פון בערי וועבער...)

כדי צי פארשטיין פארוואס אמאל האט מען געשריבען
אזוי ווי מען האט געשריבן, ברויך מען פארשטיין די בעקגראונד פון רוב רובם פון די אלטע ניקים.

זיי אלע (על פי רוב) זענען געקומען פון לשון הרע אנגעפיקעוועטע פורום היידפארק הידועה לשמיצוועש. זיי זענען נמאס געווארען פון די דעילי דאזע פון ניבול/רכילות/הלבנת פנים/וכל שום וחניכא דאית בי'. ענדליך האט קרעמער געטוען צי דער זאך און געעפנט א "אידישע" פורום מיטן איינע ציל צי פריילעך מאכן זיך און אנדערע מיט "כל דבר מותר"‏ אן קיין פראבלעם!

נו, פארשטייט זיך אליין אז די רוב ניקים וואס האבן זיך איינגעשריבן אין אידישעוועלט.קאם האבן פשוט געזוכט א ווינקל וואו צי שרייבען יעדע מאגן ברענונג וואס ליגט זיי אויפ'ן געוויסע, אנגעהויבן פון נעגל וואסער און געענדיג ביי... אופס.. ס'האט נישט געהאט קיין ענדונג.

נאך א זאך פארשטיי, אז זיי זענען נישט דא געווען מיט קיין מישען סטעיטמענט צו "אויפקלערן די וועלט מיט מיין שיטה(ת)". וואס דאס האט אטאמאטיקלי געמאכט אז, מ'זאל קענען צומאל שרייבען עפעס וואס לויט די היינטיגע 'מאדע' פון אויפקלערן מיך און דיך און אוועקמאכן יעדען וואס טראכט אנדערש קען אזא זאך נישט עקזעסטירן.

דעריבער, לויט די דעמאלטסדיגע סטראקטשער און לויט די ציל פון די אלטע ניקים, וואס זייער איינציגסטע ציל איז געווען "צו ארויפברענגען א שמייכעל אויף די לעפצען פון אידישע קינדער", און אויב דאס איז די ציל איז נישט קיין נפקא מינא "וויאזוי מ'גרייכט דעם ציל"! צי איז עס מיט געלונגע פראפעסיאנאלע הומאר‏, אדער איז עס מיט א אשכול אנגעפילט מיט א דורכפאל באשריבן מיט די 'גיסטע' ווערטער פונעם שרייבער. 

דעריבער, איז אמאל געווען א שטום בודקע‏! נישט ווייל יענע שרייבער זענען געווען רוי. נאר פונקט פארקערט! זיי האבן געהאט די ריכטיגע בליק וויאזוי אזא סייט ווי אייוועלט וואס איר הויפט ציל איז צי מאכן אידן שמייכלען דארף אויסזעהן!

הלואי וואלט נאך אייוועלט אויסגעזעהן אזוי ווי דאן! 
היינט איז אייוועלט א פלאטפארמע פאר כל **** וכל ***** (ס'שטומט נישט די סטארס?! נו, ס'קעמען טוען? ס'דאך שויניש דא קיין שטום בודקע...) אויסציגרעבצען זייער מאגן וויי און זייער ראש כבש פייבעלער. נו, וואס ווילסטו, אז מ'זאל קענען פארברענגען אזוי ווי אמאל, בו בעת ווען די גאנצע אטמאספער האט זיך געביטען פון לינקס אויף רעכטס?! 

עניוועי, צי וואס האט איך געוואלט ציקומען?
אה, צי די טאמעטע דיפ ‏אייל... 
"אמיגא, יו העוו מאר אויף דיס קעטשאפ טייפ טינקאכץ?" 
"וואט?... נאו?!... וואט דו יו מין?... אקעי, איי וויל עסק דע מענעדשער... הי איז מיי חאווער, יו קנאו..."


לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום פרייטאג פאברואר 06, 2015 10:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » פרייטאג פאברואר 06, 2015 9:55 am

יוששש שרעקליך שמאטע? דו הערסט? איך לאח
יא מיט א חית
וואס? מיט עטליחע חעסן
שמאטע בלייבט שמאטע

פאר מער באזוח
viewtopic.php?p=1011591#p1011591
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג פאברואר 06, 2015 10:35 am

אוי, מי יתננו ירחי קדם! אזא טעם 'זקנים'...
שמאטע! וואטס נעקסט??

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » פרייטאג פאברואר 06, 2015 11:03 am

שמאטע, דיין תגובה האט "צו ארויפברענגען א שמייכעל אויף די לעפצען פון אידישע קינדער",
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג פאברואר 06, 2015 11:24 am

ויקץ שמאטע.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג פאברואר 06, 2015 2:07 pm

שמאטע, נאך איין חילוק האסטו פארגעסן פון אמאל איי וועלט ביז היינט.

ווען איי וועלט האט זיך געעפנט, איז אינטערנעט נאך געווען אזאך וואס די רבנים האבן נישט געוויסט וואס דאס איז, ווער סהאט געוואלט, האט געהאט JNET, און ווער נישט... סא דער עולם האט עמטליך אלעס מיטגעהאלטן אין די מידיא... דער אלגעמיינער אינטערנעט ציבור איז געפאלן אינעם תהום פון הייד פארק און אפענע אינטערנעט... סא דא זענען געווען בלויז אפאר פריילאכע אידן... נעבעכס...

ווי אויך איז די עיקר אידישע טעמע געווען די מחלוקה אין סאטמאר, הופססססססס בשכמל"ו... טעגלאש... די געפילן זענען געווען אנגעצויגן, סא מהאט נישט געקענט פארברענגען אינאיינעם נאר דורכן זיך נאריש מאכן... יעדע טעמע כמעט האט אהין געפירט...

היינט צוטאגס, איז אינטערנעט א אפיציעלע חלק פונעם היימישן עולם, אפענע אינטערנעט ווערט באקעפמט מיטן בייזטן, איי וועלט איז געווארן די אפיציעלע סייט וואס אלע פילטערס לאזן אריבער, כמיין... מקען נישט האבן די איינציגע כשר'ע סייט סזאל זיין ווי די אמאליגע איי וועלט...

מקען זען, פיל מאל פראבירן נייע ניקס נאכצושרייבן די אלטע איי וועלט, סהאט יענע פנים...

נאך א פוינט, די אלטע איי וועלט שפראך איז נאר לאכעדיג ווען סאיז אמאל אמאל, אויב ווערט דאס די סטאנדארט, ווערט דאס אויס פאני, סווערט בלויז עפעס א נארמאלע פארדרייטע וועג פון שרייבן.

זעסט דאך אז כמעט רוב אלטע ניקס האבן אויפגעהערט צו שרייבן אזוי בקביעות, חוץ אמאל אמאל.

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » זונטאג פאברואר 08, 2015 2:13 pm

איך וויל אן ענטפער ברבים פארוואס די הנהלה האט פארשפארט די אשכול וועגן קול מבשר, וואס איז געשריבן געווארן פארלאפענע פרייטאג
כוועל דא נישט ארויסשרייבן אלעס וואס איך האב געשריבן צוליבן תקנת המקום אבער איך וועל אנרירן די נקודה דערינטער מיין ארטיקעל
איך האב ארויסגעברענגט מיין אנטוישינג פון קול מבשר און איך האב ארויסגעברענגט געפילן וואס באדערט פאר טויזענטע מענשטן און איז שוין פולע מאל געווארן אינטערגעשטיצט.

די הנהלה האט מיך געשיקט אין אישי אז מ'קען נישט אינטערייסען קיין פערזענליכקייטן דא אינען ועלטעל
ועל זה אני שואל:
1. וואס איז מיט דאס אדער אלע אנדערע צייטונגען אשכול??
2. די טענה וואס זיי האבן איבער אינטערייסען איז טאטאל נישט גערעכט. א יעדער וואס טוט עפעס ברבים, צו ער נעמט א געוויסע שטעלע אדער צד צו א פאליטיק, ווייסט פון פאראויס אז עס האט א פרייז פון ווערן דעבאטירט אין פובליק און קול מבשר איז נישט היינט צוטאגס א חפץ וואס איז איינעמס פריוואט נאר עס איז א מותג וממיילא מעג יעדער זאגו וואס ער האלט דערויף.
3. פארוואס איז דא א אשכול וואו משמועסט איבער סוטס פון א געוויסע פירמע וואס האט געשטינקען פון פיש. דאס איז נישט אינטערגעקיסן??
4. אז סשוין יא דא אפאר ווערטער וואס מדארף שנייידן. פארוואס קען מען נישט מודיע זיין די שרייבער איידער עס ווערט אויסגעמעקט??
איך ווארט פאר א ענטפער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג פאברואר 08, 2015 3:51 pm

שכל הישר האט געשריבן:כוועל דא נישט ארויסשרייבן אלעס וואס איך האב געשריבן צוליבן תקנת המקום אבער איך וועל אנרירן די נקודה דערינטער מיין ארטיקעל

גוט צו הערן אז איר פארשטייט אז עס איז נישט געשריבן אינגאנצן כפי תקנות המקום.

שכל הישר האט געשריבן:די הנהלה האט מיך געשיקט אין אישי אז מ'קען נישט אינטערייסען קיין פערזענליכקייטן דא אינען ועלטעל
ועל זה אני שואל:
1. וואס איז מיט דאס אדער אלע אנדערע צייטונגען אשכול??

ווי פארשטענדליך זענען די אשכולות נישט געשטעלט אויף אינטערצורייסן די צייטונגען. אויב פילט איר אויף א תגובה אז מען רייסט ארונטער פערזענליך א שרייבער אדער דעם צייטונג זייט עס ביטע מדווח.

שכל הישר האט געשריבן:2. די טענה וואס זיי האבן איבער אינטערייסען איז טאטאל נישט גערעכט. א יעדער וואס טוט עפעס ברבים, צו ער נעמט א געוויסע שטעלע אדער צד צו א פאליטיק, ווייסט פון פאראויס אז עס האט א פרייז פון ווערן דעבאטירט אין פובליק און קול מבשר איז נישט היינט צוטאגס א חפץ וואס איז איינעמס פריוואט נאר עס איז א מותג וממיילא מעג יעדער זאגו וואס ער האלט דערויף.

ריכטיג ריכטיג, און טאקע דערפאר האמיר זיך אפגעטיילט פון די וואס בארעדן אזעלכע און אוועקגעשטעלט אונזער פארום צו זיין אינגאנצן ע"פ תורה. אויב האט איר א היתר פון אייער דיין צו בארעדן די וואס גייען פאבליק, דאן זענט איר מכובד צו גיין דא, און שרייבן וואס איר ווילט, אויף אונזער פארום איז דאס נישט ערלויבט, על אף וואס זייייער אססססאך זאלן האלטן ווי אייך.

שכל הישר האט געשריבן:3. פארוואס איז דא א אשכול וואו משמועסט איבער סוטס פון א געוויסע פירמע וואס האט געשטינקען פון פיש. דאס איז נישט אינטערגעקיסן??

כ'האב קיין מושג פון וואס איר רעדט. אבער ווידער די זעלבע, אויב זעט איר אזא זאך, זענט איר מכובד צו מדווח זיין די תגובה.

שכל הישר האט געשריבן:4. אז סשוין יא דא אפאר ווערטער וואס מדארף שנייידן. פארוואס קען מען נישט מודיע זיין די שרייבער איידער עס ווערט אויסגעמעקט??

שכל הישר האט געשריבן:די הנהלה האט מיך געשיקט אין אישי אז מ'קען נישט אינטערייסען קיין פערזענליכקייטן דא אינען ועלטעל

שכל הישר האט געשריבן:איך ווארט פאר א ענטפער

אייער ענטפער האט איר דאך שוין באקומען אין אישי, וואס ווילט איר דא? פארוואס פירט איר נישט ווייטער די שמועס אין אישי?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג פאברואר 08, 2015 3:57 pm

שכל, כ'דארף נאך ענטפערן דיין אישי אדער די ענטפער איז גענוג?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג פאברואר 08, 2015 4:49 pm

פארוואס דארף די הנהלה ענטפערען און פארענטםערן?
קרעפטיג האט געשריבן:מיין מיינונג, אן די מנהלים וואלט מען נישט געקענט דא איינשטיין, ווען זיי מעקן האט עס א גענוג גוטע סיבה צו דערהאלטן דאס פלאץ דא דאס ריינסטע מעגליך !!
----------------------------------------------------------------------------------------------------------
לענ"ד דער עומד מאחורי הפרגוד פון אייוועלט און זיינע ממומנים זענען נישט קיין שלוחי ציבור און זענען נישט משעובד
צי אונז
מיר דארפען זיך צישטעלען צי זייערע קאפריזען צי עס געפעלט אינז יא אדער נישט

קרעדיט:קיקיון'ס אונטערשריפט

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג פאברואר 08, 2015 4:56 pm

קיקיון האט געשריבן:פארוואס דארף די הנהלה ענטפערען און פארענטםערן?
קרעפטיג האט געשריבן:מיין מיינונג, אן די מנהלים וואלט מען נישט געקענט דא איינשטיין, ווען זיי מעקן האט עס א גענוג גוטע סיבה צו דערהאלטן דאס פלאץ דא דאס ריינסטע מעגליך !!
----------------------------------------------------------------------------------------------------------
לענ"ד דער עומד מאחורי הפרגוד פון אייוועלט און זיינע ממומנים זענען נישט קיין שלוחי ציבור און זענען נישט משעובד
צי אונז
מיר דארפען זיך צישטעלען צי זייערע קאפריזען צי עס געפעלט אינז יא אדער נישט

קרעדיט:קיקיון'ס אונטערשריפט


קיקיון!!!
איך זוך שוין דעם אונטערשריפט פון ווען איך האב געזען דעם אומאיידלען תגובה! שקויעך פארן עס אהער ברענגן.

איך האלט אז די ממונים ברויכן פשוט מעקן דעם תגובה!
...

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » מאנטאג פאברואר 09, 2015 1:32 pm

סליחה אבער איך האלט אז כהאב באמת גארנישט שלעכט געשריבען און סאיז נישט ערגער וואו רוב אשכולות דא אינעם וועלטעל
עס ווייסט נאכאמאל ארויס אז ווען עס קומט צו געוויסע נושאים פאלט אוועק אלע תקנות המקום
1.
נעמט לדוגמה די וואלן פארמעסט צווישן הייקינד און קאלער וואס האט זיך געצויגן אויף א שמיציגע מהלך און איז ברייט באריכטעט געווארן דא אינעם וועלטעל. איצט טראכט א מינוט צו ווען אין מונרו וואלט געווען אזא פארמעסט מיט 2 חסידישע אינגעלייט וואלטן ענק אזוינס צוגעלאזט?!

2. אין א"י איז די זעלבע וואו מ'דעקט אפעציעל די ליטווישע מחלוקת אן קיין אפשטעל משא"כ היגע פאליטיק איז אסור.

ביי אינזער פאל מיט קול מבשר זענט עטס געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט און געמעקט "פארגארנישט".
בעסער געזאגט ענק האבן געמעקט ווייל ענק האלטן פונקט וואו קול מבשר.
און דעריבער בין איך ברוגז. פארוואס פארשטייט עטס נישט אז עס מעג זיין 2 צדדים אין א דעבאטע אויף א געוויסע נושא??
כהאב עס געשריבען געניג איידעל און באופן מכובד, ס"ה איז דא 2 צדדים אויף יענער נושא, וממיילא??

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג פאברואר 09, 2015 1:52 pm

שכל, ביטע שרייב דיינע 'טיפזיניגע' טענות און אישי, ס'מאכט די לופט סתם אנגעצויגן.. וד''ל
ועוד, על פי תקנת המקום טאר מען נישט אטאקירן די מנהלים ברבים..
ישר כח.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט