שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג יוני 21, 2019 12:25 pm

ווישוואש האט געשריבן:ניין, דער חתן האט געוואטשט יו-טוב, און דער טאטע ביים ברית האט געגוגלט ראיות אסורות. איי מין, קאם אן.

דערוילעם פארגעסט אז מענטשן מיט סמארטפאונס נוצן עס אויך אויף די זעלבע זאכן ווי מענטשן מיט פליפ פאונס, קאלס, טעקסטס וכו'.

ביי מיין זון'ס ברית האב איך גענוצט מיין סמארטפאון אפאר מאל, איין מאל צו קאלן מיין שווער, א צווייטע מאל צו טשעקן מיט'ן מוהל וואו ער איז וכו', א שנעלע טעקסט צום קימפעטארן, סאו?

;l;p-
דארפסט זיך אביסל מער אנקוקן מיט די קארטלעך, ביזט נאך נישט גענוג ברעינוואשט...

מחשב
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג יוני 21, 2019 12:30 pm

ווישוואש האט געשריבן:ניין, דער חתן האט געוואטשט יו-טוב, און דער טאטע ביים ברית האט געגוגלט ראיות אסורות. איי מין, קאם אן.

דערוילעם פארגעסט אז מענטשן מיט סמארטפאונס נוצן עס אויך אויף די זעלבע זאכן ווי מענטשן מיט פליפ פאונס, קאלס, טעקסטס וכו'.

ביי מיין זון'ס ברית האב איך גענוצט מיין סמארטפאון אפאר מאל, איין מאל צו קאלן מיין שווער, א צווייטע מאל צו טשעקן מיט'ן מוהל וואו ער איז וכו', א שנעלע טעקסט צום קימפעטארן, סאו?

מיין 'מאכט סענס' איז געווען א ערנסטע מסקנא. נישט ציניש. הגם אויף א סמארטפאון מאכט סענס אז ער האט פונקט באקומען עפעס א נאטיפיקאציע כו' און ער האט נאר געכאפט א בליק.. און אויב איז עס דער חתן'ס פאון קען איך עס זיכער גלייבן. און אז זופ@ זאגט אז דער חתן איז נישט געווען דאהי מאכט עס נאך מער סענס.

"מענטשן מיט סמארטפאונס נוצן עס אויך אויף די זעלבע זאכן ווי מענטשן מיט פליפ פאונס, קאלס, טעקסטס וכו'.".. און רוב אויב נישט אלע מענטשן מיט סמארטפאונ'ס ניצן עס אויך פאר אסאך אנדערע זאכן.. וויכטיג ווי אונטערהאלטונג צוגלייך.

עניוועי איז נישט דאס דער פוינט, צו גראדע זענען די קארטונען אמת'ע ביישפילן אדער נישט, א שאד די דינגעריי.
הוי מחשב...

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » דינסטאג יולי 02, 2019 10:14 pm

מחשב האט געשריבן:

1- נישט קיין חילוק וואס ער האט געקוקט, א חתן מיט א סמארטפאון ביי זיין שבע ברכות????!!!!
איז דאס מענטשליך???
איז דאס נישט דער ריכטיגער אפטייטש פון די 'כבהמות נדמו' קאטלעך????
פוי!!! א גרויל געווען צו קוקן!!!

2- ער האט נישט געוואטשט יו-טוב (לכאורה), אבער געזיצן און געלאכט פון דזשאוקס וואס זיינע חברים האבן געשיקט,
גענוג שלעכט???
סמוז הייסן יו-טוב? אדער איז דאס גענוג???

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » דינסטאג יולי 02, 2019 10:16 pm

איך האב נאך קיינמאל נישט געזאגט מיין מיינונג איבער די קארטלעך,
ווייל איך בין נישט דער וואס קען באשלוסן אזעלכע זאכן,

נאר רעדנדיג דא אונטער א ניק ערלויב איך מיך צו זאגן וואס איך ווייס, בתורת פאקט, נישט אויף צו פסק'ענען הלכה למעשה.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יולי 02, 2019 10:20 pm

ווישוואש האט געשריבן:ניין, דער חתן האט געוואטשט יו-טוב, און דער טאטע ביים ברית האט געגוגלט ראיות אסורות. איי מין, קאם אן.

דערוילעם פארגעסט אז מענטשן מיט סמארטפאונס נוצן עס אויך אויף די זעלבע זאכן ווי מענטשן מיט פליפ פאונס, קאלס, טעקסטס וכו'.

ביי מיין זון'ס ברית האב איך גענוצט מיין סמארטפאון אפאר מאל, איין מאל צו קאלן מיין שווער, א צווייטע מאל צו טשעקן מיט'ן מוהל וואו ער איז וכו', א שנעלע טעקסט צום קימפעטארן, סאו?

אגב: איינער וואס טעקסט צו איינעם [נישט קיין חילוק צו וועם...] אינמיטן זיין זונ'ס ברית - אפי' מיט א פשוטע פליפ-פאון - קוק איך אן ווי עמיצן וואס מען דארף אביסעלע מעורר זיין...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מיטוואך יולי 03, 2019 8:49 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:ניין, דער חתן האט געוואטשט יו-טוב, און דער טאטע ביים ברית האט געגוגלט ראיות אסורות. איי מין, קאם אן.

דערוילעם פארגעסט אז מענטשן מיט סמארטפאונס נוצן עס אויך אויף די זעלבע זאכן ווי מענטשן מיט פליפ פאונס, קאלס, טעקסטס וכו'.

ביי מיין זון'ס ברית האב איך גענוצט מיין סמארטפאון אפאר מאל, איין מאל צו קאלן מיין שווער, א צווייטע מאל צו טשעקן מיט'ן מוהל וואו ער איז וכו', א שנעלע טעקסט צום קימפעטארן, סאו?

אגב: איינער וואס טעקסט צו איינעם [נישט קיין חילוק צו וועם...] אינמיטן זיין זונ'ס ברית - אפי' מיט א פשוטע פליפ-פאון - קוק איך אן ווי עמיצן וואס מען דארף אביסעלע מעורר זיין...

קענסט מאכן 'מענטשליכקייט קארטלעך',

אזא איינעם דארף מען מעורר זיין א צווייטן נושא...

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:19 am

היינט געפרעגט א גרוש וואס האט אסאך חבירים אלטע בחורים און גרושים און סתם יונגעלייט מיט סמארטפונס, צו ער קען חבירים וואס זענען מחללי שבתים בהאלטנערהייט, האט ער מיר

גענפערט איך קען נישט רעדן אבער עס איז צרות!!! רבותי דער ליגט שוין אויך און שאול תחתית ער זאגט מיר פון דארט אז עס איז צרות מען דארף עפעס טוהן, מען האט שוין פראבירט

אסאך אופנים די שומרים קארטליך איז זיכער א נחמה פורתא ''יא יא.. אז עס טוט וויי איז א סימן אז עס טוט אויף..

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:36 am

עה שטיתים יענער ווייסט נישט וואס ער רעד
אפשר איינער
די קארטעלך זענען שילדיג
ס'האט נאך גארנישט אויף געטון
ס'גייט נאר בעקפייערן
וכו וכו וכו

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג יולי 04, 2019 11:53 am

@נתן, איין זאך קען מען טוהן זאגן תהלים, און ווער ס'קען מער עסקן'ן קען גיין צו רבנים און פארציילן עטוואס וואס קומט פאר. ליידער איז אנגעקומען צו מיינע אויערן מעשיות, דער אייבירשטער זאל שומר ומציל זיין, ווען די רבנים וואלטן געהערט וואס קומט פאר וואלט מען בלי ספק גע'אסר'ט דעם כלי אזוי ווי אין א"י.

נאך איינער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:11 pm

אדער יא האט געשריבן: ווען די רבנים וואלטן געהערט וואס קומט פאר וואלט מען בלי ספק גע'אסר'ט דעם כלי אזוי ווי אין א"י.

דעי מעשיות פין וואס איר רעדט, זענען דאך אזאנע וואס האבן נישט קיין פילטער, אין פאלגן אינגאנצן נישט די רבנים, סא וואס גייט מען דערגרייכן מיט אסר'ן אינגאנצן? אז דער וואס מיז עס יעצט האבן, אין האט עס מיט א פילטער, זאל פין יעצט האבן אומאפיציעל אן א פילטער?

איך פרעג וויל איך וויל פארשטיין,

מחשב
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:41 pm

נאך איינער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן: ווען די רבנים וואלטן געהערט וואס קומט פאר וואלט מען בלי ספק גע'אסר'ט דעם כלי אזוי ווי אין א"י.

דעי מעשיות פין וואס איר רעדט, זענען דאך אזאנע וואס האבן נישט קיין פילטער, אין פאלגן אינגאנצן נישט די רבנים, סא וואס גייט מען דערגרייכן מיט אסר'ן אינגאנצן? אז דער וואס מיז עס יעצט האבן, אין האט עס מיט א פילטער, זאל פין יעצט האבן אומאפיציעל אן א פילטער?

איך פרעג וויל איך וויל פארשטיין,

דער בחור וואס קויפט א סמארטפאון אן א פילטער, האט געווענליך עלטערן מיט א סמארטפאון מיט א שטיקל פילטער. און די עלטערן האבן עלטערן מיט גאר שטרענגע פילטערס וואס זייערע עלטערן האבן נאך קיין סעלפאון נישט געהאט...

אוודאי איז ליידער דא בחורים מיט סמארטפאונס וואס די עלטערן האבן נישט קיין טעקסט אויך, מ'רעדט דאך איבער פראצענטואל.

פארווואס זאג איך בחורים? איינס, ווייל מסתמא רוב אינגעלייט מיט פילטערלאזע סמארטפאונס האבן דאס שוין געהאט אלס בחור. און צווייטענס, ווייל די פאר חילול שבת מעשיות וואס איך פערזענליך קען איז פון טינעידזשערס.

כ'ווייס נישט אויב מ'דארף דאס אסר'ן, אבער א גרויסע עת צרה איז זיכער. (טו בעד)
הוי מחשב...

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » פרייטאג יולי 05, 2019 3:35 pm

מחשב האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן: ווען די רבנים וואלטן געהערט וואס קומט פאר וואלט מען בלי ספק גע'אסר'ט דעם כלי אזוי ווי אין א"י.

דעי מעשיות פין וואס איר רעדט, זענען דאך אזאנע וואס האבן נישט קיין פילטער, אין פאלגן אינגאנצן נישט די רבנים, סא וואס גייט מען דערגרייכן מיט אסר'ן אינגאנצן? אז דער וואס מיז עס יעצט האבן, אין האט עס מיט א פילטער, זאל פין יעצט האבן אומאפיציעל אן א פילטער?

איך פרעג וויל איך וויל פארשטיין,

דער בחור וואס קויפט א סמארטפאון אן א פילטער, האט געווענליך עלטערן מיט א סמארטפאון מיט א שטיקל פילטער. און די עלטערן האבן עלטערן מיט גאר שטרענגע פילטערס וואס זייערע עלטערן האבן נאך קיין סעלפאון נישט געהאט...

אוודאי איז ליידער דא בחורים מיט סמארטפאונס וואס די עלטערן האבן נישט קיין טעקסט אויך, מ'רעדט דאך איבער פראצענטואל.

פארווואס זאג איך בחורים? איינס, ווייל מסתמא רוב אינגעלייט מיט פילטערלאזע סמארטפאונס האבן דאס שוין געהאט אלס בחור. און צווייטענס, ווייל די פאר חילול שבת מעשיות וואס איך פערזענליך קען איז פון טינעידזשערס.

כ'ווייס נישט אויב מ'דארף דאס אסר'ן, אבער א גרויסע עת צרה איז זיכער. (טו בעד)

איר לעבט אין דמיון. חוץ די אלע אויסגערעכנט איז אויך דא אסאך פשוטי עם יראי שמים מיט געפילטערטע סמארטפונים.
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג יולי 05, 2019 3:41 pm

א שאד זיך צו טענה'ן מיט די חברה דא, יעדער וויל נאר ווייזן אז ער איז פרומער ווי דעם אנדערן.

ווען מ'וואלט געלאזט די רבנים פירן די מערכה וואלט מען געהאלטן אסאך ווייטער.

זיצט מען אויף די אינטערנעט און מ'שרייבט קעגן סמארטפאונס, כאילו ס'איז עפעס אן אנדערע מין אינטערנעט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג יולי 07, 2019 2:43 pm

מים שלנו האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן: ווען די רבנים וואלטן געהערט וואס קומט פאר וואלט מען בלי ספק גע'אסר'ט דעם כלי אזוי ווי אין א"י.

דעי מעשיות פין וואס איר רעדט, זענען דאך אזאנע וואס האבן נישט קיין פילטער, אין פאלגן אינגאנצן נישט די רבנים, סא וואס גייט מען דערגרייכן מיט אסר'ן אינגאנצן? אז דער וואס מיז עס יעצט האבן, אין האט עס מיט א פילטער, זאל פין יעצט האבן אומאפיציעל אן א פילטער?

איך פרעג וויל איך וויל פארשטיין,

דער בחור וואס קויפט א סמארטפאון אן א פילטער, האט געווענליך עלטערן מיט א סמארטפאון מיט א שטיקל פילטער. און די עלטערן האבן עלטערן מיט גאר שטרענגע פילטערס וואס זייערע עלטערן האבן נאך קיין סעלפאון נישט געהאט...

אוודאי איז ליידער דא בחורים מיט סמארטפאונס וואס די עלטערן האבן נישט קיין טעקסט אויך, מ'רעדט דאך איבער פראצענטואל.

פארווואס זאג איך בחורים? איינס, ווייל מסתמא רוב אינגעלייט מיט פילטערלאזע סמארטפאונס האבן דאס שוין געהאט אלס בחור. און צווייטענס, ווייל די פאר חילול שבת מעשיות וואס איך פערזענליך קען איז פון טינעידזשערס.

כ'ווייס נישט אויב מ'דארף דאס אסר'ן, אבער א גרויסע עת צרה איז זיכער. (טו בעד)

איר לעבט אין דמיון. חוץ די אלע אויסגערעכנט איז אויך דא אסאך פשוטי עם יראי שמים מיט געפילטערטע סמארטפונים.

כ'וואונדער מיר צו דו פארשטייסט יא וואס דו האסט מיר געענטפערט. ביטע קוק איבער די קאנווערסעישן פאר דו ביזט מגיב.
הוי מחשב...

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 08, 2019 9:44 am

ווישוואש האט געשריבן:א שאד זיך צו טענה'ן מיט די חברה דא, יעדער וויל נאר ווייזן אז ער איז פרומער ווי דעם אנדערן.

ווען מ'וואלט געלאזט די רבנים פירן די מערכה וואלט מען געהאלטן אסאך ווייטער.

זיצט מען אויף די אינטערנעט און מ'שרייבט קעגן סמארטפאונס, כאילו ס'איז עפעס אן אנדערע מין אינטערנעט.

אוי זאגסטו גוט ווען מען וואלט געלאזט די רבנים פירן די מערכה
די פראבלעם איז אז די אלע מענטשען מיט סמארפאונס [ליין ראשי קהילה] לאזן נישט

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג יולי 08, 2019 9:46 am

חחחח, דו רעדסט ווייל דו ווייסט.

האבנדיג געזען מיט מיינע אייגענע אויגן ווי די רבנים זענען די וואס דארפן זיך שלאגן איינצוהאלטן צוהיצטע עסקנים וואס מיינען פארשטייט זיך נאר דעם באשעפער, גיי איך דיר אפי' נישט ענטפערן.

איים אוט.

ביי די וועי, אז דו רעדסט אזוי אין גרויסן, וועלכע ראשי קהילה האבן סמארטפאונס? קענסט מיר געבן דריי נעמען פון גרויסע קהילות?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 08, 2019 10:08 am

דארפסט מיר נישט ענפערן
אבער ביי אונז אין סאטמער זעה איך גאר גרויסע אין די קהילה זיצען מיטן זייער פאונס אין בהמ'ד
און קיינער זאגט נישט קיין ווארט

איך ווייס נישט צי איך רעד ווייל איך ווייס
ווייל דער וואס ווייסט רעד נישט נאר וויינט אין שרייט

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג יולי 09, 2019 9:21 am

ווישוואש האט געשריבן:זיצט מען אויף די אינטערנעט און מ'שרייבט קעגן סמארטפאונס, כאילו ס'איז עפעס אן אנדערע מין אינטערנעט.

אוודאי איז דאס א אנדערע מין אינטערנעט, וואס איז דען א פארגלייך א געפילטערטע סמארטפאון צו א געפילטערטע קאמפיוטער אין אפיס בשעת מען האט א מאושר סעלפאון?

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג יולי 09, 2019 11:03 pm

די פאר גלייך איז אז עס איז ביידע אינטערנעט און ביידע געפילטערט מיט די זעלבע מעטאד. בעת דער מיטן קאמפיוטער און די מאושר טעלעפאן האט א טעבלעט שששש
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג יולי 09, 2019 11:05 pm

אה. גראדע איז דא נאך א חילוק. אז ביי א קאמפיוטער דארף מען רוקן צוויי ווייערס און די פילטער איז מסודר. משא״כ א טעלעפאן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 4:22 pm

מחשב האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן: ווען די רבנים וואלטן געהערט וואס קומט פאר וואלט מען בלי ספק גע'אסר'ט דעם כלי אזוי ווי אין א"י.

דעי מעשיות פין וואס איר רעדט, זענען דאך אזאנע וואס האבן נישט קיין פילטער, אין פאלגן אינגאנצן נישט די רבנים, סא וואס גייט מען דערגרייכן מיט אסר'ן אינגאנצן? אז דער וואס מיז עס יעצט האבן, אין האט עס מיט א פילטער, זאל פין יעצט האבן אומאפיציעל אן א פילטער?

איך פרעג וויל איך וויל פארשטיין,

דער בחור וואס קויפט א סמארטפאון אן א פילטער, האט געווענליך עלטערן מיט א סמארטפאון מיט א שטיקל פילטער. און די עלטערן האבן עלטערן מיט גאר שטרענגע פילטערס וואס זייערע עלטערן האבן נאך קיין סעלפאון נישט געהאט...

(טו בעד)

אויב מעגליך, קענט איר ביטע צייגן פון ווי איר נעמט אייער סטאטיסטיק?

פון די דראפאוטס וואס איך קען זעה איך נישט קיין גרעסערע פראצענט פון איין ספעציפישע שטוב.

און אויב זענט איר גרייט אפצושטאטן א באזוך אין א"י וועסטו זעהן אז 'כמעט קיינער' פון די דראפאוטס עלטערן פארמאגן סמארטפאונ'ס!

און די וועג וויאזוי רוב פאלן אוועק האט בכלל נישט מיט וויאזוי די עלטערן פיהרן זיך (איך רעד נישט ווען ס'איז דא פראבלעמען אינדערהיים) נאר חברך חברא אית ליה וכו', במילא לייגט זיך אפי' נישט אויפן שכל אז דאס זאל משנה זיין, ווען א קינד איז אין א מצב ווי ער איז גרייט צו טוהן מעשים אשר לא יעשו, אדער זעהן ראיות אשר לא יראו, וועט די חינוך פונעם טאטן "נישט צורירן צו קיין סמארטפאון" נישט העלפן גארנישט.

די איינציגע קשר צווישן די צוויי איז אפשר בדרך סגולה.

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט