בלאט 38 פון 41

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:31 am
דורך zibala
א גרויסע אקאמפלישמענט

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:23 pm
דורך וויי-פיי
טאקע מעכטיג ניין

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 3:01 am
דורך גיי
היום יום רביעי

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 7:30 am
דורך וויי-פיי
וואס איז נייעס?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 7:32 pm
דורך נודה לך
זייער שטיל דא

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 9:02 pm
דורך וויי-פיי
וואס איז געבליבן?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 9:03 pm
דורך וויי-פיי
טראמפ אדער קלינטן?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 9:04 pm
דורך וויי-פיי
וואס איז מארגן?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 2:57 pm
דורך קלאָצקאָפּ
נודה איז אהיימגעקומען.

בריך מתייך לשלם!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:44 pm
דורך נודה לך
שכח פארן אויפנאמע

געשריבן: זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:01 am
דורך פאר'מוח'ט
נודה מ'טוט ווארטן,
אויף פרישע געדאנקן,
וועלכע ציעט זיך,
אביסל מער לענגער,
ווי א שורה,
אביסל גראמען אויך,
געשריבן צום זאך.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 11:44 pm
דורך נודה לך
א גוטן פאר'מוח'עט
מדארף דעם עולם
נישט איינשלאפן דא
מרעדט צו'זיך אליין

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 11:46 pm
דורך וויי-פיי
דאס קעמען פארשטיין

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 11:49 pm
דורך קלאָצקאָפּ
זכרנו ימים מקדם
ס'אשכול פלעגט ווירבלען
מ'קענשוין באלד זאגן
"חבל על דאבדין"
אויך אויפ'ן "נייעם"
כליפ כליפ כליפ...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 20, 2018 5:38 am
דורך פאר'מוח'ט
נודה לך האט געשריבן:א גוטן פאר'מוח'עט
מדארף דעם עולם
נישט איינשלאפן דא
מרעדט צו'זיך אליין

חשבונות נישט ריכטיג,
מ'ליינט מיט נייגער,
42681 פערזאנען געבליקט,
מ'דארף נאר שרייבן,
זיך האלטן פריש,
און די איבריגע,
וועט פארן געשווינד,
טאלאנטן מ'דארף נוצן,
מענטש'הייט צו דערפרישן.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 20, 2018 12:47 pm
דורך ישראלי
אהמממ.. איך מיין
אז איך וויס
פארוואס איז געווארן
שטיל און שממה
וייל ממש דא
אין די קארנער
האט מען געעפנט
אנייע שיינע אשכול
לויט וואס איך
קוקט אין פארשטייט
דארט מעג מען
שרייבען אסאך מער
ביז צוואנציג ווערטער
און קען זיין
אז ס'איז מער
ציענדיג אין אינטרעסאנט
סואו דארף מען
דא מחליט זיין
איינמאל פאר אלעמאל:
וואס טוט מען
צו קויפן צוריק
די אוימערקזאם פון
אונזערע חשוב'ע קהל
וואס מיינט עטס?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 20, 2018 2:36 pm
דורך פאר'מוח'ט
ישראלי ביזט גוט,
דערהייבסט דעם אפעטיט,
בלייב מיט אונז,
און שרייב ווייטער,
און זיי מהנה.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 20, 2018 6:15 pm
דורך נישט פשוט
מיינע צוויי סענט

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 20, 2018 8:26 pm
דורך נודה לך
מיינסט דריי צענט?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:30 pm
דורך וויי-פיי
וואס פיר דאלער?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 21, 2018 2:48 pm
דורך נישט פשוט
נודה לך האט געשריבן:מיינסט דריי צענט?

וואס עפעס דריי

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 21, 2018 3:38 pm
דורך יין ישן
דער עולם פריש
מ'קומט צום טיש
לאנג נישט געווען
עפעס איז געשען
יעצט זיך דערמונטער
צום לאנגן ווינטער
מיט געשמאקע רייד
אבער פארשטענדליכע באשייד
יעדער זאל פארשטיין
קומט'ס קלאר אריין

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 21, 2018 5:09 pm
דורך נודה לך
נישט פשוט האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:מיינסט דריי צענט?

וואס עפעס דריי

די דרייער אשכול

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 21, 2018 5:15 pm
דורך נישט פשוט
נודה לך האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:מיינסט דריי צענט?

וואס עפעס דריי

די דרייער אשכול


:wink: :wink: :wink:

קאפ אויפן פלאץ.

בינעך א חולם.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 1:57 pm
דורך שמועסער
ערלויבט נאר דריי,
פרובירן איך גיי,
איינס צוויי דריי,
הממ, גוט כ'שטיי,
כ'טויג א מחי'.
עפעס חדשות, ניי?
ס'געלונגען די טריי,
זייטסמער אלע ביי.