תענית אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » זונטאג יולי 21, 2019 5:46 pm

nmi האט געשריבן:
בראנפן גלעזל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:בינעך נייגעריג צו זונטאג איז למעשה שווערער צו פאסטן צו גרינגער?

פון איין זייט איז מען יעדע ערשטע העלפט זונטאג נאך אביסל זאטליך פון שבת,
אבער פון די צווייטע זייט קען מען שבת זיך נישט אזוי גוט ציגרייטן צום תענית מיטן טרינקן צוביסלעך דורכן טאג אסאך וואסער.

ביי מיר איז שבת אסאך גרינגער זיך צו גרייטן פאר א טענית.

איך וויל דיר נישט מבייש זיין אבער שוין צוויי מאל געטראפן דו שרייבסט מיט א טית אנשטאט א תיו תענית

איים סארי

מחול לך
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג יולי 21, 2019 5:56 pm

כ׳בין הינגעריג

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג יולי 21, 2019 6:18 pm

nmi האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:בינעך נייגעריג צו זונטאג איז למעשה שווערער צו פאסטן צו גרינגער?

פון איין זייט איז מען יעדע ערשטע העלפט זונטאג נאך אביסל זאטליך פון שבת,
אבער פון די צווייטע זייט קען מען שבת זיך נישט אזוי גוט ציגרייטן צום תענית מיטן טרינקן צוביסלעך דורכן טאג אסאך וואסער.

ביי מיר איז שבת אסאך גרינגער זיך צו גרייטן פאר א טענית.

וויאזוי טאקע?
ביז צוועלעף דאווענט מען דאך,
לאמיר זאגן אז דאס מאל וועל איך נישט מאכן קיין קידוש אויף ברוינפן וואס טריקנט שטארק אויס,
בשעת די סעודה איז דאך לויטן רמב״ם אויך נישט כדי צו טרינקן צו סאך,
נאך די סעודה כאפט מען דאך א קורצן לאנגען ברייטן דרימל,
נו בלייבט מען דאך שוין באלד איבער מיט גארנישט פאר א טרינק וואסער??
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יולי 21, 2019 7:30 pm

כא כא כא האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:בינעך נייגעריג צו זונטאג איז למעשה שווערער צו פאסטן צו גרינגער?

פון איין זייט איז מען יעדע ערשטע העלפט זונטאג נאך אביסל זאטליך פון שבת,
אבער פון די צווייטע זייט קען מען שבת זיך נישט אזוי גוט ציגרייטן צום תענית מיטן טרינקן צוביסלעך דורכן טאג אסאך וואסער.

ביי מיר איז שבת אסאך גרינגער זיך צו גרייטן פאר א טענית.

וויאזוי טאקע?
ביז צוועלעף דאווענט מען דאך,
לאמיר זאגן אז דאס מאל וועל איך נישט מאכן קיין קידוש אויף ברוינפן וואס טריקנט שטארק אויס,
בשעת די סעודה איז דאך לויטן רמב״ם אויך נישט כדי צו טרינקן צו סאך,
נאך די סעודה כאפט מען דאך א קורצן לאנגען ברייטן דרימל,
נו בלייבט מען דאך שוין באלד איבער מיט גארנישט פאר א טרינק וואסער??

מ'מאכט קידוש אויף ברוינפן און מ'פירט א געהעריגע שבת'דיגע סעודה, מ'כאפט א שבת נאכמיטאג שלאף, מ'האקט מעלוינע טשעריס וכל טוב, ביי שאלעשידעס עסט מען א כביצה פון די טייג מיט אויפן שפיץ גאפל א פיצי זאך וואס ענדעלט צו מעינעיז אריינגעלייגט טונא דעראין, מלוה מלכה עסט מען פיש מיט דיפס און ראפעגו"ש חלה ווי יעדע וואך, פארן גיין שלאפן טרינקט מען זיך אן ווי א קעמעל און אזוי פאסט מען איין.

שבת שחל להיות ט' באב אזוי ווי היי יאר פירט מען זיך אויך מיטן זעלבן סדר אווי יעדע וואך ביז שאלעשידעס. שאלעשידעס עסט מען אינדערהיים און מ'עסט חלה, דיפס, פיש, וועדזשטעבל סעלעד, אוועקאדוי מיט מער פרוכט מיט וואסער און אזוי פאסטן מיר איין.

אזוי האב איך מיר אלע יארן געפירט און ס'איז א מחי.

אי"ה היי יאר תשעה באב האפן מיר צו זיין אין ירושלים עיר הקודש און מ'וועט מער נישט דארפן פאסטן. לאמיר מתפלל זיין אז מיין הויז זאל זיין פון די הייזער וואס וועלן מיט גיין מיט משיח צדקנו בב"א
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט