האט די הנהלה געמאכט די ריכטיגע באשלוס?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

האט די הנהלה געמאכט די ריכטיגע באשלוס איבער וויפל צו לאזן שרייבן?

זיי וואלטן ווען געדארפט לאזן שרייבן מער בשבחו
33
27%
זיי האבן געמאכט די ריכטיגע באשלוס
65
54%
זיי וואלטן גאר געדארפט לאזן ווייניגער שרייבן איבער אים
23
19%
 
סך הכול שטימען: 121

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 6:04 pm

געשטימט פארן צווייטן אפציע.
סיי ווייל דאסמאל פארשטיי איך עס זייער גוט.

און בכלל, -ווי שוין געשריבן אינעם דערנעבנדיגן אשכול- האלט איך אז ווען די הנהלה באשליסט עפעס אפילו איך פארשטיי עס נישט, איז נישט שייך צו האבן טענות, מ'קען נישט אלעס קויפן אין יעדע גראסערי.
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 8:09 pm

פאר די אלע וואס טענה'ען אז די אשכול איז קאנטראלירט, אויב אזוי קען מען קאנטראלן אז ס'זאל נישט אפראווד ווערן קיין שמוץ:

מ'האמיר דא 2 זייטן, ביידע זייער גרויס (חלומ'סט נישט, הא?), אפגערעדט אז פון די סייט באשטייט פון מינימום 50/50 אויב נישט מער לטובת די קעגנערס..., יעצט, אפגערעדט די קראנטקייט, איין זייט האלט פונקט קאפויער ווי דיר, וויפיל דו האלסט בעד האלט ער אזויפיל נגד, דו האסט א בארג מיט שבחים אויף אים, ער האט האט א בארג מיט פארקערטס אויף אים. יעצט, נעמענדיג דאס אין באטראכט צוזאמען מיטן פאקט אז דו שרייבסט אויף א פאבליק פארום דארפסטו אפמאכן וועמען צו צופרידנשטעלן, איין זייט שרייט יא און די צווייטע זייט קוויטשעט ניין, ביזט בין הפטיש לסדן, די מיט זייערע טענות און די מיט זייערע טענות, אויב וועסטו לאזן שרייבן שבחים - דערשטיקסטו איין גאנצע צד, און אויב לאזטו שרייבן גנות דערשטיקסטו די צווייטע צד, וואס טוהט מען? מ'שרייבט נישט דאס און נישט דאס!!! אויב שפירסטו דערשטיקט דערפון - דאן זיי וויסן אז דער קעגנער שפירט אויך דערשטיקט, און אויב שפירסטו אז יענער פרייד זיך אז דו קענסט נישט שרייבן קיין שבחים - דאן זיי וויסן אז דער קעגנער שפירט אויך אז דו פרייסט דיך אז ער קען נישט שרייבן קיין גנות, עטס זענטס ביידע אייניג. פארוואס זאל מען לאזן שרייבן שבחים און בלאקן די אנדערע [מערהייט]? מיט דעם דרך האסטו פארשטאפט זייערע פיסקעס, זיי קענען נישט האבן קיין טענות ווייל ביידע האבן אייניגע רעסטרוקציעס.

יעצט, בעיסיקלי קענסטו האבן א טענה אז מ'טאר סתם אזוי נישט צולאזן צו שרייבן אויף אייוועלט קיין גנות פון א מענטש, דא האנדלט מען דאך פונעם שטרענג פארסירטן אייוועלט וואס איז א סיבאל פון ריינקייט אין א שמוציגע אינטערנעט עפאכע, אויב אזוי, וואס איז בכלל די טענה פון די קעגנערס? פארוואס דערשטיקט מען זיי יעצט מיט דעם אז מ'לאזט נישט שרייבן קיין גנות? מ'מעג דאך סתם אזוי דאס נישט שרייבן דא, אויב אזוי מעג מען מיט רעכט צולאזן צו שרייבן שבחים און בלאקירן די גנות, ווייל גנות איז דאך סייווי נישט ערלויבט אלס די תקנות פון אייוועלט, נישט אזוי?

איז די תירוץ דערויף, די קעגנערס ווייסן גאנץ גוט אז די הנהלה וועט נישט דולדן קיין פארלעצונגען אויף תקנות און וועט זיכער נישט צולאזן קיין גנות, און דאס ווילן זיי טאקע נישט, זיי ווילן נישט ווערן סתם אויסגעשפארט (מ'האנדלט פון נארמאלע מענטשן), דו ווייסט וואס זיי ווילן? מ'זאל אים בכלל נישט באשרייבן! זיי ברענגען מיט זיך א ראיה די איד מיטן געלונגעם טענה אז ער אליין לאזט אים נישט באשרייבן... דאס ווילן זיי! שרייבטס נישט גארנישט און געענדיגט! אבער די הנהלה האט אבער דאך אנערקענט אז די רוב וועלט האט גאר שטארק געהאלטן פון אים, און מ'קען זיך נישט אינגאנצן פארהוילן פון אים, מ'מוז יא לאזן עפעס שרייבן אויף אים. אבער כדי אז די קעגנערס זאלן נישט מאכן קיינע געוואלדאטן האבן זיי פארבאטן דאס שרייבן שבחים און אזוי בלייבט דא רואיג במחנינו. סאו בעצם אריינקוקנדיג טיף האט די אייוועלט הנהלה זיך מער צוגעשטעלט צו די אנהענגער ווי די קעגנער!

די הנהלה אנערקענט אין יעדעמ'ס צד, אבער פרובירט צו אפהאלטן געוואלדאטן און נאכקומענדע מעקערייען, חסימות, אזהרות און נאך פארשידענע קאפוויי כיוצא בהם... יעדער קאנטראווערסיאלער פיגור דארף אזא פאליסי ביים אים באשרייבן אויף אייוועלט, אויב איז דא א ריזיגע פראצענט קעגנערס דארף מען דאס נעמען אין באטראכט אין האנדלן לויט דעם אויפן בעסטן אופן וואס זאל אנהאלטן די רואיגקייט וואס מער.


יעצט צום פוינט פון סאטמארוועלט וכדומה וואס מאנכע האבן געשריגן אז אזא פנים טראגט עס:

יא! אונזער אייוועלט פארמאגט א רוב סאטמאר געשטימטע און מיר מוזן זיי מכבד זיין, מיר מוזן זיך רעכענען מיט זייערע געפילן. יעצט בעצם מצד די סאטמארע וואלט מען דעם גדול בכלל נישט באשריבן... אבער דאך ווייסט די הנהלה אז די אנדערע האלב אייוועלט באשטייט פון זיינע שטיצער און מ'מוז זיך רעכענען אויך מיט זייערע געפילן, וואס דאס קען צומאל מאכן שווערע קאנפליקטן ביי די פולע עניינים ווי די צוויי צדדים האבן דראסטיש פארקערטע מיינונגס פארשידנהייטן, דעריבער מוז מען ביי יעדן עניין דורכטוהן וויאזוי זיך צו רעכענען מיט צד א' (די מערסטע וואס שייך) אבער אין די זעלבע צייט נישט אויפרעגן צד ב' (די מערסטע וואס שייך), גלייבט מיר אז דאס איז גאר שווער, און דעריבער איז די הנהלה אויסגעפארעמט פון אייניגע שטימען, יעדע פראקציע האט זיין שטימע און מיט יעדעם דארף מען זיך רעכענען.

יעצט ביי דעם עניין האט זיך די הנהלה צאמגעזעצט און צוגעקומען צום אויב דערמאנטן החלטה צוליב די סיבות וואס מ'האט שוין ארויסגעברענגט, און דעציט! איך מיין אז די אנהענגער זענען דא ארויס מיט מער לטובתם ווי די קעגנערס, סאו ביטע עפרישיעטס דאס.


איך האב אפגעזאגט מיינס... בתקוה להבנה מלאה

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 8:27 pm

ווי מ'האלט יעצט איז דא אן איבערוויגענדע מערהייט פון 74% וואס האלטן אויך אז מ'זאל נישט לאזן שרייבן שבחים.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 8:38 pm

די מגיד רעדט שטארקע דיבורים,
איך פאנג אהן צו ווערן באקריוודעט פון די החלטה פון די הנהלה.... :twisted:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 8:45 pm

צק:
ניין.
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:31 pm

טריסקער זאגט דאך אזוי שיין און קלאר!!!!

בן ישראל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:43 pm

תגובהדורך בן ישראל » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:51 pm

זאכליך האט געשריבן:ווי מ'האלט יעצט איז דא אן איבערוויגענדע מערהייט פון 74% וואס האלטן אויך אז מ'זאל נישט לאזן שרייבן שבחים.

און נאך א גרעסערע מערהייט פון 87% וואס האלטן מען זאל נישט שרייבן קיין גנות מי כעמך ישראל!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:15 pm

האסט נישט ריכטיג אפגעלערנט די לעצטע אפציע. זיי האלטן נישט אז מ'זאל "יא" שרייבן גנות, זיי האלטן אז אפילו דאס מ'האט געלאזט שרייבן איז שוין אויך צו סאך.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:19 pm

איגנארירן בלע"ז

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:22 pm

איך ליין די צייטוג סוי ביי מיר לעבט ער שוין נישט
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:45 pm

טריסקער
איר זענט מכובד צו קוקען מיין ענטפער אינעם צענזור אשכול

אפילו לשיטתך וואלט מען געקענט מאכן א פאליסי נישט צו רעדן פון גיוס/צבא וואס וואלט געסטאפט אלע פראבלעמען
און פאר די וואס האבן נאכאלס א פראבלעם איז דאך דא א סימפעל עצה- גיי צום נעקסטע אשכול (עס איז דאך דא באלד 200 אשכולות איבערן שיטה)

פארוואס האט ר׳ משה שטרנבוך געקענט מספיד זיין?
פארוואס האט דישינסקי רבי געקענט מספיד זיין און זאגן אז אונזער מחולק אויף די נושאים?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 2:00 pm

מר. גרין האט געשריבן:טריסקער
איר זענט מכובד צו קוקען מיין ענטפער אינעם צענזור אשכול

אפילו לשיטתך וואלט מען געקענט מאכן א פאליסי נישט צו רעדן פון גיוס/צבא וואס וואלט געסטאפט אלע פראבלעמען
און פאר די וואס האבן נאכאלס א פראבלעם איז דאך דא א סימפעל עצה- גיי צום נעקסטע אשכול (עס איז דאך דא באלד 200 אשכולות איבערן שיטה)

נישט דאס איז די פראבלעם, דאס וואלט גארנישט געהאלפן, די קעגנערס זענען קעגן אים און מיט יעדן שבח אין עני הינזיכט וועלן זיי רעאגירן מיט גנות, נישט לאזן רעדן נאר פון גיוס/צבא וועט אבער לאזן דא א פלייץ פון שבחים און א בארג פון גנות אויף צוריק, זייער פראבלעם איז מיט די שבחים אויף אים וואס ווערט געשאטן אויף איינער וועם זיי האלטן פונקט פארקערט.

איך האב נישט קיין געדולד צו מאריך זיין, אבער ליין איבער און פראביר צו כאפן מיין פוינט.

מר. גרין האט געשריבן:פארוואס האט ר׳ משה שטרנבוך געקענט מספיד זיין?
פארוואס האט דישינסקי רבי געקענט מספיד זיין און זאגן אז אונזער מחולק אויף די נושאים?

ווייל קיינער וואלט זיי נישט פארשריגן מיט קיין דברי גנות... משא"כ דא. זיי האבן געקענט רעדן שבחים אן וואס קיינער זאל צוריקשרייען גנות, דא וועט מען דיר צוריקשרייען אויפן ארט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 2:39 pm

כבוד הרב טריסקער, ווען נישט דיינע תגובות וואלט איך געמיינט אז דער באשעפער האט געשאנקען שכל בלויז פאר סאטמארע אידן...
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 3:05 pm

מר. גרין האט געשריבן:טריסקער
איר זענט מכובד צו קוקען מיין ענטפער אינעם צענזור אשכול

אפילו לשיטתך וואלט מען געקענט מאכן א פאליסי נישט צו רעדן פון גיוס/צבא וואס וואלט געסטאפט אלע פראבלעמען

דארף מען טאקע עדיטן די גמ' פון מתוך שבחו בא לידי גנותו אז דאס מיינט נאר שבחים בנושא הגיוס.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

תגובהדורך לאנדאן שטופער » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 4:25 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:טריסקער
איר זענט מכובד צו קוקען מיין ענטפער אינעם צענזור אשכול

אפילו לשיטתך וואלט מען געקענט מאכן א פאליסי נישט צו רעדן פון גיוס/צבא וואס וואלט געסטאפט אלע פראבלעמען

דארף מען טאקע עדיטן די גמ' פון מתוך שבחו בא לידי גנותו אז דאס מיינט נאר שבחים בנושא הגיוס.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 9:00 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:די מגיד רעדט שטארקע דיבורים,
איך פאנג אהן צו ווערן באקריוודעט פון די החלטה פון די הנהלה.... :twisted:

נפש.
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 5:09 pm

תגובהדורך נפש. » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:13 am

די החלטה איז גוט, אבער די מעלדונג פון די הנהלה איז גענויגט צו איין זייט

תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

תגובהדורך תחשוב טוב » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 1:11 am

זיך ציגעשטעלט פארשטייט זיך צי זייער באשלוס, אבער מיין מיינונג איז אז די וועלטעל דא איז א פובליק וועלטעל אין סאיז דא שרייבערס אין סתם ליינערס וואס זענען פין זיינע חסידים/תלמידים/אד"ג, במילא דארף מען יא לאזן רעדען פין יעדין יוד בשבחו אין נישט לאזן רעדען פין קיין יוד נישט בגנותו אין ווער סהאלט נישט פין איינעם זאל נישט אריינקימען אין יענעם אשכול. תודה רבה


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט