UTA קרית יואל העכערט די שכ"ל מיט $100 א חודש

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:43 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:They always say that the people who can afford have to make up for the people who cannot afford that's why they charging more then you Child really cost for them but in any other place when I go to the pizza store I don't pay extra because he would give for someone else cheaper.
I understand they have to go collect money from people but not force it up as a part of the cost

.A good thought
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:06 pm

צו געזונט האט געשריבן:די בריוו איז אנגעקומען צו די מענטשן אין די פאלגענדע קאטעגאריע.
האמיר דאס גערעדט מיט זיי. די טענה איז נישט אויף די קליינע פארדינער, נאר, אויב קאנסטו זיך ערלויבען סיי וועלכע קאר מיט די מינדעסטע אפגרעיד, דאן צאל דא אויכעט. א פלעינע מיניווען, בסדר. ברויכסט לעדערנע ווייל עס בלויז נאך צוואנציג א מאנאט? גיב מיר דאס געלט. האסט א אייגענע ביזנעסס און "די ביזנעסס" צאלט דיין יערליכע פלארידא און ר' שייעלע וואקעישאן? זעה דיין "ביזנעסס" זאל אויך צאלען געהעריג שכר לימוד...
האסט איין קינד? צאל אוואו ווען דו האסט געשיקט אין פלעי גרופ, דארט האנדעלט מען נישט אויף די פרייז. מיט מערערע קינדער וועט מען זיך שיין רעכענען

אויב קאנסטו זיך ערלויבן בשר בהמה איין מאל א וואך, צאהל מער פאר שכר לימוד אויך, ס'נאר א צוואנציגער א וואך גיב מיר דאס געלט.
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר מתנות און דאס גלייכן

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:12 pm

פון ווי ווייסן זיי ווער ס'עסט בשר בהמה איין מאל א וואך?...
לעצט פאראכטן דורך משה ישר אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:16 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:13 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
פאלם טרי האט געשריבן:מ'דארף נישט מאכען א עקסטערע אשכול מקען מאכן ק/פ פין די פאריאריגע 82 אשכול

שלום עליכם ר׳ יוד. די האלט׳ס נאך אינמיטן די ירחי לידה, ניין?


אע"כ?

ער האט גראדע גוט געזאגט...

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:14 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
שמע בני האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב אנגעגרייט א גאנצן בריוו מיט טענות פארוואס די אנגעבליכע 'פולע-קאסטן' חשבון שטימט נישט, אבער נאכן אריינרופן האבן זיי געזאגט אז דאס איז בלויז פאר אילוסטיראציע, און עס וועט בלויז זיין א גאר מילדע העכערונג, אויב עפעס.

אויב עפעס איז קיין פראגע, ס'איז א לעצטערע מאדע אז מ'העכערט יעדע יאר
ווען מ'וואלט געהעכערט די וועיזדש ביי די מלמדים ביי יעדע העכערונג ביי די טאטעס החרשתי, אבער די וועיזדש איז דאך די זעלבע זינט....

זיי האבן פאר א יאהר געהכערט פאר די מלמדים. און יעצט גייען זיי ארויף פאר די טאטע'ס.

פון וואו נעמסטו דאס?
לפי ידיעתי האט מען נישט געהעכערט, היי יאר נאך שבת מלמדים איז געווען א רעדע דערפון, און צום סוף האט מען געווארפן א צוקערל מיטן קרן מלמדים (וואס קאסט גארנישט פארן מוסד) וזהו!

מען האט געגעבן א 6% העכערונג פאר די מלמדים עטליכע חדשים צוריק.

רבותי, די הנהלה האט צובאקומען פרישע כוחות, און ארבעטן ענערגיש אויף אלע פראנטן. און מאכן זיכער - אפי' אפשר מיט אגרעסיווע מיטלען - שלא יחסר המזג.
נאר איין זאך חברה: רילעקס. האסטו געלד, צאל, האסטו נישט, צאל נישט. נאר ווער נישט בייז, ווער נישט גערעגט, לאז נישט אפאר דאלער זאלן העכערן דיין בלוט דרוק, וואס קען שוין געשעהן? מען וועט אהיימשיקן דיינע קינדער? וועסטו אביסל פארברענגן מיט זיי מער....
זייט נישט אזוי פאר'דאגה'ט מיט אזאנע קליינליכקייטן, ווען מיר מוטשען זיך דא מיט אזעלכע געפערליכע פראבלעמען ווי צפון קארעא, האנדל קריג מיט כינע, גיוס באר''י, ועוד. ווי קען מיר זיך אפגעבן מיט אזאנע נארישקייטן, ווען יעדע ליאדע מינוט קען קומען צופליען מיסילס פון קארעא?!...
שוין, מיהאמיר זיך שוין אביסל אויסגעלופטערט, היצטערט צוריק אין קאווע שטיבל אריין, און מיטן רויטן צוקנייטשן פנים, מלא ענקזייעטי, לאמיר ווייטער שרייען:
"הנהלה... מוסדות... גניבה... פריץ... ארימער בירגער...

;l;p-
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:24 pm

יצחק ברוך האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:די בריוו איז אנגעקומען צו די מענטשן אין די פאלגענדע קאטעגאריע.
האמיר דאס גערעדט מיט זיי. די טענה איז נישט אויף די קליינע פארדינער, נאר, אויב קאנסטו זיך ערלויבען סיי וועלכע קאר מיט די מינדעסטע אפגרעיד, דאן צאל דא אויכעט. א פלעינע מיניווען, בסדר. ברויכסט לעדערנע ווייל עס בלויז נאך צוואנציג א מאנאט? גיב מיר דאס געלט. האסט א אייגענע ביזנעסס און "די ביזנעסס" צאלט דיין יערליכע פלארידא און ר' שייעלע וואקעישאן? זעה דיין "ביזנעסס" זאל אויך צאלען געהעריג שכר לימוד...
האסט איין קינד? צאל אוואו ווען דו האסט געשיקט אין פלעי גרופ, דארט האנדעלט מען נישט אויף די פרייז. מיט מערערע קינדער וועט מען זיך שיין רעכענען

אויב קאנסטו זיך ערלויבן בשר בהמה איין מאל א וואך, צאהל מער פאר שכר לימוד אויך, ס'נאר א צוואנציגער א וואך גיב מיר דאס געלט.

פארוואס עפעס זאל איך דיר עס געבן? קומט זיך עס פאר דיר מער ווי פאר מיר?
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 2:52 pm

שיעור עיון במייקרא-עקאנאמיקס

תגובהדורך שמאלציג » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:46 pm

פון אן עקאנאמישאן פוינט איז עס זייער א נער'ישע שריט צו העכערן אן 'אייטעם' וואס 'יעדער' ניצט מיט גאנצע '50% 'אויפאיינמאל' פאר 'יעדן'
הסבר
ווען מ'העכערט שכ''ל פאר א יעדן קומט אויס אז צום סוף וועט יעדער ליידן און נאכדעם וועלן די מוסדות ליידן די מערסטע.
וזהו הביאור בעזר צורי וקוני
לאמיר נעמען איין אידאסטריע פונעם עקאנאמי פון שטאט, וואס כמעט יעדער ניצט, און דאס ניצן פאר א משל, אבער דאס איז נאר א דוגמא, די זעלבע איז ביי סיי וועלעכע אנדערע אייטעם/אינדאסטרי/סערוויס פון שטאט.
לאמיר זאגן עס זענען דא 200 קאר סערוויס דרייווערס אין שטאט, לעמיר זאגן צווישן דיע איז דא 500 קינדער ס''ה.
לאמיר זאגן די מוסד באקומט טאטעל 100,000 א חודש פון די גרופע, 500*200=100000
נאכ'ן העכערונג גייט די מוסד באקומען א חודש, 150,000 פון די גרופע, טראכט אריין פון ווי גייט קומען די געלט?
דער קאר סערוויס דרייווער גייט מארגען צו זיין בעה''ב און זאגט, ביז היינט האט איך געמאכט 800 א וואך און געווען צופרידן, איצטערט האב איך א נייער הוצאה, אינטער 1000 א וואך קום איך נישט אריין מארגען, וואס טוט דער בעה''ב אויב מיז ער אים האבן, ער זאגט מסכים.
סא נעקסטע וואך דארף דער קאר סערוויס האבן נאך 50 טויזענט א וואך אינקאם, צו קענען קאווערן די נייע הוצאה, פון ווי גייט ער עס נעמען? זאגט אלע צוזאמען הויעך, פונעם קאסטאמער, דער בעה''ב מאך שנעל דעם קאלקולעישאן, איך האב 25000 טריפס א חודש 2 דאלער מער קאווערט עס, איך קען נישט ארויפגיין גאנצע 2 דאלער אויפאמאל, איך וועל אנהייבן מיט איין דאלער. מארגען גייט א נייע פרייז אריין אין קראפט פאר קאר סערוויס, ארויף מיט איין דאלער. א יאר שפעטער נאך א דאלער, צו קאווערען און צו אפמאכן דעם פארלוסט.
ווען די מוסדות וועלן קומען צום בעה''ב נאך געלט פאר'ן דינער, נא, זאגט אלע צוזאמען, וויפיל הוספה גיבט ער מער פון פאראיאר?, 100% ווייניגער.
די זעלבע איז מיט'ן בית השחיטה ארבעטער, די זעלבע מיט'ן סטאר ארבעטער, דער גראסערי ארבייטער, די זעלבע איז מיט'ן באס דרייווער, דער סופר, דער פאנדרעיזער, יעדער.
וואס וועלן ריטייערטע עלטערן ענטפערן ווען מ'קומט זיי בעטן צוצולייגן א פלייצע, זיי וועלן איך דארף העלפן מיינע קינדער און אייניקלעך באצאלן שכ''ל, אדער מיין שניר דארף מען גוי'טעס ווייל איר מאן ארבעט אווערטיים צו קאווערן נאך 600 דאלער א חודש,
וחוזר חלילה, וואס וועט ענפערן דער ברידער וואס ארבעט שווער פאר פרנסה ווען זיין ברידער דער מלמד וועט דארפן אן הלואה/נדבה ווען ער מאכט חתונה? סארי, מיינע 800 דאלער א חודש סעווינגס גייט פאר שכ''ל, וואס וועט טוען דער מלמד? גיין צו די הנהלה און זאגן, איך קען מער נישט, פאראיאר האב איך אריינבאקומען 10000 ווען איך האב חתונה געמאכט, דאס יאר נישט, איר קענט אפשר אנפילן דעם לאך? אויס נישט גיי איך מיך פון דא.
ווער וועט ליידן? די מוסד, די עלטערן, די איינגעשטעלטע, דער מנהל, וכו'
יעצט ווען די שטאט'ס עקאנאמיע וואלט געווען צוטיילט מיט אסאך אינקאם פון די פרעמד, עס וועלט נישט געווען געקניפט און געבינדן אויף אזא גרויסען פארנעם, אדער די פרייז העכערונג וואלט געגאנגען צוביסלעך, אדער נישט פאר יעדן נאר פאר נייע קינדער, אדער נאר פאר געוויסע עיזדש, אדער סיי וועלעכע איבערגאטראכטע נארמאלע צוביסליכדיגע וועג, וואלט אפשר נישט געשען די קאטאסטראפע, אדער זיך נישט געפילט, אבער יעצט גייט עס יעדער פיעלן רייט אוועי, און די מערסטע די מוסדות.

רעכט אפצופרעגן די תגובה ווערט רעזערווירט פאר ווער עס ס'האט געמעזדשערט מייקרא-עקאנאמיקס אין בית מדרש גבוה. והמבין יבין.
צוגעלייגטע
cv-ev-notes.pdf
(158.48 KiB) דאונלאודעד 63 מאל
לעצט פאראכטן דורך שמאלציג אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:48 pm

משה ישר האט געשריבן:פון ווי ווייסן זיי ווער ס'עסט בשר בהמה איין מאל א וואך?...

די בוטשער גיט עס ארויס... ווי אויך די מלמדים באקומען אלעס ארויס פון די קינדער...
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר מתנות און דאס גלייכן

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:54 pm

גוט גוט...
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:54 pm

:roll: :roll:
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:00 pm

דורכאויס מתווכח זיין אין די סוגיא, קומט אויס מדמה זיין איין מוסד צו די אנדערע. דארף מען וויסען אז בנוגע קאסט פער קינד, איז לא הרי זה כהרי זה.

כ'וואלט עס צעטיילט וואו פאלגענד:

א) די 'גרויסע' חסיד'ישע מוסדות

ב) די קלענערע עכט היימישע כמו פריוואטע מוסדות.

ג) אויך 'פריוואט' אבער אביסעל מאדערען אבער היימיש.. וואו ס'דא אין ב.פ/מאנסי.
אין די קאטאגאריע איז נכלל אויך די ישיבה'ישע מוסדות אין לעיקוואוד/פלעטבוש.

ד) די גאר מאדערענע מוסדות וואו מ'צאלט אין די וועלט אריין. פון די סוג איז נישט שייך מדמה זיין בכלל. די איינגעשטעלטע זענען נאר אזוינע מיט דעגריס, און די פרינסיפעל מוז זיין איינער מיט א PhD..

יעצט אזוי:
1) אויבנאויף, וואו גרעסער א מוסד איז, דארף די קאסט פער קינד זיין וואו ווייניגער. געוויסע כלליות'דיגע הוצאות שטייגען נישט אזויפיל פער קינד. וואו למשל די קאך א.ד.ג.

2) געוויסע הכנסות וואס נאר די גרויסע מוסדות האבען. וואו למשל חתונה זאלן, בוטשער א.ד.ג.
ועוד, די גרויסע האבען אסאך א שטערקערע פאנדרעיזינג אפילו פראפארציענעל.
אין אזוי אויך איז דא געוויסע פראגראמען וואס ס'לוינט נאר פאר די גרעסערע זיך ארומצעשפילען דערמיט.

3) סוג א' וב' בעטען שכר לימוד בערך די זעלבע אין אזוי אויך צאלען זיי פאר די איינגעשטעלטע מער ווייניגער די זעלבע. אזוי אויך די סערוויסעס בדרך כלל. על אף וואס די קלענערע קאסט באמת מער פער קינד פלאס וואס זיי האבען נישט די הכנסות ונדבות אזוי וואו די גרויסע.

4) סוג ג' טשארדזשט אסאך מער וואו א' וב' אבער זיי צאלען פאר די מלמדים/טיטשערס אסאך מער וואו א' וב'. אין זיי פרובירען טאקע צו נעמען לפי דעתם נאר טאפ קוואליטי. די סארט מוסדות האלטען זיך אויס 'בעיקר' נאר פון שכר לימוד! דארט צאלט מען טאקע 450/500 פער קינד. אבער וואו גערעדט צאלט מען פאר די איינגעשטעלטע 'אסאך' שענער אין אזוי אויך איז די מוסד בדר"כ בעסער צוגעשטעלט און נישטא קיין הכנסות און די פאנדרעיזינג איז געווענדליך גאנץ שוואך.
די שאלה איז נאר, צו ס'איווענט זיך אויס.

די קשיא איז נאר ווי אזוי קען סוג ב אנגיין מיט די זעלבע שכר לימוד וואו סוג א' ווען זייער קאסט פער קינד איז מער (לכה"פ נישט ווייניגער), און אן די זייטיגע הכנסות.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:02 pm

שמאלציג האט געשריבן:פון אן עקאנאמישאן פוינט איז עס זייער א נער'ישע שריט צו העכערן אן 'אייטעם' וואס 'יעדער' ניצט מיט גאנצע '50% 'אויפאיינמאל' פאר 'יעדן'
הסבר
ווען מ'העכערט שכ''ל פאר א יעדן קומט אויס אז צום סוף וועט יעדער ליידן און נאכדעם וועלן די מוסדות ליידן די מערסטע.
וזהו הביאור בעזר צורי וקוני
לאמיר נעמען איין אידאסטריע פונעם עקאנאמי פון שטאט, וואס כמעט יעדער ניצט, און דאס ניצן פאר א משל, אבער דאס איז נאר א דוגמא, די זעלבע איז ביי סיי וועלעכע אנדערע אייטעם/אינדאסטרי/סערוויס פון שטאט.
לאמיר זאגן עס זענען דא 200 קאר סערוויס דרייווערס אין שטאט, לעמיר זאגן צווישן דיע איז דא 500 קינדער ס''ה.
לאמיר זאגן די מוסד באקומט טאטעל 100,000 א חודש פון די גרופע, 500*200=100000
נאכ'ן העכערונג גייט די מוסד באקומען א חודש, 150,000 פון די גרופע, טראכט אריין פון ווי גייט קומען די געלט?
דער קאר סערוויס דרייווער גייט מארגען צו זיין בעה''ב און זאגט, ביז היינט האט איך געמאכט 800 א וואך און געווען צופרידן, איצטערט האב איך א נייער הוצאה, אינטער 1000 א וואך קום איך נישט אריין מארגען, וואס טוט דער בעה''ב אויב מיז ער אים האבן, ער זאגט מסכים.
סא נעקסטע וואך דארף דער קאר סערוויס האבן נאך 50 טויזענט א וואך אינקאם, צו קענען קאווערן די נייע הוצאה, פון ווי גייט ער עס נעמען? זאגט אלע צוזאמען הויעך, פונעם קאסטאמער, דער בעה''ב מאך שנעל דעם קאלקולעישאן, איך האב 25000 טריפס א חודש 2 דאלער מער קאווערט עס, איך קען נישט ארויפגיין גאנצע 2 דאלער אויפאמאל, איך וועל אנהייבן מיט איין דאלער. מארגען גייט א נייע פרייז אריין אין קראפט פאר קאר סערוויס, ארויף מיט איין דאלער. א יאר שפעטער נאך א דאלער, צו קאווערען און צו אפמאכן דעם פארלוסט.
ווען די מוסדות וועלן קומען צום בעה''ב נאך געלט פאר'ן דינער, נא, זאגט אלע צוזאמען, וויפיל הוספה גיבט ער מער פון פאראיאר?, 100% ווייניגער.
די זעלבע איז מיט'ן בית השחיטה ארבעטער, די זעלבע מיט'ן סטאר ארבעטער, דער גראסערי ארבייטער, די זעלבע איז מיט'ן באס דרייווער, דער סופר, דער פאנדרעיזער, יעדער.
וואס וועלן ריטייערטע עלטערן ענטפערן ווען מ'קומט זיי בעטן צוצולייגן א פלייצע, זיי וועלן איך דארף העלפן מיינע קינדער און אייניקלעך באצאלן שכ''ל, אדער מיין שניר דארף מען גוי'טעס ווייל איר מאן ארבעט אווערטיים צו קאווערן נאך 600 דאלער א חודש,
וחוזר חלילה, וואס וועט ענפערן דער ברידער וואס ארבעט שווער פאר פרנסה ווען זיין ברידער דער מלמד וועט דארפן אן הלואה/נדבה ווען ער מאכט חתונה? סארי, מיינע 800 דאלער א חודש סעווינגס גייט פאר שכ''ל, וואס וועט טוען דער מלמד? גיין צו די הנהלה און זאגן, איך קען מער נישט, פאראיאר האב איך אריינבאקומען 10000 ווען איך האב חתונה געמאכט, דאס יאר נישט, איר קענט אפשר אנפילן דעם לאך? אויס נישט גיי איך מיך פון דא.
ווער וועט ליידן? די מוסד, די עלטערן, די איינגעשטעלטע, דער מנהל, וכו'
יעצט ווען די שטאט'ס עקאנאמיע וואלט געווען צוטיילט מיט אסאך אינקאם פון די פרעמד, עס וועלט נישט געווען געקניפט און געבינדן אויף אזא גרויסען פארנעם, אדער די פרייז העכערונג וואלט געגאנגען צוביסלעך, אדער נישט פאר יעדן נאר פאר נייע קינדער, אדער נאר פאר געוויסע עיזדש, אדער סיי וועלעכע איבערגאטראכטע נארמאלע צוביסליכדיגע וועג, וואלט אפשר נישט געשען די קאטאסטראפע, אדער זיך נישט געפילט, אבער יעצט גייט עס יעדער פיעלן רייט אוועי, און די מערסטע די מוסדות.

רעכט אפצופרעגן די תגובה ווערט רעזערווירט פאר ווער עס ס'האט געמעזדשערט מייקרא-עקאנאמיקס אין בית מדרש גבוה. והמבין יבין.

קען זיין און טעאריע ביסטו גערעכט אבער במציאות זענען אלע קאר סערוויסעס ארויף
און אלע גראסעריס און בעקעריס און יעצט אויך די שכר לימוד

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:03 pm

אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...

קודם קוקט אויס ווי די צאלסט נישט קיין שכר לימד בכלל
און צווייטענס איך באלאנג צו דעי קהילה
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר משכתבתי!

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:36 pm

לעכטיגער האט געשריבן:דורכאויס מתווכח זיין אין די סוגיא, קומט אויס מדמה זיין איין מוסד צו די אנדערע. דארף מען וויסען אז בנוגע קאסט פער קינד, איז לא הרי זה כהרי זה.

כ'וואלט עס צעטיילט וואו פאלגענד:

א) די 'גרויסע' חסיד'ישע מוסדות

ב) די קלענערע עכט היימישע כמו פריוואטע מוסדות.

3) סוג א' וב' בעטען שכר לימוד בערך די זעלבע אין אזוי אויך צאלען זיי פאר די איינגעשטעלטע מער ווייניגער די זעלבע. אזוי אויך די סערוויסעס בדרך כלל. על אף וואס די קלענערע קאסט באמת מער פער קינד פלאס וואס זיי האבען נישט די הכנסות ונדבות אזוי וואו די גרויסע.

די קשיא איז נאר ווי אזוי קען סוג ב אנגיין מיט די זעלבע שכר לימוד וואו סוג א' ווען זייער קאסט פער קינד איז מער (לכה"פ נישט ווייניגער), און אן די זייטיגע הכנסות.

איר האט עס זייער גוט ארוסגעברנגט.
נאר איך מיין אז מיט 2 נקודות איז נאך די מציאות נאך ווייטער, און מאכט נאך די קשיא אסאך שווערער.
1) סוג ב' צאלט היבש מער פאר די איינגעשטעלטע ווי סוג א'.
2) סוג ב' קאסט פער קינד מסתם באלד דאפלט ווי סוג א'.
לעצט פאראכטן דורך משה ישר אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

שטאלצע_חסיד
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2013 8:59 am
לאקאציע: אינעם אייבערשטענס וועלטל

תגובהדורך שטאלצע_חסיד » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:38 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:העלא, איך בין געקימען מיך אינטער האלטן מיט די אשכול,
די גאנצע אונגעוועטאשפטע סאמאטוכע זעט מיר אויס ווי א שטורעם אין גלעזל וואסער,
וואס האט זיך היינט געטוישט פון פארגע וואך?
ווייל זיי האבן נישט גיניג געלד, איך מיין אז סע איז העכסטע צייט אז די מוסדות זאל ארויס נעמען אלע ביכער אפילו די אלטע, אין ווייזן פארן גאנצן ציבור אז זיי מיינען עס אמת, קיינער האט נישט קיין טראסט אין די פאר עשירים וואס פירן די מוסדות,
איך וויל נישט אונדרייען קיין רעוועלוציע אבער, אונז אידעלעך זענען נישט קיין שוטים ב"ה, מע קען נישט פארקויפן לאקשן אז סע איז נישט דא קיין געלד.
נישט דא קיין געלד?
ווי גייט די געלד וואס מע צאלט פאר וועד הקריה ווען מע קויפט א נייע הויז?
ווי גייט די געלד פון אלע שטאטישע בנינים וואס געהערט פאר די מוסדות?
איך פארשטיי דארפסט מער געלד, איך הער דיין זייט, ווילסט מער געלד, שטעל מער צו!
ווילסט מער געלד? זיי אביסל מער העיפליך צו די עלטערן, יעדר וועט דיר געבן, אבער זיי נארמאל.


אוי, איז דאס אמת!

איך האלט שוין לאנג אז אלע ציבור'ישע מוסדות און ארגאניזאציעס זאלן ארויסגעבן אפיציעלע פינאנציאלע רעקארדס יעדע יאר.


פשוט, זיי אלע שרייען "מיר ארבעטן - מיט דיר - פאר דיר".

פיין, איר ווילט מיין געלט? איך בין א שותף מיט ענק. נו, ווייזט מיר אייער הכנסות און הוצאות - ווי סאך קומט אריין פון שכ"ל, נדבות, שנארעריי, גניבות וכו'?! וואו סאך איז פעיראל, ווער זיצט אויף גרויסע וועידזשעס ... וואס זענען די אווערהעד עקספענסעס?! ווי סאך געלט ווערט פארטאכלעוועט אויף נארישקייטן וכו' וכו'.

וואס טראכט די ציבור?

אז די ציבור זענען שותפים מיט די הנהלה, דאן טיילט מיט מהנעשה בעובי הקורה...

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:42 pm

סבאדערט מיר אויך אז מען העכערט אבער פין דע אנדערע זייט ווייס איך נישט צו סאיז דא נאך א מוסד וואס האט אזויפיל עלטערן וואס צאלן אינגאנצן נישט אדער ממש די מינימים אזוי ווי דעי מוסד.
אין די סיטי איז זייט סאיז דא די וואוטשערס איז נישט נאר דעי וואס פלעגן צאלן גיט צאלן נאך בעסער נאר אפילו דעי וואס פלעגן גארנישט צאלן למשל די מלמדים האבן היינט וואוטשערס, אבער אין קרית יואל איז דעס נישטא אין א ריזיגע פראצענט צאלט גארנישט אדער כמעט גארנישט חוץ פין די מלמדים וואס איז אפציעל בחינם

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:48 pm

אבער קרית יואל'ע מוסדות האבען א וועד הקריה מיט איינקונפט פון יעדע דירה. זיי האבען א שאפפינג און ביזנעסס צענטער מיט אלעס ארויסגעדינגען. די בית השחיטה איז ווייט נישט קיין לאך. פאראדייס און קרן ויואל משה אלס זאלען, און קרן ויואל משה אלס טאג/סעיל זאל און די מאטעל זייערע וואס מען קאן דארט נישט דינגען, ווייל אלעס איז פערנומען. טראנספארטעישן פון וואס דו רעדסט, איז א גרויסע פראצענט געדעקט דורך די סקול דיסטריקט.
בוי זיך זעלבסט

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:49 pm

וויפיל נעמען קענט איר וואס צאלן אינגאנצן נישט?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:53 pm

צו געזונט האט געשריבן:אבער קרית יואל'ע מוסדות האבען א וועד הקריה מיט איינקונפט פון יעדע דירה. זיי האבען א שאפפינג און ביזנעסס צענטער מיט אלעס ארויסגעדינגען. די בית השחיטה איז ווייט נישט קיין לאך. פאראדייס און קרן ויואל משה אלס זאלען, און קרן ויואל משה אלס טאג/סעיל זאל און די מאטעל זייערע וואס מען קאן דארט נישט דינגען, ווייל אלעס איז פערנומען. טראנספארטעישן פון וואס דו רעדסט, איז א גרויסע פראצענט געדעקט דורך די סקול דיסטריקט.

א מין אלטמאדישע תירוץ. וואו לעבט איר? אין לאלא לאנד? דו אלע זאכן געהערט שוין יארן צו א יחיד.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:55 pm

אזוי וויל איך האט געשריבן:סבאדערט מיר אויך אז מען העכערט אבער פין דע אנדערע זייט ווייס איך נישט צו סאיז דא נאך א מוסד וואס האט אזויפיל עלטערן וואס צאלן אינגאנצן נישט אדער ממש די מינימים אזוי ווי דעי מוסד.
אין די סיטי איז זייט סאיז דא די וואוטשערס איז נישט נאר דעי וואס פלעגן צאלן גיט צאלן נאך בעסער נאר אפילו דעי וואס פלעגן גארנישט צאלן למשל די מלמדים האבן היינט וואוטשערס, אבער אין קרית יואל איז דעס נישטא אין א ריזיגע פראצענט צאלט גארנישט אדער כמעט גארנישט חוץ פין די מלמדים וואס איז אפציעל בחינם

דאס איז די אבאמא דאקטארין. יענער ארבעט נישט, און דו צאל קנס
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:56 pm

ממה נפשך האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
פאלם טרי האט געשריבן:מ'דארף נישט מאכען א עקסטערע אשכול מקען מאכן ק/פ פין די פאריאריגע 82 אשכול

שלום עליכם ר׳ יוד. די האלט׳ס נאך אינמיטן די ירחי לידה, ניין?


אע"כ?

ער האט גראדע גוט געזאגט...

כ׳וויל אים איבערבעטן. כ׳האב בלויז געמאכט א וויצל. זיך באצויגן צו זיין ניק וואס איז שוין א געזעץ אבער נאכנישט ריין ריאלעטעיט.

צו דאס וואס ״פאלם טרי״ זאגט עגרי איך אויך. ס׳איז שוין פארהאן צופיל אשכולות אויף די נושא אליין, מ׳קען אלעס מירדזשן
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:18 pm

טעם וריח האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:אבער קרית יואל'ע מוסדות האבען א וועד הקריה מיט איינקונפט פון יעדע דירה. זיי האבען א שאפפינג און ביזנעסס צענטער מיט אלעס ארויסגעדינגען. די בית השחיטה איז ווייט נישט קיין לאך. פאראדייס און קרן ויואל משה אלס זאלען, און קרן ויואל משה אלס טאג/סעיל זאל און די מאטעל זייערע וואס מען קאן דארט נישט דינגען, ווייל אלעס איז פערנומען. טראנספארטעישן פון וואס דו רעדסט, איז א גרויסע פראצענט געדעקט דורך די סקול דיסטריקט.

א מין אלטמאדישע תירוץ. וואו לעבט איר? אין לאלא לאנד? דו אלע זאכן געהערט שוין יארן צו א יחיד.

אזוי? ווער איז דער יחיד? און ווען און ווער האט עס אים פארקויפט?
לעצט פאראכטן דורך משה ישר אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

שמע בני
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:27 pm

תגובהדורך שמע בני » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:29 pm

מי יודע האט געשריבן:
שמע בני האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב אנגעגרייט א גאנצן בריוו מיט טענות פארוואס די אנגעבליכע 'פולע-קאסטן' חשבון שטימט נישט, אבער נאכן אריינרופן האבן זיי געזאגט אז דאס איז בלויז פאר אילוסטיראציע, און עס וועט בלויז זיין א גאר מילדע העכערונג, אויב עפעס.

אויב עפעס איז קיין פראגע, ס'איז א לעצטערע מאדע אז מ'העכערט יעדע יאר
ווען מ'וואלט געהעכערט די וועיזדש ביי די מלמדים ביי יעדע העכערונג ביי די טאטעס החרשתי, אבער די וועיזדש איז דאך די זעלבע זינט....

זיי האבן פאר א יאהר געהכערט פאר די מלמדים. און יעצט גייען זיי ארויף פאר די טאטע'ס.

פון וואו נעמסטו דאס?
לפי ידיעתי האט מען נישט געהעכערט, היי יאר נאך שבת מלמדים איז געווען א רעדע דערפון, און צום סוף האט מען געווארפן א צוקערל מיטן קרן מלמדים (וואס קאסט גארנישט פארן מוסד) וזהו!

א נאנטער קרוב מיינער א מלמד האט מיר דאס דערציילט.
גראדע האבן זיי געהעכערט אויף א אינטערסאנטע וועג: דורך געבן א 2 מאל א יאר א טשעק לויט א 3 פראצענט העכערונג אויפן וועידזש. פארשטייט איינער וואס זיי פארדינען דערפון?

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:37 pm

משה ישר האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:אבער קרית יואל'ע מוסדות האבען א וועד הקריה מיט איינקונפט פון יעדע דירה. זיי האבען א שאפפינג און ביזנעסס צענטער מיט אלעס ארויסגעדינגען. די בית השחיטה איז ווייט נישט קיין לאך. פאראדייס און קרן ויואל משה אלס זאלען, און קרן ויואל משה אלס טאג/סעיל זאל און די מאטעל זייערע וואס מען קאן דארט נישט דינגען, ווייל אלעס איז פערנומען. טראנספארטעישן פון וואס דו רעדסט, איז א גרויסע פראצענט געדעקט דורך די סקול דיסטריקט.

א מין אלטמאדישע תירוץ. וואו לעבט איר? אין לאלא לאנד? דו אלע זאכן געהערט שוין יארן צו א יחיד.

אזוי? ווער איז דער יחיד? און ווען און ווער האט עס אים פארקויפט?

משה11 האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:העלא, איך בין געקימען מיך אינטער האלטן מיט די אשכול,
די גאנצע אונגעוועטאשפטע סאמאטוכע זעט מיר אויס ווי א שטורעם אין גלעזל וואסער,
וואס האט זיך היינט געטוישט פון פארגע וואך?

נישט דא קיין געלד?
ווי גייט די געלד וואס מע צאלט פאר וועד הקריה ווען מע קויפט א נייע הויז?

איך מיין אז דא שטעקט די טעות - וועד הקריה איז נישט די מוסדות, אפי' איין מענטש פירט ביידע
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:38 pm

שמע בני האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
שמע בני האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב אנגעגרייט א גאנצן בריוו מיט טענות פארוואס די אנגעבליכע 'פולע-קאסטן' חשבון שטימט נישט, אבער נאכן אריינרופן האבן זיי געזאגט אז דאס איז בלויז פאר אילוסטיראציע, און עס וועט בלויז זיין א גאר מילדע העכערונג, אויב עפעס.

אויב עפעס איז קיין פראגע, ס'איז א לעצטערע מאדע אז מ'העכערט יעדע יאר
ווען מ'וואלט געהעכערט די וועיזדש ביי די מלמדים ביי יעדע העכערונג ביי די טאטעס החרשתי, אבער די וועיזדש איז דאך די זעלבע זינט....

זיי האבן פאר א יאהר געהכערט פאר די מלמדים. און יעצט גייען זיי ארויף פאר די טאטע'ס.

פון וואו נעמסטו דאס?
לפי ידיעתי האט מען נישט געהעכערט, היי יאר נאך שבת מלמדים איז געווען א רעדע דערפון, און צום סוף האט מען געווארפן א צוקערל מיטן קרן מלמדים (וואס קאסט גארנישט פארן מוסד) וזהו!

א נאנטער קרוב מיינער א מלמד האט מיר דאס דערציילט.
גראדע האבן זיי געהעכערט אויף א אינטערסאנטע וועג: דורך געבן א 2 מאל א יאר א טשעק לויט א 3 פראצענט העכערונג אויפן וועידזש. פארשטייט איינער וואס זיי פארדינען דערפון?

אז די מלמדים זאלן געדענקן 2 מאל א יאר אז זיי באקימען א העכערונוג
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט