UTA קרית יואל העכערט די שכ"ל מיט $100 א חודש

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:07 pm

א מחי' האט געשריבן:דאס איז שוין פון די רייכסטע מוסדות אין די וועלט מיט כלערליי פראגראמען וואס איז נאר נישט פארהאנען
איך בארעכטיג נישט די העכערונג, נאר מאך זיי נישט די רייכסטע ווייל זיי העכערן שכ''ל, ס'דא מוסדות וואס האבען מער זאלען/פראגראמען מיט ווייניגער הוצאות אין בעטן מער שכ'''ל

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:08 pm

תרנגול האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:עס איז ארויף צו $235 פער קינד!

235 א קינד?
דאס מיינט אז ביז יעצט איז די פרייז געווען 135?
WOW די האסט געהאט זאטע יארען
לעצט פאראכטן דורך סעטינגס אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:10 pm

אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...

די קרית יואל סאטמארע מוסד איז למעשה אינגאנצן אנדערש, סיי ווי די אנדערע וואס די רעכענסט אויס, און סיי ווי אסאך אנדערע.
וויבאלד דער מוסד באלאנגט פאר די חסידות ווי די עלטערן געהערן, און זיי זענען אלע א חלק פון די קהילה און מוסדות וכו' וכו', און שטיצן דאס כסדר דורכאויס דעם קיילעכדיגן יאר דורך פארשידענע אופנים, ואכמ"ל.
לעצט פאראכטן דורך משה ישר אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:16 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:13 pm

איך האב זיי געזאגט אז די פאפיר איז אלעס סובל קענסט שרייבן/בילן וויפיל די ווילסט איך וועל ווייטער צאלן וויפיל איך קען ערלויבן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:16 pm

פאלם טרי האט געשריבן:מ'דארף נישט מאכען א עקסטערע אשכול מקען מאכן ק/פ פין די פאריאריגע 82 אשכול


ס'פארשפארט viewtopic.php?f=3&t=34638

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:18 pm

הרב_שלום האט געשריבן:אצינד האבן אלע תושבי קרית יואל באקומען א בריוו אז זייער שכ"ל גייט ארויפ מיט $100 פער קינד

איך האב נישט באקומען די בריוו, גייט דאס יעדער באקומען? שטייט אויף די בריוו אז מ'גייט יעדן העכערן? אדער נאר די וואס צאלען אינטער 235?

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:21 pm

משה ישר האט געשריבן:עס איז ארויף צו $235 פער קינד!

דאס איז דאך די געהעריגע פרייז ביז היינט אויך...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:22 pm

עס איז נישט אזוי ווייט די 5-10 דאללאר העכערונג. עס איז די גאנצע קאמפיין געצילט אויף די ערליכע פולע פרייז באצאלער כאילו זיי באצאלן נישט זייער פעיר שעיר.

פארצייל מיר נישט אז א קליין מיידל קאסט $410 א חודש ווען עס איז נישט ריכטיג.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:24 pm

און ויואל משה צאלט רוב עלטערן 250 פלאס טראנספארטעישן. רעגיסטרעישן בדק הבית פלאס 2 מאות פאר דעי קעמפ

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:26 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז נישט אזוי ווייט די 5-10 דאללאר העכערונג. עס איז די גאנצע קאמפיין געצילט אויף די ערליכע פולע פרייז באצאלער כאילו זיי באצאלן נישט זייער פעיר שעיר.

פארצייל מיר נישט אז א קליין מיידל קאסט $410 א חודש ווען עס איז נישט ריכטיג.

וואס איז דיין חשבון?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:28 pm

הרב_שלום האט געשריבן:אצינד האבן אלע תושבי קרית יואל באקומען א בריוו אז זייער שכ"ל גייט ארויפ מיט $100 פער קינד

איך האב נישט באקומען קיין שום בריוו

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:29 pm

עפעס שטימט נישט דא מיט די פרייזן. רוב ארבעטער צאלן היינט 220-250 א קינד.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
א מחי'
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:29 pm

סעטינגס האט געשריבן:
פאלם טרי האט געשריבן:מ'דארף נישט מאכען א עקסטערע אשכול מקען מאכן ק/פ פין די פאריאריגע 82 אשכול


ס'פארשפארט https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=34638


אט אט ווערט די אשכול אויך...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3160
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:30 pm

די בריוו איז אנגעקומען צו די מענטשן אין די פאלגענדע קאטעגאריע.
האמיר דאס גערעדט מיט זיי. די טענה איז נישט אויף די קליינע פארדינער, נאר, אויב קאנסטו זיך ערלויבען סיי וועלכע קאר מיט די מינדעסטע אפגרעיד, דאן צאל דא אויכעט. א פלעינע מיניווען, בסדר. ברויכסט לעדערנע ווייל עס בלויז נאך צוואנציג א מאנאט? גיב מיר דאס געלט. האסט א אייגענע ביזנעסס און "די ביזנעסס" צאלט דיין יערליכע פלארידא און ר' שייעלע וואקעישאן? זעה דיין "ביזנעסס" זאל אויך צאלען געהעריג שכר לימוד...
האסט איין קינד? צאל אוואו ווען דו האסט געשיקט אין פלעי גרופ, דארט האנדעלט מען נישט אויף די פרייז. מיט מערערע קינדער וועט מען זיך שיין רעכענען
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:31 pm

די מוסדות אין וויליאמסבורג בעטן היינט עמטליך
$275 שכ"ל + טרענספארטעישן + רעגעסטראציע + קרן הבנין
איי איי,-וועלט

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:32 pm

צו געזונט האט געשריבן:די בריוו איז אנגעקומען צו די מענטשן אין די פאלגענדע קאטעגאריע.
האמיר דאס גערעדט מיט זיי. די טענה איז נישט אויף די קליינע פארדינער, נאר, אויב קאנסטו זיך ערלויבען סיי וועלכע קאר מיט די מינדעסטע אפגרעיד, דאן צאל דא אויכעט. א פלעינע מיניווען, בסדר. ברויכסט לעדערנע ווייל עס בלויז נאך צוואנציג א מאנאט? גיב מיר דאס געלט. האסט א אייגענע ביזנעסס און "די ביזנעסס" צאלט דיין יערליכע פלארידא און ר' שייעלע וואקעישאן? זעה דיין "ביזנעסס" זאל אויך צאלען געהעריג שכר לימוד...
האסט איין קינד? צאל אוואו ווען דו האסט געשיקט אין פלעי גרופ, דארט האנדעלט מען נישט אויף די פרייז. מיט מערערע קינדער וועט מען זיך שיין רעכענען

פון וואו ווייסט די מוסד יעדעמס פערזענליכע סטעטוס?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:34 pm

הלוואי אין מאנסי געוואונטשן דעי פרייזן...

זעט אויס די קרית יואל'ע אידן ווייסן נישט וויפיל מ'טשארדשט ביי אלע אנדערע מוסדות'ער...

יעדער איז מכובד זיך נאכצופרעגן ביי די קרובים אבער בתנאי אז מ'זאל דערנאך דא שרייבן דעם אמת...
לעצט פאראכטן דורך לאו דוקא אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:34 pm

שמאטע האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:די בריוו איז אנגעקומען צו די מענטשן אין די פאלגענדע קאטעגאריע.
האמיר דאס גערעדט מיט זיי. די טענה איז נישט אויף די קליינע פארדינער, נאר, אויב קאנסטו זיך ערלויבען סיי וועלכע קאר מיט די מינדעסטע אפגרעיד, דאן צאל דא אויכעט. א פלעינע מיניווען, בסדר. ברויכסט לעדערנע ווייל עס בלויז נאך צוואנציג א מאנאט? גיב מיר דאס געלט. האסט א אייגענע ביזנעסס און "די ביזנעסס" צאלט דיין יערליכע פלארידא און ר' שייעלע וואקעישאן? זעה דיין "ביזנעסס" זאל אויך צאלען געהעריג שכר לימוד...
האסט איין קינד? צאל אוואו ווען דו האסט געשיקט אין פלעי גרופ, דארט האנדעלט מען נישט אויף די פרייז. מיט מערערע קינדער וועט מען זיך שיין רעכענען

פון וואו ווייסט די מוסד יעדעמס פערזענליכע סטעטוס?

וואס הייסט. זיי האבן פילטערס אויף יעדנ'ס טעלעפאון אין קאמפיוטער....
איי איי,-וועלט

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:36 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:די בריוו איז אנגעקומען צו די מענטשן אין די פאלגענדע קאטעגאריע.
האמיר דאס גערעדט מיט זיי. די טענה איז נישט אויף די קליינע פארדינער, נאר, אויב קאנסטו זיך ערלויבען סיי וועלכע קאר מיט די מינדעסטע אפגרעיד, דאן צאל דא אויכעט. א פלעינע מיניווען, בסדר. ברויכסט לעדערנע ווייל עס בלויז נאך צוואנציג א מאנאט? גיב מיר דאס געלט. האסט א אייגענע ביזנעסס און "די ביזנעסס" צאלט דיין יערליכע פלארידא און ר' שייעלע וואקעישאן? זעה דיין "ביזנעסס" זאל אויך צאלען געהעריג שכר לימוד...
האסט איין קינד? צאל אוואו ווען דו האסט געשיקט אין פלעי גרופ, דארט האנדעלט מען נישט אויף די פרייז. מיט מערערע קינדער וועט מען זיך שיין רעכענען

פון וואו ווייסט די מוסד יעדעמס פערזענליכע סטעטוס?

וואס הייסט. זיי האבן פילטערס אויף יעדנ'ס טעלעפאון אין קאמפיוטער....

:wink:

זיי זעהען וויפיל מאל מען לאג'ט אריין אין די באנק עפפ...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:37 pm

שמאטע האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:עס איז ארויף צו $235 פער קינד!

דאס איז דאך די געהעריגע פרייז ביז היינט אויך...

סארי איך צאל דריי הינדערט א חודש פער קינד, + גמלא + דינר + איך ווייס נישט וואס נאך,נישט געוויסט אז עס איז דא ואוס צאלן 235.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:37 pm

ניס קראכער האט געשריבן:די מוסדות אין וויליאמסבורג בעטן היינט עמטליך
$275 שכ"ל + טרענספארטעישן + רעגעסטראציע + קרן הבנין


ועיקר שכחת אז די שטאטישע מוסדות מאכן אבער אויף האלב-צוויי דריטל קינדער פונעם מוסד 5-800$ פער קינד פון די וואוטשער'ס...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21989
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:38 pm

יענער זאל זיך קומען בעטן און האנדלען איז קיין ענטפער, נישט יעדער האלט ביים האנדלען, און נישט יעדער וואס האנדעלט האט נישט, געווענליך איז פונקט קאפויער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3160
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:38 pm

עס איז די אנזעהבארע שטאטוס פון דעם מענטש.
זיין זיידע/שווער/טאטע צאלט אים די אורלויב און די שיינע קאר, אבער ביי שכר לימוד וויל מען אים נישט העלפן...
זיין ביזנעסס מאכט נישט קיין געלט, אבער די רעסטאראנען נוצט ער אלס א ביזנעסס עקספענס...
פלעי גרופ איז דא א פרייז, אבער פאר שכר לימוד איז עס צו פיל...
בוי זיך זעלבסט

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:39 pm

פלעי גרופ איז בלויז עטליכע חדשים, שכר לימוד איז אויף לאנגע יארן, והחילוק פשוט.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:41 pm

דברים אלו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז נישט אזוי ווייט די 5-10 דאללאר העכערונג. עס איז די גאנצע קאמפיין געצילט אויף די ערליכע פולע פרייז באצאלער כאילו זיי באצאלן נישט זייער פעיר שעיר.

פארצייל מיר נישט אז א קליין מיידל קאסט $410 א חודש ווען עס איז נישט ריכטיג.

וואס איז דיין חשבון?


וואס זיי שרייבן איז, אז בעפאר אראפרעכענען הכנסות קאסט א קליין מיידל $410.

איך וועל אננעמען אז אין דעם פרייז איז ווארשיינליך נישט אריינגערעכנט די צוגאב קאסטן פון טראנספארטאציע, רעגיסטראציע, און דעי קעמפ. פארוואס'שע? ווייל זיי רעכנט דאס דאך אויך נישט אריין, סיי אין מיין שכר לימוד פרייז אויבן אויפן ביל וואס דארט צילן זיי דאך אז דאס זאל זיין וואס ווייניגער כלפי דעם 'קאסט פרייז', און אויך נישט אין די אפיצילע "פול קאסט פרייז פער חודש".

ד.מ. אז נאכן צורעכענען די אויבנדערמאנטע קאסטן, איז די אזויגערופענע קלענער מיידל "קאסט-פרייז" לשיטתם עפעס מער ווי די $410 gross וואס איז אינעם בראשור. דאס קומט אויס בערך $470 פאר א זומער חודש ווען ס'איז דא די "דעי- קעמפ" טשארדזשעס.

נאכמער, ס'איז דאך באקאנט אז די מיידלעך האבן בערך 2 מיט א האלב וואכן זומער-וואקאציע אין די בעפאר -און -נאך דעי קעמפ סעזאן. דאס איז בערך 20% פון די זומער צייט. אזוי אויך איז פאראן א צאל מיידלעך וועלכע גייען בכלל נישט אין דעי-קעמפ אדער אין קעמפ פאר א האלבן זומער. אין די צייט ווערט מען געהעריג געבילט פאר שכ"ל, טראץ וואס א חלק ניכר אויסגאבן פונעם מוסד זענען נישטא אין די צייט אפשניט. אבער די חשבון פון "קאסט פרייז" רעכנט אריין אלע צייטן פון יאר, אפגעזען וויפיל טעג אינעם חודש ס'איז פאראן שולע. ד.מ. אז די אמת'ע קאסט אין די צייט ווען עס איז יא דא שולע איז באמת פיל מער ווי זיי אליין שרייבן. (נאכאמאל, לויט זייער קאלקולאציע), דאס קומט אויס צו בערך $550.

שטעלט זיך די שאלה, קאסט טאקע א קלענער מיידל די קאלאסאלע סומע פון $550 א חודש??.. די תירץ איז, איך ווייס נישט. איך האב נישט געזען די ביכער, און איך ווייס נישט וואס ס'איז אלס אינוואלווד. אבער אויפן שכל לייגט זיך עס נישט. אז דו וועסט דאס זאגן פאר סיי וועלכע ביזנעסמאן, וועט ער דיך זאגן אז דא מוז זיין עפעס מיס-מענעדזשד.

אז די איינע פריצייטיג-גראדואירטע מיידל טיטשער וואס רייסט זיך איבער מיט די ריזיגע צוזאמגעשמאלצענע קלאס אין די הייסע זומער טעג פארדינט אויף פארשפעטיגטע פעיראל בערך די סומע וואס איין מיידל קאסט (!) (נעבאך, איך וועל איר מוזן גיבן א טיפ!) איז אדער די חשבון נישט ריכטיג, אדער די בודזשעט נישט גוט באהאנדלט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט