בלאט 1 פון 9

UTA קרית יואל העכערט די שכ"ל מיט $100 א חודש

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:30 pm
דורך הרב_שלום
אצינד האבן אלע תושבי קרית יואל באקומען א בריוו אז זייער שכ"ל גייט ארויפ מיט $100 פער קינד

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:32 pm
דורך משה ישר
און אסאך עלטערן אפילו מיט $135 פער קינד!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:33 pm
דורך שמואל הלוי
Wow! please post a copy of the letter let us see the excuse

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:35 pm
דורך נא_שכל
זיי האבן געזען אז די ווילאמסבורגע מחוצפים צאלן די העכערע פרייזן ווי שעפעלך, פארוואס זאלן זיי נישט העכערן?

מ'העט שוין שפעטער מאכן א גמ"ח, וואס גייט אויסבארגן די שכ"ל.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:36 pm
דורך yakovb
שמואל הלוי האט געשריבן:Wow! please post a copy of the letter let us see the excuse

די געז פרייזען איז געשטיגען...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:36 pm
דורך א מחי'
דאס איז שוין פון די רייכסטע מוסדות אין די וועלט מיט כלערליי פראגראמען וואס איז נאר נישט פארהאנען

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:38 pm
דורך מי יודע
אויף מיין בריוו קומט אויס א חשבון אז זיי פלאנען ארויפצוגיין מיט 200 א קינד
איינער האט מיר לעצטענס געמאכט א חשבון אז עפעס שטימט נישט, די סלאגאן איז צאל די קאסטן פון דיין קינד, יעצט בואו ונחשוב חשבונו של עולם

די בודזשעט ביים דינער איז געווען 43 מיליאן דאלער
קינדער איז דא בערך 9500 קיעה"ר
קומט אויס בערך 4526 דאלער פאר א קינד א יאר
צוטייל אין 12 חדשים קומט אויס די קאסט פרייז איז 377
יעצט נעם אראפ די פראגראמען וואס זיי אליין זאגן אז מ'מאכט בערך 110 דאלער אויף א קינד קומט דאס אויס 267 א קינד

ממילא ווייס איך נישט ווי זיי קומען אן צו די גרויסע נומערן

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:38 pm
דורך משה ישר
עס איז ארויף צו $235 פער קינד!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:39 pm
דורך משה ישר
yakovb האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:Wow! please post a copy of the letter let us see the excuse

די געז פרייזען איז געשטיגען...

... :lol:

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:42 pm
דורך אהער און אהין
איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:45 pm
דורך פאלם טרי
מ'דארף נישט מאכען א עקסטערע אשכול מקען מאכן ק/פ פין די פאריאריגע 82 אשכול

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:46 pm
דורך Don't worry
אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...


עס איז נישט ווי א ביזנעס. זיי זענען נישט דא פאר פראפיט. און זיי ארבעטן פארן ציבור. די ציבור איז זייער בעל הבית. עס איז ווי א גאווערמענט פאר די פיעפעל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:48 pm
דורך ר' יום טוב
איך האב אנגעגרייט א גאנצן בריוו מיט טענות פארוואס די אנגעבליכע 'פולע-קאסטן' חשבון שטימט נישט, אבער נאכן אריינרופן האבן זיי געזאגט אז דאס איז בלויז פאר אילוסטיראציע, און עס וועט בלויז זיין א גאר מילדע העכערונג, אויב עפעס.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:48 pm
דורך מי יודע
אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...

און דו האלטסט אז זיי ווילן הערן דעם תירוץ ווען זיי קומען אריבער צו א עושר נאך געלט? אדער ווען מען קומט שנארן פון יעדען אינגערמאן בשבעת ימי המשתה ער זאל זיך אויפסיינען אויף בן גמלא? דער תירוץ זאל זיין - ביסט א ביזנעס, האסט שוין אמאל געהערט א ביזנעס גייט נאך געלט?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:49 pm
דורך ניס קראכער
וויפיל איז די פרייז ביז יעצט
אין צו וויפיל גייט מען ארויף?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:50 pm
דורך תרנגול
משה ישר האט געשריבן:עס איז ארויף צו $235 פער קינד!

235 א קינד?
דאס מיינט אז ביז יעצט איז די פרייז געווען 135?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:51 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
פאלם טרי האט געשריבן:מ'דארף נישט מאכען א עקסטערע אשכול מקען מאכן ק/פ פין די פאריאריגע 82 אשכול

שלום עליכם ר׳ יוד. די האלט׳ס נאך אינמיטן די ירחי לידה, ניין?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:53 pm
דורך משה ישר
מי יודע האט געשריבן:אויף מיין בריוו קומט אויס א חשבון אז זיי פלאנען ארויפצוגיין מיט 200 א קינד
איינער האט מיר לעצטענס געמאכט א חשבון אז עפעס שטימט נישט, די סלאגאן איז צאל די קאסטן פון דיין קינד, יעצט בואו ונחשוב חשבונו של עולם

די בודזשעט ביים דינער איז געווען 43 מיליאן דאלער
קינדער איז דא בערך 9500 קיעה"ר
קומט אויס בערך 4526 דאלער פאר א קינד א יאר
צוטייל אין 12 חדשים קומט אויס די קאסט פרייז איז 377
יעצט נעם אראפ די פראגראמען וואס זיי אליין זאגן אז מ'מאכט בערך 110 דאלער אויף א קינד קומט דאס אויס 267 א קינד

ממילא ווייס איך נישט ווי זיי קומען אן צו די גרויסע נומערן

און וואס טוט זיך מיט די בערך 15 ביז 20 גוט גייענדע ביזנעסער וואס באלאנגט פאר די מוסדות און ברענגט אריין א יאר שווערע מיליאנען, וואס די הכנסות גייט פאר די מוסדות?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:54 pm
דורך אחת ואחת
נא_שכל האט געשריבן:זיי האבן געזען אז די ווילאמסבורגע מחוצפים צאלן די העכערע פרייזן ווי שעפעלך, פארוואס זאלן זיי נישט העכערן?

מ'העט שוין שפעטער מאכן א גמ"ח, וואס גייט אויסבארגן די שכ"ל.

אין וומ"ס איז כאטש דא וואטשערס און ווער עס איז נישט בארעכטיגט דערפאר האט צו צאלן די העכערע פרייז

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:54 pm
דורך מי יודע
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב אנגעגרייט א גאנצן בריוו מיט טענות פארוואס די אנגעבליכע 'פולע-קאסטן' חשבון שטימט נישט, אבער נאכן אריינרופן האבן זיי געזאגט אז דאס איז בלויז פאר אילוסטיראציע, און עס וועט בלויז זיין א גאר מילדע העכערונג, אויב עפעס.

אויב עפעס איז קיין פראגע, ס'איז א לעצטערע מאדע אז מ'העכערט יעדע יאר
ווען מ'וואלט געהעכערט די וועיזדש ביי די מלמדים ביי יעדע העכערונג ביי די טאטעס החרשתי, אבער די וועיזדש איז דאך די זעלבע זינט....

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:55 pm
דורך ניס קראכער
אחת ואחת האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:זיי האבן געזען אז די ווילאמסבורגע מחוצפים צאלן די העכערע פרייזן ווי שעפעלך, פארוואס זאלן זיי נישט העכערן?

מ'העט שוין שפעטער מאכן א גמ"ח, וואס גייט אויסבארגן די שכ"ל.

אין וומ"ס איז כאטש דא וואטשערס און ווער עס איז נישט בארעכטיגט דערפאר האט צו צאלן די העכערע פרייז

אזוי גאר

וויפיל איז די נייע פרייז דארט?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:55 pm
דורך צל עובר
א מחי' האט געשריבן:דאס איז שוין פון די רייכסטע מוסדות אין די וועלט מיט כלערליי פראגראמען וואס איז נאר נישט פארהאנען

זיי האבן אסאך ווייניגער פראגראמען ווי אלע מוסדות פון די סיטי, זיי האבן נישט קיין וואוטשערס, און זיי האבן ביז היינט געבעטן היפש ווייניגער ווי עני מוסד עניווער.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:56 pm
דורך ראספשע
אחת ואחת האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:זיי האבן געזען אז די ווילאמסבורגע מחוצפים צאלן די העכערע פרייזן ווי שעפעלך, פארוואס זאלן זיי נישט העכערן?

מ'העט שוין שפעטער מאכן א גמ"ח, וואס גייט אויסבארגן די שכ"ל.

אין וומ"ס איז כאטש דא וואטשערס און ווער עס איז נישט בארעכטיגט דערפאר האט צו צאלן די העכערע פרייז

וועלפעיר איז דא
וואטשער'ס איז שוין לאנג נישטא

[אפשר קאמביינט מען דעם אשכול מיטן 82 אשכול, די זעלבע טענות גייען יעצט גיין אהין און צוריק]

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:58 pm
דורך שיכור
איך האב נישט געליינט וואס זיי שרייבן אבער די געדאנק איז לכאורה
יעדער וואס קען זאל באצלאן די עכטע קאסט פרייז פער קינד
א שיינע ציבור קען זיך ב"ה יאר ערלויבן צו צאלן מער
די איבריגע וועלן ווייטער אראפהאנדן יעדער איינער לויט זיין מצב

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:00 pm
דורך אהער און אהין
מי יודע האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...

און דו האלטסט אז זיי ווילן הערן דעם תירוץ ווען זיי קומען אריבער צו א עושר נאך געלט? אדער ווען מען קומט שנארן פון יעדען אינגערמאן בשבעת ימי המשתה ער זאל זיך אויפסיינען אויף בן גמלא? דער תירוץ זאל זיין - ביסט א ביזנעס, האסט שוין אמאל געהערט א ביזנעס גייט נאך געלט?

זיי מעגן קומען שנארן פאר בן גמלא, דו מוזט זיי נישט געבן אדער אפי' אויפנעמען.
אין וויליאמסבורג האבן זיי געארבעט זייער עטיש, זיך אראפגעזעצט מיט יעדן, פרובירט צו פארהאנדלען, און דער עולם האט זיך שיין אנגערופן, דארט איז עס געווען א שטארקע סוקסעס, מען רעדט דאך דא פון אונזערע באליבטע קינדערלעך...
אויב די קרית יואלער עסקנים/הנהלה וועט ארבייטען אויפן זעלבן אופן, זע איך אז דער עולם זאל גוט קאאפערירן.