ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 12:40 pm

ניס קראכער האט געשריבן:פארשלאפן(מ'מעג רעדן פון זיידעס דא?...)

א מידל סייז מענטש, גייט מיט די אלטע מין פלאטשיגע ביבער היטן, גלעזער גייט ער מיט די באקסעדיגע גאלד אין שווארץ סטיל,
ציגעלע בארד וואס ווערט שוין גרוי
שבת גייט ער מיט די שיינעדיגע בעקיטשע, אין קארצן א איד וואס האלצעך צום אמאל! שטארק פרינציפישע מענטש
שוין פון פרי פארטאגס אין ביהמ"ד, א ערנסטער יודע ספר, ווען איינער האט א שאלה אין לערנען איז ער דער אדרעס אין ביהמ"ד
האצעך זיין ווינקל אין ביהמ"ד, קיינמאל וועסט אים נישט זען קלעפטשקענען אין א קופקע
צו די זייט האט ער שטארק ליב היסטאריע
שטארק באליבט ביי זיינע ארומיגע
ארבייט שווער על המחיה וקאקאו-קאלע,

א חשובער ניק האט מיר אויפמערקזאם געמאכט א וויכטיגע נקודה איבער הרב פארשלאפן... אז ער גייט מיט ווייסע זאקן אין באקוועמע שיך
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 12:49 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דער אשכול איז געווידמעט בלויז פאר דמיונות!

looking forward
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 1:01 pm

סאיז כדאי צו כאפן א בליק דא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=86549#p86549

איינער אנדי פעטיעט שרייבט וועגען ניקס , ס'אפשר גרעי, צו ס'באלאנגט דא אבער, סזייער זיס.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:47 pm

געפונען אין מיינע דרעפטס. געשריבן געווארן אין דער תקופה פונעם פתיחת האשכול, נאר היות דער באטרעפנדער איז דאן נישט געווען אקטיוו (מיט דעם ניק) איז עס נישט געווען אינטערעסאנט ארויסצושטעלן.

- נישט פשוט -

אביסל א ברייטליכער געשטעל; געשוואלענע שטאפן הוט; ליכטיג בלויע רעקל; שווארצע הויזן; די קאליר פונעם וועסטל איז אומאידענטיפיצירבאר (אריין אין נייע אידישע ווערטער...); בלויז די צווייטע און די פינפטע קנעפל פונעם וועסטל זענען פארמאכט, בעת דער געלער טלית קטן שמייכלט ארויס פון צווישן; זאקן וואס דער אונטערשטער חלק איז ווייס (קעגן שוויצן); שווארצע בארד, מיט אן אנזעבארע קנאבל; זיצט ביי פסוקי דזמרה און ביי הויכע שמו"ע; נאמען אויפ'ן טלית בייטל איז צוגעדעקט מיט א "מבאר רבותינו" פון א האלבע יאר צוריק; די פענסטער פון זיין קאר איז אייביג אפן; גלייכט פאפיטעס און קאלע.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 8:03 pm

- טראמבאן -

א סעמי גראב-דארע געשטעל; בלויע אויגן; העל ברוינע האר; קיינע ברילן; ברייטע פארקאש לאנגע טלית קטן; פארמאגט אן עפל מעק קאמפיוטער; האט נישט קיין סמארטפאון; גלייכט קאווע; פירט א לעקסעס RX ; מאכט פינף מיליאן דאלער א יאר ( א שוואכע יאר...); דאווענט דריי לאנגע תפלות מיט מנין טעגליך; טוט אסאך מצוות; זאגט יעדן טאג דעם יום תהלים; פארמאגט א שטוב מיט געזונטע ערליכע קינדער; גייט גיין קעגן משיח בלי בושה וכלימה;

ווער זאגט אז אויף די אייגענע ניק קען מען נישט פאנטאזירן א פראפיל? "און אז דו פאנטאזירסט, זאל עס שוין גיין מיט'ן גאנצן קנאק"
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 8:18 pm

יעקב99
גייט שבת מיט א שווארצע בעקיטשע אין ביהמ"ד אומגעדולדיג, קומט ער אהיים שארט ער גלייך ארויףדאס ווייסע און ברענגט משיח'ן!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 8:20 pm

-ר' יום טוב-
א הויכער שטראמער מאן, איילט זיך שטענדיג, א פירער, שטייט אינמיטן קרעמל, האט א מיינונג.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:28 pm

- אהער און אהין - 
א נידריגער געשטעל אבער עווערידזש הייעך אין די מיטעלע צוואנציגער יארן. אויסגעוואקסענע שיבע גלעזער. צילט צו ווערן קלוגער און מער 'אפען מיינדעט' מיט יעדן פארבייגייענדן טאג. האט ליב צו הערן פרישע נייעס אינעם געזעמל, אבער שעמט זיך צו זיין דער ראש המדברים. גלייכט צו טרינקען קאווע אויף נאסע פיאות אין די אווענט שטונדן. נישט דוקא ברייטליך אבער דאך שוין אויפגעגעבן די דייעט. גלייבט נאך נעבעך אז מען קען מיט עפעס פאזיטיוו טוישן די וועלט.....
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:36 pm

ס'איז יו"ט אהער און אהין... אגב כ'אב ענק ביידע געזעהן היינט אין איין קופקע.. סארי: אין איין אשכול...
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:12 am

שויטע וואס איך בין... פארוואס האב איך געלייגט א בילד פון מיר אין מיין פראפייל? קיינער קען שוין נישט פאנטאזירן פון מיר...
ווייל ער איז א דרשו איד!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:24 am

ר' יום טוב האט געשריבן:- אהער און אהין - 
א נידריגער געשטעל אבער עווערידזש הייעך אין די מיטעלע צוואנציגער יארן. אויסגעוואקסענע שיבע גלעזער. צילט צו ווערן קלוגער און מער 'אפען מיינדעט' מיט יעדן פארבייגייענדן טאג. האט ליב צו הערן פרישע נייעס אינעם געזעמל, אבער שעמט זיך צו זיין דער ראש המדברים. גלייכט צו טרינקען קאווע אויף נאסע פיאות אין די אווענט שטונדן. נישט דוקא ברייטליך אבער דאך שוין אויפגעגעבן די דייעט. גלייבט נאך נעבעך אז מען קען מיט עפעס פאזיטיוו טוישן די וועלט.....

:|

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:01 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:געפונען אין מיינע דרעפטס. געשריבן געווארן אין דער תקופה פונעם פתיחת האשכול, נאר היות דער באטרעפנדער איז דאן נישט געווען אקטיוו (מיט דעם ניק) איז עס נישט געווען אינטערעסאנט ארויסצושטעלן.

- נישט פשוט -

אביסל א ברייטליכער געשטעל; געשוואלענע שטאפן הוט; ליכטיג בלויע רעקל; שווארצע הויזן; די קאליר פונעם וועסטל איז אומאידענטיפיצירבאר (אריין אין נייע אידישע ווערטער...); בלויז די צווייטע און די פינפטע קנעפל פונעם וועסטל זענען פארמאכט, בעת דער געלער טלית קטן שמייכלט ארויס פון צווישן; זאקן וואס דער אונטערשטער חלק איז ווייס (קעגן שוויצן); שווארצע בארד, מיט אן אנזעבארע קנאבל; זיצט ביי פסוקי דזמרה און ביי הויכע שמו"ע; נאמען אויפ'ן טלית בייטל איז צוגעדעקט מיט א "מבאר רבותינו" פון א האלבע יאר צוריק; די פענסטער פון זיין קאר איז אייביג אפן; גלייכט פאפיטעס און קאלע.

קלאצי, עטליכע אייזערנע צוטרעפען.
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 2:58 pm

נישט פשוט האט געשריבן:

וואס זענען די דיפערענצן צווישן די פארשידענע קאלירן?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:

די רויטע זענען די אמת׳ע, די גרינע זענען די פאלשע,
עכט וואלט ער געמאכט די קאלירן פארקערט, נאר וועגן גילוי האט ער אזוי געמאכט
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:43 pm

יש בו האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:געפונען אין מיינע דרעפטס. געשריבן געווארן אין דער תקופה פונעם פתיחת האשכול, נאר היות דער באטרעפנדער איז דאן נישט געווען אקטיוו (מיט דעם ניק) איז עס נישט געווען אינטערעסאנט ארויסצושטעלן.

- נישט פשוט -

אביסל א ברייטליכער געשטעל; געשוואלענע שטאפן הוט; ליכטיג בלויע רעקל; שווארצע הויזן; די קאליר פונעם וועסטל איז אומאידענטיפיצירבאר (אריין אין נייע אידישע ווערטער...); בלויז די צווייטע און די פינפטע קנעפל פונעם וועסטל זענען פארמאכט, בעת דער געלער טלית קטן שמייכלט ארויס פון צווישן; זאקן וואס דער אונטערשטער חלק איז ווייס (קעגן שוויצן); שווארצע בארד, מיט אן אנזעבארע קנאבל; זיצט ביי פסוקי דזמרה און ביי הויכע שמו"ע; נאמען אויפ'ן טלית בייטל איז צוגעדעקט מיט א "מבאר רבותינו" פון א האלבע יאר צוריק; די פענסטער פון זיין קאר איז אייביג אפן; גלייכט פאפיטעס און קאלע.

קלאצי, עטליכע אייזערנע צוטרעפען.

וואס זענען די דיפערענצן צווישן די פארשידענע קאלירן?

די רויטע זענען די אמת׳ע, די גרינע זענען די פאלשע,
עכט וואלט ער געמאכט די קאלירן פארקערט, נאר וועגן גילוי האט ער אזוי געמאכט

און די שווארצע?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:00 pm

מיין אבעזערוואציע אויף דעם אשכול, מאנכע באשרייבען זיך אליין, א טייל באשרייבען (נישט קיין אוטענטישע) איין ניק מיטען צווייטען וחוזר חלילה, איינער באשריבט זיך (מיטען אנדערן ניק פארשטייט זיך) אבער אלעס פארקערט פונעם אמת'ען מציאות עס זאל ח"ו נישט צוקומען צו קיין גילוי, און די איבריגע איז אזוי איינער האט איינעם באשריבען און עפעס איז ער נישט געווען צופרידען וועל איך אים יעצט אראפלייגען און אריינגעבען א גוט'ס און דער זייט
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 7:23 pm

פיינע אשכול דאס... דערוילעם מאכט א געוואלדאוונע ארבעט.
ווער קען מיר באשרייבן?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
בן ימיני
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

תגובהדורך בן ימיני » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 8:55 pm

think and thank
א הויכער געבויטער אין די מיטילע דרייסיגער יארן
טוט כסדר אנאלאזירן מצבים און גיבט עס איבער פאר די ארומיגע
א פרייליכער יונגערמאן העלפט ארויס וועם מקען

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:34 pm

צ.ק.
ניק = ני׳ס ק׳ראכער
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:15 pm

Think and Thank האט געשריבן:פיינע אשכול דאס... דערוילעם מאכט א געוואלדאוונע ארבעט.
ווער קען מיר באשרייבן?

ווער בין איך, שר העשר, צו ביישרייבן "טינק און טענק" מיט זיינע איבער פיר טויזענט מסודר'דיגע, מלא תוכנ'דיגע תגובות? אבער אז ער בעט, און ער האט נישט דיסקלאוזט ווער עס מעג און ווער נישט, וועל איך פרובירן בעזר השם.

- טינק און טענק -

א אינגערמאן אין די דרייסיגער יארן, נארמאלע הייך, אביסל פעשליך, צופלויגענע בארד (וואס איז - אגב - אין שארפן קעגנזאץ מיט זיין קארעקטע מהלך המחשבה, און פאראלעל מיט זיין ווילדען טעמפער), אזוינע מתיבתא ברילן, היבש גרויסע קאפל, די היט איז אים אייביג שיף אויפ'ן קאפ, גאר אלטע מאדע SAS שיך, ווען ער טענה'ט זיך מיט איינעם אין קאווע שטיבל איז יעדער דארט מיט א אויסגעשפיצטען אויער, אלס בחור איז ער געווען פון די למדנים וואס האבן געגליכען אפצופרעגן דעם קצות, יעצט פרובירט ער צו זיין אזא תורה וגדולה סטיל.

איך האב נישט קיין השגה ווער דער איד איז אין ווירקליכען לעבן, אבער איך מיין אז איך האב נישט געשריבן צופיל ליגענט דא...
אגב, טינק איז פון מיינע באליבסטע ניקס צו ליינען, ער ווייסט וואס ער וויל, לאזט זיך נישט פארשלעפן פונעם נושא, גוט אויסגעקאכט אין וואס ער שרייבט, געלונגענע דעבאטירער, און אסאך מער. ער איז פון מיינע פעיוואריטס!

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:20 pm

.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:23 am

Think and Thank האט געשריבן:פיינע אשכול דאס... דערוילעם מאכט א געוואלדאוונע ארבעט.
ווער קען מיר באשרייבן?

...
לעצט פאראכטן דורך שמואל בארג אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:16 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:געפונען אין מיינע דרעפטס. געשריבן געווארן אין דער תקופה פונעם פתיחת האשכול, נאר היות דער באטרעפנדער איז דאן נישט געווען אקטיוו (מיט דעם ניק) איז עס נישט געווען אינטערעסאנט ארויסצושטעלן.

- נישט פשוט -

אביסל א ברייטליכער געשטעל; געשוואלענע שטאפן הוט; ליכטיג בלויע רעקל; שווארצע הויזן; די קאליר פונעם וועסטל איז אומאידענטיפיצירבאר (אריין אין נייע אידישע ווערטער...); בלויז די צווייטע און די פינפטע קנעפל פונעם וועסטל זענען פארמאכט, בעת דער געלער טלית קטן שמייכלט ארויס פון צווישן; זאקן וואס דער אונטערשטער חלק איז ווייס (קעגן שוויצן); שווארצע בארד, מיט אן אנזעבארע קנאבל; זיצט ביי פסוקי דזמרה און ביי הויכע שמו"ע; נאמען אויפ'ן טלית בייטל איז צוגעדעקט מיט א "מבאר רבותינו" פון א האלבע יאר צוריק; די פענסטער פון זיין קאר איז אייביג אפן; גלייכט פאפיטעס און קאלע.

קלאצי, עטליכע אייזערנע צוטרעפען.

וואס זענען די דיפערענצן צווישן די פארשידענע קאלירן?

די רויטע זענען די אמת׳ע, די גרינע זענען די פאלשע,
עכט וואלט ער געמאכט די קאלירן פארקערט, נאר וועגן גילוי האט ער אזוי געמאכט

און די שווארצע?

נאר דא איין שווארצע עכט צו לייקענען אדער באשטוגען, און כהאב נישט געוואלט מגיב זיין דעראויף.
גרין מיינט גרין און רויט מיינט רויט, כקען נישט גלייבען די פארשטייסט נישט . די ארענזשע איז מהיכי תיתי
You only live one but if you do it right, once is enough

סקאראמוטשי
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:28 am

מהיכי תיתי? ער זאגט דאך, פון פאנטאזיע

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:01 pm

מהיכי תיתי האט אפאר נגינים, יעצט זינג עס מיט א ' ! '
You only live one but if you do it right, once is enough

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט