בלאט 4 פון 4

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:42 pm
דורך וואס טוט זיך
-פעיק נויז-

א הויכער, נישט דאר נישט גראב, אין די נידריגע דרייסיגערס, טראגט לענסעס, א שווארצליכע געקניפטע בארד. וועט אייביג טרייען צו שטילער מאכן די קריגעריי אינ'ם קופקע, באזעצענע מענטש, ווייסט וואס ער האלט. קען באשטיין צו זיין ווי טעטיגער, פון די גרויסע עסקנים אין זיין קהילה.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:50 pm
דורך שמואל בארג
נע, 'פעיק' איז מערסטנס אכט און צוואנציג.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 7:09 am
דורך לייטער
שמואל בארג האט געשריבן:.

אז ביזסט דא לאמיר זאגן וויאזוי איך גלייב אז איר זעהט אויס( איך האב נישט קיין איינונג ווער די ביסט עכט )

ווען איך ליין א ניק, אדער אפ ווען איך הער איינעם למשל אויף קול מבשר 114 וכדומה מאכט מיין מוח א( פאלטשע )בילד וויאזוי ער זעהט אויס, איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז נישט יעדער איז אזוי, ווען מען פארציילט א מעשה וויאזוי איינער איז געגאנגען אין גראסערי און גענימען טאמעיטעס, גייען א חלק מענטשן זעהן אין פאנטאזיע א גראסערי אין ווי די טאמעטע איז און וויאזוי ער רייסט אראפ א בעג און ער לייגט אריין טאמעיטעס,אבער נישט איעדער איז אזוי איך האב אזא געדאנק גאנג

סא ווען איך ליין פון הרב @שמואל בארג האט מיין מוח פון די ערשטע מניט אויסגעמאשלט אז ער איז ברייט'ליך נישט צי הויך, א ברייטע לייט שווארץ בארד, געדרייטע פיאות, שמייכלדיג, מאכט מיט די הענט ווען ער רעדט,זיין אר איז נישט אפיס און נישט פיזקעל נאר עפעס אונדערצווישן, האט קיפקעס און בהמ' ד ארום זיך און לאזט זיך הערן זיין מיינונג כאטש ער איז א שטילער בטבע,

ביי די vv עקספא און וויליאמסבורג, האב איך געזען די ערשטע מאל עטליכע מענטשן וואס רעדן אויף קול מבשר, זיי האבן אויסגעקיקט אינגאנצן אנדערש ווי איך האב מיך אויסגעמשלט

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:24 am
דורך פעיק נוז
וואס טוט זיך האט געשריבן:-פעיק נויז-

א הויכער, נישט דאר נישט גראב, אין די נידריגע דרייסיגערס, טראגט לענסעס, א שווארצליכע געקניפטע בארד. וועט אייביג טרייען צו שטילער מאכן די קריגעריי אינ'ם קופקע, באזעצענע מענטש, ווייסט וואס ער האלט. קען באשטיין צו זיין ווי טעטיגער, פון די גרויסע עסקנים אין זיין קהילה.

אה, האב איך גארנישט געוואוסט פון דיזען אשכול, נאר אז מען האט גערעדט פון האט מיר מיין חבר צוגעשיקט די לינק.

ערשטנס, שכח פאר @וואס טוט זיך, פאר'ן נעמען די מיה מיר פרובירן צו דיסקרייבן, איך האף אז ווען דו האסט געשריבן האסטו געטראכט אז עס קענען קומען עדים זוממין, והודאת בעל דין כמאה עדים דמי, ווייל איך מוז דיר זאגן אז דו האסט נישט צוגעטראפן מיט כמעט קיין איין זאך, חוץ פון דאס אז איך בין נישט דאר און נישט גראב און אז מיין בארד איז געקניפט.

אבער איין זאך וואס איך קען דיר נישט מוחל זיין בשום אופן, אזוי שלעכט צוצוטרעפן?! אבער נישט סתם, נאר זאגאר אזוי פארקערט פון די מציאות, און דאס איז: אז איך "ווייס וואס איך האלט". אך.. פונקט קאפויער!

"איך האלט וואס איך ווייס"..... (איך פרוביר עטליעסט).

--------------------
אז איך האב דיר שוין יא דא לאמיר זען ווער @וואס טוט זיך איז. איי העוו נאו איידיע, איין זאך ווייס איך, אז דו ביזט נאך היבש יונג און אז דו האסט אסאך אינפארמאציע און פארשטאנד.

אגב, זע נישט צו ענטפערן מיט דיין אנדערע ניק....

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:26 am
דורך פעיק נוז
.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:15 pm
דורך הכל הבל
סארא אשכול דאס

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:30 pm
דורך בוידעם
דאס איז פיינע נייעס.

עני וואן טו דיסקרייב @בוידעם?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:00 pm
דורך נישט פשוט
-בוידעם-
ווער בין איך צו דיסקרייבן בוידעם ? אבער איך וואלט אויך געוואלט הערן יעדעמס מיינוג אויף מיר, שוין זאל זיין.

בערך 35 יערס, מיטל-גארטיג נישט ברייט נישט דאר . מער צו די הכערע זייט. ברוינע האר, און טינקעלע געקראזעלטע פאות ביז ווי די בארד ענדיגט זיך. די בארד איז שטארק פאר-קנאבעלד. רימלעס גלעזער, און א שטארקע צוזאמגענימענע אנשטעל. סטעפ אין שיך. און שיינע שטאף.

גאנץ א הויכע זעלבסט זיכערקייט, פארנעמנט נישט זייער אנדערע מיינונגען, וואלט געווען א פעסטע זאך ווען לייגט זיך ווען אריין אין תורה. פיין געלערענט און ישיבה. א היבש פרימער(ערליכער) גאנג. רעדט אסאך . א ביסל געפיליש.
און זיין מוח איז ער צו גאט און צו לייט.


(איך ווייס די האסט נישט ליב ספעלינג מיסטעקס, אבער ....)

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:40 pm
דורך צייט שטיפער
א געדאנק פון א אשכול דאס, ווי האב איך דאס געקענט פארפאסן ביז יעצט, כמעט אווי איך האב פארפאסט ווען מען האט געטיילט די דזעלי'ס אין קאפ (נישט ממש פארפאסט, פשוט גענומען מיט א גאפל אנשטאט מיט א לעפל און סיז זיך צורינען)

ווי קען מען זיך סובסקרייבן צו באקומען א פרייע עסטימעט דא?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 4:13 pm
דורך בוידעם
נישט פשוט האט געשריבן:-בוידעם-
ווער בין איך צו דיסקרייבן בוידעם ? אבער איך וואלט אויך געוואלט הערן יעדעמס מיינוג אויף מיר, שוין זאל זיין.

בערך 35 יערס, מיטל-גארטיג נישט ברייט נישט דאר . מער צו די הכערע זייט. ברוינע האר, און טינקעלע געקראזעלטע פאות ביז ווי די בארד ענדיגט זיך. די בארד איז שטארק פאר-קנאבעלד. רימלעס גלעזער, און א שטארקע צוזאמגענימענע אנשטעל. סטעפ אין שיך. און שיינע שטאף.

גאנץ א הויכע זעלבסט זיכערקייט, פארנעמנט נישט זייער אנדערע מיינונגען, וואלט געווען א פעסטע זאך ווען לייגט זיך ווען אריין אין תורה. פיין געלערענט און ישיבה. א היבש פרימער(ערליכער) גאנג. רעדט אסאך . א ביסל געפיליש.
און זיין מוח איז ער צו גאט און צו לייט.


(איך ווייס די האסט נישט ליב ספעלינג מיסטעקס, אבער ....)


כמעט גארנישט צוגעטראפן. חוץ אז עס וואלט געווען א פעסטע זאך אז איך לייג מיך אריין אין תורה. אויך די שוך שטימט.