בלאט 1 פון 1

געשאסן אויף 5'ט עוו.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:06 am
דורך אימפעט
למען אחי ורעי, הטו אזנכם ולכו אלי.

עס איז קלאר ווי טאג ליכט, אז טראמפ שטיצער זענען גרייט און טוען פאקטיש פארקוקן און מינימייזן זיינע הימל-שרייענדע עוולות, וואס פאר א צווייטן וואלטן זיי - און טוען זיי דאס פאקטיש נישט.

ער אליין בכבודו ובעצמו האט דערקלערט מיט פאטוס און אויפריכטיג: אפילו איך וועל שיסן עמיצן אויף פיפט עוועניו, וועלן מיינע שטיצער בלייבן מיט מיר. און ער ווייסט און 'זעהט' וואס ער רעדט.

כדי צו פעיסן פעקט, זענט איהר אויך פון דעיע?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:10 am
דורך ישוב הדעת
נו וואדע וואלט איך אים געשטיצט, אפי׳ נאך מער..

זאג דו האלטסט אונז זעמיר טאקע משוגע?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 2:24 pm
דורך אומאפיציעל
אודאי יא, אז ער האט געשאסן עמיצן מיינט דאס אז מען האט יענעם געדארפט שיסן, נישט אזוי ?

זאג נאר, ווען אבאמא האט געשאסן בין לאדין - גוט נישט אליינס נאר דורך זיינע שליחים - האסטו נאך אלץ געוואוט פאר אים ? ווען בוש האט געשאסן אויף אפגאניסטאן און נאכדעם אויף איראק האסטו ווייטער געוואוט פאר אים ?

------------------

פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס נאר "העטעך פעטעך", ווייל איינער וואס ווערט קאנוויקטעד פאר שיסן א צווייטן קעגן געזעץ - ד.מ. מערדעריי - קען נישט זיין פרעזידענט לויטן געזעץ.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 2:24 pm
דורך פארווייטאגט
קיינער וואלט איהם נישט געשטיצט. (איך האלט אזוי נאכ'ן רעדן און הערן אסאך היימישער נאכפאלגער.)
אבער.......
ער וועט דאך אודאי נישט שיסן בחינם.
ער וועט עס דאך נאר טוען ווען עס פעלט זיך אויס פאר דעם פאלק. אדער סעלף דיפענס. וכדומה.
דער שאלה איז וואס מ'וועט ווען זאגן ווען ער שיסט ווען יא.
און אויף דאס האט קיינער נישט קיין תשובה ביז למעשה.
עס ווענט זיך וועלכע פארטיידיגנס מיטל און מעשה ער מיט זיינער נאנטער וועלן ניצן.

טאמער שיסט ער ווען. און ווען ער ווערט אהנגעקלאגט. זאגט ער אז ער האט עס געטוען פאר שוואוילטאג, וועט קיינער איהם נישט שטיצן. עכ"פ קיין היימישער איד.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 4:56 pm
דורך שפיגליצקי
געשטימט יא, צו דערצערענען האפנטליך נאך עטליכע ליבעראלע ניקס.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 4:58 pm
דורך יש בו
שפיגליצקי האט געשריבן:געשטימט יא, צו דערצערענען האפנטליך נאך עטליכע ליבעראלע ניקס.

די ליבעראלע ניקס זענען די וואס שטימען אויף יא!
צו פראאוען זייער פוינט.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 4:59 pm
דורך שפיגליצקי
קעי, דעמאלטס שטים איך מיט מיין אנדערע ניק ניין.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:01 pm
דורך יש בו
קענסט שטימען מיט'ן זעלבן ניק אויף איין מאל סיי אויף יא און סיי אויף ניין,
הרב @אימפעט האט -זעהט זיך אויס- געמאכט א טעות.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:03 pm
דורך שפיגליצקי
נישט נאכדעם וואס כ'האב שוין אפגעגעבן מיין שטימע.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:08 pm
דורך SPUSMN
יש בו האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:געשטימט יא, צו דערצערענען האפנטליך נאך עטליכע ליבעראלע ניקס.

די ליבעראלע ניקס זענען די וואס שטימען אויף יא!
צו פראאוען זייער פוינט.

איז ביידע שטימען יא, די לינקע מיט די רעכטע (וטעמם ונימוקם עמם), און די "ניין" שטימעס זענען פון די רעכטע מיט זייער צווייטע ניק; נישט קיין פעיר אנקעטע.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:15 pm
דורך יש בו
SPUSMN האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:געשטימט יא, צו דערצערענען האפנטליך נאך עטליכע ליבעראלע ניקס.

די ליבעראלע ניקס זענען די וואס שטימען אויף יא!
צו פראאוען זייער פוינט.

איז ביידע שטימען יא, די לינקע מיט די רעכטע (וטעמם ונימוקם עמם), און די "ניין" שטימעס זענען פון די רעכטע מיט זייער צווייטע ניק; נישט קיין פעיר אנקעטע.

שטימט נישט, ווייל ס'דא מער ניין ווי יא,
מוז זיין אז געוויסע ניין'ס האבן נישט געשטימט מיט זייער ערשטע ניק אויף יא

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:18 pm
דורך SPUSMN
געשטימט ניין.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:12 pm
דורך צל עובר
אומאפיציעל האט געשריבן:אודאי יא, אז ער האט געשאסן עמיצן מיינט דאס אז מען האט יענעם געדארפט שיסן, נישט אזוי ?

זאג נאר, ווען אבאמא האט געשאסן בין לאדין - גוט נישט אליינס נאר דורך זיינע שליחים - האסטו נאך אלץ געוואוט פאר אים ? ווען בוש האט געשאסן אויף אפגאניסטאן און נאכדעם אויף איראק האסטו ווייטער געוואוט פאר אים ?

------------------

פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס נאר "העטעך פעטעך", ווייל איינער וואס ווערט קאנוויקטעד פאר שיסן א צווייטן קעגן געזעץ - ד.מ. מערדעריי - קען נישט זיין פרעזידענט לויטן געזעץ.

מען קען נישט אינדייטן א סיטינג פרעזידענט.

און איך ווייס גראדע נישט פון וועלכע געזעץ דו רעדסט.

------------------------------

ישוב הדעת האט געשריבן:נו וואדע וואלט איך אים געשטיצט, אפי׳ נאך מער..

זאג דו האלטסט אונז זעמיר טאקע משוגע?

פארוואס וואלט מען נישט געקענט זאגן ווי ביי עני אנדערע עולה, "טאקע א געפערליכער פארשוין, אבער פארט טוט ער וואס מען ברויך"?

איך וויל ליינען עני געהעריגע הסבר פון א שטארקע חילוק.

אויך אויב שייך פארוואס עס איז נישט קיין פראבלעם די עצם קלעימען אז ער קען און וועט נישט פארלירן קיין שטיצע.

------------------------

דערווייל גלייב איך טראמפ, ווי אין פסוק שטייט: יודע .... נפש בהמתו.

יאך האב נישט געשטימט, זינט איך שטיץ אים נישט נאך פון פאר ער האט אפילו געזאגט אז ער קען עס טון.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:43 pm
דורך ישוב הדעת
ווייל איינער וואס הארגעט א מענטש, קען מען נישט טראסטן מיט גארנישט.

משא״כ טראמפ איז אין אלגעמיין א נייס גיי, מיט א געפיהל פאר אמעריקע, ביזט גערעכט אז ווען מען שטייט אים אין וועג נוצט ער בולי שפראך, אבער אין אלגעמיין איז ער פונקט ווי יעדע גוי, איז ער אונז געקומען פארקויפן, אז ער גייט צוריק דרייען אמעריקע אויף קאמען סענס רעלסן, אנדערש ווי אבאמא, וואס זיין לינקע אידילאגיע האט געפירט אמעריקע אויף קרומע וועגן, אנפאנג האבן מיר געלאכט, אביסל שפעטער האמיר געזעהן אז דער איז ערענסט דערביי, און יעצט זעהט מען אז ער ארבייט מיט אלע כוחות פאר די טובה פון אמעריקע.
פיין דער איז טאקע א ווילדער, און רודף אחר הכבוד אויף אן אגרעסיוו אופן, דאס לוינט זיך פאר די זאכן וואס ער דעליווערד.
אבער איינער וואס איז א קאלטבלוטיגע רוצח, טאר נישט זיין פרעזידענט, און בעיקר מען קען אזא מענטש נישט טראסטן מיט גארנישט.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 9:17 pm
דורך צל עובר
משא"כ איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט קאלט בלוטיגע רוצחים?

מיט סודזשעסטן אז ער קען שיסן?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 9:19 pm
דורך ישוב הדעת
ער האט געמיינט ארויסצוברענגען אז ער וואלט געשאסן אומשולדיגע מענטשן, אדער אז ער האט שטארקע שטיצער?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:28 am
דורך אימפעט
DYD

וועלט-פאסירונגען

אין דעם טאג אין 824' למספרם איז אוועקגעשטעלט געווארן די "פינפטע עוועניו" גאס אין ניו יארק סיטי, וועלכע איז ביז'ן היינטיגן טאג פון די פארנומענסטע גאסן אין דער וועלט.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:12 pm
דורך כאפצעם
אימפעט האט געשריבן:למען אחי ורעי, הטו אזנכם ולכו אלי.

עס איז קלאר ווי טאג ליכט, אז טראמפ שטיצער זענען גרייט און טוען פאקטיש פארקוקן און מינימייזן זיינע הימל-שרייענדע עוולות, וואס פאר א צווייטן וואלטן זיי - און טוען זיי דאס פאקטיש נישט.

ער אליין בכבודו ובעצמו האט דערקלערט מיט פאטוס און אויפריכטיג: אפילו איך וועל שיסן עמיצן אויף פיפט עוועניו, וועלן מיינע שטיצער בלייבן מיט מיר. און ער ווייסט און 'זעהט' וואס ער רעדט.

כדי צו פעיסן פעקט, זענט איהר אויך פון דעיע?

נישט געשטימט ווייל איינער וואס 'זאגט' נאר אז ער קען ווען שיסן אויף פיפט עוועניו, און ניצט עס מיט א גלייכגילטיגע לצנות, שטיץ איך שויניש.

צום עצם פראגע, כ'זעה נישט פארוואס די %35 עכטע טראמפ באזע זאל דערפאר טוישן זייער אפיליאציע. דאס גאנצע טראמפיזם היינט צוטאגס איז א סארט גלויבן וואס גייט מיטן נוסח "ער איז טאקע א בולי, א שמיציאן, א פארפוילטער יונג, א ליגנער, א מענטש אנע פרינציפן וכו', אבער קוק וואס ער "טוט"!

ער פיקסט צו די לינקע איינמאל פאר אלעמאל, ער דרייט דאס גאווערמענט אינעם רעכטן ריכטונג, זיינע פאליסיס זענען געוואלדיג אא"וו, אשע"כ דארף מען זיך פארנאכן די אויגן פון אלעס ארום וואס איז נישט פאקטישע פאליסי אין אפיס, קיין חילוק ווי אוטרעיזשעס די סקאנדאל איז.

אין דעם קעיס זעה איך קיין שום אונטערשיד.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:36 am
דורך בעל דמיון
כאפצעם האט געשריבן:

משא"כ קלינטאן אדער עני אנדערע ריינע עליטע לינקע דעמאקראט?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:52 am
דורך סארקאזי
איך בין אריין אין דעם אשכול. ווייל כהאב געהאלטען אז עס איז געפענט געווארען אין ליכט פון די צוויי שודערליכע שיסערייען נעכטען.
אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארען זענדיג אז דער אשכול איז שוין געפענט געווארען אין פאברואר.
און דער פותח האשכול שטעלט דארט פאר. די שודערליכע פארברעכענס וואס טראמפ איז באגאנגען.
מילא ווען ער וויל דיבעיטען צו ער איז שולדיג אין העצן קעגן ראסעס. אדער ווייל ער בענדט נישט קיין רעוואלווערס. וואלט איך געפילט אז מרעדט מיט לייטישע עלעמענטען.אבער אהאלב יאר צוריק??? וואספארא הימלשרייענדיגע עוולה? אפשר די ראשע קאלושאן ? אדער ניצען די גאנצע רעגירונג ביוריקראטיע צו אויסטרינקען דעם דם התמצית פון א ליגאל ערוויילטע פרעזידענט. עעעמממ וואס נאך קען עס מיינען.
אלא מאי מרעדט דא פון א פאליטישע העק. וואס האט שוין אפגעשריבן עוולה'ס נאך פאר ס'פארסירט
פארדעם גיי איך וואיטען יא . מיט אלע מיינע צען ניקים :roll:

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:48 am
דורך Think and Thank
צל עובר האט געשריבן:משא"כ איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט קאלט בלוטיגע רוצחים?

האסטו אויך נישט קיין פראבלעם! וואס איז דיין מיינונג איבער FDR? רעיגען? אבאמא?

פליז סטאפ די נאנסענס.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:49 am
דורך Think and Thank
צל עובר האט געשריבן:פארוואס וואלט מען נישט געקענט זאגן ווי ביי עני אנדערע עולה, "טאקע א געפערליכער פארשוין, אבער פארט טוט ער וואס מען ברויך"?

איך וויל ליינען עני געהעריגע הסבר פון א שטארקע חילוק.

א חילוק צווישן אן עולה און א קריים פארשטייסטו?