נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג יוני 16, 2019 12:48 am

עס איז אנגעקומען א בריעוו פון בודאפעסט אז מען וועט מוזן בוחר זיין אויב דער קהילה איז א ארט אדער נעאלאגישע. עמיצער ווייסט וואס דאס באדייטעט?
mi a nagy ügy

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג יוני 16, 2019 4:23 pm

לויאש דער שבת גוי איז שוין נישט צום פארטראגן! אויסער דעם וואס ווען איך געב אים זיינע גארגלעך וואס קומט אים שניידט ער מיר דאס אויף מיין יאטקע קלאץ מיט זיין טריפה'נעם מעסער, און איך דארף ווארטן מיטן קידוש מאכן ביז ער פארלאזט דאס הויז, איז שוין עטליכע מאל וואס ער רוקט אראפ א בייליק פון טיש, וואס מיינט ער??? מיר וועלן זיך לאזן שינדן די הויט פאר זיין ארבעט??

מיין שכן האט מיר נאך קיינמאל נישט געטאן דאס, מ'דארף פאררופן אן אסיפה צו שטעלן מיין שכן אלס שבת גוי!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג יוני 16, 2019 5:26 pm

א עקסידענט ביים אריינגאנג צום שטעטל, נישט באקאנט צו פארהאן פארוואונדעטע, איין פערד (נישט קיין אייגענטומער פון שטעטל) איז געגאנגען א גאנג, [און יענער האט נישט קיין אינשורנס]
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג יוני 24, 2019 12:54 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:עס איז אנגעקומען א בריעוו פון בודאפעסט אז מען וועט מוזן בוחר זיין אויב דער קהילה איז א ארט אדער נעאלאגישע. עמיצער ווייסט וואס דאס באדייטעט?

עס גייט ארום א שמועה אז די קאנצעליי שיקט א נייע רב-מטעם, וואס וועט האלטן דרשות אין אונגאריש און זיך ארומדרייען אויפן גאס מיט א צילינדער בשעת ער שפאצירט מיט זיין רע-ביצין! אזוי פרעך צו טרעטן אייף אידישקייט!
און איינער זאגט מיר אז ביי זיין חתונה איז געווען תערובות (און איך מיין נישט בשר בחלב).
רבותי! וואכט אייך אויף!
וואס טוט מען ?!
mi a nagy ügy

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג יוני 24, 2019 1:31 am

אן אסיפת זבל"א איז היינט פארגעקומען אין קהל'ס פסח קאך ווי מען האט ארויפגעברענגט די ברענעדיגע פראגע פון היות א גרויסער ציבור פלאנירט צו פארלאזן דעם שטעטל צום בעפארשטייענדער זוממער אפרוה וואכן און כדי עס זאל נישט פארבלייבן כצאן בלי רויעך און די וואנדאלן זאלן זיך נישט קענען דא אריינריקן און חלילה באראבעווען דאס ביסל האב און גוטס וואס פארבלייבן, האט מען געגרינדעט א חברה וואס גייען באהיטן דעם שטאט פון אלעם בייזן.

מען האט אויסגעארבייט א פלאן אז דער עולם זאל מער ווייניגער זען אויפצובלייבן ביינאכט, מ'וועט איינטיילן מיט א ארדענונג לויט די גאסן, יארגאנג, אקטיווקייט, געוואגקייט און קוראזש, ווער עס גייט אויפבלייבן וועלכע נאכט צו היטן אז די אומגעוואונטשענע זאלן נישט קענען דא ראבירן.

עס'ז אביסל היבש א שווערע אונטערנעמונג, זינט מען וויל דאס באהאלטן פון די לאקאלע זשאנדארן, זיי זאלן נישט וויסן ווער עס אפערירט דעם געהיימען חבריא.

מען האט אפגעשצועסט אזא סארט באנאלטענע שפריך ווארט וואס וועט מער באדייטן ווי אזא לחש ווי עפעס אנדערש, און וועט איינוועגס אויך דינען צו אלארמירן דעם גאנצן ציבור צוקומען צו הילף. דאס ווארט "כאפצעם" ווערט אין די טעג אויסגעלערענט און גוט אייינגע'חזר'ט ביי קליין און גרויס עס צו קענען אין פאל פון א פאניק ברעכט אויס.

די קינדער אין חדר האבן געטוישט דעם סלאגאן ביי מיטאג איבערייס ווען זיי שפילען דעם באקאנטן שפיל "פאליס גנבים" אז טייל פארשטעלן זיך ווי די היימישע דורך רוקן דעם קאפל פארנאויס צום שטערן און קוקן אזוי זייטיג און כיטרע, און ווען איינער גיבט א שריי כאפצעם ברויכן אלע קומען צו לויפן. זיי זאגן עס ארבייט דערווייל, מען האפט מען וועט עס נישט ברויכן ניצן.

מען האט איינגעטיילט היימישע געווער, א שטייגער ווי וועלגער העלצער און שעפלעפלעך, צעבראכענע שאוולעך און אלטע בעזעם שטעקענעס, אפגעניצטע סוכה ברעטער און שטייצעך צעריסענע שיך בענדלעך.

דערווייל גיבט מען נישט ארויס די נעמען פון די וואס האבן זיך איינגעגיבן כדי עס זאל נישט שאטן קיין גוט אויג. "לחיים! לחיים!" האט דער נייער "הויפט" אויסגערופן ווען פון אונטערוויילעכטס קומט צולויפן דער אלטער פון די קאווע און וואונטשט די גאנצע חבריא "מזל טוב פארן ווערן אנגענומען, מ'זאל עס ניצן נאר אויף שמחות!" רופט ער אויס מיט פאטאס. באמת האט מען זיך שיעור דערשראקן פון זיין אנוועזענהייט, מורא האבענדיג עס זאל נישט ארויסרינען.. אבער למעשה האט זיין עיד דערציילט אז ער פארגעסט שוין און וועט ווארשיינליך נישט געדענקן פון דעם גאנצן מעמד.

דא האציך אבער געמאכט א פאנטשער, היות דער אלטער האט טאקע פארגעסן, אבער זיין עיד נישט.. דער האט פארלאנגט צו ווערן אנגענומען אינעם חבריא, ער טענה'ט אז ער האסט די גנבים סאך מער ווי אלע אנדערע און ער וועט בעסער דינען ווייל זיי וועלן נישט חלומ'ן אז ער'ז זאגאר א וואטשער.

קיין גרויס ברירה האט מען נישט געהאט, און מען האט אים געמוזט אריינעמען. צום ערשט האט מען אים געברויכט טרענירן וויזוי צו שרייען כאפצעם מיט א כ' און נישט האפצעם מיט א ה'. לויט ווי די חברה גיבן איבער האט ער פארשפראכן צו חזר'ן אגאנצע נאכט בעל פה און האפענטליך וועט ער עס קענען ווען עס פעלט אויס.

איין אינגערמאן האט זיך שוין איינגעהאנדעלט אן אלטער אפגעמיטשעטע פערדל פון די לאקאלע פאליציי סטאנציע אין שטעטל. זיי זאגן אז דער פערדל איז געקומען אינגאנצן אפגעקראצט און האלב צעשמעטערט, ער זאגט אז זיין שווער וואוינט נישט ווייט ווייסט וויזוי עס צו פאררעכטן.

א ביטע צו די לאקאלע ליכט פאבריק איז אריינגעגיבן צו מנדב זיין עטליכע שטארקע ליכט פון א סארט וואס מען קען אויפהענגן אויף די הויזן. זיי זאגן אז זיי גייען אריינבאקומען בקרוב א טוץ רויטע און גרינע וואס די וואטשערס זאלן קענען ניצן לויפענדיג אז אלע זאלן זיך רוקן פאר זיי.

די אסיפה האט זיך געשלאסן אין די שפעטע (פריע) פארטאגס שעה'ן צום פרייד פון די גאנצע סוויטע.
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יוני 24, 2019 9:41 am

איי איי איי איי. פליגל'ע אידא מיט פרישקייט. אן עקסקלוסיוו רעפארטאזש פון פליגל'ס פויקעריי ביים מארק ווען דער עולם נעמט זיך צאם סביב סביב, צו הערן מיט דארשט ס'לעצטע געשעענישן.

כ'קען אייך נאר זאגן, מיר זענען נישט געבליבן כצאן בלי רויעך. פליגל וועט אונז צ'שעם האלטן אינפארמירט מיט אלע גאלאש וואס קומט פאר אין פסח קאך.

Efroiach
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » מאנטאג יוני 24, 2019 10:06 am

ס'פריילעך געווען היינט אינדערפרי, אפאר פארשלעפטע קרענק ווילן מאכן א מנין שחרית 7:30, די גבאים פון ביהמ"ד האלטן נישט דערביי אויפצוהאלטן די שוהל אזוי שפעט,

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יוני 24, 2019 12:26 pm

Efroiach האט געשריבן:ס'פריילעך געווען היינט אינדערפרי, אפאר פארשלעפטע קרענק ווילן מאכן א מנין שחרית 7:30, די גבאים פון ביהמ"ד האלטן נישט דערביי אויפצוהאלטן די שוהל אזוי שפעט,

האלאו האלאו, טרעט נישט אויף מיין הינער-אויג, פארשטיי א צווייטן אויך. ס'איז זייער נארמאל אז די עולם זאל אויפשטעלן אביסל שפעט א טאג נאך די יארצייט סעודה. מ'מאכט אמאל א מנין א האלבע שעה שפעטער ווערט שוין שמעון פנחס היי. זאל ער זיך גיין ווייטער פייטן מיט זיין ווייב און אונז לאזן דאווענען...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יוני 24, 2019 12:31 pm

nmi האט געשריבן:
Efroiach האט געשריבן:ס'פריילעך געווען היינט אינדערפרי, אפאר פארשלעפטע קרענק ווילן מאכן א מנין שחרית 7:30, די גבאים פון ביהמ"ד האלטן נישט דערביי אויפצוהאלטן די שוהל אזוי שפעט,

האלאו האלאו, טרעט נישט אויף מיין הינער-אויג, פארשטיי א צווייטן אויך. ס'איז זייער נארמאל אז די עולם זאל אויפשטעלן אביסל שפעט א טאג נאך די יארצייט סעודה. מ'מאכט אמאל א מנין א האלבע שעה שפעטער ווערט שוין שמעון פנחס היי. זאל ער זיך גיין ווייטער פייטן מיט זיין ווייב און אונז לאזן דאווענען...

ניין איך וועל עס בשום פנים ואופן צילאזן א זמן איז א זמן היינט איז יארצייט מארגען א חתונה איבער מארגען יום הצלות רבנו
אז 6 איז די לעצטע מנין עסטו קומען און צייט אויב נישט עסטו דאווענען ביחודות

אה וועגען מיין שלום בית קודם גיי נעם קעיר פון דיין טאכטערס שלום בית יא מען קריגט זיך דארט אויף'ן גאס יעדען טאג

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יוני 24, 2019 12:35 pm

קענדי'ס האט געשריבן:

בלא בלא בלא. בלא בלא בלא בלאאאאאאאא...

אינטערעסאנט. פונקט זענען היינט 19 מענטשן אויפגעשטאנען שפעט...

בד"וו וואס איז געווען די קולות די נאכט פון דיין הויז? מיין גאנצע פארמיליע האט זיך אויפגעוועקט פון שרעק.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יוני 24, 2019 12:41 pm

nmi האט געשריבן:
בד"וו וואס איז געווען די קולות די נאכט פון דיין הויז? מיין גאנצע פארמיליע האט זיך אויפגעוועקט פון שרעק.

איך ווייס נישט איך האב פונקט דעמאלס איינגעשלאפן

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יוני 24, 2019 12:44 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
בד"וו וואס איז געווען די קולות די נאכט פון דיין הויז? מיין גאנצע פארמיליע האט זיך אויפגעוועקט פון שרעק.

איך ווייס נישט איך האב פונקט דעמאלס איינגעשלאפן

דו שרייסט פון שלאף? מ'האט געהערט דיין קול קליפ און קלאר.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג יוני 24, 2019 1:14 pm

nmi האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
בד"וו וואס איז געווען די קולות די נאכט פון דיין הויז? מיין גאנצע פארמיליע האט זיך אויפגעוועקט פון שרעק.

איך ווייס נישט איך האב פונקט דעמאלס איינגעשלאפן

דו שרייסט פון שלאף? מ'האט געהערט דיין קול קליפ און קלאר.

די הערסט קליפס ביינאכט? איך וועל עס דארפן איבערגעבן פאר די......

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יוני 24, 2019 3:01 pm

פליגל האט געשריבן:אן אסיפת זבל"א איז היינט פארגעקומען אין קהל'ס פסח קאך ווי מען האט ארויפגעברענגט די ברענעדיגע פראגע פון היות א גרויסער ציבור פלאנירט צו פארלאזן דעם שטעטל צום בעפארשטייענדער זוממער אפרוה וואכן און כדי עס זאל נישט פארבלייבן כצאן בלי רויעך און די וואנדאלן זאלן זיך נישט קענען דא אריינריקן און חלילה באראבעווען דאס ביסל האב און גוטס וואס פארבלייבן, האט מען געגרינדעט א חברה וואס גייען באהיטן דעם שטאט פון אלעם בייזן.

מען האט אויסגעארבייט א פלאן אז דער עולם זאל מער ווייניגער זען אויפצובלייבן ביינאכט, מ'וועט איינטיילן מיט א ארדענונג לויט די גאסן, יארגאנג, אקטיווקייט, געוואגקייט און קוראזש, ווער עס גייט אויפבלייבן וועלכע נאכט צו היטן אז די אומגעוואונטשענע זאלן נישט קענען דא ראבירן.

עס'ז אביסל היבש א שווערע אונטערנעמונג, זינט מען וויל דאס באהאלטן פון די לאקאלע זשאנדארן, זיי זאלן נישט וויסן ווער עס אפערירט דעם געהיימען חבריא.

מען האט אפגעשצועסט אזא סארט באנאלטענע שפריך ווארט וואס וועט מער באדייטן ווי אזא לחש ווי עפעס אנדערש, און וועט איינוועגס אויך דינען צו אלארמירן דעם גאנצן ציבור צוקומען צו הילף. דאס ווארט "כאפצעם" ווערט אין די טעג אויסגעלערענט און גוט אייינגע'חזר'ט ביי קליין און גרויס עס צו קענען אין פאל פון א פאניק ברעכט אויס.

די קינדער אין חדר האבן געטוישט דעם סלאגאן ביי מיטאג איבערייס ווען זיי שפילען דעם באקאנטן שפיל "פאליס גנבים" אז טייל פארשטעלן זיך ווי די היימישע דורך רוקן דעם קאפל פארנאויס צום שטערן און קוקן אזוי זייטיג און כיטרע, און ווען איינער גיבט א שריי כאפצעם ברויכן אלע קומען צו לויפן. זיי זאגן עס ארבייט דערווייל, מען האפט מען וועט עס נישט ברויכן ניצן.

מען האט איינגעטיילט היימישע געווער, א שטייגער ווי וועלגער העלצער און שעפלעפלעך, צעבראכענע שאוולעך און אלטע בעזעם שטעקענעס, אפגעניצטע סוכה ברעטער און שטייצעך צעריסענע שיך בענדלעך.

דערווייל גיבט מען נישט ארויס די נעמען פון די וואס האבן זיך איינגעגיבן כדי עס זאל נישט שאטן קיין גוט אויג. "לחיים! לחיים!" האט דער נייער "הויפט" אויסגערופן ווען פון אונטערוויילעכטס קומט צולויפן דער אלטער פון די קאווע און וואונטשט די גאנצע חבריא "מזל טוב פארן ווערן אנגענומען, מ'זאל עס ניצן נאר אויף שמחות!" רופט ער אויס מיט פאטאס. באמת האט מען זיך שיעור דערשראקן פון זיין אנוועזענהייט, מורא האבענדיג עס זאל נישט ארויסרינען.. אבער למעשה האט זיין עיד דערציילט אז ער פארגעסט שוין און וועט ווארשיינליך נישט געדענקן פון דעם גאנצן מעמד.

דא האציך אבער געמאכט א פאנטשער, היות דער אלטער האט טאקע פארגעסן, אבער זיין עיד נישט.. דער האט פארלאנגט צו ווערן אנגענומען אינעם חבריא, ער טענה'ט אז ער האסט די גנבים סאך מער ווי אלע אנדערע און ער וועט בעסער דינען ווייל זיי וועלן נישט חלומ'ן אז ער'ז זאגאר א וואטשער.

קיין גרויס ברירה האט מען נישט געהאט, און מען האט אים געמוזט אריינעמען. צום ערשט האט מען אים געברויכט טרענירן וויזוי צו שרייען כאפצעם מיט א כ' און נישט האפצעם מיט א ה'. לויט ווי די חברה גיבן איבער האט ער פארשפראכן צו חזר'ן אגאנצע נאכט בעל פה און האפענטליך וועט ער עס קענען ווען עס פעלט אויס.

איין אינגערמאן האט זיך שוין איינגעהאנדעלט אן אלטער אפגעמיטשעטע פערדל פון די לאקאלע פאליציי סטאנציע אין שטעטל. זיי זאגן אז דער פערדל איז געקומען אינגאנצן אפגעקראצט און האלב צעשמעטערט, ער זאגט אז זיין שווער וואוינט נישט ווייט ווייסט וויזוי עס צו פאררעכטן.

א ביטע צו די לאקאלע ליכט פאבריק איז אריינגעגיבן צו מנדב זיין עטליכע שטארקע ליכט פון א סארט וואס מען קען אויפהענגן אויף די הויזן. זיי זאגן אז זיי גייען אריינבאקומען בקרוב א טוץ רויטע און גרינע וואס די וואטשערס זאלן קענען ניצן לויפענדיג אז אלע זאלן זיך רוקן פאר זיי.

די אסיפה האט זיך געשלאסן אין די שפעטע (פריע) פארטאגס שעה'ן צום פרייד פון די גאנצע סוויטע.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@
יעצט אנדעקט דעם אשכול, ס'איז פיינע נייעס!!!
קיפ אן!!!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג יוני 24, 2019 5:00 pm

פליגל!! :lol:
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יוני 24, 2019 10:41 pm

גראדע איז מיר איינגעפאלן א געדאנק, די רויטע און בלויע ליכט זאל מען ארויפשטעלן אויף א ליגנדיגע ווענטולאטאר [ספינער?...] און ביי די שפיצן פון יעדע פליגל זאל ארויפגעשטעלט ווערן א ליכטל אין א גלעזערנעם האלטער, און דאן ווען עס קומט אריין א נויטפאל-רוף גיבט מען א שמייס די פערד און א שטארקן דריי דעם גאנצן געמויזעכץ און היידע... האמיר א פארטיגע קארשן-ליכטל!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יוני 24, 2019 10:53 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:גראדע איז מיר איינגעפאלן א געדאנק, די רויטע און בלויע ליכט זאל מען ארויפשטעלן אויף א ליגנדיגע ווענטולאטאר [ספינער?...] און ביי די שפיצן פון יעדע פליגל זאל ארויפגעשטעלט ווערן א ליכטל אין א גלעזערנעם האלטער, און דאן ווען עס קומט אריין א נויטפאל-רוף גיבט מען א שמייס די פערד און א שטארקן דריי דעם גאנצן געמויזעכץ און היידע... האמיר א פארטיגע קארשן-ליכטל!

ם
פשי. אן איינפאל פון א לעגאו מענטשעלע. קודם האב איך שוין נאך אן אייטעם וואס צו פראדעצירן אלס שפיל-צייג פאר מיין געשעפט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » מאנטאג יוני 24, 2019 11:12 pm

ס'קומען אריין שרעקעוודיקע שמועות פונעם שכנות' דיקע שטעטל ג. ווער עס ווייסט זאל ביטע אריין קומען קלאר, ס'שטאט קאכט ווי א קעסל.
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יוני 24, 2019 11:13 pm

zibala האט געשריבן:ס'קומען אריין שרעקעוודיקע שמועות פונעם שכנות' דיקע שטעטל ג. ווער עס ווייסט זאל ביטע אריין קומען קלאר, ס'שטאט קאכט ווי א קעסל.

גארנישט מיט נישט. זיי פייערן היינט July 4 אויפן יודישן דאטום.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » מאנטאג יוני 24, 2019 11:18 pm

יוש. שוין געמיינט אז די ראש הקהל', בת יחידה איז פארהייראט געווארן צום שוחט'ס עלוי.
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג יוני 24, 2019 11:42 pm

א פעטיציע איז אריינגעגיבן געווארן צום שטאט אמט צו ערלויבן א פעדלער צו פארקויפן זיינע שמאנצעס אויף די הויפט גאס.

דער פעדלער ר' מיכל וועט מעגן פארקויפן די סחורה הארט נעבן דעם פלייש יאטקע פון די קהלה.

ווי אויך קומט אריין א גוטע בשורה אז עס וועט אנגעהויבן צוגעשטעלט ווערן א פערד און וואגן וואס וועט ארום רייטן איבערן שטאט איעדע האלבע שעה, עס וועט קאסטן אייניקע קאפיקעס. מען בעט דעם עולם נישט דערציילן דערוועגן פאר די ערל'טעס וואס רייניגן די הייזער צוליב וואס זיי זענען נישט קיינע מעמבערס אין די פאראיין.

-אדווערטייזמענט-
דער מילכיגער לאזט וויסן אז מען קען שוין פון היינט און ווייטער קריגן דינע סלייסעס קעז פריש געשניטן אויפן ארט, קומט אריבער און איבערצייגט אייך אליין, ביים צענטראלער מארקעט אויף די ליע גאס.

א פרייד האט אויסגערופן ביים ציבור נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז דער בירגערמייסטער האט פארשפראכן צו קומען באזוכן דעם לאקאלן געמיינדע און פארשפרעכן פרישע ביליגע הייזער. טייל סקעפטיקער טענה'ן אז ער מיינט עס נישט ערנסט, ער וויל נאר פשוט מען זאל אים נישט פארווארפן פון אמט. טייל שפאקולירן אז ער שמעקט פון פארכאפן דעם אמט פונעם קעניג זעלבסט און וויל האבן די אידן אויף זיין זייט.

א באדייטענדער ציבור האט זיך צוזאמגענומען די פאריגע וואך צו העלפן דעם רב פונעם דערבייענדן דארף נאכדעם וואס זיין בית מדרש'ל האט אפגעברענט. שיינע סכומים זענען זיך צוזאמגעקומען און מען האפט בקרוב אויפצובויען א פרישער בנין.

די לאקאלע פייערלייט האבן באערט זייערס א קאלעגע וואס איז געווארן פארוואונדערט, א שיינער מספר המון איז זיך צוזאם געקומען. די דערבייענדער קהלה האט אויך באגריסט מיט פאסיגע אויפשריפטן לכבוד דעם פייערונג.

די שטאטראט האט געבעטן מען זאל מעלדן אז אין די קומענדיגע וואכן גייען אדורכלויפן א באנדע שקצים אינעם הארץ פון געגענט אויף דעם הויפט שטראז. זיי פארשפרעכן אז זיי זענען נישט קיין פארברעכער און מען זאל זיי נישט שטערן. בי"ד האט ארויסגערופן אן איסור גמור צו זיין יענע צייט נעבן זיי, זינט זייער באנעמונג איז נישט אין איינקלאנג מיט'ן אידישן הלכה.
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 25, 2019 12:34 am

איך מעג אויך באריכטן?

א געשלעג האט אויסגעבראכן נעכטן אינמיטן נאכט צווישן צוויי באנדיטן גלייך אויסער די שטאט, די שומר פרעדי האט זיי פראבירט צו פארטרייבן מיט זיין קאנטשיק וואס ער האט מיט זיך, נאכן אדורכפאלן האט שמעיה שמש וואס איז שוין פונקט געגאנגען מעלקן די מילך פאר די ביהמ״ד קאווע אים צוגעהאלפן.

די צוויי באנדיטן זענען געווען אנגעטרינקענע יונגען פונעם שכנות׳דיגן שטעטל טסערפ, היינט אינדערפרי האט יונתן וועקסלער וואס גייט אהין יעדן טאג האנדלען מיט גענומען א באקלאגעניש בריוו אדרעסירט צום ארטיגן הויפט, אינטערגעשריבן דורך פרעדי וואס קען זיך מיט אים פערזענדליך. ער האט צוריק געענפערט אז ער וועט אפירהאלטן די צוויי באנדיטן, און צוגעלייגט אז ס׳קומענדע מאל אזאנס פאסירט געבט ער רשות מ׳זאל זיי אנ׳מקל׳ן די ביינער.

די שטאטרייט האבן בא׳קנס׳ט און פארבאטן ישעי׳ טרעגער׳ס קנעכט פון וואשן קליידער ביים טייך, נאכדעם וואס עטליכע קינדער האבן זיך אפגערעדט די לעצטערע וואכן אז ער פלעגט אויף זיי ווארפן פישלעך. ישעי׳ האט זיך פארגענומען אז ער וועט אויף אים מער אכט געבן, זיי האבן אים פארשפראכן אז אויף קומענדע וואך דינסטאג וועט ער שוין צוריק זיין ערלויבט אויף פראבע.

ווי שוין באריכטעט א צייט צוריק האט פארגעקומען א געפעך צווישן איטשע בעקער מיט זיין שכנ׳טע דער אלטיטשקע, ווי זיי האבן זיך צום סוף פארשטענדיגט ביים מיניסיפל. למעשה, נאכדעם וואס דער אלטיטשקע איז אפגעשטארבן פאריגע וואך, וועט איטשע אפקויפן איר היים פון איר איינציג פארבליבענע זוהן וואס ברויך נישט ס׳הויז, ער האט געהייראט א פרוי פונעם גרעניץ שטאט הילדזשיזויבלאשער עטליכע קולימעטער אריין אין סלאוואקיי, ווי ער וועט בלייבן וואוינען.

אזויווי ס׳איז ערווארטעט א גרויס חלק פון שטאט וועלן באמיסטיגן זייערע פעלדער דורכאויס די קומענדע טעג, בעט מען זייער מ׳זאל זעהן ארויסצוטראגן די בהמות צו די פאדערשטע חלק פון די הייזער צו די זייט פונעם הויפט גאס. די לעצטיגע יארן זענען די ערד דארט פארנאכלעסיגט, וואס איז גורם אז די שטאטישע פערד האבן נישט קיין געשמאקע גראזן ווי צו פאשען. האט אינזינען אייך מיט אייערע שטאטישע מידגלידער אין גלייכן. וחי׳ אחיך עמך.

באריכטעט מאנטאג פר׳ שלח - דורך טשאדעלע דער מאנטאג מקוה גבאי.

[גלייבס מיר, שרייבן שטותים איז נישט קיין גרינגער עסק]
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג יוני 25, 2019 1:19 am

אה, אזוי געשמאק דא אריינצוקומען אין שענק! א גלעזל משקה ביטע, און וואס נאך איז נייעס?
mi a nagy ügy

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג יוני 25, 2019 9:21 am

די שטעטל קאכט ווי א קעסל,
בערל אברהם'ס עפענט אויף א נייע קרעטשמע, און איציק רופט אים צו דין תורה אלס משיג גבול,היינט האט מען נישט געקענט דאווענען פון אזויפיל קולות.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יוני 25, 2019 10:57 am

א נייער האט געשריבן:די שטעטל קאכט ווי א קעסל,
בערל אברהם'ס עפענט אויף א נייע קרעטשמע, און איציק רופט אים צו דין תורה אלס משיג גבול,היינט האט מען נישט געקענט דאווענען פון אזויפיל קולות.

בעצם פארשטיי איך נישט וואס די געפעכט איז דא, ווייל איציק פארקויפט בלויז וואדקע און אנדערע סארטן בראנפן, און בערל אברהם'ס גייט סך הכל פארקויפן אלע סארטן וויינען. אבער דאך קען איך אים עטוואס פארשטיין ווייל זייער מעגליך אז בערל וויל אנהויבן בלויז מיט וויין טאקע אז איציק זאל נישט קענען האבן קיין טענות, און דערנאך וועט ער שוין אויך אנהויבן אימפארטירן בראנפן... קען זיין...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעגאו מענטשעלע און 7 געסט