~אנקעטע ~ איז אייער בני בית מסכים חתונה צו מאכן שפארזאם ?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

איז אייער בני בית מסכים חתונה צו מאכן שפארזאם ?

~יא,~ סיי איך און סיי מיין בני בית זענען מסכים חתונה צו מאכן שפארזאם
40
51%
~יא~ מיין בני בית איז מסכים חתונה צו מאכן שפארזאם אבער איך נישט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
~ניין~, איך בין מסכים אבער מיין בני בית נישט
12
15%
~ניין, ~איך יא, אבער מיין בני בית איז "דערווייל" נאך נישט מסכים, אבער איך האלט אז זי קען טוישן איר מיינונג מיט די ריכטיגע פראפעגאנדע
20
25%
~ניין, ~נישט איך און נישט מיין בני בית האלטן ביים חתונה מאכן ביליג
7
9%
 
סך הכול שטימען: 79

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

~אנקעטע ~ איז אייער בני בית מסכים חתונה צו מאכן שפארזאם ?

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 10:12 pm

און די סעריע פין חתונה קריזיס אנקעטע'ס
וואס האלט אייער בני בית בנוגע חתונה מאכן שפארזאם

גיט אפ אייער שטימע
אייוועלט איז מאמענטאל די איינציגסטע אנקעטע סיסטעם

אייער שטימע האט א שטארקע וועליא, עסקנים און קהילות וועלן שטארק מעגליך זיך רעכענען מיט דעם


די ביז יעצטיגע אנקעטע'ס
אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?
~אנקעטע~ אויב וויפיל פראצענט מחותנים מאכן חתונות אויסגערעכנט וואלט איר מיטגעגאנגען
אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט
לעצט פאראכטן דורך בבל אום דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:19 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דאנארשטאג יוני 13, 2019 10:38 pm

כ'האב מורא אז ווען ס'קומט למעשה טוישט זיך אלעס,

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 10:56 pm

זאל איך צילייגן צי די פראגע. אז אין פאל זי האט נישט פער פרעשור.?
מיין קשיא איז צי מען איז מסכים מיט די מהלך
אדער זאל איך טוישן צו '' איז אייער בני בית ביי די מיינונג אז מען דארף( דראסטיש )שניידן די סטענדארט ''
איינער זאל מיך ביטע ארויסהעלפן פאר א גרעסערע עולם שטימט

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:34 pm

לייג א option צו דיינע קינדער זענען מסכים צי זיין די נחשונים.
ווען מיין ווייב אין איך זענען מסכים קיומט די חתן אין זאגט אז ער דארף א שיינע באווארפען מיט אלע געטראנקען אין טשאלענט קיגעלען גאלע אין ביי די חתונה כאטש 3 שפילערס מיט שירה אין ביי די חופה א פידעל סמאכט ערענסט די מצב מדארף עס האבען .
וואס זאל איך עם זאגען נאכדעם וואס ער ווארט שיון 20 יאר אין חולמט ווי אזוי די נאכט גייט איוסזען.
(איך מיין אז מדארף האבען קינדער אין די יארען צי וואטען)
Sorry for my misspellings

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג יוני 14, 2019 8:42 am

איינער האט מיך געשיקט אין אישי דעיס ארויפצולייגן
אויב עלטערן וועלן נישט רעדן ווי שיין יענער האט חתונה געמאכט. נאר אנשטאט, ארויסברענגען ווי עקלדיג ס'איז אויסצישטעכן יענעמ'ס אויגן, און ווי נאריש ס'איז ווען מ'געט אויס עקסטרע געלט אפילו מ'האט עס. דאן וועט זיין זוהן\טאכטער נישט פארלאנגען און מעגליך גאר אפילו נישט וועלן די אלע נארישקייטן

נאך א זאך. א טאטע וואס קען נישט זאגן "ניין" פאר א קינד אפילו ווען מ'דארף, און האט נישט אויסגעלערנט זיין קינד אז נישט אלעס וואס מ'זעהט און ס'גלוסט קען מען האבן, האט א גרויסע פראבלעם וויאזוי צו זאגן פאר זיין קינד אז ער איז נישט קיין מיליאנער

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » פרייטאג יוני 14, 2019 9:04 am

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:לייג א option צו דיינע קינדער זענען מסכים צי זיין די נחשונים.
ווען מיין ווייב אין איך זענען מסכים קיומט די חתן אין זאגט אז ער דארף א שיינע באווארפען מיט אלע געטראנקען אין טשאלענט קיגעלען גאלע אין ביי די חתונה כאטש 3 שפילערס מיט שירה אין ביי די חופה א פידעל סמאכט ערענסט די מצב מדארף עס האבען .
וואס זאל איך עם זאגען נאכדעם וואס ער ווארט שיון 20 יאר אין חולמט ווי אזוי די נאכט גייט איוסזען.
(איך מיין אז מדארף האבען קינדער אין די יארען צי וואטען)

אנטשולדיגט מיר אבער איינער מיט אזא פראבלעם, איז די חינוך נישט גוט.... אז איר קענט נישט זאגן פאר אייער קינד אז איר זענט נישט קיין מיליאנער דעמאלטס האט איר פראבלעמען נאך פארן טראכטן פון חתונה מאכן
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » פרייטאג יוני 14, 2019 9:20 am

בבל האט געשריבן:איינער האט מיך געשיקט אין אישי דעיס ארויפצולייגן
אויב עלטערן וועלן נישט רעדן ווי שיין יענער האט חתונה געמאכט. נאר אנשטאט, ארויסברענגען ווי עקלדיג ס'איז אויסצישטעכן יענעמ'ס אויגן, און ווי נאריש ס'איז ווען מ'געט אויס עקסטרע געלט אפילו מ'האט עס. דאן וועט זיין זוהן\טאכטער נישט פארלאנגען און מעגליך גאר אפילו נישט וועלן די אלע נארישקייטן

נאך א זאך. א טאטע וואס קען נישט זאגן "ניין" פאר א קינד אפילו ווען מ'דארף, און האט נישט אויסגעלערנט זיין קינד אז נישט אלעס וואס מ'זעהט און ס'גלוסט קען מען האבן, האט א גרויסע פראבלעם וויאזוי צו זאגן פאר זיין קינד אז ער איז נישט קיין מיליאנער

קודם כל הרב בבל ישר כח פאר מאכען אייוועלט אזא שיינע פלאטץ!!!
יעצט צי ענין...
מזאגט choose your battles.
ב"ה איך האב די מעגליכקייט צי ספענדען פאר חותנה מאכען אבער איך האב חשק צי מאכען א ביליגע חתונה ווייל איך האלט אז סאיז נאריש צי ספענדען אז די חברים זאלען זאגען WOW.
בד"ו מיין בחור איז נאכנישט קיין חתן.
איך האב נאר איוסגעשמוסט וואס פאסירט וואס איך האב געהערט פין משפחה וחברים
Sorry for my misspellings

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג יוני 14, 2019 9:46 am

מיין ווייב איז מסכים צו מאכן שפארעזאם אבער אויף א אנדערע מדריגה ווי מיר............
די שאלה איז וואס מיינט שפארזאם.
אסאך זאכן איז זי מסכים אבער אנדערע נישט. לדעתי לדעתי דארף מען עס צוטיילען צווישן די מתנות, שטאפיר\קליידונג, דירה, צרכי הבית, חתונה נאכט, שבת באווארפען\שבע ברכות, ועוד

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:55 pm

א קליינע עולם האט געוועלט דערווייל, ביטע גיט אפ אייער שטימע, ס'איז וויכטיג פאר עסקנים און כלל טיער

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:00 pm

לייג צו אן אפציע: זי זאגט אז זי איז גרייט אבער יעך ווייס פאר א פאקט אז ווען עס העט קומען למעשה וועט ניט זיין אזוי גרינג זיך א ריר צו טאן אין דעם נושא.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:02 pm

קו הישר האט געשריבן:לייג צו אן אפציע: זי זאגט אז זי איז גרייט אבער יעך ווייס פאר א פאקט אז ווען עס העט קומען למעשה וועט ניט זיין אזוי גרינג זיך א ריר צו טאן אין דעם נושא.

אויב איך לייג צי, גייט אין גארביטש אלע ביז יעצטיגע שטימען

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:06 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:מיין ווייב איז מסכים צו מאכן שפארעזאם אבער אויף א אנדערע מדריגה ווי מיר............
די שאלה איז וואס מיינט שפארזאם.
אסאך זאכן איז זי מסכים אבער אנדערע נישט. לדעתי לדעתי דארף מען עס צוטיילען צווישן די מתנות, שטאפיר\קליידונג, דירה, צרכי הבית, חתונה נאכט, שבת באווארפען\שבע ברכות, ועוד

איינמאל זי איז מסכים צו שפארן קען מען זיך אויסקומען, מיט אביסל שכל און אסאך סייעתא דשמיא...
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

ב שולם
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:00 pm

א גוטע ניק האט געשריבן:כ'האב מורא אז ווען ס'קומט למעשה טוישט זיך אלעס,

איך האב נישט מורא, איך ווייס אז ווען ס'קומט למעשה טוישט זיך אלעס

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג יולי 09, 2019 9:24 pm

קו הישר האט געשריבן:לייג צו אן אפציע: זי זאגט אז זי איז גרייט אבער יעך ווייס פאר א פאקט אז ווען עס העט קומען למעשה וועט ניט זיין אזוי גרינג זיך א ריר צו טאן אין דעם נושא.

ווען מ'מאכט אפ צי אכטונג געבן אויפן געלט, אפילו מ'ווערט פארשוועמט פון די געפילן, ווייסט מען נאכאלץ א גרעניץ

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג יולי 09, 2019 10:03 pm

רב בבל איך האף די ביסט אווער אז אייערע אלע אנקעטעס זענען בבחינת "להלכה ולא למעשה"...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט