'יעדער' מוז מיר איבערבעטן!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

'יעדער' מוז מיר איבערבעטן!

תגובהדורך טישטוך » זונטאג יולי 07, 2019 1:37 am

בס"ד

ס'געענדיגט! דאס יאר פאר איך נישט אין קאנטרי.

סארי קינדערלעך…

נישט סארי פאר דעם וואס איר גייט נישט זוכה זיין צו שלאפן אויף די באנק בעטן און עסן מוריטשקעס מיט קיוקאמבערס פאר פרישטאג, און אויך נישט סארי פארן נישט קומען וויזיטן ביי וויזיטינג דעי, נישט סארי פארן ענק נישט געהעריג לייגן שלאפן, נישט סארי פארן נישט ענק זען יעדן טאג, און אויך נישט סארי פארן ענק מער נישט באלעסטיגן אין מיין סייענע פאר צוויי שעה יעדע מאל מען האט געדארפט וויזיטן באבי אין מאנסי.

סארי פארן ענק יא נעמען יעדע יאר אין קאנטרי! סארי פארן ענק מאכן אזוי שווער מדי זומער בזימורו און פארן ענק נישט לאזן שלאפן אין ענקערע באקוועמע בעטן מיט קילע עיר קאנדישן…

און אויך בין איך סארי פאר מיינע זעלבסטבאשולדיגונג געפילן פארן זיך אליין אויסמוטשען און אויסהאראווען א גאנץ יאר אלס כדי איך זאל קענען טרעטן אין בלאטע אנשטאט די געווענליכע טראטואר, כדי איך זאל עסן נודל סופ אנשטאט געהעריגע עסן, כדי איך זאל גיין מיט וועש פאר דריי טעג אנשטאט פרישע געביגלטע גאטשעס טעגליך, פארן זיצן אין טרעפיק שעות לאנג יעדע סוף וואך, און אויך פארן ארבעטן יותר כפי יכולתי צו קענען פינאנצירן די משוגעת.

איך ערווארט אויך א סארי פון 'יעדער' וואס האט מיר געשריגן און געזאגט אז 'יעדער' גייט און 'יעדער' טוט און 'יעדער' וויל און 'יעדער' וועט.

'יעדער' מוז מיר איבערבעטן…

ווער איז 'יעדער'? איז ער א הויעכער? א גראבער? אדער גאר א קליינגעוויקסיגער שמאלער? האט אים שוין איינער אמאל געזען? אדער 'יעדער' האט מורא פון א גארנישט?

די קאנטרי איז נאר געמאכט פאר עשירים וואס קענען זיך ערלויבן זייערע ברייטהארציגע מאלצייטן און לטקסריעזער לעבנסשטייגער אויך ווען זיי זענען אין דער פרעמד, עס איז נישט געמאכט פאר דעם טיפישן ארבעטער און כולל אינגערמאן וואס רעכנט א דאלער אויף א דאלער, עס איז נישט געמאכט פאר 'יעדער' טראץ וואס 'יעדער' גייט…

'יעדער'! כ'האב נישט מורא פון דיר!
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג יולי 07, 2019 1:42 am

#יעדער. געפינט זיך אין דיינע לעצטע פאר שורה'ס........

מזל טוב צו דיין באפרייאונג, פון #יעדער. תפיסה!!!

וכל ישראל יראו יקחו מוסר
. . . . . . .

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יולי 07, 2019 2:07 am

טישטוך האט געשריבן:בס"ד

ס'געענדיגט! דאס יאר פאר איך נישט אין קאנטרי.

סארי קינדערלעך…

נישט סארי פאר דעם וואס איר גייט נישט זוכה זיין צו שלאפן אויף די באנק בעטן און עסן מוריטשקעס מיט קיוקאמבערס פאר פרישטאג, און אויך נישט סארי פארן נישט קומען וויזיטן ביי וויזיטינג דעי, נישט סארי פארן ענק נישט געהעריג לייגן שלאפן, נישט סארי פארן נישט ענק זען יעדן טאג, און אויך נישט סארי פארן ענק מער נישט באלעסטיגן אין מיין סייענע פאר צוויי שעה יעדע מאל מען האט געדארפט וויזיטן באבי אין מאנסי.

סארי פארן ענק יא נעמען יעדע יאר אין קאנטרי! סארי פארן ענק מאכן אזוי שווער מדי זומער בזימורו און פארן ענק נישט לאזן שלאפן אין ענקערע באקוועמע בעטן מיט קילע עיר קאנדישן…

און אויך בין איך סארי פאר מיינע זעלבסטבאשולדיגונג געפילן פארן זיך אליין אויסמוטשען און אויסהאראווען א גאנץ יאר אלס כדי איך זאל קענען טרעטן אין בלאטע אנשטאט די געווענליכע טראטואר, כדי איך זאל עסן נודל סופ אנשטאט געהעריגע עסן, כדי איך זאל גיין מיט וועש פאר דריי טעג אנשטאט פרישע געביגלטע גאטשעס טעגליך, פארן זיצן אין טרעפיק שעות לאנג יעדע סוף וואך, און אויך פארן ארבעטן יותר כפי יכולתי צו קענען פינאנצירן די משוגעת.

איך ערווארט אויך א סארי פון 'יעדער' וואס האט מיר געשריגן און געזאגט אז 'יעדער' גייט און 'יעדער' טוט און 'יעדער' וויל און 'יעדער' וועט.

'יעדער' מוז מיר איבערבעטן…

ווער איז 'יעדער'? איז ער א הויעכער? א גראבער? אדער גאר א קליינגעוויקסיגער שמאלער? האט אים שוין איינער אמאל געזען? אדער 'יעדער' האט מורא פון א גארנישט?

די קאנטרי איז נאר געמאכט פאר עשירים וואס קענען זיך ערלויבן זייערע ברייטהארציגע מאלצייטן און לטקסריעזער לעבנסשטייגער אויך ווען זיי זענען אין דער פרעמד, עס איז נישט געמאכט פאר דעם טיפישן ארבעטער און כולל אינגערמאן וואס רעכנט א דאלער אויף א דאלער, עס איז נישט געמאכט פאר 'יעדער' טראץ וואס 'יעדער' גייט…

'יעדער'! כ'האב נישט מורא פון דיר!

זייער גוט.

צו דיין איינס פאר די לעצטע שטיקל בין איך נישט מסכים מיט דיר. ווי קומט אריין עושר אין פיקטשער? לי י-הי אז מ'קען זיך עס יא ערלויבן וויזוי קען מען דארט לעבן ווי א מענטש? ווען ס'רעגנט איז אלעס א שטיק בלאטע מיט מאסקיטאוס, יעדע ריר דארף מען זיך עקסטער אריין זעצן אין קאר, וואס דו דארפסט קויפן ברויכסטו ארויס פארן אין טאון. א מין לעבן דאס. וואס איז מיר שלעכט אין מיין אייגענע נארמאלע הויז מיט אלע מיינע באקוועמלעכקייטן אווי איבערן יאר?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג יולי 07, 2019 6:37 am

פיין! גוט!

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג יולי 07, 2019 8:12 am

איש בל יעדר

איך זאג פארקערט יעדר בל איש

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג יולי 07, 2019 8:57 am

nmi האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:בס"ד

ס'געענדיגט! דאס יאר פאר איך נישט אין קאנטרי.

סארי קינדערלעך…

נישט סארי פאר דעם וואס איר גייט נישט זוכה זיין צו שלאפן אויף די באנק בעטן און עסן מוריטשקעס מיט קיוקאמבערס פאר פרישטאג, און אויך נישט סארי פארן נישט קומען וויזיטן ביי וויזיטינג דעי, נישט סארי פארן ענק נישט געהעריג לייגן שלאפן, נישט סארי פארן נישט ענק זען יעדן טאג, און אויך נישט סארי פארן ענק מער נישט באלעסטיגן אין מיין סייענע פאר צוויי שעה יעדע מאל מען האט געדארפט וויזיטן באבי אין מאנסי.

סארי פארן ענק יא נעמען יעדע יאר אין קאנטרי! סארי פארן ענק מאכן אזוי שווער מדי זומער בזימורו און פארן ענק נישט לאזן שלאפן אין ענקערע באקוועמע בעטן מיט קילע עיר קאנדישן…

און אויך בין איך סארי פאר מיינע זעלבסטבאשולדיגונג געפילן פארן זיך אליין אויסמוטשען און אויסהאראווען א גאנץ יאר אלס כדי איך זאל קענען טרעטן אין בלאטע אנשטאט די געווענליכע טראטואר, כדי איך זאל עסן נודל סופ אנשטאט געהעריגע עסן, כדי איך זאל גיין מיט וועש פאר דריי טעג אנשטאט פרישע געביגלטע גאטשעס טעגליך, פארן זיצן אין טרעפיק שעות לאנג יעדע סוף וואך, און אויך פארן ארבעטן יותר כפי יכולתי צו קענען פינאנצירן די משוגעת.

איך ערווארט אויך א סארי פון 'יעדער' וואס האט מיר געשריגן און געזאגט אז 'יעדער' גייט און 'יעדער' טוט און 'יעדער' וויל און 'יעדער' וועט.

'יעדער' מוז מיר איבערבעטן…

ווער איז 'יעדער'? איז ער א הויעכער? א גראבער? אדער גאר א קליינגעוויקסיגער שמאלער? האט אים שוין איינער אמאל געזען? אדער 'יעדער' האט מורא פון א גארנישט?

די קאנטרי איז נאר געמאכט פאר עשירים וואס קענען זיך ערלויבן זייערע ברייטהארציגע מאלצייטן און לטקסריעזער לעבנסשטייגער אויך ווען זיי זענען אין דער פרעמד, עס איז נישט געמאכט פאר דעם טיפישן ארבעטער און כולל אינגערמאן וואס רעכנט א דאלער אויף א דאלער, עס איז נישט געמאכט פאר 'יעדער' טראץ וואס 'יעדער' גייט…

'יעדער'! כ'האב נישט מורא פון דיר!

זייער גוט.

צו דיין איינס פאר די לעצטע שטיקל בין איך נישט מסכים מיט דיר. ווי קומט אריין עושר אין פיקטשער? לי י-הי אז מ'קען זיך עס יא ערלויבן וויזוי קען מען דארט לעבן ווי א מענטש? ווען ס'רעגנט איז אלעס א שטיק בלאטע מיט מאסקיטאוס, יעדע ריר דארף מען זיך עקסטער אריין זעצן אין קאר, וואס דו דארפסט קויפן ברויכסטו ארויס פארן אין טאון. א מין לעבן דאס. וואס איז מיר שלעכט אין מיין אייגענע נארמאלע הויז מיט אלע מיינע באקוועמלעכקייטן אווי איבערן יאר?


שטא מער די כאטקעס, די עשירים בויען זיך סאמער האומס באלד גרעסער פון זייער גאנציעריגע סיטי הויז

פענסי גראעסריס און טייערע סטעיק הייזער יאווענען זיך צו די הרי הקעטסקילס צו זעטיגן די רייכע קלאס
בלויז די הונטערשטע קלאס זענען געבליבן מיט די כאטקעס און מוריטשקעס

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג יולי 08, 2019 10:39 am

צ/ק, איך בעט דיר נישט איבער.
פארוואס קום אין אישי.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג יולי 08, 2019 11:23 pm

טישטוך האט געשריבן:בס"ד

ס'געענדיגט! דאס יאר פאר איך נישט אין קאנטרי.

סארי קינדערלעך…

נישט סארי פאר דעם וואס איר גייט נישט זוכה זיין צו שלאפן אויף די באנק בעטן און עסן מוריטשקעס מיט קיוקאמבערס פאר פרישטאג, און אויך נישט סארי פארן נישט קומען וויזיטן ביי וויזיטינג דעי, נישט סארי פארן ענק נישט געהעריג לייגן שלאפן, נישט סארי פארן נישט ענק זען יעדן טאג, און אויך נישט סארי פארן ענק מער נישט באלעסטיגן אין מיין סייענע פאר צוויי שעה יעדע מאל מען האט געדארפט וויזיטן באבי אין מאנסי.

סארי פארן ענק יא נעמען יעדע יאר אין קאנטרי! סארי פארן ענק מאכן אזוי שווער מדי זומער בזימורו און פארן ענק נישט לאזן שלאפן אין ענקערע באקוועמע בעטן מיט קילע עיר קאנדישן…

און אויך בין איך סארי פאר מיינע זעלבסטבאשולדיגונג געפילן פארן זיך אליין אויסמוטשען און אויסהאראווען א גאנץ יאר אלס כדי איך זאל קענען טרעטן אין בלאטע אנשטאט די געווענליכע טראטואר, כדי איך זאל עסן נודל סופ אנשטאט געהעריגע עסן, כדי איך זאל גיין מיט וועש פאר דריי טעג אנשטאט פרישע געביגלטע גאטשעס טעגליך, פארן זיצן אין טרעפיק שעות לאנג יעדע סוף וואך, און אויך פארן ארבעטן יותר כפי יכולתי צו קענען פינאנצירן די משוגעת.

איך ערווארט אויך א סארי פון 'יעדער' וואס האט מיר געשריגן און געזאגט אז 'יעדער' גייט און 'יעדער' טוט און 'יעדער' וויל און 'יעדער' וועט.

'יעדער' מוז מיר איבערבעטן…

ווער איז 'יעדער'? איז ער א הויעכער? א גראבער? אדער גאר א קליינגעוויקסיגער שמאלער? האט אים שוין איינער אמאל געזען? אדער 'יעדער' האט מורא פון א גארנישט?

די קאנטרי איז נאר געמאכט פאר עשירים וואס קענען זיך ערלויבן זייערע ברייטהארציגע מאלצייטן און לטקסריעזער לעבנסשטייגער אויך ווען זיי זענען אין דער פרעמד, עס איז נישט געמאכט פאר דעם טיפישן ארבעטער און כולל אינגערמאן וואס רעכנט א דאלער אויף א דאלער, עס איז נישט געמאכט פאר 'יעדער' טראץ וואס 'יעדער' גייט…

'יעדער'! כ'האב נישט מורא פון דיר!

שוין לאנג נישט געהערט אזעלכע אמת'ע ווערטער, א דאנק פאר'ן ארויסזאגן אזעלכע דיבורים.

באמת, שולדיג אין דעם מצב זענען אלע אדווערטייזמענטס; בעלי דרשנים; מעלדונגען פון קהלות; קול מבשר וכו' ואטו כי רוכלא ניתני וניזל, וואס יעדן זומער האלטן זיי אין איין איבער'חזר'ן די זעלבע פראזן - יעדער לויט זיין סטיל - "דער עולם" פארט אין קאנטרי, "דער עולם" איז אויף די בערג", וואס דאס באדייט אין אנדערע ווערטער אז די נארמאלע מענטשן וועלכע לעבן נישט אויף יענעמ'ס געלט און באצאלן זייערע חובות און גראסערי בילס אנשטאט צו ווארפן זייערע אויסגעבלוטיגטע גרייצער פאר די קאנטרי, אט די מענטשן זענען נישט קיין חלק פונעם עולם, זיי זענען גארנישט מיט נישט, זיי זענען פאלנע "לוזערס".
נו פארשטייט זיך אליינס אז נאכ'ן הערן פון פסח ביז נאך סוכות אז "דער עולם פארט אין קאנטרי" און אז "דער עולם איז שוין אהיימגעקומען פון קאנטרי" קיינער וויל נישט זיין פון אט די "לוזערס", נאר מ'וויל ענדערש זיין א חלק פונעם "עולם [גולם], דעריבער איז מען גרייט זיך צו צורייסן אויף שטיקער און בלייבן שולדיג געלט פאר אלע עסן געשעפטן, אבי ער זאל קענען זאגן פאר זיין שכן [דעם "לוזער"...] אז "איך בין געווען אין קאנטרי"!

איך האב בלויז אנגערירט דעם שפיץ פונעם אייזבארג פון דעם פארווייטאגטן ענין.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

'קיינער' דארף מיר נישט איבערבעטן

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג יולי 09, 2019 12:03 am

זיכער אזוי, שולדיג איז 'יעדער' - ווי דער קעפל פונעם אשכול לויטעט - דאס הייסט, בעלי דרשנים, מעלדונגען פון קהלות, קולמע, דער מלמד מיטן בייטש, דער בעל עגלה מיטן טייטש, דער רבי זז"ג, דער גבאי זז"ג, דער ראה"ק זז"ג, דער חזן, דער שמש, דער אונטער שמש, דער מענעדזשער, די ווייב זז"ג, די שוויגער זז"ג, מיין באסס, מיין לענדלארד, ואטו כי רוכלא ניזול ונחשוב.

זיי 'אלע' וואלטן ווען געדארפט - אדער בכלל נישט רעדן און שרייבן - אבער בעת צורך גדול, דארף מען שרייבן און זאגן 'אז רוב ציבור בלייבט טאקע ב"ה אין שטאט, אבער היות א מינדערהייט לוזערס פארן יא אין קאנטרי, צו אט די דאזיגע מינדערהייט טוען מיר ווידמען אונזערע ווערטער', ווייל דאס איז דאך דער ריינער אמת.

און דאס איז אויך נישט מער ווי גערעכט אז ס'רוב פונעם ציבור וואס פארט אין קאנטרי פארט לעבט אויף יענעמ'ס געלט און איז שולדיג חובות אין אלע גראסערי'ס.

ניין, קיינער בעט נישט איבער, קיינער איז גארנישט שולדיג, איך בלייב יעדעס יאר אין שטאט אפילו 'יעדער' פארט, און איך בין זיך ממש מחי' אין שטאט, אזויפיל רואיגער, אזויפיל פארקינג, קיינער יאגט זיך נישט, שבת איז נאך אסאך בעסער, קוים מנין אין מיין שול ווי איך דאווען, דער שטענדיג ברוגז'דיגער ראה"ק איז באכאשעם אין קאנטרי, ס'צוגיסט זיך א רואיגקייט אין אלע ביינער.

מוסדות איז דא ב"ה פאר מיינע קינדער ביז כמעט ארויף כתה ט', מיט אסאך אסאך אקטיוועטי'ס, זיי האבן ב"ה זייער הנאה, אזוי אז איך בין בכלל נישט איבערגענומען געווארן פאראיאר ווען כ'האב געזעהן אז יעדער פארט, און נישט די יאר ווען כ'האב געזעהן אז יעדער פארט.

איך באשולדיג קיינעם נישט פאַרן פאָרן, יעדער מעג און זאל ווייטער פארן געזונטערהייט און הנאה האבן, קיינער לעבט נישט אויף א צווייטנס געלט לכבוד דעם, און די פאקט איז אז יא, דער גרעסערער רוב פארט יא אין קאנטרי, און מ'מעג זיך באציען צו דעם פונקט ווי צו יעדע געשעענע פאקט, ס'מעג זיין גראסערי'ס און רעסטאראונט'ס וויפיל ס'גייט, און מ'מעג דאס אדווערטייזן מיט גרויס פאמפע דראמפע, קיינער נעמט גארנישט צו ביי קיינעם.

און איך וועל אי"ה ווייטער הנאה האבן אין שטאט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא און 6 געסט