בלאט 7 פון 10

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 9:47 pm
דורך קנאפער ידען
גרויסע-גדולה האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:וואס איז די פונקטליכער דאטום וואס מען גייט שטורמען? איך דארף טשעקען מיין סקעדיול

Sept 20 דאס איז דאך פרייטאג ערב סליחות. איך פלאן שוין צו זיין אין אומאן דעמאלטס!
עס איז ריין דיסקרימינעישאן דאס צו סקעדיולען אזוי נאנט צו די ימים טובים

חאכעם... זיי ווייסן אז די עליענס זענען אין אומאן דאן, קענען זיי אריינגיין אומגעשטערט :lol: :roll:

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 11:00 pm
דורך שפיגליצקי
טא וואס ברויך מען אריינגיין אויב נישט צו די עליענס?!

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 11:22 pm
דורך קנאפער ידען
שפיגליצקי האט געשריבן:טא וואס ברויך מען אריינגיין אויב נישט צו די עליענס?!

זען זייער שטעטל און מאסיווע טעכנאלאגיע!... זיי האלטן שוין אויף אזא עדווענסד מצב אז די ראבאטס קאנטראלן זיי שוין...

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 11:42 pm
דורך שפיגליצקי
יוראפ האט געשריבן:בד"וו די מענטשעלע פון סטריט וויו ביי גוגעל מעפס אויף עריע 51 ווערט טראנספארמירט צו א יו עפ או, ס'שרעקעדיק, גיט 8 ווען איר קומט דארט אן

אזוי אויך ווען מ'קלאפט אריין די אדרעססע קומט ארויף עריע 51 עליען סענטער....

געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2019 6:31 pm
דורך צייט שטיפער
די עיר פאר'ס האט ווידעראמאל ארויסגעגעבן א שארפע ווארענונג פאר די וואס פלאנירן זיך אריינצודרינגען אינעם עריע, נאך וואס די גרופע האלט שוין ביי אנדערטהאלבן מיליאן איינגעשריבענע.

זיי ווארענען ווידעראמאל מען זאל זיך נישט וואגן נאנט קומען, און די מיליטער וועט אננעמען יעדן מיטל זיך צו פארטיידיגן

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 12:16 am
דורך שפיגליצקי
נע, מיינט נישט מיך...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 5:47 am
דורך א נייער
שפיגליצקי האט געשריבן:נע, מיינט נישט מיך...

איך האב באקומען א מעלדונג פון די חברה, דיר צו זאגן אז זיי מיינען יעדעם איינעם, אויך דיר.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:02 am
דורך גיב א שמייכל
אנקעטע: דו זעהסט א שילד "ווארענונג! אריינגיין פארבאטן" וואס טוסטו?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=40111

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 8:23 am
דורך צייט שטיפער

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 10:06 am
דורך Think and Thank
דאס האט אן אייוועלטניק געמאכט. קיין שום גוי וואלט נישט געספעלט מארטש merch.

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 10:19 am
דורך קרייסלער
Think and Thank האט געשריבן:דאס האט אן אייוועלטניק געמאכט. קיין שום גוי וואלט נישט געספעלט מארטש merch.

Merch is short for merchandise

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 11:11 am
דורך כהאב נישט קיין ניק
צייט שטיפער האט געשריבן:https://www.stormarea51.us/

א גיטע ביזנעס קאפ.
ער האט אויף גישטרומיט די וועלט יעצט פארקויפט ער העמדער ;l;p-

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 11:25 am
דורך איינפאכער איד
שפיגליצקי האט געשריבן:נע, מיינט נישט מיך...

עניוועי, מיין טאטע איז גוט מיט דעם סארדזשענט... [קרעדיט: יואלי לעבאוויטש]

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 12:04 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
די מיליטער גיבט איבער בשם די עיליענס אז זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט זיך צו טרעפן מיטן המון עם.
קארטעז האט שוין אראפגעריסן די עיליענס זאגענדיג: "די זענען ראסיסטן און האספולע באשעפענישן, און אויב זיי גלייכן אונז נישט קענען זיי גיין פון וואו זיי קומען!"
[דאכצעך מיר אז כ'האב ערגעץ געהערט דעם אויסדריק ערגעצוואו... עניוועי, פארדרייטס נישט דעם אשכול.]

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 8:53 pm
דורך אסדר לסעודתא
אסדר לסעודתא האט געשריבן:כ'האף אז די אלייענס וועמען זיי ווילן דארט טרעפן, זענען וואקסינירט.

כ'האב הנאה געהאט צו הערן הערשל פר"מ איבערזאגן דאס ווערטל אויפן לייוו פראגראם היינט.

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 1:13 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
די גרינדער פון די באוועגונג צו שטורעמן עריע 51 איז ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט זאגן אז ער האט בלויז געמאכט א וויץ און צו זיין באדויער האבן דאס מאנכע אנגענומען ערנסט, ער האט דערביי אויסגעדריקט זארג צו וואס אזא אקט קען ברענגען וויבאלד ער האט געהערט פון מענטשן אז זיי זענען גרייט צו שטארבן אבי צו געוואר ווערן ואס עס גייט דארט פאר. ער זאגט אז ער פלאנירט אפשר צו מאכן א נארמאלע פארזאמלונג אנשטאט דעם שטורעם.
איין זאך איז זיכער, אויב מאכט ער א נארמאלע פארזאמלונג... גיי איך נישט!

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 2:07 pm
דורך אסדר לסעודתא
הייסט אז ס'איז נישט רוסלאנד אדער איראן?...

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 2:23 pm
דורך צייט שטיפער
ער האט מורא פון די אמעריקאנע רעגירונג, זאגט ער דאס

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 9:49 pm
דורך יעקב פריינד
צייט שטיפער האט געשריבן:ער האט מורא פון די אמעריקאנע רעגירונג, זאגט ער דאס

מען האט געוויסט גראד פון אנפאנג דעיס איז א דזשאק נישט נאר יעצט זאגט ער עס

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 9:58 pm
דורך גרויסע-גדולה
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:די גרינדער פון די באוועגונג צו שטורעמן עריע 51 איז ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט זאגן אז ער האט בלויז געמאכט א וויץ און צו זיין באדויער האבן דאס מאנכע אנגענומען ערנסט, ער האט דערביי אויסגעדריקט זארג צו וואס אזא אקט קען ברענגען וויבאלד ער האט געהערט פון מענטשן אז זיי זענען גרייט צו שטארבן אבי צו געוואר ווערן ואס עס גייט דארט פאר. ער זאגט אז ער פלאנירט אפשר צו מאכן א נארמאלע פארזאמלונג אנשטאט דעם שטורעם.
איין זאך איז זיכער, אויב מאכט ער א נארמאלע פארזאמלונג... גיי איך נישט!

וואס זאל איך יעצט טון! איך האב געקויפט א טראקלאוד מיט רייזמאןס קוקיס דארט צו פארקויפן, און איך האב שוין גערעדט מיט בעריש פרייליך זאל מיר ערלעדיגן א פערמיט צו פארקויפן דארט, און יעצט וואס טו איך דא????

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 10:02 pm

וואס שרייסטו אויף מיר? דו האסט בכלל געהאט באשטעלט א פלאץ ביי מיר? איך געדענק שוין נישט.

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 10:13 pm
דורך HelpMe
גרויסע-גדולה האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:די גרינדער פון די באוועגונג צו שטורעמן עריע 51 איז ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט זאגן אז ער האט בלויז געמאכט א וויץ און צו זיין באדויער האבן דאס מאנכע אנגענומען ערנסט, ער האט דערביי אויסגעדריקט זארג צו וואס אזא אקט קען ברענגען וויבאלד ער האט געהערט פון מענטשן אז זיי זענען גרייט צו שטארבן אבי צו געוואר ווערן ואס עס גייט דארט פאר. ער זאגט אז ער פלאנירט אפשר צו מאכן א נארמאלע פארזאמלונג אנשטאט דעם שטורעם.
איין זאך איז זיכער, אויב מאכט ער א נארמאלע פארזאמלונג... גיי איך נישט!

וואס זאל איך יעצט טון! איך האב געקויפט א טראקלאוד מיט רייזמאןס קוקיס דארט צו פארקויפן, און איך האב שוין גערעדט מיט בעריש פרייליך זאל מיר ערלעדיגן א פערמיט צו פארקויפן דארט, און יעצט וואס טו איך דא????

ער גייט נישט, די קענסט ווייטער גיין פארקויפן

מאך נאר זיכער אז האסט די סטיקערס געבאקן נאך פסח תש"פ אויב עס בלייבט דיר איבער

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 4:32 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
כ'האב מורא אז די שטורעם איז פארביי... קיינער רעדט שוין נישט דערפון.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 4:41 pm
דורך צייט שטיפער
ס'איז דאך שוין געווען הודאת בעל דין

געשריבן: דאנארשטאג יולי 25, 2019 10:04 am
דורך אחת ואחת
צייט שטיפער האט געשריבן:ס'איז דאך שוין געווען הודאת בעל דין

זיי זיך מסביר ביטע