בלאט 1 פון 10

שטורעם עריע 51

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 12:10 pm
דורך צייט שטיפער
א גרויסע געשעעניש האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען אויפן אמעריקאנער קאנטינענט,

אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסער אקטעוויסט האט געעפענט א גרופע מיטן נאמען "שטורעם עריע 51, זיי קענען אונז נישט אפהאלטן אויף איינמאל" באציענדיג זיך צום גאר געהיימפולסטן געגענט אינעם לאנד וואס געפינט זיך אין נעוואדע, ארום 80 מייל ווייט פון לאס וועגאס, וואס איז ביז יארע 2013 גענצליך געלייקנט געווארן דורך די אמעריקאנע רעגירונג איבער איר עקזיסטענץ בכלל, און האט אין יענער צייט צום ערשטן מאל מודה געווען בכלל דערין, און אז עס קומען פאר דארט גאר געהיימפולע אפעראציע'ס דורך'ן USAF (יוניידעט סטעיטס עיר פארס) נאכן ווערן געשלעפט אין געריכט דורכן דזשארדזש וואשינגטאן יוניווערסיטעיט פאר עטליכע יאר פארן אנקלאגע אויפן פארלעצן פרידאם אף פאבליק אינפארמעישן.

אלעס וואס זי האט אבער דעמאלטס ארויסגעגעבן איז געווען אז עס קומען דארט פאר אקטיווע אפעראציע'ס דורכן עיר פארס זינט יאר 55' למספרם נאך אינעם אנהויב פונעם קאלטן קריג, אבער סיי וועלעכע אנדערע דעטאלן זענען נישט געווארן ארויסגעגעבן, און די גאנצע געגענט ארום איז ארום גענומען מיט א צוים און גאר ערנסטע זיכערהייט מעטאדן, ווי קאמערעס, מעטאל דיטעקטאר'ס אד"ג און ווארענונג'ס שילדן לויטן אז מען קען גלייך דערשאסן ווערן ביים פרובירן אריינדרינגען, אלעס זיכער צו מאכן אז פרעמדע באזיכער קומען נישט נאנט דערצו.

לויט די רעגירונג פארשריפטן טארן אפי' נישט אפיציעלע רעגירונג באאמטע און מילטערישע פערסענאל זיך נישט אריין באקומען אהין, און דער וואס באקומט שוין יא רשות אריין צו גיין, איז דאס אן קיין שום סעלפאון, קאמערע'ס אד"ג.

אינעם לעצטן יונאר אליינס האט עמיצער פרובירט צו איגנארירן די ווארענונג שילדן און פרובירט זיך אריינצודרינגען און איז באלד דערשאסן געווארן צום טויט דורך זיכערהייט וועכטער, אויסהויכענדיג די נשמה צו קאפנס פון די שרעקעדיגע נישט גוטע.

דאס אלעס האט צוגעברענגט ביי פארשידענע טעאריקער אינעם פאלק צו קאנספערירן פארשידענע קאנספיראציעס, די מערסט באוויסטע דערפון, איבער די עיליענס, און זייערע פליה געצייג ווערנדיג גערופן מיטן צו נאמען UFO, וואס ווי זיי גלייבן געפינט זיך דארט ווארשיינדליך א שטיקל יושב פון זיי.

נאך אזויפיל יאר קאנספערירן, זענען מאנכע צוגעקומען צו דעם לא עת לחשות, און האבן באשלאסן צו נעמען די לייצעס אין די הענט אריין, און אליינס אויספארשן מה נורא המקום הזה, וואס דארט גייט פאר, און שטורעמען צו גיין אריין אהין באזיכן די אומ-מענטשליכע אומ-מענטשן, ווי זיי זאגן "אז מיר וועלן לויפן, קענען מיר לויפן שנעלער ווי זייערע בולעט'ס!"

אבער כדי דאס אויסצופארשן מוז מען האבן אסאך פערדן קראפט כדי זיך צו קענען דארט אריינדרינגן און אויסמיידן די מיליטערישע וואך, איז געעפענט געווארן א גרופע, וואס יעדן וואס נאגט דער זעלבער פראגע האט די מעגליכקייט אליינס צו אויסצופארשן די זאך און זיך אויך אנשליסן און דער גרופע "שטורעם עריע 51"

ווי די מידיע קוועלער געבן איבער, זענען פון די 169 מיליאן פעיסבוק באניצער איבער די אמעריקאנע יבשה פארהאן אריבער 1.2 מיליאן וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם קאמפיין זיך אריינצודרינגען אינעם העכסט געהיימען עריע 51.

אריבער 2.5 מיליאן מאל איז שוין געגאגלט געווארן אין די לעצטע צוויי טאג, די ווערטער עריע 51.

מיליטערישע און ווי אויך רעגירונג באאמטע, האבן שוין גענומען שריט זיך צן באווארענען דערפון, און האבן שוין געזאגט פאר די מידיע אז עס ווערן גענומען ערנסטע שריט, און אז די היימלאנד שטייט גרייט און וועט שטענדיג זעהן צו באשיצן אירע איינוואוינער און אירע מיליטערישע אפעראציע'ס, און אז קיינער זאל זיך נישט וואגן אריינצוקומען צו איינע פון אירע באזעס איבערן לאנד אן ערלויבעניש.

ווי די לאקאלע חברים גיבן איבער, רעקומענדירן זיי נישט אריינצוגיין אן טרינק וואסער, וויבאלד דער לאקאלער לעיק, גראאם לעיק, איז נישט אויף צום טרינקן.

ווי אויך גיבט דער לאקאלער חב"ד רב אין עריע 51 איבער אז עס וועט זיין צו באקומען שוץ ביי אים אין קעלער אויב עס פעלט זיך אויס.

עס איז נאכנישט זיכער די מאטיוון פון די אריינדרינגונג צווישן די ארגענעזירער, מעגליך וועט מען פרובירן צו ארויסראטעווען די עליענס וואס זענען דארט פארהאלטן, אדער וועט מען גאר מעגליך דארפן מלחמה האלטן מיט זיי, און די נאנטע וואכן וועט האפענטליך ווערן מער קלארער.

די באשטימטע דאטום פארן פארמעסט איז ערווערטעט אויף סעפטעמבער 20 למספרם.

אפדעיט'ס איבער פראגראם וועט דא לויפן אין די קומעדיגע חדשים, מיר בעטן זייער די וואס באשליסן אנטייל צו נעמען אינעם איווענט, ארויף צו קומען דא מיט לייוו אפדעיט'ס. וה' ישמרך מכל רע.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 12:15 pm
דורך איש האשכולות
שיין באשריבן די הפגנה, אבער דיינע בילדער קומען נישט ארויף ביי מיר.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 12:39 pm
דורך געלעגער
גוט געשריבן. געוואלט גראדע עפענען היינט אן אשכול דערוועגן. א דאנק פארן אויסכאפן

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 1:04 pm
דורך מצב כללי
ווי אויפן מאפע געפינט זיך עריע 51?

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 1:06 pm
דורך מצב כללי
געלעגער האט געשריבן:גוט געשריבן. געוואלט גראדע עפענען היינט אן אשכול דערוועגן. א דאנק פארן אויסכאפן


געלעגער אויב האסטו געוואלט עפענען אן אשכול היינט קענסטו עס נאך אלץ טון איבער עני אנדערע נושא

דער עולם ווארט צו ליינען עפעס פון דיין געשמאקע שריפט

יישר כח

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 1:37 pm
דורך גרויסע-גדולה
מיין פילטער לאזט נישט גיין צו די אלע סאשעל מידיע סייטס זיך איינצושרייבן.
למה נגרע? פארוואס זאל נישט זיין א היימישן פלאץ ווי זיך איינצושרייבן?
מיר האבן דאך אייגענע געברויכן.
איינער קען אפשר מאכן אויף עפעס אן אופן מען זאל זיך קענען איינשרייבן דא אויף אייוועלט ? פארשטייצעך מיט הצלה און חברים וואלונטירן

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 2:03 pm
דורך ר' יום טוב
וואס פוטין קען אלס אנדרייען....

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 3:04 pm
דורך בעל דמיון
איר ווייסט דארט גייט פאר?
האבעך נעכטן געליינט, נישט נאר UFO's נאר אויך פיזיקעל עליענס! געוויסע מענטשן וואס זאגן אז זיי האבן געארבעט דארטן (אפי' ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען זיך סותר וויל אין די זעלבע צייט האבן זיי אויך געארבעט אויף די אנדערע זייט לאנד...) דערציילן ווי אזוי זיי האבן געארבעט מיט אן עליען מיטן נאמען J-Rod און זיי פארשן אים אויס וועגן געוויסע וויירעסוס און טעכנעלאגיעס פון זייערע היים ערטער...
לגבי די UFO's האבן געוויסע פון די מיליטער דערציילט אז די קאנספיראציעס האבן זיך אנגעהויבן נאך פאר ס'איז געווען א ריסטריקטעט עריע און א נאו פליי זאון און מ'האט דארט געמאכט טעסטס אויף נייע פליגערס וואס בימים ההם זענען געווען זייער אויפפאלענדע שעיפס און ס'איז געפלויגן אסאך העכער און שנעלער ווי קאמערציאלע פליגערס און אויך וויאזוי די זין האט ריפלעקטעד פון דעם האט עס אויסגעזעהן צו די פילאטן פון די קאמערציאלע פליגערס ווי UFO's און די איבריגע איז היסטארי...

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 3:54 pm
דורך צייט שטיפער
נישטערנדיג אויפן מאפע דערנעבן זעה איך אזעלעכע שרעקעדיגע אויסזעענדע רונדן,

איינער ווייסט פשט דערין?

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 5:01 pm
דורך דממה דקה
יוש, איך האב געמיינט דאס האט שייכות מיטן שטורם אין מאנסי

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 7:24 pm
דורך שפיגליצקי
צייט שטיפער, הערליך געשמאק! אויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע אנגעבלאזענע לעפצן.

כ'האב שוין געשריבן אין אנדערן אשכול, אויב וועלן זיי נאר וועלן אריין דרינגען, וועט נאך דעם הויכן ברכת על השחיטה וואס די רעגירונג וועט מאכן מיט גרויס פייערליכקייט, זיי אלע פארוואנדלען אין עליענס.

הערה: מ'דארף צו פאררעכטן דעם "שטורעם" פונעם קעפל.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 9:04 pm
דורך יעקב פריינד
האלט עס שוין יעצט ביי 900,000 מענטשען וואס האבו שוין געשריבן אויף פעיסבוק אז זיי וועלן אנטייל נעמען אין אינוואדירן די עריע 51

און אנדערע נייעס קומט אריין אז די US עיר פארס האט געווארענט אז זיי וועלן שטיין קאמפס גרייט נישט אריין צולאזן קיינעם

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 9:21 pm
דורך בבל
ס'איז דא 850,000 פאליציאנטן אין יוניידוד סטעיטס אוף אמעריקע, פלאס 800,000 סאלדאטן אינקלודעט נעשנל גארדס, סא אויב עס קימען אפילו האלב דערפון האסטי 800,000 פאליצייישע כוחות
800,000( אויב עס וועט אויספעלן )פאליציי וועלן אקען שטיקער( מיט די איזראעלי רייש )
מען דארף שאפן די בוא''ש שטינקעדיגע וואסער
עני מעקסיקאנער וואס מען וועט ארעסטירן ביי די הפגנה, און האט נישט קיין מעמד סיטסן וועט מען ארעסטירן צי לשכת ה פאליציי און צוריק שיקן קיין מעקסיקא

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 10:46 pm
דורך nmi
850 טויזענט חברה האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג? אקעי לכאורה רובה דרובה זענען ניז רעפארטערס מיט UFO הויכע גלייבענדיגע. אבער זיי פארשטייען נישט אליין אז א סוד פון די US military בלייבט א סוד און די מיליטער איז מיליען מאל שטערקער פון זיי זיך צו שלאגן???

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 10:53 pm
דורך גרויסע-גדולה
nmi האט געשריבן:850 טויזענט חברה האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג? אקעי לכאורה רובה דרובה זענען ניז רעפארטערס מיט UFO הויכע גלייבענדיגע. אבער זיי פארשטייען נישט אליין אז א סוד פון די US military בלייבט א סוד און די מיליטער איז מיליען מאל שטערקער פון זיי זיך צו שלאגן???

זייער אסאך מענטשן שרייבן זיך סתם אזוי איין פאר די דשאוק דערפון און פלאנען בכלל נישט צו גיין.
דא אויף אייוועלט איז עס געווארן באריכטעט אזוי סיריעס, אבער עס איז מער אזא דשאוק ווי רעאליטי.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 11:01 pm
דורך ליידיג גייער
שפיגליצקי האט געשריבן:צייט שטיפער, הערליך געשמאק! אויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע אנגעבלאזענע לעפצן.

כ'האב שוין געשריבן אין אנדערן אשכול, אויב וועלן זיי נאר וועלן אריין דרינגען, וועט נאך דעם הויכן ברכת על השחיטה וואס די רעגירונג וועט מאכן מיט גרויס פייערליכקייט, זיי אלע פארוואנדלען אין עליענס.

הערה: מ'דארף צו פאררעכטן דעם "שטורעם" פונעם קעפל.

איך גלייב אז עס איז נישט אזוי פשוט אפילו אויב ס' רוקן זיך 10-25,000 אמעריקאנע סיטיזנס. קען מען נישט גלאט אזוי מאכן א על השחיטה אזוי שמיר נישט דיר נישט, און דאס איז לכאורה זייער חשבון.
אבער די מיליטער האט לכאורה גענוג וועגן.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 11:12 pm
דורך HelpMe
איינער קען צו ווייזן א מאפע לינק צו די דאזיגע שעדליכע מקום?

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 11:14 pm
דורך שפיגליצקי
ס'עפעס שעדליך?

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 11:15 pm
דורך פעטער יעקל
דאכצעך ס'שוין געוועזען דא א לינק היינט פון דעס מקום,
מאיזה סיבה איז דאס פאמעקט געווארן.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 11:18 pm
דורך מצב כללי
פארוואס האט מען פארמעקט דעם לינק?

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 11:19 pm
דורך צווייפעל
ר' יום טוב האט געשריבן:וואס פוטין קען אלס אנדרייען....


פוטין דערשטיקט זיך פאר געלעכטער ווי צודריידט אמעריקע איז, אז אפאר משוגעים קענען פאר ליידיקייט שטעלן דאס זיכערהייט פון לאנד אין געפאר.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 11:20 pm
דורך ווישוואש

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 11:28 pm
דורך פעטער יעקל
צווייפעל האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:וואס פוטין קען אלס אנדרייען....


פוטין דערשטיקט זיך פאר געלעכטער ווי צודריידט אמעריקע איז, אז אפאר משוגעים קענען פאר ליידיקייט שטעלן דאס זיכערהייט פון לאנד אין געפאר.


דאס לאנדס זיכערהייט איז יעצט אין געפאר???????

איך הייב שוין אן מורא צו האבן

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 11:45 pm
דורך צווייפעל
עס איז א קלאסיפיצירטע מיליטערישע באזע, און מענטשן טארן זיך נישט דרייען דארט.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 12:13 am
דורך בעריש'ל
דממה דקה האט געשריבן:יוש, איך האב געמיינט דאס האט שייכות מיטן שטורם אין מאנסי

יאפ עהע.
רוט 51 אין מאנצי.