בלאט 1 פון 1

וואס איז געווען אייער ערשטער מאדעל סעלפאון?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:02 am
דורך בעל דמיון
שוין דא אזא אשכול?
כ'האב געטראכט אז אין די היינטיגע וועלט וואס ס'קומען ארויס דעילי נייע דיווייסעס (טעקנעקלי איז עס די זעלבע נאר מיט א העכערע נאמבער און א הונדרעטער מער...) וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פונעם עולם דא מיט וועלכע דיווייס (ס'האט שוין געהייסן דיווייס דעמאלטס?) מ'האט אנגעהויבן.
למשל אני הקטן האב געהאט אפאר ערשטע דיווייסעס.
די ערטשטע אלץ בחור ווען דער עולם האט נאך געהאט ביפערס (אה, די ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז :wink: ) איז געווען א סאני עריקסאן T28 כזה:
Ericsson_T28s.jpg
Ericsson_T28s.jpg (7.71 KiB) געזעהן 1039 מאל

האמיר געהאט א חבר וואס האט געקענט מאכן אז די פריפעיד זאל ארבעטן אנלימיטעד...

נאכדעם ווען מאיז געפארן קיין א"י לערנען האמיר זיך איינגעהאנדלט איינע פון די פאפולערע נאקיע פאון'ס וואס האט געהאט די באקאנטע סנעיק געים וואס איז געווען די דעמאלטסטיגע ווערזשין פון בריק ברעיקער (וואס, די ווייסט נישט, די ביזט שוין אויך פארכאפט אין קענדי קראש?)

נאכדעם ווען מ'האט חתונה געהאט נישט מער געדאכט האט מען זיך אפיציעל געקויפט די דאן שפאגל נייע פארגעשריטענע על-ג'י פיוזיק, כזה:
lg-fusic-full-1.jpg
lg-fusic-full-1.jpg (41.48 KiB) געזעהן 1039 מאל

און שוין, נאכדעם זעמער שוין געגאנגן מיטן שוואונג, סענטרא, ב"ב וואס מ'האט געסקראולט פון די זייט, נאכדעם מיטן באלי, נאכדעם די פארגעשריטענע טאוטש, ענדרויד, עפל, ענדרויד, און פיינעלי ב"ה צוריק צום כשר'ן פליפ פאון!

אדרבה קומט אריין און לאזט זיך הערן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:27 am
דורך פאר'מוח'ט
אז דו דערמאנסט דעם נחש'ל קומט ארויף די קאשמארן פון זיצן שעות און פאר'תכלעווען אויף דעם נארישן געים...
היינט זעהט מען געוויסע איינגעטינקן אינעם קענדי קראש גיי זיי מסביר וואס אונז האבן אמאל געהאט...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:41 am
דורך דניאל אויערבאך
כגעדענק נישט פונקטליך מיין מאדעל, אבער זיכער האט עס נישט געהאט א קאלער סקרין!! נאר אזא גרינע בעקראונד.
גראדע איך בענק זיך נאך די פשטות פון יענע פאון.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:44 am
דורך פאר'מוח'ט
לויט ווי אך געדענק האט זיך די בעטערי געהאלטן פאר זייער לאנג (ס'האט נישט געהאט קיין סיבה פארוואס אויסצוגיין...).

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:29 pm
דורך nmi
דניאל אויערבאך האט געשריבן:כגעדענק נישט פונקטליך מיין מאדעל, אבער זיכער האט עס נישט געהאט א קאלער סקרין!! נאר אזא גרינע בעקראונד.
גראדע איך בענק זיך נאך די פשטות פון יענע פאון.

דו בענקסט זיך אויך נאך די שטייטקייט און די גרויסקייט פון יענע פאוןס?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:24 pm
דורך פראהביטש
Motorola v3688
כבענק נאך עס....

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:02 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
מיין ערשטע סעלפאון איז געווען א קאלקאלעיטאר.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:25 pm
דורך פראהביטש
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיין ערשטע סעלפאון איז געווען א קאלקאלעיטאר.

שטימט טאקע

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:31 am
דורך נישט פשוט
איך בין פון די שפעטערע דור, און איך בין געווען א וואוילע ( :roll: ) סאוי האב איך נישט געהאט קיין סעלפאון, אבער איך געדענק די אנהייב פון די סעלפאון עפאכע, די ערשטע וואס איך געדענק.
y7brNnlTjs.png
y7brNnlTjs.png (425.81 KiB) געזעהן 795 מאל

די גרעסטע צרה איז מיט די היינטיגע פאונס אז סהאט נישט די אנטענטע ארויס צו שלעפען, סאוי די מעכטיגע וואס פלעגען עס געבען א שלעפ מיט די ציין ...האב שוין נישט די קעפבעבלטיס דערצו.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:28 pm
דורך א נייער
נישט פשוט האט געשריבן:איך בין פון די שפעטערע דור, און איך בין געווען א וואוילע ( :roll: ) סאוי האב איך נישט געהאט קיין סעלפאון, אבער איך געדענק די אנהייב פון די סעלפאון עפאכע, די ערשטע וואס איך געדענק.
y7brNnlTjs.png

די גרעסטע צרה איז מיט די היינטיגע פאונס אז סהאט נישט די אנטענטע ארויס צו שלעפען, סאוי די מעכטיגע וואס פלעגען עס געבען א שלעפ מיט די ציין ...האב שוין נישט די קעפבעבלטיס דערצו.

עפעס שטערט דיר אז ביזט געווען וואויל....

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:12 pm
דורך אונגארישער
פראהביטש האט געשריבן:Motorola v3688
כבענק נאך עס....



Same here. Plus a beeper with voice mail

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:24 pm
דורך shimon7323
געדענק איך נאך ווי א שכן אונזערע וואס האט געהאט געלט און געווען א ביזנעסמאן האט געהאט א קליין רענצעלע וואס האט געהאט דער מעגליכקייט צי רופן אויך.

נאכדעם דער גרויסע נאקיע טעלעפאן וואס דער היינטיגע קארדלעס פאונס זענען שוין קלענער פון דעם.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:57 am
דורך farshlufen
א מאטאראלע v66 א קליינע דינטשיגע געלונגענע פליפ פאון.

דאס בילד איז פארגרעסערט


געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 4:16 pm
דורך נאו נעים
זעהט אויס איך בין נא נישט 'אזוי' אלט
Katana2
סארי כאניש א בילד

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 4:50 pm
דורך FedEx
מאטאראלע i90c פון נעקסטעל. באקומען אלס מתנה פון די ב"ב תחי'
7071-nextel-motorola-i90c.jpg
7071-nextel-motorola-i90c.jpg (20.73 KiB) געזעהן 507 מאל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 5:55 pm
דורך יוראפ
האמיר געהאט די אויבנדערמאנטע סטאר טעק, נאך אפאר וואכן זיך ארומדרייען דערמיט אין ישיבה האב איך מיר געכאפט אז די סיגנעל לייט זעט זיך דורך ס'חאלאטל, אינטרעסאנט קיינער פון די משגיחים האט מיך נישט אויפגעמערקט... עניוועיס ביז כ'האב פארשאפט דעם גראבן בעטערי האט מען שוין נישט געקענט האבן קיין סערוויס דערויף... געוויסע רייסערס האבן ארויפגעקלעבט אזא געוויסע אייזנדל וואס האט מכלומרשט צוריקגעהאלטן די ראדיאציע...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:09 am
דורך דערבארומדיג'ער
Katana זייער א פיינע פאון געווען, עס ליגט נאך ביי מיר אינדערהיים.