האומסקולינג

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אבי איינער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

האומסקולינג

תגובהדורך אבי איינער » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:28 pm

אין ליכט פון די רעליגיעזע עקזעמפשאן אפשאפונג און די ערווארטונג פון גזירת החינוך איז לעצטענס דא א שטארקע גערעדאכץ איבער די געדאנק פון האומסקולינג.
ווי ווייט איך האב ביז היינט געוואוסט איז האומסקול דוקא אין די היים פון די קינדער, אדער צוויי דריי פאמיליעס אינאיינעם.
אבער לעצטענס הערט מען נאכאנאנד רעדן איבער אוועקשטעלן א געהעריגע שולע סיסטעם, וואו עס וועלן זיין קלאסן און טיטשערס מיט א געהעריגע סקול סעטינג, אבער עס וועט נאך אלץ פאלן אונטער די קאטעגאריע פון האומסקול.
איך האב דערויף צוויי שאלות.
די ערשטע איז מאן יימר אז א קלאס מיט א געהעריגע סקול סעטינג קען אריינפאלן אונטער די קאטעגאריע פון האומסקול, און ווער זאגט אז די רעגירונג וועט נישט קומען זאגן אז דאס הייסט א געהעריגע שולע. בקיצור וואו איז די לעגאלע באזיס צו אזא סקול-נישט-סקול
און צווייטענס איז דא אזא פרעצעדענט אין ניו יארק סטעיט, אדער אפילו אין אן אנדערע סטעיט.

ביטע זיך האלטן צו די נושא און נישט פארקריכן אין די נושאים פון וואקסינען אדער גזירת החינוך והמסתעף

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:42 pm

אבי איינער האט געשריבן:ביטע זיך האלטן צו די נושא און נישט פארקריכן אין די נושאים פון וואקסינען אדער גזירת החינוך והמסתעף

דאן פיר אריין די אשכול אינעם "ולאחיו יאמר חזק" סעקשען, דארט העלפט מען מיט עצות, טאט און ראט, דא איז די נייעס אשכול ווי מען רעדט פון וואקסין און גזירת החינוך.

אבי איינער האט געשריבן:אין ליכט פון די רעליגיעזע עקזעמפשאן אפשאפונג און די ערווארטונג פון גזירת החינוך איז לעצטענס דא א שטארקע גערעדאכץ איבער די געדאנק פון האומסקולינג

ווי רעדט מען דערפון?! דערווייל איז גזירת החינוך אינטער קאנטראל, קיין נויט פאר איבריגע שמועסן.

חינוך הטהור בארהב
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:05 pm

אין מאנטריאל איז דא די גזירת החינוך מיט האוםסקול אינאייינעם

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:08 pm

דו מיינסט אפשר Homeschooling Cooperatives אדער א homeschooling Co op.
דאס איז גאנץ פאפולער אין נוי יארק און אין נאך שטעט אין אמעריקע וואו עלטערן לערנען מיט זייער קינדער. דאס איז לאו דווקא פריוואט אינדערהיים, עס קען זיין אויף א גרעסערע פארנעם מיט עטליכע פאמיליעס, א שטייגער ווי א געהעריגע שולע. די סארט שולע איז נישט אינגאנצן פטור פון די סטעיט עדיוקעשן רעגולאציעס. מ'מוז רעגיסטרירן די קינד ביי די סטעיט בעפאר די לערן-יאהר און איינגעבן די נומערן פונעם סטודענט'ס דערגרייכונגען ביים סוף פונעם לערן יאהר. אזוי האט עס נאך פיל שטאטישע רעגולאציעס וואס מ'מוז נאכקומען.

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:20 pm

אין מאנסי עפענט זיך צום נייעם שנת הלימודים - 4 מוסדות אונטער די האומ-סקול איידיע, וויזניץ, סאטמאר, כלל חסידי, ענגליש ספיקינג, אלעס אונטער איין נאמען "חבורת בית ישראל" און אונטער 1 קארדאנאציע און הנהלה גשמי

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:36 pm

יונה ישראל האט געשריבן:אין מאנסי עפענט זיך צום נייעם שנת הלימודים - 4 מוסדות אונטער די האומ-סקול איידיע, וויזניץ, סאטמאר, כלל חסידי, ענגליש ספיקינג, אלעס אונטער איין נאמען "חבורת בית ישראל" און אונטער 1 קארדאנאציע און הנהלה גשמי

וואס איז סכום איינגעשריבענע קינדער פון אלע 4 מוסדות באנזאם, 46 קינדער?

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:39 pm

יונה ישראל האט געשריבן:אין מאנסי עפענט זיך צום נייעם שנת הלימודים - 4 מוסדות אונטער די האומ-סקול איידיע, וויזניץ, סאטמאר, כלל חסידי, ענגליש ספיקינג, אלעס אונטער איין נאמען "חבורת בית ישראל" און אונטער 1 קארדאנאציע און הנהלה גשמי

ביטע ענטפערן נאר קורץ און שארף יא אדער ניין, איז דאס א סקול פאר אנטי וואקסינען?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:09 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
יונה ישראל האט געשריבן:אין מאנסי עפענט זיך צום נייעם שנת הלימודים - 4 מוסדות אונטער די האומ-סקול איידיע, וויזניץ, סאטמאר, כלל חסידי, ענגליש ספיקינג, אלעס אונטער איין נאמען "חבורת בית ישראל" און אונטער 1 קארדאנאציע און הנהלה גשמי

וואס איז סכום איינגעשריבענע קינדער פון אלע 4 מוסדות באנזאם, 46 קינדער?

מאך נישט חוזק, אין קרית יואל פון די גרויסע מוסדות אליין איז דא א מספר פון קרוב צו 500 קינדער וואס ארבעטן אויף א מהלך צום קומענדיגן יאר, איך גלייב אין מאנסי איז דער מספר מער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:24 pm

אין וומ"ס האט זיך געעפנט דעם זוממער אזא מוסד אונטער האום סקולינג, ווי איך הער האבן זיי שוין 85 קינדער, און זיי זענען סטאנציאנירט אויף 161 העריססאן, ס'איז אין ערגעץ נישט אדווערטייזד.

אלעס מפי השמועה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

ישרן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:53 pm

וויפל איז דער שיעור פון עקשנות? אפשר איז דער העכסטער צייט צו מאכן א חשבון הנפש צו מיין איך טאקע דער טובה פון מיין קינד אדער פשוט אויסצופירן? איז עס טאקע דער טובה פונם קינד צו זיין אין א האלב געצייטיגטע מוסד?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:06 pm

טרעף א צווייטע אשכול פאר אזעלכע שאלות.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

ישרן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:12 pm

שטארק געענטפערט

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:15 am

אבי איינער האט געשריבן:אין ליכט פון די רעליגיעזע עקזעמפשאן אפשאפונג און די ערווארטונג פון גזירת החינוך איז לעצטענס דא א שטארקע גערעדאכץ איבער די געדאנק פון האומסקולינג.
ווי ווייט איך האב ביז היינט געוואוסט איז האומסקול דוקא אין די היים פון די קינדער, אדער צוויי דריי פאמיליעס אינאיינעם.
אבער לעצטענס הערט מען נאכאנאנד רעדן איבער אוועקשטעלן א געהעריגע שולע סיסטעם, וואו עס וועלן זיין קלאסן און טיטשערס מיט א געהעריגע סקול סעטינג, אבער עס וועט נאך אלץ פאלן אונטער די קאטעגאריע פון האומסקול.
איך האב דערויף צוויי שאלות.
די ערשטע איז מאן יימר אז א קלאס מיט א געהעריגע סקול סעטינג קען אריינפאלן אונטער די קאטעגאריע פון האומסקול, און ווער זאגט אז די רעגירונג וועט נישט קומען זאגן אז דאס הייסט א געהעריגע שולע. בקיצור וואו איז די לעגאלע באזיס צו אזא סקול-נישט-סקול
און צווייטענס איז דא אזא פרעצעדענט אין ניו יארק סטעיט, אדער אפילו אין אן אנדערע סטעיט.

ביטע זיך האלטן צו די נושא און נישט פארקריכן אין די נושאים פון וואקסינען אדער גזירת החינוך והמסתעף

Homeschooling in the United States constitutes the education of about 3.4% of U.S. students - approximately 2 million students

פויליש אמבאסאדאר
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

תגובהדורך פויליש אמבאסאדאר » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:49 am

;l;p-
ישרן האט געשריבן:וויפל איז דער שיעור פון עקשנות? אפשר איז דער העכסטער צייט צו מאכן א חשבון הנפש צו מיין איך טאקע דער טובה פון מיין קינד אדער פשוט אויסצופירן? איז עס טאקע דער טובה פונם קינד צו זיין אין א האלב געצייטיגטע מוסד?

:roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll:
ישרן האט געשריבן:שטארק געענטפערט

פויליש אמבאסאדאר
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

תגובהדורך פויליש אמבאסאדאר » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:50 am

מי יודע האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
יונה ישראל האט געשריבן:אין מאנסי עפענט זיך צום נייעם שנת הלימודים - 4 מוסדות אונטער די האומ-סקול איידיע, וויזניץ, סאטמאר, כלל חסידי, ענגליש ספיקינג, אלעס אונטער איין נאמען "חבורת בית ישראל" און אונטער 1 קארדאנאציע און הנהלה גשמי

וואס איז סכום איינגעשריבענע קינדער פון אלע 4 מוסדות באנזאם, 46 קינדער?

מאך נישט חוזק, אין קרית יואל פון די גרויסע מוסדות אליין איז דא א מספר פון קרוב צו 500 קינדער וואס ארבעטן אויף א מהלך צום קומענדיגן יאר, איך גלייב אין מאנסי איז דער מספר מער

פון ווי קומט דער נומער?

פויליש אמבאסאדאר
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

תגובהדורך פויליש אמבאסאדאר » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:51 am

שפיגליצקי האט געשריבן:אין וומ"ס האט זיך געעפנט דעם זוממער אזא מוסד אונטער האום סקולינג, ווי איך הער האבן זיי שוין 85 קינדער, און זיי זענען סטאנציאנירט אויף 161 העריססאן, ס'איז אין ערגעץ נישט אדווערטייזד.

אלעס מפי השמועה.

פויליש אמבאסאדאר
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

תגובהדורך פויליש אמבאסאדאר » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:53 am

בענקעל האט געשריבן:דו מיינסט אפשר Homeschooling Cooperatives אדער א homeschooling Co op.
דאס איז גאנץ פאפולער אין נוי יארק און אין נאך שטעט אין אמעריקע וואו עלטערן לערנען מיט זייער קינדער. דאס איז לאו דווקא פריוואט אינדערהיים, עס קען זיין אויף א גרעסערע פארנעם מיט עטליכע פאמיליעס, א שטייגער ווי א געהעריגע שולע. די סארט שולע איז נישט אינגאנצן פטור פון די סטעיט עדיוקעשן רעגולאציעס. מ'מוז רעגיסטרירן די קינד ביי די סטעיט בעפאר די לערן-יאהר און איינגעבן די נומערן פונעם סטודענט'ס דערגרייכונגען ביים סוף פונעם לערן יאהר. אזוי האט עס נאך פיל שטאטישע רעגולאציעס וואס מ'מוז נאכקומען.

ווי אויך דארף מען נאכקומן עקוויוועלענסי געזעצן... :!:
https://drive.google.com/open?id=1hk2bk ... WD5zf-V_R0 עיי"ש
לעצט פאראכטן דורך פויליש אמבאסאדאר אום מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:54 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
יונה ישראל האט געשריבן:אין מאנסי עפענט זיך צום נייעם שנת הלימודים - 4 מוסדות אונטער די האומ-סקול איידיע, וויזניץ, סאטמאר, כלל חסידי, ענגליש ספיקינג, אלעס אונטער איין נאמען "חבורת בית ישראל" און אונטער 1 קארדאנאציע און הנהלה גשמי

וואס איז סכום איינגעשריבענע קינדער פון אלע 4 מוסדות באנזאם, 46 קינדער?

ביי די רעגיסטראציע דרייוו פון די "האום-סקול בית ישראל" וואס איז פארגעקומען אין אולם ווילחאוויץ אין מאנסי, מיטוואך דברים, איז געווען 350 מענער, 500 פרויען.
(ס'האט געקאסט געלט אריינצוקומען אין זאל)

פויליש אמבאסאדאר
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

תגובהדורך פויליש אמבאסאדאר » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:59 am

0
לעצט פאראכטן דורך פויליש אמבאסאדאר אום מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אבי איינער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

תגובהדורך אבי איינער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:37 pm

בענקעל האט געשריבן:דו מיינסט אפשר Homeschooling Cooperatives אדער א homeschooling Co op.
דאס איז גאנץ פאפולער אין נוי יארק און אין נאך שטעט אין אמעריקע וואו עלטערן לערנען מיט זייער קינדער. דאס איז לאו דווקא פריוואט אינדערהיים, עס קען זיין אויף א גרעסערע פארנעם מיט עטליכע פאמיליעס, א שטייגער ווי א געהעריגע שולע. די סארט שולע איז נישט אינגאנצן פטור פון די סטעיט עדיוקעשן רעגולאציעס. מ'מוז רעגיסטרירן די קינד ביי די סטעיט בעפאר די לערן-יאהר און איינגעבן די נומערן פונעם סטודענט'ס דערגרייכונגען ביים סוף פונעם לערן יאהר. אזוי האט עס נאך פיל שטאטישע רעגולאציעס וואס מ'מוז נאכקומען.

אפשר קענסטו מיר צוצייכענען וואו עס איז פארהאן א האמסקול וואס אויף די שטייגער ווי א געהעריגע שולע.
איך רעד אין ניו יארק

מקבל
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:52 pm

ישרן האט געשריבן:וויפל איז דער שיעור פון עקשנות? אפשר איז דער העכסטער צייט צו מאכן א חשבון הנפש צו מיין איך טאקע דער טובה פון מיין קינד אדער פשוט אויסצופירן? איז עס טאקע דער טובה פונם קינד צו זיין אין א האלב געצייטיגטע מוסד?

הלואי זאל איך ווערן איבערצייגט אז איך לעב אין א טעות, און איך זאל נישט דארפן שיקן מיינע קינדער אין די נייע מוסדות, מיט די טייערע שכ"ל, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט אין די קאפוויי.
אבער די מציאות איז, אז לע"ע בין איך, און אין נ"י איז דא נאך בערך 1000-1500 היימישע עלטערן וואס קענען בשו"א נישט געבן קיין וואקסינען פאר זייערער קינדער, און אפגעזעהן וואס אייער מיינונג אויף אונז איז, זענען אונז איבערצייגט אז דאס איז די ריכטיגע זאך.

מקבל
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:08 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:אין וומ"ס האט זיך געעפנט דעם זוממער אזא מוסד אונטער האום סקולינג, ווי איך הער האבן זיי שוין 85 קינדער, און זיי זענען סטאנציאנירט אויף 161 העריססאן, ס'איז אין ערגעץ נישט אדווערטייזד.

אלעס מפי השמועה.

85 איינגעשריבן אויפן קומענדיגן זמן, אדער יעצט זומער?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:42 pm

יעצט זוממער.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט