אלס ארום דעם שפעטן אויפשטייער

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

אלס ארום דעם שפעטן אויפשטייער

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:04 pm

בס"ד

ווען איך שטיי אויף אינדערפרי שפיר איך זיך זייער גוט, איך שפיר ווי איך בין אריינגעקומען אין א נייע וועלט ווי איך קען באשליסן וואס און וויאזוי עס וועט זיך פירן, עס איז ממש א באקוועמע און גוטע געפיל ווען מען שפירט ווי מען איז בעה"ב אויפן טאג וואס קומט.

דאס איז אלעס געזאגט געווארן ווען איך שטיי אויף פרי, וואס הייסט פרי? ארום אכט אזייגער, ווייל טאמער שטיי איך אויף בעפאר אכט אזייגער ווער איך טויט מיד נאכמיטאג און בכלל די גאנצע טאג ווערט געפירט מידערהייט, איך ווער נישט געהעריג אויסגערוהט אפילו איך גיי שלאפן פרי.

ווען מען שטייט אויף אבער נאכמיטאג ווערט מען גאר שטארק דעפרעסט, מען שפירט ווי מען איז אריינגעקומען שפעט אין א חתונה זאל און מען זעט שוין אלס פירט זיך שוין פון זיך אליין, דער זיצט שוין נעבן יענעם, דער איז שוין שיכור, אזוי שפירט זיך ווען מען וועקט זיך אויף 12:20 און ביז האלב איינס טוט מען דורך אין געדאנק אויב מען זאל בכלל אויפשטיין, איינסע שאקלט מען זיך ארויס פון אונטער די דאכענע אויסגעפאפן ווי א בער מוצאי ווינטער ווען די אונטערשטע חלק הייטלעך פון די אויגן זענען שטארק אויפגעבלאזן און פאראוממעגליכן דאס קוקן אויף די ליכטיגע טאג, די קאווע האט א ביטערע טעם און די שויער איז אויך גאר אומסימפאטיש.

אויך איז זייער אינטערסאנט צו אנמערקן אז עס איז פארהאן א געוויסע בונד צווישן די שפעטע אויפשטייער, אזויווי אלע רויכערער אין די וועלט האבן ערגעצוואו א נקודה משותפת איינער מיטן צווייטן ווי מען קען זען אין די רויכערן ווינקל אין לופטפעלד די אחדות צווישן די רויכערער, אזוי אויך האבן די שפעטע אויפשטייער א בונד, זיי וועלן זיך עפענען איינער פארן צווייטן די מקוה אין ביהמ"ד, זיי וועלן נישט לאזן לויפן א האלב געשאפענעם מנין.

די סיבה דערצו איז גאר פארשטענדליך, אלע שפעטע אויפשטייער האבן די זעלבע קווענקלנישן ביינאכט ביים זיך לייגן, אלע הייבן אן צו טראכטן פונעם בעט ארום עלעווע ביינאכט און זיי זעען זיך למעשה אריין נישט פאר פינף אזייגער ווען דער שכן צינדט אן די קאר, אלע פון זיי האבן אויך פון צייט צו צייט די פרישקייט פון ציען א גאנצע טאג כדי צו אריינפאלן אין א נארמאלן רוטין, אבער אלע פון זיי זעען זיך למעשה אויך נאך צוויי טעג צוריק אין די זעלבע שפעטע סיסטעם ווי געווענליך.

וואס וועט זיין אבער ווען דער שפעטער אויפשטייער וועט האבן אן אפוינטמענט אינדערפרי?

זיי גייען בלייבן אויף א גאנצע נאכט, לערנען שטופן און פארברענגען די צייט, אינדערפרי גייען זיי גיין אין מקוה מיט די בי ענד עיטש ארבעטער און דאן גייען זיי גיין דאווענען, ווען זיי גייען טרעפן באקאנטע גייען זיי מסביר זיין דעם גרויסער ליגן אז שוין די לעצטע שטיק צייט זענען זיי שוין אין סקעדזשול און ברוך ה' עס איז טאקע סאך געשמאקער צו זיין א נארמאלע מענטש.

איז אזוי שפעטער אויפשטייער:

אויב איר פארשטייט שוין אזוי גוט די געשמאקקייט פון אויפשטיין פרי און פון זיין אין סקעדזשול, וויאזוי רבונו דעלמא כולא שטייט איר אויף א יעדן טאג אזוי שפעט?

שרייבט אייערע תירוצים אין די אונטערשטע תגובה קעסטלעך...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
אברהם דוד
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:28 pm

קודם א דאנק.
פון די שרייבן שטאנדפונקט האב איך זייער הנאה געהאט, עס איז זייער געשמאק און פליסיג.
לגבי די אינהאלט וועט מיין ענטפער אויף דיין פראגע נאכפאלגן.
לעצט פאראכטן דורך אברהם דוד אום מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג... (קרעדיט: איך געדענק נישט)

אוועטאר
אברהם דוד
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:46 pm

אויב איר פארשטייט שוין אזוי גוט די געשמאקקייט פון אויפשטיין פרי און פון זיין אין סקעדזשול, וויאזוי רבונו דעלמא כולא שטייט איר אויף א יעדן טאג אזוי שפעט?


די ענטפער אין איין ווארט ליגט אין אייער תגובה זעלבסט:

"ווען איך שטיי אויף אינדערפרי שפיר איך זיך זייער גוט, איך שפיר ווי איך בין אריינגעקומען אין א נייע וועלט ... וגו' "
מיט דעם באנוץ פון דעם ווארט האט איר אלעס פארענטפערט.

און יעצט איבער מיין טענה צו אייך - פארשטענדליך אז חלילה נישט צו אייך, און אפילו נישט צו אייערע ווערטער, איך וועל זיך באנוצן מיט אזעלכע און ענליכע ווערטער בלויז מיטן ציל ארויסצוברענגן בעסער מיין פונקט - פון די אנדערע זייט שרייבט איר:
"ווען מען שטייט אויף אבער נאכמיטאג ווערט מען גאר שטארק דעפרעסט, מען שפירט ווי מען איז אריינגעקומען ... וגו' "

איר באמערקט וואס איר האט דא געטון? ווער האט אייך געגעבן די רעכט צו רעדן אין אונזער נאמען?

אבער דאן זענט איר געגאנגען נאך ווייטער:

די סיבה דערצו איז גאר פארשטענדליך, אלע שפעטע אויפשטייער האבן די זעלבע קווענקלנישן ביינאכט ביים זיך לייגן, אלע הייבן אן צו טראכטן פונעם בעט ארום עלעווע ביינאכט און זיי זעען זיך למעשה אריין נישט פאר פינף אזייגער ווען דער שכן צינדט אן די קאר, אלע פון זיי האבן אויך פון צייט צו צייט די פרישקייט פון ציען א גאנצע טאג כדי צו אריינפאלן אין א נארמאלן רוטין, אבער אלע פון זיי זעען זיך למעשה אויך נאך צוויי טעג צוריק אין די זעלבע שפעטע סיסטעם ווי געווענליך.

דאס איז שוין אבסורד!
איר ווילט רעדן פון געוויסע? איך בין אינגאנצן מסכים, און אויף זיי האט איר שוין אויך אליינס פארענטפערט, "למעשה איז דא מענטשן וואס דערגרייכן נישט זייערע ערווארטונגען" - דאס איז א געווענליכע מענטשליכע אויפפירונג ביי געוויסע מער און ביי געוויסע ווייניגער, אבער ביי יעדן למחצה לשליש ולרביע. נישט פון דעם וויל איך דא רעדן.

פון וואס רעד איך יא? אט הערט! הערט און שטוינט!

ווען עס קומט צו די נאכט שעות שפיר איך זייער גוט, איך שפיר ווי איך בין אריינגעקומען אין א נייע וועלט, ווי איך קען באשליסן וואס און וויאזוי עס וועט זיך פירן, עס איז ממש א באקוועמע און גוטע געפיל ווען איך שפיר זיך פריי און אליינס, אין א רואיגע און שלאפעדיגע וועלט, וואו די אלע ארומיגע און נערווירנדע לעבנס אנגעצויגענקייטן - צוזאמען מיט אירע פראדוצירער - שלאפן אין א זיסע און געשמאקע שלאף.

דאס איז אלעס געזאגט געווארן אפילו אין די אנפאנג נאכט שעות ווען די עיקר אנגעצויגענע מענטשהייט ליגט שוין אריינגעוויקלט אין איר דאכענע, פי כמה און פיל פיל מער, ווען אפילו זייערע שטיצער, די וואס האבן זיי געגעבן די מאכט איינצופירן זייער אנגעשטרענגטקייט אויף די ציוויליזאציע, פאלגן אליינס נאך די געזעצן און שלייכן זיך אוועק איינס ביי איינס פון די אנגעשטרענגטע וועלט, די אנגעשטרענגעט וועלט וואס זיי ווייסן דערפון, אבער דאס איז בלויז די וועלט וואס זיי ווייסן דערפון...

לאמיר אייך פארציילן פון די אנדערע וועלט, די וועלט וואס באהאלט זיך אין די טונקעלע נאכט שעות, די וועלט וואס בלויז איינצעלנע זענען פארטרויעט געווארן מיט איר געהיימניס, און די וועלט וואס אויב איר ווילט האבן אן אהנונג וואס דאס איז קענט איר דאס הערן טאקע פון די מערסט פונקטליכע, "מסודר'דיגע", און "נארמאלע" מענטשן.

"אה! די רואיגקייט וואס הערשט פארטאגס!"
האט איר שוין אמאל געהערט דעם סלאגאן? האט איר דאס שוין אמאל געשפירט אויף אייער אייגענע ביינער? פון דעם רעד איך! אייגענטליך בכלל נישט פון דעם.. פון עפעס סאך סאך מער!

שטעלט אייך פאר וויאזוי די "רואיגקייט" פון פארטאגס וואלט אויסגעזעהן ווען מען נעמט נאר אוועק אט די קליינליכע טיילן וואס קומען מיט דערמיט:
שפאצירן אין די גאסן אן די ארומיגע לויפעניש פון יאגעדיגע בחור'לעך וואס האפן צו כאפן דעם באס.
גיין אין מקווה אן אנגעצויגענקייט פון די, ווידעראמאל, יאגעדיגע בחור'לעך מיט אלעם וואס דאס ברענגט מיט אריינגערעכנט, די שטורעמישע מקווה בור, די נאסע און אנגעפילטע בענק, און דאס אוועקגענומענע ווינקל שויער וואס איז וואויל באקאנט מיט איר שטארקע שטראם.
פאר יעצט וועל מיר אויסלאזן דעם קאווע שטיבל און די ווירבלנדע ביהמ"ד דורכגענג און גיין צו די אנדערע באשיינער פון דעם "רואיגן" פארטאגס, דאסמאל די עלטערע ביישטייער צום רואיגקייט:
אויסער די אומעט וואס זיי ברענגן אראפ מיטן זיצן קאמפס גרייט, די הענט אויף דעם טלית בייטל, און די מויל אנגעשטעלט אנצוהייבן דעם לשם יחוד אין די סעקונדע צווישן 5:32:17 און 5:32:19 צו קענען האלטן ביי הודו 5:44:58 ווען דער בעל תפילה קבוע וועט אנהייבן "הכעם, הכעם, איסגאדעיל.." - וועט אייך אין מערסטענס פעלער אויך געלונגען, אויף איין וועג אדער אויף די אנדערע, זוכה צו זיין צו די שטרענגע "דא איז מיין פלאץ!"; "דאס איז מיין סידור!"; אדער עפעס ענליך.

און וואונדער איבער וואונדער, די רואיגקייט פארבלייבט, דאס קליין ביסל איבערגעבליבענע געלאסנקייט וואס האט מיט מאכט געהערשט אויף די שלאפעדיגע וועלט, וועט גענצליך אוועקגיין בלויז נאך וואס ווייניגסטענס צען אזעלכע מנינים וועלן פארענדיגן זייער פראצעדור.
און יא, מען קען נישט פארלייקענען די רואיגקייט וואס טוט למעשה הערשן אין די פארטאגס שעות, אבער דאס איז בלויז א קליינליכע, פיצקעלע שפיר פון די עכטע רואיגקייט, די רואיגקייט וואס הערשט נאר אין די טונקל, און די רואיגקייט וואס ווערט פארטריבן טאג טעגליך דורך די "נארמאלע" וועלט.

זעלבסטפארשטענדליך אז דערנאך ווען איך שטיי אויף נאכמיטאג, קען דאס בלויז ברענגן א צופרידענהייט און א פרישקייט אז די פרייליכע חתונה דא איז שוין באלד פארענדיגט, ווי שפעטער מען שטייט אויף, אלס ווייניגער וועט מען מוזן אויסווארטן איר ענדע, די קאווע איז דאן גאר זיס, און די שויער זיכער מער סימפאטיש אן די מייזעלעך וואס לויפן אונטער די פיס.

מיר פארמאגן א בונד! מיר פארמאגן א פעסטע בונד! און טאקע די זעלבע בונד וואס מען זעהט צווישן די רויכערער אין לופטפעלד, נישט אז מיר דערשרעקן זיך נישט פון די שעדליכקייט מיט וואס דאס איז פארבינדן, נאר נאך אלעם ווייסן מיר אלע איבער די געהיימניס וואס איז באהאלטן פון רוב וועלט: די וועלט קען באמת זיין א נארמאלע פלאץ!

"וואס וועט זיין אבער ווען דער שפעטער אויפשטייער וועט האבן אן אפוינטמענט אינדערפרי?"
און וואס טוען מיר אז למעשה ווערט די וועלט געפירט דורך מענטשן מיט אנדערע פריאריטעטן?

מיר שטעלן זיך צו, מיר מוזן לעבן אין די וועלט וואס מען האט אונז געגעבן, אבער מיר האבן אויפגעשריבן ערגעץ אין א באהאלטענע פלאץ "וויבאלד מיר זענען געצווינגען דערצו מיינט נאכנישט אז דאס איז נארמאל", און סיי ווען מיר קענען גייען מיר צוריק צו "אונזער" נארמאלע וועג, און צו די (אומ-)סדר וואס "אונז" שפירן אלס געשמאקער.

די געדאנק איז זיכער נישט אז די מענטשן זענען פיינט פון געזעלשאפט, פארקערט, דאס זענען די זעלבע מענטשן וואס וועלן גיין אויף א אנדערע פלאץ ווען דאס אייגענע איז פארנומען (אויב זיי פארמאגן בכלל אזא זאך ווי א "אייגענע פלאץ"), דאס זענען די זעלבע מענשטן וואס וועלן ווארטן עקסטערע פינעף מינוט אויף א צווייטע איד וואס האט פארשפעטיגט, דאס זענען די זעלבע מענטשן וואס האקן נישט איבער מיט א קדיש דעם עסקן אינמיטן זיין ביהמ"ד אפיל, און אזוי ווייטער און ווייטער.

אוודאי זענען פארהאן די שלעכטע זייטן פון אזעלכע מענטשן אין די פעלדער פון אידישקייט אדער מענטשליכקייט וואו עס קומט אריין די זמנים, און יעדער פון זיי וועט ארויסגיין פון זיין וועג לויט זיין יראת שמים און לויט די וויכטיגקייט פון די גשמיות'דיגע אנגעלעגנהייטן, אבער מיינט דאס דען אז די אנדערע האבן נישט זייער טונקעלע זייט?
און גענוג שטוינענד איז דאס ביי די "נארמאלע" טאקע געווענליך אין געזעלשאפטליכע אנגעלעגנהייטן אריינגערעכנט דאס פארקערטע פון די עטליכע נארוואס דערמאנטע און נאך פיל מער, זאכן וואס איר לעבט אליינס מיט טאג טעגליך.

דער געדאנק אין קורצן איז אזוי: די סיבה פארוואס א טייל וועלט איז "נארמאל" איז ווייט נישט וויבאלד זיי זענען פון די וואס וועלן אויס די ריכטיגע וועג אין זייער לעבן, אפילו ווען די וועלט פירט זיך למעשה אויף זייער וועג, די סיבה איז בלויז ווייל "דאס איז וואס זיי האבן ליב", און די זעלבע זאך איז אמת אויף פארקערט.

פארוואס שרייב איך דאס, און וואס וויל איך עררייכן דערמיט?
איך וויל בלויז אז דאס קומענדיגע מאל וואס א "נארמאלע" מענטש, אדער איינע פון זיינע ארויפקוקער, וועט זיך טרעפן אין דעם חצות מנין, דעם 2:00 ביינאכט מעריב מנין, אדער אלעס ענליך, זאל ער פארשטיין אז דאס איז נישט קיין צאמקום פון נאכגעלאזטע משוגעים (די מיינונג וואס זעהט זיך שטענדיג אן אין די בליקן אדער אין די זיסע הערות פון אזעלכע אידן), נאר דאס איז גאר מעגליך א צוזאמקום פון "אנדערע סארט מענטשן", צווישן זיי (די פאלגענדע זענען ביישפילן פון עכטן לעבן נישט פון פאנטאזיע) א עושר וואס דארף נישט אריינגיין אין ארבעט אין צייט, א פראגרעמער וואס ארבעט אויף זיינע אייגענע שעות, א תלמוד חכם וואס לערנט גאנצעטע נעכט, און אזוי ווייטער און ווייטער.

מיר ווייסן אז מיר פארמאגן אויף אונזער זייט אויך מענטשן וואס גלוסטן צו זיין אויף די אנדערע זייט, אבער דאס איז זיכער נישט א זאך מיט וואס מען וועט זיך ווייניגער אנשטויסן אויף די אנדערע זייט פון וואגשאל. מיר ווייסן אויך אז מיר פארמאגן צווישן זיך געוויסע סארט משוגעים (און דאסמאל רעד איך נישט פון די אזויגערופענע משוגעים, און מעגליך אז וויבאלד מיר זענען אין צאל אסאך ווייניגער דערקענט זיך דאס מער), נו, זענט איר אזוי שטאלץ מיט ענקער פארטאגס שחרית, אדער 1:13 נאכמיטאג מנחה מנין?

להערה בעלמא, און משום חשש גילוי, ווען איך רעד פון "אונז" באדייט דאס נישט אין פילן זין פון ווארט, און די זעלבע מיין יעצטיגע זאץ טוט נישט אנדייטן אויף פארקערט. די אמת'דיגקייט פון מיינע ווערטער ווערט נישט מער אדער ווייניגער מיט וואס מיינע פערזענליכע פאקטישע אומשטענדן זענען, און דעריבער וועל איך נישט פארציילן אויף ווי א שטארקע פארנעם דאס געזאגטע טוט זיך אריינפאסן און אויסשפילן אין מיין לעבן ביי די שטאפלען ווייטער ווי אין בלויזע טעאריע.

ווי עס שרייבט מיט כבוד און רעספעקט, און מיט א אמת'ע אידישע ליבשאפט צו מיינע ברודער,
אברהם דוד
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג... (קרעדיט: איך געדענק נישט)

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:49 pm

אברהם דוד, מא!

;l;p- ;l;p- ;l;p-

(בדרך אגב, ווען איך שרייב 'איך' אין די ארטיקל מיין איך נישט מיר אליין, עס ליינט זיך בעסער אזוי).
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:13 pm

טישטוך איז אין די פעדערען. דער סקולענער רבי איז אוועק.שוין...
הרב טישטוך קודם דארף איך גיט ווערן מיט דיר. היות אלע שפעטע אויפשטייערס האבען אזא שטיקל בונד.

איז טאקע מעגליך צו טוישען אזא נאטור אדער געוואוינהייט. און אויב יא ווי אזוי
און אויב קען מען נישט. לאמיך כאטש אויפהערן מיך צו פילען גילטי אגאנץ לעבן פארען נישט קענען נאכקומען די שאיפה און שלום עלי נפשי. הע? וואס זאגסטע?
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

אוועטאר
אברהם דוד
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:18 pm

טישטוך האט געשריבן:(בדרך אגב, ווען איך שרייב 'איך' אין די ארטיקל מיין איך נישט מיר אליין, עס ליינט זיך בעסער אזוי).

איך וואלט [און האב] דאס אליינס פארשטאנען? מעגליך.
איך האב געוואוסט אז דאס קומט? זיכער.
אין יעדן פאל קענט איר זיכער און אויפריכטיג נעמען עטליכע פון די גרינע דערפאר, און אזוי אויך פאר די עצם ארטיקל..
(איך רעד פון דעם ;l;p- נישט פון די אנדערע שרעקעדיגע..)
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג... (קרעדיט: איך געדענק נישט)

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:25 am

יישר כח פאר טישטוך, און יישר כח פאר אברהם דוד פארן פורס מפה זיין...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 6:50 am

נא ווער איז נארמאל דער פריער אדער דער שפעטער???

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 7:15 am

קרייסלער האט געשריבן:נא ווער איז נארמאל דער פריער אדער דער שפעטער???

ביידע נישט! נארמאל איז דער וואס פירט זיך לויט די אומשטענדן, אמאהל פרי און אמאהל שפעט!

לב בשר
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 8:42 am

עפ״י השקפות התורה, אין אזוי זעמיר געווען אלע דורות, (ויוצא מן הכלל, תלמידי בעש״ט שרפי מעלה) דארף מען זיין פרי און פונקטליך. מאך אויף א שו״ע און קוק אריין התנהגות יהודי.
יתגבר כארי ׳יעדן׳ טאג פאר׳ן עלות.
ברכת יוצר פאר זמן קרי״ש (שפעטסטענס). דאס איז יעדן טאג, ימות החול, שבת, נאכן חתונה מאכן, פסח, ת״ב, שושן פורים...
דאווענען אויפ׳ן זעלבן פלאץ יעדן טאג.
גענוג????
ס׳איז דיר שווער? אקעי. אבער קום נישט פארדרייען וואס איז נארמאל.
טוב לגבר שישא עול -ווי מער עול, אלץ מער טוב.

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 9:13 am

פאר די מענטשן וואס האבן ליב אויפציבלייבן באנאכט, ס'איז דא נאכט דזשאבס וואס מען צאלט זייער שיין מאך כאטש געלט

טראמבאן
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:19 am

לב בשר האט געשריבן:עפ״י השקפות התורה, אין אזוי זעמיר געווען אלע דורות, (ויוצא מן הכלל, תלמידי בעש״ט שרפי מעלה) דארף מען זיין פרי און פונקטליך. מאך אויף א שו״ע און קוק אריין התנהגות יהודי.
יתגבר כארי ׳יעדן׳ טאג פאר׳ן עלות.
ברכת יוצר פאר זמן קרי״ש (שפעטסטענס). דאס איז יעדן טאג, ימות החול, שבת, נאכן חתונה מאכן, פסח, ת״ב, שושן פורים...
דאווענען אויפ׳ן זעלבן פלאץ יעדן טאג.
גענוג????
ס׳איז דיר שווער? אקעי. אבער קום נישט פארדרייען וואס איז נארמאל.
טוב לגבר שישא עול -ווי מער עול, אלץ מער טוב.

לכתחילה און אמאל איז דער סדר פון די פריע געווען אז מ'שטייט שוין אויף לחצות הליליה.
קוק אריין אין צ"ק פון ר"ר אלימלך, מיט א מורא'דיגע פשטות רעדט ער איבער דעם אויפשטיין חצות. דער פארטאגס איז שוין ווי מ'זאגט - פאר די שפעטערע.
אין אלע מוסר ספרים בעטן זיך די גדולים איבער אויפשטיין חצות - א בחינה ווי מען איז היינט מעורר איבער פארטאגס.
זעהט אויס אז ס'איז יא דא עפעס אין די נאכט שעות.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:46 am

טראמבאן האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:עפ״י השקפות התורה, אין אזוי זעמיר געווען אלע דורות, (ויוצא מן הכלל, תלמידי בעש״ט שרפי מעלה) דארף מען זיין פרי און פונקטליך. מאך אויף א שו״ע און קוק אריין התנהגות יהודי.
יתגבר כארי ׳יעדן׳ טאג פאר׳ן עלות.
ברכת יוצר פאר זמן קרי״ש (שפעטסטענס). דאס איז יעדן טאג, ימות החול, שבת, נאכן חתונה מאכן, פסח, ת״ב, שושן פורים...
דאווענען אויפ׳ן זעלבן פלאץ יעדן טאג.
גענוג????
ס׳איז דיר שווער? אקעי. אבער קום נישט פארדרייען וואס איז נארמאל.
טוב לגבר שישא עול -ווי מער עול, אלץ מער טוב.

לכתחילה און אמאל איז דער סדר פון די פריע געווען אז מ'שטייט שוין אויף לחצות הליליה.
קוק אריין אין צ"ק פון ר"ר אלימלך, מיט א מורא'דיגע פשטות רעדט ער איבער דעם אויפשטיין חצות. דער פארטאגס איז שוין ווי מ'זאגט - פאר די שפעטערע.
אין אלע מוסר ספרים בעטן זיך די גדולים איבער אויפשטיין חצות - א בחינה ווי מען איז היינט מעורר איבער פארטאגס.
זעהט אויס אז ס'איז יא דא עפעס אין די נאכט שעות.

א גרויס חלק האט זיך געטוישט מיט דעם וואס מהאט ערפינדען לעקטער. וואס דאס ערמעגליכט צו קענען אויפזיין באנאכט. און א גרעסערע חלק האט זיך געטוישט נאכדעם וואס מהאט ערפינדען טעכנעלאגיע אז מאיז נישט קבוע צו קיין מקום און קיין זמן. דאס מאכט דעם מענטש מער סקעדשולעס.
אין אנדערע ווערטער ממוז שוין ארבעטען דערויף סאיז נישט אין די לופט.
אודאי וואס סשטייט אין שו''ע און אין די מוסר ספרים איז נאכאלץ דאס זעלבע. אבער די מענטשהייט האט זיך געטוישט. וזה פשוט.
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

טראמבאן
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:03 pm

סארקאזי האט געשריבן:
טראמבאן האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:עפ״י השקפות התורה, אין אזוי זעמיר געווען אלע דורות, (ויוצא מן הכלל, תלמידי בעש״ט שרפי מעלה) דארף מען זיין פרי און פונקטליך. מאך אויף א שו״ע און קוק אריין התנהגות יהודי.
יתגבר כארי ׳יעדן׳ טאג פאר׳ן עלות.
ברכת יוצר פאר זמן קרי״ש (שפעטסטענס). דאס איז יעדן טאג, ימות החול, שבת, נאכן חתונה מאכן, פסח, ת״ב, שושן פורים...
דאווענען אויפ׳ן זעלבן פלאץ יעדן טאג.
גענוג????
ס׳איז דיר שווער? אקעי. אבער קום נישט פארדרייען וואס איז נארמאל.
טוב לגבר שישא עול -ווי מער עול, אלץ מער טוב.

לכתחילה און אמאל איז דער סדר פון די פריע געווען אז מ'שטייט שוין אויף לחצות הליליה.
קוק אריין אין צ"ק פון ר"ר אלימלך, מיט א מורא'דיגע פשטות רעדט ער איבער דעם אויפשטיין חצות. דער פארטאגס איז שוין ווי מ'זאגט - פאר די שפעטערע.
אין אלע מוסר ספרים בעטן זיך די גדולים איבער אויפשטיין חצות - א בחינה ווי מען איז היינט מעורר איבער פארטאגס.
זעהט אויס אז ס'איז יא דא עפעס אין די נאכט שעות.

א גרויס חלק האט זיך געטוישט מיט דעם וואס מהאט ערפינדען לעקטער. וואס דאס ערמעגליכט צו קענען אויפזיין באנאכט. און א גרעסערע חלק האט זיך געטוישט נאכדעם וואס מהאט ערפינדען טעכנעלאגיע אז מאיז נישט קבוע צו קיין מקום און קיין זמן. דאס מאכט דעם מענטש מער סקעדשולעס.
אין אנדערע ווערטער ממוז שוין ארבעטען דערויף סאיז נישט אין די לופט.
אודאי וואס סשטייט אין שו''ע און אין די מוסר ספרים איז נאכאלץ דאס זעלבע. אבער די מענטשהייט האט זיך געטוישט. וזה פשוט.

אוודאי, ווי די ברענגסט ארויס.
וואס איך האב געמיינט צו זאגן אז וויבאלד מ'זעהט פון די פריערדיג איבער די חשיבות פון די נעכט, מילא מוז זייין אז ס'ליגט עפעס דערינען.
אין זוה"ק שטייט אז אין די נעכט נאך חצות עפענען זיך די טויערן - עפפעס אזא לשון דענק איך.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

טראמבאן
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:07 pm

לייטער האט געשריבן:פאר די מענטשן וואס האבן ליב אויפציבלייבן באנאכט, ס'איז דא נאכט דזשאבס וואס מען צאלט זייער שיין מאך כאטש געלט

ארבעטן קען מען בייטאג, לאז רוען אביסל אין די ליכטיגע שעות - פון טונקעלע נעכט...
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

טראמבאן
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:09 pm

לב בשר האט געשריבן:עפ״י השקפות התורה, אין אזוי זעמיר געווען אלע דורות, (ויוצא מן הכלל, תלמידי בעש״ט שרפי מעלה) דארף מען זיין פרי און פונקטליך. מאך אויף א שו״ע און קוק אריין התנהגות יהודי.
יתגבר כארי ׳יעדן׳ טאג פאר׳ן עלות.
ברכת יוצר פאר זמן קרי״ש (שפעטסטענס). דאס איז יעדן טאג, ימות החול, שבת, נאכן חתונה מאכן, פסח, ת״ב, שושן פורים...
דאווענען אויפ׳ן זעלבן פלאץ יעדן טאג.
גענוג????
ס׳איז דיר שווער? אקעי. אבער קום נישט פארדרייען וואס איז נארמאל.
טוב לגבר שישא עול -ווי מער עול, אלץ מער טוב.

אנטשולדיגט רבי;
ווען איז געווען סוף זמן קר"ש היינט? און פאר דריי וואכן צוריק? און דער צאת?
קיין איין טאג - כמעט - לויפט נישט די זעלבע אין זמנים ווי דער נעכטיגער. התחדשות און א טויש איז פון די שטערקסטע יסודות ביין אונזער פאלק.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

טראמבאן
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:13 pm

אברהם דוד האט געשריבן:
מיר ווייסן אז מיר פארמאגן אויף אונזער זייט אויך מענטשן וואס גלוסטן צו זיין אויף די אנדערע זייט, אבער דאס איז זיכער נישט א זאך מיט וואס מען וועט זיך ווייניגער אנשטויסן אויף די אנדערע זייט פון וואגשאל. מיר ווייסן אויך אז מיר פארמאגן צווישן זיך געוויסע סארט משוגעים (און דאסמאל רעד איך נישט פון די אזויגערופענע משוגעים, און מעגליך אז וויבאלד מיר זענען אין צאל אסאך ווייניגער דערקענט זיך דאס מער), נו, זענט איר אזוי שטאלץ מיט ענקער פארטאגס שחרית, אדער 1:13 נאכמיטאג מנחה מנין?


אברהם דוד

ווי זאגט מען נאך פון א קלוגן קעניג, כ'מיין פון קעניגן עליזאבעט:
געקומען אין משוגעים הויז, און איז נתפעל געווארן פון די קלוגשאפט פון די משוגעים (אויף אלע גויים געווינטשן).
האט זי געזאגט צו די חברה: "עט'ס זענטס טאקע די קלוגע, אבער מיר זענען די רוב"... וק"ל.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 4:40 pm

לייטער האט געשריבן:פאר די מענטשן וואס האבן ליב אויפציבלייבן באנאכט, ס'איז דא נאכט דזשאבס וואס מען צאלט זייער שיין מאך כאטש געלט

אדרבה! וואס??

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 4:52 pm

יהלום האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:פאר די מענטשן וואס האבן ליב אויפציבלייבן באנאכט, ס'איז דא נאכט דזשאבס וואס מען צאלט זייער שיין מאך כאטש געלט

אדרבה! וואס??

איך גלייב אזוי, סמאכט סענץ ווייל סאיז דא א קליינע סופליי פון ארבעטער באנאכט
איך האב אייביג געוויסט אז א שפילער בעט מער ווייל סשפעט
גראמער ווייל סשפעט
אויב מען ענדיגט שפעט א חתונה 500 $יעדע האלבע שעה ווייל סקאסט זייער אסאך אויסציהאלטן ארבעטער פון די זאל אזוי שפעט

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 4:59 pm

געהערט א מעשה פון א יוד וואס האט געזוכט א א בחור פאר זיין טאכטער שוין מען טראגט אהים אהן א בחור און ער הייבט אהן זיין ארבעט אינפארמאציע !!!
שוין איין טאג גייט אוין גאס 12.30 און אההה ער זעהט דער בחור אויפן גאס מיט ..... דער תפילין און דער האנט!!!
ער קומט אהיים אינגאצען צודאססט אז שוין נישט פאר מיך! פלוצלינג געבט ער זיך א כאפ איך בין דאך אויך געווען אויפן גאס מיט מיין טלית און תפילין!! ע"כ המעשה
ווען דער יוד האט מיך פארציילט דער מעשה האב איך באקומען א נייע בליק און שטיבלעך 12.00 אויף אלע מענטשען וואס דרייען זיך דארט!
איך האף מען האט פארשטאנען!

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 6:04 pm

סארקאזי האט געשריבן:טישטוך איז אין די פעדערען. דער סקולענער רבי איז אוועק.שוין...
הרב טישטוך קודם דארף איך גיט ווערן מיט דיר. היות אלע שפעטע אויפשטייערס האבען אזא שטיקל בונד.

איז טאקע מעגליך צו טוישען אזא נאטור אדער געוואוינהייט. און אויב יא ווי אזוי
און אויב קען מען נישט. לאמיך כאטש אויפהערן מיך צו פילען גילטי אגאנץ לעבן פארען נישט קענען נאכקומען די שאיפה און שלום עלי נפשי. הע? וואס זאגסטע?

דארפסט זיך נישט פילן גילטי... לויט אונזער דין ודברים דא אין די אשכול זעמער א שטארקע דוגמא פאר די בונד...

שפעטע אויפשטייער ברודערהוד...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
אברהם דוד
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 7:36 pm

איך האב כמעט פארשפעטיגט די גאנצע קאנטראווערסיע דא...

קלארצושטעלן פאר די וואס מישן ארום: די 'חפצא' [עפ"י תורה] איז ווארשיינליך א באזונדערע שמועס, דער קעפל פון דעם אשכול רעדט פון "דעם שפעטן אויפשטייער", די 'גברא'.
אין אידיש: מיר רעדן נישט פון די מענטשן - פון ביידע זייטן - וואס וואלטן געפירט א אנדערע לעבנס שטייגער אויב על פי תורה וואלט דאס פארקערטע געוועזן חשוב'ער... נאכאלס דא א רוב...? :wink: (No Offence)

אגב, אויב איך האב דאס פארגעסן צו ערווענען און בלויז פון א שפראך שטאנדפונקט - די 'נארמאל' וואס איז סינאנימען מיט 'געווענליך' האט נישט די זעלבע חשיבות ווי די 'נארמאל' אין באדייט פון 'אנשטענדיג' אדער 'מענטשליך',
און פון א אלגעמיינע פאקטישע שטאנדפונקט, נישט אייביג גייט דאס צוזאמען..
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג... (קרעדיט: איך געדענק נישט)

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 8:17 pm

אברהם דוד האט געשריבן:
אויב איר פארשטייט שוין אזוי גוט די געשמאקקייט פון אויפשטיין פרי און פון זיין אין סקעדזשול, וויאזוי רבונו דעלמא כולא שטייט איר אויף א יעדן טאג אזוי שפעט?

די סיבה דערצו איז גאר פארשטענדליך, אלע שפעטע אויפשטייער האבן די זעלבע קווענקלנישן ביינאכט ביים זיך לייגן, אלע הייבן אן צו טראכטן פונעם בעט ארום עלעווע ביינאכט און זיי זעען זיך למעשה אריין נישט פאר פינף אזייגער ווען דער שכן צינדט אן די קאר, אלע פון זיי האבן אויך פון צייט צו צייט די פרישקייט פון ציען א גאנצע טאג כדי צו אריינפאלן אין א נארמאלן רוטין, אבער אלע פון זיי זעען זיך למעשה אויך נאך צוויי טעג צוריק אין די זעלבע שפעטע סיסטעם ווי געווענליך.


דאס איז שוין אבסורד!
איר ווילט רעדן פון געוויסע? איך בין אינגאנצן מסכים, און אויף זיי האט איר שוין אויך אליינס פארענטפערט, "למעשה איז דא מענטשן וואס דערגרייכן נישט זייערע ערווארטונגען" - דאס איז א געווענליכע מענטשליכע אויפפירונג ביי געוויסע מער און ביי געוויסע ווייניגער, אבער ביי יעדן למחצה לשליש ולרביע. נישט פון דעם וויל איך דא רעדן.

פון וואס רעד איך יא? אט הערט! הערט און שטוינט!

ווען עס קומט צו די נאכט שעות שפיר איך זייער גוט, איך שפיר ווי איך בין אריינגעקומען אין א נייע וועלט, ווי איך קען באשליסן וואס און וויאזוי עס וועט זיך פירן, עס איז ממש א באקוועמע און גוטע געפיל ווען איך שפיר זיך פריי און אליינס, אין א רואיגע און שלאפעדיגע וועלט, וואו די אלע ארומיגע און נערווירנדע לעבנס אנגעצויגענקייטן - צוזאמען מיט אירע פראדוצירער - שלאפן אין א זיסע און געשמאקע שלאף.

דאס איז אלעס געזאגט געווארן אפילו אין די אנפאנג נאכט שעות ווען די עיקר אנגעצויגענע מענטשהייט ליגט שוין אריינגעוויקלט אין איר דאכענע, פי כמה און פיל פיל מער, ווען אפילו זייערע שטיצער, די וואס האבן זיי געגעבן די מאכט איינצופירן זייער אנגעשטרענגטקייט אויף די ציוויליזאציע, פאלגן אליינס נאך די געזעצן און שלייכן זיך אוועק איינס ביי איינס פון די אנגעשטרענגטע וועלט, די אנגעשטרענגעט וועלט וואס זיי ווייסן דערפון, אבער דאס איז בלויז די וועלט וואס זיי ווייסן דערפון...

לאמיר אייך פארציילן פון די אנדערע וועלט, די וועלט וואס באהאלט זיך אין די טונקעלע נאכט שעות, די וועלט וואס בלויז איינצעלנע זענען פארטרויעט געווארן מיט איר געהיימניס, און די וועלט וואס אויב איר ווילט האבן אן אהנונג וואס דאס איז קענט איר דאס הערן טאקע פון די מערסט פונקטליכע, "מסודר'דיגע", און "נארמאלע" מענטשן.

"אה! די רואיגקייט וואס הערשט פארטאגס!"
האט איר שוין אמאל געהערט דעם סלאגאן? האט איר דאס שוין אמאל געשפירט אויף אייער אייגענע ביינער? פון דעם רעד איך! אייגענטליך בכלל נישט פון דעם.. פון עפעס סאך סאך מער!

שטעלט אייך פאר וויאזוי די "רואיגקייט" פון פארטאגס וואלט אויסגעזעהן ווען מען נעמט נאר אוועק אט די קליינליכע טיילן וואס קומען מיט דערמיט:
שפאצירן אין די גאסן אן די ארומיגע לויפעניש פון יאגעדיגע בחור'לעך וואס האפן צו כאפן דעם באס.
גיין אין מקווה אן אנגעצויגענקייט פון די, ווידעראמאל, יאגעדיגע בחור'לעך מיט אלעם וואס דאס ברענגט מיט אריינגערעכנט, די שטורעמישע מקווה בור, די נאסע און אנגעפילטע בענק, און דאס אוועקגענומענע ווינקל שויער וואס איז וואויל באקאנט מיט איר שטארקע שטראם.
פאר יעצט וועל מיר אויסלאזן דעם קאווע שטיבל און די ווירבלנדע ביהמ"ד דורכגענג און גיין צו די אנדערע באשיינער פון דעם "רואיגן" פארטאגס, דאסמאל די עלטערע ביישטייער צום רואיגקייט:
אויסער די אומעט וואס זיי ברענגן אראפ מיטן זיצן קאמפס גרייט, די הענט אויף דעם טלית בייטל, און די מויל אנגעשטעלט אנצוהייבן דעם לשם יחוד אין די סעקונדע צווישן 5:32:17 און 5:32:19 צו קענען האלטן ביי הודו 5:44:58 ווען דער בעל תפילה קבוע וועט אנהייבן "הכעם, הכעם, איסגאדעיל.." - וועט אייך אין מערסטענס פעלער אויך געלונגען, אויף איין וועג אדער אויף די אנדערע, זוכה צו זיין צו די שטרענגע "דא איז מיין פלאץ!"; "דאס איז מיין סידור!"; אדער עפעס ענליך.

און וואונדער איבער וואונדער, די רואיגקייט פארבלייבט, דאס קליין ביסל איבערגעבליבענע געלאסנקייט וואס האט מיט מאכט געהערשט אויף די שלאפעדיגע וועלט, וועט גענצליך אוועקגיין בלויז נאך וואס ווייניגסטענס צען אזעלכע מנינים וועלן פארענדיגן זייער פראצעדור.
און יא, מען קען נישט פארלייקענען די רואיגקייט וואס טוט למעשה הערשן אין די פארטאגס שעות, אבער דאס איז בלויז א קליינליכע, פיצקעלע שפיר פון די עכטע רואיגקייט, די רואיגקייט וואס הערשט נאר אין די טונקל, און די רואיגקייט וואס ווערט פארטריבן טאג טעגליך דורך די "נארמאלע" וועלט.

זעלבסטפארשטענדליך אז דערנאך ווען איך שטיי אויף נאכמיטאג, קען דאס בלויז ברענגן א צופרידענהייט און א פרישקייט אז די פרייליכע חתונה דא איז שוין באלד פארענדיגט, ווי שפעטער מען שטייט אויף, אלס ווייניגער וועט מען מוזן אויסווארטן איר ענדע, די קאווע איז דאן גאר זיס, און די שויער זיכער מער סימפאטיש אן די מייזעלעך וואס לויפן אונטער די פיס.

מיר פארמאגן א בונד! מיר פארמאגן א פעסטע בונד! און טאקע די זעלבע בונד וואס מען זעהט צווישן די רויכערער אין לופטפעלד, נישט אז מיר דערשרעקן זיך נישט פון די שעדליכקייט מיט וואס דאס איז פארבינדן, נאר נאך אלעם ווייסן מיר אלע איבער די געהיימניס וואס איז באהאלטן פון רוב וועלט: די וועלט קען באמת זיין א נארמאלע פלאץ!

"וואס וועט זיין אבער ווען דער שפעטער אויפשטייער וועט האבן אן אפוינטמענט אינדערפרי?"

און וואס טוען מיר אז למעשה ווערט די וועלט געפירט דורך מענטשן מיט אנדערע פריאריטעטן?

מיר שטעלן זיך צו, מיר מוזן לעבן אין די וועלט וואס מען האט אונז געגעבן, אבער מיר האבן אויפגעשריבן ערגעץ אין א באהאלטענע פלאץ "וויבאלד מיר זענען געצווינגען דערצו מיינט נאכנישט אז דאס איז נארמאל", און סיי ווען מיר קענען גייען מיר צוריק צו "אונזער" נארמאלע וועג, און צו די (אומ-)סדר וואס "אונז" שפירן אלס געשמאקער.

די געדאנק איז זיכער נישט אז די מענטשן זענען פיינט פון געזעלשאפט, פארקערט, דאס זענען די זעלבע מענטשן וואס וועלן גיין אויף א אנדערע פלאץ ווען דאס אייגענע איז פארנומען (אויב זיי פארמאגן בכלל אזא זאך ווי א "אייגענע פלאץ"), דאס זענען די זעלבע מענשטן וואס וועלן ווארטן עקסטערע פינעף מינוט אויף א צווייטע איד וואס האט פארשפעטיגט, דאס זענען די זעלבע מענטשן וואס האקן נישט איבער מיט א קדיש דעם עסקן אינמיטן זיין ביהמ"ד אפיל, און אזוי ווייטער און ווייטער.

דער געדאנק אין קורצן איז אזוי: די סיבה פארוואס א טייל וועלט איז "נארמאל" איז ווייט נישט וויבאלד זיי זענען פון די וואס וועלן אויס די ריכטיגע וועג אין זייער לעבן, אפילו ווען די וועלט פירט זיך למעשה אויף זייער וועג, די סיבה איז בלויז ווייל "דאס איז וואס זיי האבן ליב", און די זעלבע זאך איז אמת אויף פארקערט.

פארוואס שרייב איך דאס, און וואס וויל איך עררייכן דערמיט?
איך וויל בלויז אז דאס קומענדיגע מאל וואס א "נארמאלע" מענטש, אדער איינע פון זיינע ארויפקוקער, וועט זיך טרעפן אין דעם חצות מנין, דעם 2:00 ביינאכט מעריב מנין, אדער אלעס ענליך, זאל ער פארשטיין אז דאס איז נישט קיין צאמקום פון נאכגעלאזטע משוגעים (די מיינונג וואס זעהט זיך שטענדיג אן אין די בליקן אדער אין די זיסע הערות פון אזעלכע אידן), נאר דאס איז גאר מעגליך א צוזאמקום פון "אנדערע סארט מענטשן", צווישן זיי (די פאלגענדע זענען ביישפילן פון עכטן לעבן נישט פון פאנטאזיע) א עושר וואס דארף נישט אריינגיין אין ארבעט אין צייט, א פראגרעמער וואס ארבעט אויף זיינע אייגענע שעות, א תלמוד חכם וואס לערנט גאנצעטע נעכט, און אזוי ווייטער און ווייטער.

מיר ווייסן אז מיר פארמאגן אויף אונזער זייט אויך מענטשן וואס גלוסטן צו זיין אויף די אנדערע זייט, אבער דאס איז זיכער נישט א זאך מיט וואס מען וועט זיך ווייניגער אנשטויסן אויף די אנדערע זייט פון וואגשאל. מיר ווייסן אויך אז מיר פארמאגן צווישן זיך געוויסע סארט משוגעים (און דאסמאל רעד איך נישט פון די אזויגערופענע משוגעים, און מעגליך אז וויבאלד מיר זענען אין צאל אסאך ווייניגער דערקענט זיך דאס מער), נו, זענט איר אזוי שטאלץ מיט ענקער פארטאגס שחרית, אדער 1:13 נאכמיטאג מנחה מנין?

ווי עס שרייבט מיט כבוד און רעספעקט, און מיט א אמת'ע אידישע ליבשאפט צו מיינע ברודער,
אברהם דוד


ביודעי ומכירי אני מצטרף בכל התוקף לדברי חבירנו אברהם דוד.

ובדרך אגב, האבמיר געהאט א מגי"ש אין ישיבה וואס האט נאכגעזאגט "נארמאל איז א אפשאן אויפ'ן וואש מאשין, נישט אויפ'ן מענטש". (וידוע מה שאמר הרה"ק מלובלין לא תעשון "כן" לה' א-לקיכם - איר זאלט נישט מאכן "אזוי" פארן באשעפער, היינו נאר אזוי איז גוט. בבחינת "ופעמים להיפוך" אשר מבשרי אחזה שהוא כלל גדול בעבודת השי"ת) ודו"ק.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 8:42 pm

געהערט פו א פסיכילאג אז גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאג'ס בארואיגט נאך מער ווי נערוון פילן.

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 9:10 pm

ר' אביגדור מיללער האט געזאגט אז אלע פראבלעמען פון מענטשן הייבן זיך אן פון עלף אזייגער ביינאכט.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט