רויבער קאל וועקט אויף וויליאמסבורגע איינוואיונער באישון לילה

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

איש מבקש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 10:21 am

רויבער קאל וועקט אויף וויליאמסבורגע איינוואיונער באישון לילה

תגובהדורך איש מבקש » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:24 pm

ווי גערעדט אין דער ווילי אשכול האט א רויבער קאל באטראפן וויליאמסבורגע איינוואיונער נעכטן צווישן 1 און 2 ביינאכט, וואס דאס איז א רשעות שאין כדגמתו
איך האב נישט קיין אהנונג וועלכע מוסד, ווייל איך האב נישט געקענט אויסהערן ווייל איך בין געווען זייער פארשלאפן, אבער דאס האב איך יא געהערט אז עס איז געווען אויף אידיש, אפשר איז עס געווען דער שידוכים מוסד וועלכע האט געשיקט א רויבער קאל 11 אזייגער, אויך גענוג שפעט צו פארשריגן ווערן
ביי מיר האט זיך נאר איך מיט ס'ווייב אויפגעוועקט, און מיין ווייב א אפגעמיטשעטע מאמע האט נישט געקענט צוריק איינשלאפן פאר איבער א שעה, און איך גלייב אז אסאך אנדערע אידן האבן געהאט עגמת נפש פון דער קאל
*
איך ווייס איז עס איז זיכער געווען א טעות בלא בלא, אבער דער עולה איז בכלל דאס שיקן א רויבער כל, ומגלגלין זכות על ידי זכאי וחובה על ידי חייב, און דער נעכטיגער מעשה איז פונקט גענונג צו צייגן וואסערע חייבים, און רויבסערס די בעלי הקאלס זענען, אז דער אויבערשטער האט זיי מכשיל געווען מיט אזא הארבע עבירה, און מיטן מצער זיין אזויפיל אידן
איך עפן דער אשכול אז מען זאל דא קענען דעבאטירן דער ענין, און שיקן א שארפע מעסעדזש פאר די אלע רויבער: גענוג! מיר גייען עס נישט טאלרירן! נאר זיכער מאכן אז איר שטעלט זיך אפ, אז נישט וועט איר האבן קאנסוקווענצן, און הערן פונעם ציבור
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!

איש מבקש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 10:21 am

תגובהדורך איש מבקש » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:27 pm

איינער ווייסט וועלכע מוסד צו ארגאן. עס איז געווען?
והקע הרויבער נגד השמש!
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm

תגובהדורך לעמאן סאדע » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:28 pm

געב עס אפאר מניט און די אשכול איז פאר מעקט
......יְהַלְלוּ אֶת שֵׁם ה' כִּי נִשְׂגָּב שְׁמוֹ לְבַדּוֹ הוֹדוֹ עַל אֶרֶץ ........

איש מבקש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 10:21 am

תגובהדורך איש מבקש » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:29 pm

לעמאן סאדע האט געשריבן:געב עס אפאר מניט און די אשכול איז פאר מעקט
......יְהַלְלוּ אֶת שֵׁם ה' כִּי נִשְׂגָּב שְׁמוֹ לְבַדּוֹ הוֹדוֹ עַל אֶרֶץ ........

וואס איז דער פראבלעם מיט דער אשכול?
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!

איש מבקש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 10:21 am

תגובהדורך איש מבקש » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:30 pm

מנהלים, ביטע אהערברענגען אלע תגובות פון דעם ענין די וויליאמסבורגע אשכול
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:31 pm

מיין טעלעפאון איז אויסגעלאשן די רינגער אין מיין שלאף שטוב, מ'שלאפט פיין

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm

תגובהדורך לעמאן סאדע » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:31 pm

איש מבקש האט געשריבן:
לעמאן סאדע האט געשריבן:געב עס אפאר מניט און די אשכול איז פאר מעקט
......יְהַלְלוּ אֶת שֵׁם ה' כִּי נִשְׂגָּב שְׁמוֹ לְבַדּוֹ הוֹדוֹ עַל אֶרֶץ ........

וואס איז דער פראבלעם מיט דער אשכול?

איך זאג נישט אויף זיכער אבער אז די האסט געדארפט עפענן א נייע אשכול מיינט עס אז אלטע איז נישט בין החיים :wink:

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:34 pm

ס'איז דא א סגולה פון אויסלעשן אלע רינגערס פאר מען גייט שלאפן, בדוק ומנוסה (נישט אז איך פארטיידיג חלילה די רויבער קאלס)

אונגארישע האקט

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:40 pm

א שטיק צייט צוריק איז געווען זייער אסאך קאלס אינמיטן די נאכט ביי אינז אין שטעטל.... האמיר דעמאלץ אויסגעלאשן אלע רינגערס ביינאכט און מהערט מער גארנישט. די אויסעלאשנע רינגערס האלט נאך אן עד היום הזה
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:52 pm

אלטער האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק איז געווען זייער אסאך קאלס אינמיטן די נאכט ביי אינז אין שטעטל.... האמיר דעמאלץ אויסגעלאשן אלע רינגערס ביינאכט און מהערט מער גארנישט. די אויסעלאשנע רינגערס האלט נאך אן עד היום הזה


דאס איז די FEATURE פון SILENT MODE וואס קומט היינט מיט רוב היים טעלעפאנען וואס איר קויפט אין געשעפט [ביי א טייל טעלעפאנען ווערט דאס גערופן QUIET MODE אדער NIGHT MODE], וואס ארבייט אז מען קען אנשטעלן אז דורכאויס באשטימטע שעות - למשל אין די נאכט שעות - איז די רינגער פון די טעלעפאן אויסגעלאשן.

סקאראמוטשי
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 4:01 pm

געקומען פון מוסד הקדוש והטהור ת"י, פאר די טעכנאלאגיע ריינע אידן. קוקט אויס אז דארט טאר מען נישט וויסן גארנישט וואס האט שייכות מיט טעכנאלאגיע, אריינגערעכנט די חילוק פון עי.עם. און פי.עם. וואס די זייגערס אויף די טמא'נע טאמאס גרעפטאן פאונס האבן. אינטערעסאנט אז זיי ווייסן בכלל פון ראבא קאללס צו זאגן. אפשר טאקע נאר ווייל מוסד הקדוש והטהור השומרים שיקט אויך צומאל אזעלכעס.

ווי גייט נאר דער מאמר וואס דער פותח האשכול ברענגט, מגלגלין זכות על ידי זכאי וחובה על ידי חייב.

בוז יבוזו להם.
די ניק מיסטעריעז איז אויף א מיסיע איבערצודרייען ~ וויכי

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג פאברואר 18, 2020 5:20 pm

געהערט ממקור ראשון אז ביים אינצידענט ווע א הונט האט געביסן א איד אין מאנסי האט א נעיבער וואס האט דאס געזעהן געוואלט קאלן הצלה, אבער סאיז אריינגעקומען א ראבא קאלל און ער האט נישט געקענט קאלן (אויך אויב מלייגט אראפ בלייבט די פאון ביזי ביז דדער צודרייטער דארט ענדיגט)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 18, 2020 5:22 pm

רח"ל!
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 18, 2020 6:45 pm

ערגעץ אינמיטן הערן קול מבשר אינמיטן שלאף, איז אריינגעקומען די קאל קיין איינונג וואס ווען ווי, ער האט געקענט העלפן זלמן שפינען מיין חלום...

געהערט פון אנדערע וואס די קאל האט יא אויפגעוועקט
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:47 pm

אין קר"י איז נעכטן ארומגעגאנגען א קאל ארום א פערטל נאך צען דורך דעם רויבער הידוע, ביי טייל מענטשן איז דאס שוין באישון ליל, בפרט אין אפסטעיט.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך פאברואר 19, 2020 7:20 am

היינט אין די "דבר יום ביומו"

TY.png
TY.png (28.69 KiB) געזעהן 932 מאל

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 8:46 am

סארא חוצפה דאס.
אבער גאנץ שיין אז זיי האבן כאטש געשפירט פאר וויכטיג זיך צו אנטשולדיקן.
אלץ תשובת המשקל וואלט געווען פאסיג אז זיי זאלן אינגאנצן אויפהערן מיט די רויבער קאלס.

אגב, איז עס די מוסד'ס שולד אדער פון די קאמפאני וואס מאכט די קאלס?

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 8:51 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:ס'איז דא א סגולה פון אויסלעשן אלע רינגערס פאר מען גייט שלאפן, בדוק ומנוסה (נישט אז איך פארטיידיג חלילה די רויבער קאלס)

אונגארישע האקט

נישט אייביכ קעם מען דאס טון. ס'דא אמאל וואס מ'ווארט אויף א קאל און מ'קען נישט אויסלעשן די רינגער

סקאראמוטשי
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 8:56 am

דער וואס האט געעדיט מיין תגובה פון תפארת ישראל צו ת"י, זאל מוחל זיין און אויך עדיטן די סקרינשאט...
די ניק מיסטעריעז איז אויף א מיסיע איבערצודרייען ~ וויכי

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך פאברואר 19, 2020 9:22 am

זיי האבן זיך אליינס איבערצייגט ווי שעדליך טעכנאָלאָגיע קען זיין

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:21 am

דממה דקה האט געשריבן:זיי האבן זיך אליינס איבערצייגט ווי שעדליך טעכנאָלאָגיע קען זיין

:lol: :lol:

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » מוצ"ש פאברואר 22, 2020 9:25 pm

נאך איינער האט צירוק אנגעהויבען באקומען ניימאן'ס קאלס ?
ער האט נאכאמאל אנגעהויבען צי קאלן אויף מיין היים און אויף מיין סעל פאון,

מיר בעטן דיר שטארק ביטע האלט דיך צי דיין נישט קאלן ליסט, און ווי אויך צי די ליגאלע do not call list דינא דמלכיתא דינא

balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » מוצ"ש פאברואר 22, 2020 9:40 pm

Yup I also started to get called he is unfair
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל

תגובהדורך שמארטיקל » מוצ"ש פאברואר 22, 2020 10:24 pm

הערשקא האט געשריבן:נאך איינער האט צירוק אנגעהויבען באקומען ניימאן'ס קאלס ?
ער האט נאכאמאל אנגעהויבען צי קאלן אויף מיין היים און אויף מיין סעל פאון,

מיר בעטן דיר שטארק ביטע האלט דיך צי דיין נישט קאלן ליסט, און ווי אויך צי די ליגאלע do not call list דינא דמלכיתא דינא

יא, א שטיק צייט צוריק האב איך געטוהן אלע מיטלען זיך אראפצוסיינען, כ'בין אויך ארויף אויפן DNC ליסטע. ס'לעצטע שטיק צייט האבעך טאקע געהאט מנוחה, אבער די לעצטע פאר טעג האבעך צוריק אנגעהויבן באקומען די קאלס! מיטוואך צו דאנערשטאג נאך אכט אזייגער אהן קיין טראפ בישה! ווען מיינע צוויי קליינע האבן ענדליך איינגעשלאפן..

כלל ישראל בעט זיך: הערט אויף צו רויבן אונזער מנוחה!!

יודישער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

תגובהדורך יודישער » מוצ"ש פאברואר 22, 2020 10:24 pm

יאפ דער "רויבער הידוע" איז בעק
:oops: :oops: :oops:


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט