איך געדענק נאך ווען...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:13 pm

און וויזשניץ זאגט מען עלינו נאך יעדע תפילה ממש. (איך מיין אז ס'איז דא נאך פלעצער אויך)

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:48 pm

קען זיין ס'איז שוין געווען דא אמאל, אבער חזרה שאדט נישט...

זכרונות פון אמאל
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:24 am

צ/ק
ווען גאנץ כלל ישראל האט געמיינט אלע אידן...
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 3:09 pm

ניס קראכער האט געשריבן:צ/ק
ווען גאנץ כלל ישראל האט געמיינט אלע אידן...

פון וואס רעדטסטו? פון די וואודבורן כלל ישראל שול?
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:35 pm

ניס קראכער האט געשריבן:צ/ק
ווען גאנץ כלל ישראל האט געמיינט אלע אידן...

אויך די עשרת השבטים? (אך י"א שהם יצאו מכלל ישראל)
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:21 pm

ניס קראכער האט געשריבן:צ/ק
ווען גאנץ כלל ישראל האט געמיינט אלע אידן...

ווי לאנג צוריק בערך?
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:33 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:צ/ק
ווען גאנץ כלל ישראל האט געמיינט אלע אידן...

ווי לאנג צוריק בערך?


בערך 10 יאר אין צוריק...

דענק איך שוין נישט פינקטליך וויפיל יאר ס'איז יעצט זינט כינוס כלל ישראל, סאררי
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:10 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:צ/ק
ווען גאנץ כלל ישראל האט געמיינט אלע אידן...

ווי לאנג צוריק בערך?


בערך 10 יאר אין צוריק...

דענק איך שוין נישט פינקטליך וויפיל יאר ס'איז יעצט זינט כינוס כלל ישראל, סאררי

דארט זענען געווען אלע אידן?
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:52 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:צ/ק
ווען גאנץ כלל ישראל האט געמיינט אלע אידן...

ווי לאנג צוריק בערך?


בערך 10 יאר אין צוריק...

דענק איך שוין נישט פינקטליך וויפיל יאר ס'איז יעצט זינט כינוס כלל ישראל, סאררי

דארט זענען געווען אלע אידן?

כ'רעד דאך ביז דאן...
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

סקאראמוטשי
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 5:10 pm

דעמאלטס האט מען כאטש געלאדענט גאנץ כלל ישראל...
די ניק מיסטעריעז איז אויף א מיסיע איבערצודרייען ~ וויכי

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:51 pm

צ/ק

ווען איך פלעג געדענקען זאכן.

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 6:39 am

קרית יואל
איך געדענק נאך ווען מען האט געקענט פליען אין קרית יואל פון שאפינג צענטער ביז די ביזנעס סענטער מיט נאר '' 1'' סטאפ סיין( ביי עיקרס בעיקערטאון )
נישט אזוי לאנג צוריק

אוועטאר
Bissli
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » זונטאג נובעמבער 10, 2019 5:37 pm

ווען מענער גלעזער און פרויען גלעזער פלעגן ליגן אין עקסטערע שענק אין אפטיקל...
.If they don't know you personally, don't take it personal

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:47 pm

Bissli האט געשריבן:ווען מענער גלעזער און פרויען גלעזער פלעגן ליגן אין עקסטערע שענק אין אפטיקל...

און איך געדענק נאך ווען מ'האט נאך גזעהן א חילוק דעראין...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
Bissli
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:57 pm

nmi האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:ווען מענער גלעזער און פרויען גלעזער פלעגן ליגן אין עקסטערע שענק אין אפטיקל...

און איך געדענק נאך ווען מ'האט נאך גזעהן א חילוק דעראין...

דעטס וואט איי סעי
.If they don't know you personally, don't take it personal

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:03 pm

צ’ק

ווען צל עובר׳ס היברו קיבארד האט געארבעט..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
שרייב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:12 pm

ווען מען פלעיגט קלעקטען גדולים קארטס
שרייב אין מעק

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:15 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- viewtopic.php?p=540446#p540446 פון דא
יענקל פאטאש האט געשריבן:קען זיין שוין אמאל געברענגט דא אבער איך האב עס נישט געטראפען

ווער געדענקט נאך???

• .. ווען א ווייסע בארד האט געמיינט א מלחמה איבערלעבער...

• .. ווען א "פאבליק" טעלעפאן איז צוניץ געקומען פאר'ן פאבליק...

• .. ווען מ'האט גערעדט צו מענטשן אנשאטא צו מאשינען...

• .. ווען ביי א "קידוש" איז געווען אויף וואס קידוש צו מאכן...

• .. ווען "שנה" ראשונה האט זיך געענדיגט נאך א יאר...

• .. ווען א "ספרים סטאר" האט פארקויפט בלויז ספרים...

• .. ווען עס האט געדויערט צייט צו ווערן אן "עקספערט"...

• .. ווען "צום ווידערזען" האט נאכנישט געמיינט " קענסט שוין גיין"...

• .. ווען א "בעקערי" האט נישט פארקויפט "בלויז" היימישע פראדוקטן...

• .. ווען א "קאפקעיק" איז נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט דעם קאפ אויפםן פלאץ...

• .. ווען מענטשן זענען געווען מענטשן און אייער, אייער...

• .. ווען "האלבע" שיך איז געווען האלב...

• .. ווען "חול המועד" איז אדורך אן "חול המועד האלטן"...

• .. ווען א פסיכיאטאר האט נישט געדארפט קענען אידיש...

• .. ווען די פראגע "וואס הערט זיך מיט שלום בית" איז געווען א ווערטל...

• .. חינוך האט נישט געהאט א פארבינדונג מיט "טעיפס"...

• .. מ'האט געהאט חומרות פאר זיך און קולות פאר א צווייטן...

• .. ווען "קאנטרי" איז נישט געווען א "מוז"...

• .. דער חילוק צווישן א ספאדיק און א שטריימל איז געווען מערקבאר...

• .. פרישע עסן איז געווען א מעלה און "אווערנייט" א חסרון...

• .. ווען אויף ארץ ישראל איז מען געפארן זיך אויסלעבן די יאהרן בקדושה ובטהרה מתוך הדחק...

• .. ווען אויף אמעריקע איז מען געפארן פורק עול זיין ..

• .. ווען צו א רבי'ן האט מען נישט געדארפט ווערן "אריינגעלאזט" ..

• .. ווען א רבי האט נישט געמיינט די צאל בילדער אין מאגאזינען ..

• .. ווען אידיש האבן גערעדט אויך פרייע אידן .

• .. ווען ציונות האט געמיינט אפיקורסות ..

• .. ווען מען האט גערעדט פון ביאת המשיח ..

• .. ווען עס איז נישט געווען קיין אינטערנעט ..

• .. ווען יעדער האט געהאט נאר איין סעלפאון ..

• .. ווען דער פאפירענער מילך פלעשל האט זיך צוריסן ביי מויל ווייל א קינד האט געעפנט ..

• .. ווען אויף א שיף איז מען געפארן פון איין לאנד צו די צווייטע ..

• .. ווען אויף אן אפיקורס האט מען געזאגט ימח שמו ..

• .. ווען דער אראבער האט נישט פיינט געהאט דעם איד .

• .. ווען Windows האבן געמיינט פענסטער ..

• .. ווען מען האט געגעסן ברויט מיט פוטער פאר פרישטאג ..

• .. ווען מען האט געבויט א סוכה ..

• .. ווען מען האט צוגעגרייט צעהן ברעקלעך פאר בדיקת החמץ ..

• .. ווען מען האט אליין צוגעגרייט קנויטן פאר די חנוכה ליכט ..

• .. ווען מען פלעג אליין צוגרייטן משלוח מנות ..

• .. ווען מען פלעג באקוקן די סאלאט פון ווערים ..

• .. ווען מען פלעג באקן "קאקאש קעיק" ..

• .. ווען א גאלאן גאזאלין האט געקאסט 70 צענט ..

• .. ווען עס האט געקאסט א דאלאר צו רעדן אויפן "קאר טעלעפאן" ..

• .. מען האט געבויט דעם Thruway ...

• .. קינדער האבן נישט געהאט קיין גלעזער ..

• .. דער מלמד האט געמעגט טיילן ניסלעך פאר יעדן איינעם ..

• .. דער מנהל האט געמעגט געבן א פאטש ..

• .. ווען א ישיבה איז נישט געווען בלויז "למצויינים" ..

• .. מען פלעגט איינטינקען די חלה אין "גרעיפ זשוס" ..

• .. גאלדמאן'ס מילך ..

• .. ווען א רבי האט געמיינט אן עהרליכער איד ..

• .. ווען אן עהרליכער איד האט נישט געמוזט אויפנעמען מענטשן ..

• .. ווען מען האט נישט געוואוסט וואס עס מיינט "פענטעגאן" ..

• .. מען האט געכאפט סאדאם כוסעין ..

• .. ווען מען האט געהאט 3 קינדער אינעם הינטערשטן זיץ אינעם "סטעישן וועיגן" ..

• .. ווען די New York Post פלעגן קויפן נאר גויים ..

• .. בעדפארד עוועניו איז געווען א טו-וועי ראוד ..

• .. די גויים זענען געגאנען מיט היטן ..

• .. א כאפצעם (כאפט'ס אים) ..

• .. ווען מען פלעגט זאגן "כ'האב געהערט" אנשטאט "כ'האב געליינט אויף היידפארק" ..

• .. ווען ביי א חתונה פלעגן די געסט זינגען ..

• .. ווען יעדער פלעגט ליינען די אידישע ליכט ..

• .. ווען מען האט געוואוסט וואס חסידות איז אהן הסברים און לעקציעס ..

• .. ווען א מחבר ספרים איז געווען א תלמיד חכם ..

• .. ווען א רשע איז נישט געווען א תינוק שנשבה ..

• .. ווען משפחה האט נישט געמיינט א פושקעלע קארן אדער א פלאש אויל ..

• .. ווען מען פלעגט נוצן דעם קאפ צו וויסן וויפיל עס איז 10 X10 ..

• .. ווען מען פלעגט בלאנזשען ביז מאנרא ..

• .. צו פארן אויף מאנטריאל איז מען געפארן מיטן 9 W ..

• .. ווען אלטע אידן זענען געפארן אויף פלארידע ..

• .. ווען מען האט געדארפט קויפן א טעיפ ..

• .. ווען מען האט געהאט קעש אין טאש ..

• .. מען האט עפעס געקענט קויפן פאר א קוואדער ..

• .. ווען א שייגעץ איז געגאנגען אהן א קאפל ..

• .. ווען צעהן טויזנט דאלאר איז געווען געלט ..

• .. די צייטן וואס ווען מען האט נישט געהאט קיין געלט האט מען נישט געקויפט ..

• .. ווען א Hot Cup האט געמיינט א הייסע גלאז ..

• .. ווען מען האט געגעסן אייזקרים בלויז אין די זומער ..

• .. ווען עס פלעגן זיך צוברעכן גלעזער ביי א שבע ברכות ..

• .. ווען מען האט געדארפט ווארטן א האלבע שעה די זופ זאל זיך איבערווארעמען ..

• .. ווען די קינדער האבן געהאט ווואס צו טון ..

• .. ווען יעדער האט געהאט צייט ..

• .. ווען מען האט געגעסן פסח קארטאפל מיט אייער ..

• .. ווען מען האט געשמועסט איבער דעם "עפארדעבל חתונה פלאן" ..

• .. ווען מען האט געדארפט גיין שבת מער ווי 2 מינוט צו א בית המדרש ..

• .. אויף LYNCH האבן געוואוינט גויים ..

• .. ווען א לויער איז געווען א גוי אדער א פרייער איד ..

• .. ווען א הוט האט מען געקויפט ביי סעלקא ..

• .. ווען א Mouse האט געמיינט א מויז ..

• .. ווען די ווערטער "דער פרעזידענט" האבן געהאט עפעס א חשיבות ..

• .. ווען IPOD איז געווען "טערקיש" ..

• .. ווען נאר "טאטעס" האבן גערייכערט ..

• ...ווען 50 האט געמיינט א עלטערע יוד...

• ...ווען 30 האט געהייסן מידל עידשז...

• ...ווען א טאמאטע איז געווען רויט...

• ...ווען קארן איז געווען געיל...

• ...ווען באנאנעס זענען נאכנישט געווען רייף...

• ...ווען 'געילע קעז' האט מען געקויפט אין אנטווערפן...

• ...ווען קיין אנטווערפן איז מען געפארן מיט SABENA ...

• ...ווען אלטע יוד'ן האבן געהאט מיט די ריקן...

• ...ווען יסורים זענען געווען שמערצן...

• ...ווען סלייסטשיז האט געהייסן שויט...

• ...ווען בארביקיו טשיפס איז געווען חזיר-טרייף...

• ...ווען די רבי'ס פלעגן שרייען 'אוסטא קוטשא פייא'...

• ...ווען ארבעס האבן געהייסן זאכער-בונדלעך...

• ...ווען זכור בונדלעך האט מען געגעסן בלויז ביי א זכור...

• ...ווען באנקראטירט האבן בלויז גבירים...

• ..ווען ס'איז נאך געווען א בושה צו באנקראטירן...

• ...ווען מ'האט נאך געקענט בארגן געלט אן קיין ערב...

• ...ווען א קאמפיוטער האט געהאט בלויז דער טראוועל-עידשזענט...

• ...ווען אין גראסערי האט מען געוואויגן מיט א וואגשאל...

• ...ווען פאר אפיקומן האט מען געבעטן א זיגל מיט די נאמען...

• ...ווען אין'ם זיגל איז געשטאנען 'לה' הארץ ומלואה'...

• ...ווען פאר א חולה האט מען אויסגעזאגט גאנץ תהלים אין בית מדרש...

• ...ווען עלטערע יוד'ן האבען געהאט פאלטשע ציין...

• ...ווען יעדער האט אויף געהויבען דעם קאפ ווען אן עראפלאן איז אדורך געפארן...

• ...ווען אויף א ווילטשעיר האט מען זיך אפגעשטעלט קוקן...

• ...ווען אויף א צודרייטער האט מען געזאגט לא עלינו...

• ...ווען קיין רוסלאנד איז מען געפארן מיט א פאלטשע פאספארט...

• ...ווען א בריעף האט מען געשריבן מיט די האנט...

• ...ווען ס'איז געווען א בושה צו זיין א געלינקטער...

• ...ווען אויף א בר מצווה זענען געקומען צו פארן אלע פעטער'ס אין מימע'ס מעבר לים...

• ...ווען פאר א חתונה האט מען זיך געבאדן און געלייגט שלאפן אז מ'זאל נישט זיין מיד...

• ...ווען טאטע'ס האבן געקענט מער לערנען ווי זייערע קינדער...

• ...ווען ס'איז געווען אך און וויי אויב מ'האט נישט געקענט ביים פארהער...

• ...ווען מ'האט נאך געכאפט א פאטש פאר'ן נישט טייטלען מיט'ן פינגער...

• ...ווען קינדער האבען אפגעגעבן כבוד פאר עלטערע יודן...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
Bissli
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:24 pm

[quote="nmi"];l;p- ;l;p- ;l;p- http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 46#p540446 פון דא [quote="יענקל פאטאש"]קען זיין שוין אמאל געברענגט דא אבער איך האב עס נישט געטראפען

ווער געדענקט נאך???
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
א גרויסן שכח פארן ארויפברענגן
.If they don't know you personally, don't take it personal

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 5:52 am

nmi האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 46#p540446 פון דא
יענקל פאטאש האט געשריבן:• .. ווען משפחה האט נישט געמיינט א פושקעלע קארן אדער א פלאש אויל ..


...ווען רש"י איז געווען א פירוש אויפ'ן חומש...
...ווען ברטנורא איז געווען א פירוש אויפ'ן משניות...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט