בלאט 4 פון 4

Re:

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 6:51 pm
דורך חוח בין השושנים
אנדי פעטיט האט געשריבן:מיין בעיבי איז שוין פייסעכיג, לאמיך אים אריין לייגען אין די פייסעכיגע אשכל

געשריבן 12 יאר צוריק. מ'גרייט זיך צום בר מצוה?

Re: די פייסעכיגע אשכול - ביטע נישט אריינקומען מיט חמץ

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 9:39 pm
דורך אלטער
חוח ביסט שוין פייסעכיג???? וואס קומסטו דא אריין????

Re: די פייסעכיגע אשכול - ביטע נישט אריינקומען מיט חמץ

געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2020 3:42 am
דורך סטיטשינער
ר' אלטער איך בין זיכער אז דו ביסט שוין פייסעכדיג. ס'איז א פשוט'ע חשבון. ביי דיר אין שטוב מעג מען נישט אריינברענגן חמץ פון ר''ח ניסן, און ארויס טארסטו דאך נישט גיין. קומט דאך אויס אז פון ר''ח ביסטו שוין פייסעכדיג. קיטניות לאזט מען יא אריין?
איך בין גראדע נישט, אבער כ'בין נאר אריינגעקומען פאר א רגע. איך לויף שוין ארויס.

Re: די פייסעכיגע אשכול - ביטע נישט אריינקומען מיט חמץ

געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2020 11:08 am
דורך אלטער
גראדע בין איך פינגט ווי אלע יודישע קינגער.... ממילא איז די שטוב נאך אויך נישט אזוי פייסעכדיג.... אבער דאך קום איך דא אריין... כ'האב מיר גוט אפגעפיצט.

אבער אז די ווילסט וויסן קומט נישט אריין בי אונז קיין קיטניות

Re: די פייסעכיגע אשכול - ביטע נישט אריינקומען מיט חמץ

געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2020 11:15 am
דורך אזוי גאר!
קטניות איז ערלויבט?

Re: די פייסעכיגע אשכול - ביטע נישט אריינקומען מיט חמץ

געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2020 9:13 am
דורך אלטער
נישט דא... אבער אויב פירט ער זיך צו עסן פסח קיטניות... העט מען מען קענען פארקיקן...

Re: די פייסעכיגע אשכול - ביטע נישט אריינקומען מיט חמץ

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 1:50 am
דורך סטיטשינער
אינטערסאנט. מען האט אלעס מתיר געווען היי יאהר. ביי קיטניות האט מען זיך אפגעשטעלט. כ'האמיך שוין דערזעהן מיטן באמבא נאכן סדר :-(