רבותי!!! כ'טוה תשובה

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

רבותי!!! כ'טוה תשובה

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אפריל 25, 2008 4:29 pm

איר האט געליינט דעם קעפל? נו איז וואס ווינדערט איר זיך אזוי? פון ווען די נ-נח חברה האבן געבוירן זייערע קאפלעך, האבן זיך אלע מאדנע ארגענאזירער פון כלל ישראל זיך גענומען צו קאפלעך, דער שרייבט ליפא, און יענער שרייבט שמע ישראל, דער דריטער שרייבט 'יהודי לא ציוני' און דער פערטער לאזט דעם פיפטן שרייבן וואס דעם זעקסטן פאלט ביי נאכן הערן פונעם זיבעטען. הכלל די קאפלען זענען געווארן גאר פילפארביג, און כלל ישראל האט זיך גענומען דערצו מיטן גאנצן ערענסקייט. שפיר איך אז כ'מעג אויך שרייב א מאדנע אויפשריפט אויף מיין קאפל... כ'מיין מ'פסק'ע מיר דאך פארט, חציו לכם, קומט דאך אויס אז אן האלבער אשכול אידאך זעכער מיינס, אויף אזויפיל אז כ'וויל תשובה טוהן שרייב איך עס אויך אויפ'ן קאפל פונ'ם אשכול... און יא

רבותי, כ'טוה תשובה....

וייסעך דאך אז דו וועסט ברוגז זיין אויף מיר, אמער, וואס האט תשובה מיט כאלעמויד פייסעך??? הא? סיז נישט די ימי הרחמים והרצון, און אויך נישט די ימי הלצון, איז אם כן למה זה אנכי? ווער בין איך ווער ביסטו? כ'מיין ווער זעמיר דא בכלל, בינעך דען סאכדעס, ביסטע דען יאכער אדער קרעמער, מ'האמיר דאך עכטע נעמען, איז ווייגעוואלד, וואו בינעך דא פארשלאפן, ניין ניין ניין, כאזעך פארמישט מין ניק, כ'מיין צוזאגן, וואו בינעך דא פארפארן?

עלקא נפתלי, ווילעך דאך פארט יא תשובה טוהן, און אויך ווילעך אז דאס זאל זיין דייקא ברבים, און נישט נאר ברבים, נאר דייקא אין קרעטשמע, און נישט נאר דאס, נאר טאקע אין פארברענגן... אזוי ווי איר ליינט, מיינעך עס זייער ערענסט, עס איז פארגעקומען דעם פסח אן עון בלתי משופר, אז מ'דארף ווען האבן ערב פסח VS ערב יום כיפור, צו קענען עטוואס תשובה מאכן, און איר זאלט נישט לאכן, עס איז פון די בין אדם לחבירו זאכן, וואס כ'וואלט געדארפט וויינען און קאכן, ביז יענער זאל זאגן בפה מלא, כ'בין דיר מוחל נישט קיין שאלה, און דערויף בין תנור לכירים, גיסן טרערן עד שיעידו עלי מן השמים.

כ'מאך ענק שוין צופיל משוגע, איז לאמיר צוגיין צום ענין אזוי גלאט און פשוט. הגם כ'בין נישט קיין שוחט, און גלאטן א מעסער איז נישט מיין פאך, אבער פארט דא מוז איך גלאט צוקומען, ווייל אנישט העט מען נאך טאנצן דא די שירה פארן עלות.

איז לאמיר אייך נישט אויפהאלטן, כ'מיין נישט צוזאגן אויף מיינע הענט, ווייל איר האט סייווי נישט אלע קיין פלאץ, כ'רעדט נאר אזוי דא ביין סקרין (נישט די לעכעריגע וואס מ'שטעלט די ווייין, אוחח וואס מ'שטעלט ביי די ווינדאוס, און אויך נישט ביי די ווינדאוס פון ביל געיטס, -כ'רעדט פונ'ם נאמען, נישט פון א צוים- וואס גראדע די סקרין פון וואס יאך רעדט האט יא שייכות צו די ווינדאו פון ביל געיטס, שששש.. כ'זאג עס שטיל, אויף די סקרין זעהט מען זיינע ווינדאוס, וואס פאר א נס??? געווענדליך זעהט מען דעם סקרין דורך די ווינדואס, קען זיין אז דאס איז אזוי ווי מ'שטייט פון אין דער אויסן.... אהה כאב א בעסער ווערט, נישט ווי די סקרינס וואס מ'שטעלט ביי די פענסטערס.... אההההה.... געלויבט איז גאט, אזא רייכע שפראך אידיש, פאר יעדע זאך קעמען זיך אויסדרוקן מיט עטליכע ווערטער: פענסטער, ווינדאו, חלון, ועוד למב"ק. כ'רעדט פון די סקרין וואס יעדער וואס ליינט מיינע ווערטער קוקט דערויף אויב האט ער עס נישט ארויסגעפרינט, און מוז נישט זיין ער אליינס, זיין חבר מעג עס אויך ארויספרינטן פאר איהם, אקיצער, כ'בין שוין צופיל מאריך, כ'רעדט פון די באקס אויף וואס מ'קוקט ווען מ'ליינט מיינע ווערטער נישט אויף א פאפיר.... שוין כ'מיין אז ס'איז גענוג קלאר.) סאו ווילעך אייך נישט אויפהאלטן אזוי לאנג, העליך עס מאכן גאר בעציקער פארשטייט זיך מיט די הכשר פון סאכדעס.....

איז אזוי, אמאל אין דער אלטער היים, כ'קען נישט אהין צוקומען איצט, פלעגט מען פון יעדן באגעגעניש מיט א חבר מאכן א גאנץ בראטל, און אפילו זוכנדיג דא אין די קעלערן פון די פארברענגן אשכולות, האבעך געפונען עטליכע, כ'על נאר ברענגן די איינע וואו יאנאש מעלדעט איין פאר'ן ציבור אז ער האט זיך געטראפן מיט דאיען זעלבסט,
און דערויף זאגט ער אז עס איז פאר איהם א מורא'דיגע זכי' יעדעס מאל וואס ער טרעפט זיך מיט מיר אדער מיטן דאיען. אלזא, כ'וואלט פארציכטעט אויפן גאנצן געדאנק, אבער פארט, דא איז אנאנדער מאנסע.

ווער עס געדענקט געדענקט, און ווער עס געדענקט נישט געדענקט נישט. אמאל האט יאנאש געבראכט פאר'ן דאיען די מצות זיינע פון בארא פארק, יא אזוי ווי איר הערט, ער איז געפארן מיט זיין גרויסן אויטא אויף בארא פארק, צו ברענגן די מצות פאר'ן דאיען. פרעגט זיך א קשיא, פארוואס דווקא זיין גרויסע אויטא? האט ער נישט געקענט ברענגן זיין קליינע אויטא? ניין און טאקע ווידער ניין, פארן דאיען פארט מען נישט אזוי מיט א קליין קארל, מ'נעמט ס'גרעסטע וואס שייך, זאל עס אפילו זיין א לאסט אויטא, און אזוי פארט מען ארויף צו די גרויסע בארא פארק, און מברענגט אראפ פארן דאיען דאס ביסל כשר מצות וואס ער ברויך...

אלזא לאז מיר אייך פארציילן, איינע פון די מצות וואס דער דאיען עסט אום פסח, קומט פון ארץ ישראל, יא, דאס לאנד וואס אונזערע עלטערן און אור עלטערן האבן דארט געוואוינט, יעקב אונזער זיידע איז אראפ קיין מצרים, און אונזער ליבליכער גאט, אונזער פאטער אין הימל האט אונז ארויסגענומען פון דארט, נישט פאר ער האט אנגעמקל'ט די מצריים מיט מכות וואס איז קיינמאל פריער נישט געווען, און אויך שפעטער האט מען אזעלכע מורא'דיגע וואוונדער נישט געזעהן, דערויף זענען דאס פאלק געווען אין מדבר, דערויף אין ארץ ישראל, און טאקען פון דעם רעדט איך, פון די זעלבע ארץ ישראל. אלזא, כדי דאס צו באקומען צום דאיען אהיים מוז מען דאס פארפיקן פון בארא פארק.

עטליכע וואכן פאר פסח, האט מען געקראגן ביין דאיען אין שטוב אן הודעה אז יא, מ'קען פארפיקן די מצות, און פארשטייט זיך מ'דארף באצאלן די פאר רייניש, אבער וואס צאלט מען דען נישט פאר מצות? זאל עס אפילו זיין עטליכע אין טויזענטער דאלער, פאר מצוות לאזט מען זיך קאסטן, אלזא, האט מען זיך גע'ישוב'ט ביין דאיען צו סאכדעס זאל ארויספארן ספעציעל וועגן די מצות אבער נישט, איז געווען אזעכע וואס האבן געזאגט אז יא, אנדערע האבן געזאגט אז ניין, מאנכע האבן געזאגט נאר אויב עס וועט זיך מאכן נאך עטליכע זאכן צו ערלעדיגן, די פיינעל איז געווען צו רופן יאנאש וואס איז א גרויסער בעל עסקים, און ער פארשטייט גוט צו האנדלן, אידאך מסתבר אז ער פארט פאר זיינע ביזנעס צוועקן קיין לייפציג,,, נאא נישט גוט געזאגט, קען זיין ער פארט אויף לייפציג, אבער מיר רעדן דאך דא פון בארא פארק, אלזא, ער פארט מסתמא צוליב זיינע פארצווייגטע געשעפטן אמאל אויף בארא פארק אויך, און אויב נישט אויף בארא פארק פארט ער אויף פלאט בוש, נו, אידאך עס נאר א שפאן אוועק. (ווי האט יענער געזאגט: פארסט אויף דרייצן? לייג מיך אראפ אויף אכצן קרעדיט: פורים Y2K) איז אזוי געבליבן, מ'רופט אן יאנאש'ן.

האט זיך עס אנגעהויבן אויף גוגל, און פון דארט האט זיך עס געצויגן צו וואויס מעיל מעסעדזשעס, און פון דארט האט זיך עס געסעטלט ביי טעקסט מעסדעזשעס, דאכצעך אז גערעדט האמיר קיינמאל בעפאר דו האסט מיך שוין געזוכט מיט לעכט פאר אריינפארן. גערעכט יאנאש? אויב נישט ביטע פארעכט מיך.
און אזוי איז געווען, יאנאש האט געבראכט די מצות, און יאך בינעס געגאנען אויפפיקן פונעמען, האצעך געמאכט א שמועס פון בערך 3 שעה איבער קרעטשמע אנגעלעגנהייטן, וואס וואלט שוין געדארפט גערעדט ווערן עטליכע מאל פריער, אבער אזוי האצעך עס פארשלעפט ביז דעם טאג....

אלזא, ווילט איר וויסן פארוואס איך דארף תשובה טוהן? איז אזוי ווען יאנאש זאל זיין יעדן טאג אין בארא פארק, און כ'בעט עמיצין אין בארא פארק, זיימוחל טראג עס אריבער צו יאנאש'נס קאר, און יאך גיי עס פארפיקן פון יאנאש און פטור אנייסעק, נו, דיינו, אבער דא אידאך נישט אזוי געווען, יאנאש פארט נישט יעדן טאג, און ער איז עס גאגאנען פארפיקן בכבודו ובעצמו, געמאכט אן אומוועג, זיך געזארגט פאר ער איז ארויסגעפארן כ'זאל איהם קענען טרעפן און געבן ס'געלט, מיך גערופן א טאג פריער פרעגן (אין וואויס מעיל) צו כ'דארף ער זאל פארן, נישט געווארט אויפן געלט, נאר עס אויסגעלייגט פון זיין אייגענעם טאש, נו, דארף איך דאך איהם באדאנקן פון גאנצן הארץ. האבעך דאך דאס נישט געטוהן פאר פסח, ביי יעדן ביס אין די מצה האט עס מיר עקסטער וויי געטוהן: וואו איז דער דאנק צו יאנאש? אויף דעם טוה איך תשובה....

[align=center]איך באדאנק מיך פאר דיר יאנאש,
יישר כוח....
[/align]

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אפריל 28, 2008 12:26 am

דריי שעה האסטו פארברענגט מיט אים? האסטו נישט געקענט אין דער צייט אליין פארן קיין בארא פארק, אפנעמען די מצות, צוריקפארן און זיך טרעפן מיט יאנאש'ן פאר 2 מינוט?...

אה ניין, ס'וואלט דאך נישט ארויסגעקומען אזא סאכדעס-צוקער ארטיקל...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג אפריל 28, 2008 12:20 pm

וויבאלד מען זאל נישט זאגן מדשתקי ניחא, ווילעך זאגן אז איך האב עס נאכנישט געליינט, סאו אויפדערווייל העמער הייסן דעם פרינטער פרינטן, און אז כעלל הנאה האבן פון די קאמפלימענטן דא, וועלעך בני לדר מעלדן...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 28, 2008 12:35 pm

וווען וועלט וואלט געווען וועלט, צייטליך וואלט געווען א שרייבער און איך וואלט געהאט עקסטערע נערווען, וואלט איך ווען אפגעשריבן נאך אזא לאנגען דאנק-בריוו פאר יאנאש'ן פארן אויפיקן די מצות פאר סאכדעס, וואס דורך דעם האט סאכדעס במתק לשונו דא אראפגעשריבן א לאנגס און א ברייט'ס כדרכו בקודש.
סאכדעס, ווען די זאלסט ווען וויסן ווי שטארק מיר גלייכן אייער שריפט גלייבעך אז די וואלסט עס נישט אזויפיל צוריק געהאלטן פון אינז.

ווייסטע וואס, איך האב אנייצע.

פאר שבעות רוף מיך אן און איך וועל דיר אויפפיקן, אפילו פון וויליאמסבורג... בלימען און ארויסטראגן צו אייער וואוינינג. אבער מיט א פרייז. אן ארטיקל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג אפריל 28, 2008 12:55 pm

איך דריי מיך שוין דא א קנאפע 8 חדשים און אלץ זעה איך פון צייט צו צייט ווי די אלטגעזעסענע תושבים רעדן מיט נאסטאלגע פון די גוטע צייטען ווען מען פלעג זוכה זיין צו אויסערגעווענליכע סאכדעסישע ארטיקלען דעילי, און דייקא אין פארברענגען טאקע (פשט אין דעם האב איך שוין פיינעלי לעצטענס אויסגעפונען נישטערינדיג אין די קרעטשמע ארכיוון) און איך האב אלץ געקלאגט און געבעטן, מתי יבא לידי וא'ליינ'נו און היינט האב איך פיינעלי זוכה געווען צו אזאנס און אזעלעכס! וואט עי וועי טו סטארט די נייע וואך! יעצט קען מען זיך נעמען צום ארבייט.

יישר כח סאכדעס פאר'ן ארטיקעל, און יאנאש פארן זיין די גורם לארטיקעל כארטיקעל דמיא.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

Re: רבותי!!! כ'טוה תשובה

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג אפריל 28, 2008 3:29 pm

סאכדעס האט געשריבן:האצעך געמאכט א שמועס פון בערך 3 שעה איבער קרעטשמע אנגעלעגנהייטן, וואס וואלט שוין געדארפט גערעדט ווערן עטליכע מאל פריער,


רבי, תורה היא וללמוד אני צריך, מיר ווילען הערן די שמועס עם כל פרטי' ודוקדוקי'.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אפריל 28, 2008 3:54 pm

מאשקע, האבעך דען נישט געקאנט? מ'האט דאך אפגעמאכט אנדערש, פון אן אפמאך קעמען זיך נישט רירן....

בני לדר.... כ'מיין יאנאש, יא, יעדעס מאל כ'זעה עס פון דיר שמייכל איך עקסטער.. פרינט נאר פרינט נאר מיין פריינט, העלמיר רעדן דערויף...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אפריל 28, 2008 3:57 pm

צייטליך די בלומען איז א פראבלעם, דער דאיען וויל נישט פון ווילי....

אנדי, קוידען יישר כוח פאר די קאמפלימענטן, דערויף, דארפסט פארשטיין, יאך און יאנאש זענען דאך די מנהלים דא, און מיר פלעגן גראדע שמועסן אפטער, לעצטענס איז געווען זעהר לאנג וואס מיר האבן נישט געשמועסט, ממילא איז געווען אזא לאנגע שמועס. פארשטייט זיך אז די תוכן השמועס איז נישט מעגליך צו פארציילן, מ'האט דאך איבערגעשמועסט פון אלעם און איבער אלעם, פון די קאפ ביז די פוס פון די קרעטשמע, שרעק זיך נישט, ביזט נישט געווען אויפן טיש, אפשר אין דעלי... :lol: ....

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג אפריל 28, 2008 4:03 pm

סאכדעס האט געשריבן: אפשר אין דעלי... :lol: ....


לא זכיתי להבין,

אבער איך פארשטיי אז דו זאגסט אז דו קענסט נישט שרייבען די שמועס, איך שטעל מיך פאר אז ס'איז פאר די זעלבע סבה פארוואס די רבי אין כיידער האט געמוזט אויסלאזען יענע רש"י :wink: .
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג אפריל 28, 2008 5:04 pm

פרינטער פרטתנו עד מאד .......
ולתגבתינו אנו מצפים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 28, 2008 11:42 pm

אזא געיורענע ארטיקל אין סאמע חלה-מאד פסח?

כ'א מזל איך טרעט נישט דא אריין ביז אסרו חג, ווען עס איז שוין שעבר עליו.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אפריל 29, 2008 12:12 am

אנדי, נישט ממש....

קרעמער, דיין שורה'לע איז כמים קרים

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » דינסטאג אפריל 29, 2008 2:33 pm

WOW סאכדעס, איך האב געוויסט אז דו קענסט נאך, אבער יעצט ווייס איך דאס נאך מער, עיין בערך כי עתה ידעתי.
שרייטס אלע צוזאמען יעס ווי קען, ניין נישט דאס, אבער יעצט העכער, ווי וואנט מאר ווי וואנט מאר.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 29, 2008 8:36 pm

סאאאאאאכדעעעעעעעעעעס, אזוי סאך, אבער דאך אזוי ווייניג.

כ'ווייס נישט וואס ס'איז בעסער, אז ס'זאל זיין אסאך און ווייניג, אדער ווייניג און אסאך, מיר איז זיכער בעסער אז ס'זאל זיין אסאך און אסאך.

שכוח, כ'האב זייער הנאה געהאט, ובפרט אז דו לאזט נישט נאך פון דיינע מנהגים, און אז דו האסט דיסיידעט, אז איך הער, מוז זיך געפונען אין יעדן ארטיקל דיינס, האסטו אים דא אויך אריין געשטיפט, שכוח.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » דינסטאג מאי 06, 2008 9:44 am

זייער שיין סאכדעס, און נאך שענער פון יאנאש.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג מאי 06, 2008 10:00 am

יאנאש האט געשריבן:וויבאלד מען זאל נישט זאגן מדשתקי ניחא, ווילעך זאגן אז איך האב עס נאכנישט געליינט, סאו אויפדערווייל העמער הייסן דעם פרינטער פרינטן, און אז כעלל הנאה האבן פון די קאמפלימענטן דא, וועלעך בני לדר מעלדן...


נאכאמאזעל אז כאב עס בני לדר'ט, ווייל איך עס טאקע בשעתו געליינט און פארשטייט זיך הנאה געהאט, אבער צו דאנקן האבעך געגעסן, און איצט דענקעך שוין נישט וואס האט מיר בעיקר געמאכט הנאה האבן, סאו גייעך פלעין זאגן שכוח.

שכוח.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » דינסטאג מאי 06, 2008 10:02 am

דער שכוח קומט זיך פאר מיר אויך, איך האב דיך דערמאנט...

איך ווארט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג מאי 06, 2008 10:02 am

שכוח פאר וואס?

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » דינסטאג מאי 06, 2008 10:05 am

גארנישט סיז גוט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 06, 2008 10:07 am

יאנאש האט געשריבן:שכוח פאר וואס?


בלשון ניחותא.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג מאי 06, 2008 12:57 pm

יו גאט איט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך מאי 07, 2008 10:51 pm

אזוי פיין, וואס, יאנאש, מאשקע, אזוי האבעך הנאה, ס'קרעטשמעריש גערעדאכץ קומט ענדליך צוריק.

טענקיו אלל


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט