געוואלד!! וואו איז דער חסידי'שער בחור???

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

געוואלד!! וואו איז דער חסידי'שער בחור???

תגובהדורך התאחדות » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 12:58 pm

מורי ורבותי אזוי ווי אלעמאל לא לדרשה קאתינא, ערשטענס וויל איך זיך מתנצל זיין אויף מיין לאנגע אפוועזנהייט פון דארף און די קרעטשמע, היות לעצטענס נאך די אלע שערוריות פון די פלייש/שאקלאדע/סירובים די רשימה איז גרויס, בין איך דאך שרעקליך פארנומען, כ'פאר ארום אין די שטעט און דערפער, איך מאך אסיפות מיט רבנים בעלי בתים, להעמיד הדת על תילה, התאחדות זאל בלייבן די קרוין אויף אלע קרוינען, איז מיר שווער זיך אפצוגעבן מיט דרשות געאייגענט נאר פאר אונז, איז מיר שווער געווען זיך אומצוקוקען אליינס אויף אלעם, אויב איז דא דברים הצריכים תיקון, און אזוי אויך זאכן וואס דארף אויסגעשמועסט ווערן לטובה, אבער טראץ דעם אלעם, קום איך דא גאנץ פארמאטערט און פארקוטשעט, צו רעדן צו אייך איבער אן ענין וואס איז היינט נארוואס פארלאפן צווישן די ווענט פון אונזער הייליגן דארף.

היינט אינדערפרי זייענדיג אין מקוה אין די פריע פארטאגס שעה'ן, וואס ווי באוואוסט געווענדליך איז נאך האלב פון די לעקטער'ס נאך פארלאשן, עס פארוואנדלן זיך נאר געציילטע מיטגלידער פון דארף אין מקוה, א שטילקייט באנעמט דעם ארום, מ'הערט נאך נישט קיין מקוה נייעס, יעדער מיט א חרדת קודש שטייט אויפ'ן מקום קבוע, און אריין און ארויס, מ'פעניעט נישט ארום אויף נישטיגע זאכן פון דעם נארישן עולם הזה, אבער פארט האט פאסירט אז געשעהניש, וואס דארף ווערן אויסגעשמועסט.

איינע פון די פריע מקוה גייער'ס היינט איז געווען א אינג בחור'ל, יעדער ווייסט פון וועמען איך רעדט, איך מיין טאקע דעם זיבעלע א זוהן פון יענטאאש, וואס האט שוין אינדערפרי נאך פאר 4 פארטאגס, זיך געשלאגן מיט זיין יצר הרע'לע, (מאן יימר אז ער האט אזא קליינע) און ער האט איהם מנצח געווען, אויפגעשטאנען פארטאג'ס, און יאלא ער לויפט אין מקוה, די אטמאספערע האט ער זיכער געשפירט ווי סליחות פארטאגס, אויסרעכענדיג וואס ער גייט אלץ אריינכאפן אין אט די פריע שעה'ן.

איך קום אריין אין מקוה, הער איך נישט מער און נישט ווייניגער די שויער ארבעט, איינער איז ביים שויער, נו, הלמאי, מ'שטיינס געזאגט, יעדער איז דאך בארעכטיגט צו נעמען א שויער אינדערפרי, נעמליך איז דאס א גלייכע זאך, בפרט פאר די אידן וואס זענען טרוד על המחי' ועל הכלכלה, ארבעטן גלייך נאכן דאווענען, וואס ווערט צוגעגרייט מיט איבער א שעה לערנען גמרא תוס' און א שטיקל חסידי'ש ספר אין די זייט, איי ווער קען דען משער זיין די גרויסע עולם הבא פון אט די אידן, וואס זענען נהנה מיגיע כפם, און זענען קובע עתים לתורה?

געווענדליך נעמט אזא שויער צווישן 3 און 5 מינוט, כ'מיין ס'איז דאך נישט ערב שבת, וואס מ'זייפט זיך עטליכע מאל ביים שויער און עטליכע מאל אין שוויץ, בסך הכל איז דאך א גרינע דינסטאג, יאך נאכ'ן זיין אזוי פארקלערט אינעם ענין וואס דאס האט מסתמא גענומען א מינוט אדער צוויי, בין איך געגאנען צו מיין מקום קבוע, זיך פושט געוועזן די בגדים, און אריין אין מקוה, מייחד געווען די ייחודים, און זיך געטובל'ט עטליכע טבילות, נישט פארגעסענדיג אינזין צו האבן די אלע וואס דארפן ישועות און רפואות, קום איך ארויס, און די שויער ארבעט נאך אלץ, די בגדים פונעם יעניגן ליגן נאך אזוי מסודר אויף זיין מקום, -ער האט נישט אלעס אויפגעהאנגען- יאך קלער צו מיר וואס דארף דאס צו זיין? מתחילה האב איך זיך געפארכטן מי יודע וואס האט פאסירט, אזוי לאנג? נו שוין, די וואסער לויפט אין שויער אן אויפהער, מ'הערט אז דער יעניגער לעבט, אריין און ארויס, האב איך זעך בארואיגט אין א געוויסן זין, אבי מ'לעבט.

יאך גיי צו מיין פלאץ, יאך טרוקן זיך אפ מיט'ן האנטוך, כ'הויב אן לובש זיין די שמונה בגדים, און די שויער ארבעט נאך אלץ, וויי געוואלד, וואס גייט דא פאר, ענדליך נאכן זיך אנטוהן די זאקן, איז שוין שטיל געווארן, און דער יעניגער האט אראפגענידערט זיך טובל צו זיין אין די מקוה, יאך גיי ארויס און כ'קלער צו מיר לאמיר שוין אויסווארטן זעהן ווער דאס איז געווען?

ווארט איך אזוי עטליכע מינוט, והנה הוא בא, ער האט זיך אזוי איידל פארנייגט דעם קאפ מיט דרך ארץ, און געלאפן זיך וואשן די הענט, איך קוק און קוק, יא יענטאאש'ןס זיבעלע, א בחור'ל קוים 13 יאר, קוים אנגעהויבן גיין אין מקוה אלע טאג, און שוין איז ער פארנומען א 10 מינוט אין שויער. כ'דארף דאך פאר אייך נישט אראפלייגן, די שטוב פון יענטאאש וויאזוי דאס קוקט אויס, אן אמת'ע חסידישע שטוב, א ווארימקייט, א לעכטיגקייט, א שבת טיש זיך צום באלעקן די פינגער, תורה'לעך חסידישע טייטשן, ווארימע ניגונים, וואס נישט?

כ'קלער צו מיר וואס גייט דאס פאר אזאנס? ווי קומט דאס אזא זאך? מ'רעדט דאך נישט דא פון קיין בחור אן אויסוואורף, מ'רעדט דאך דא פון בחור'ל וואס שטייט אויף פארטאגס לערנען גאט'ס תורה, א בחור'ל וואס זוכט גוט'ס, כ'מיין יעדער וואס קען איהם קען דאס באשטעטיגן, כ'האב זיך אזוי צוריקגעקלערט מיינע בחור'ישע יארן, איך האב פרובירט זיך דערמאנען איינמאל וואס כ'זאל גיין אין א שויער אינדערפרי, אויב שוין יא, איז עס געווען אין געציילטע מינוטין, אז די גאנצע מקוה האט גענומען פיר אהאלב מינוט אויפ'ן זייגער.

ס'איז מיר קאלעמוטנע געווארן אויפ'ן הארצן, כ'האב זיך בארעכנט ארויסצוברענגן מיין ווייגעשריי פאר'ן ציבור, געוואלד
געוואלד וואו איז דער חסידישער בחור?
וואו איז אומגעקומען די סארט באשעפעניש? פארוואס זעהט מען שוין היינט נישט קיין בחורים מיט דעם חסידי'שען געשמאק ווי אמאל.

אזוי קלערנדיג לויפן מיר דורך די בילדער פון שוהל, אלע בחורים, פון די מובחרים שבמובחרים, אלע האבן אזוי ווי סאלדאטן די שווענץ פון די גארטל אזוי ביי די זייט מער צו אונטן, אויב האלט מען דאס שוין נישט אינגאנצן פאר א שוואנץ, די בעקישע גראד ארויס פון די קלינערס, די פיאות ווערט כסדר נאכגעפאלגט פון די אויגן קוקן צו ס'איז נאך נישט צופאטשקעט געווארן, אפילו נישט כאפנדיג זיך, אז ער ווארפט אזוי א בליק ביז ווילאנג ער קומט אן צו די פיאה, האט ער שוין געמאכט צוויי מאל א פול דעגרי טורן מיט זיין קעפעלע, איך בין ממש אין א פארגעלגענהייט, דאס דור וואקסט אונטער, און גארנישט... ס'איז נישט דא קיין ווערטער, ווען מיר זענען בחורים געווען האט מען מקפיד געווען אויף א שיינע באו אויף די טיש בעקישע? די ליסט איז גרויס, וואו נעמט מען זיך אהין פאר בושה? וואו אין די וועלט געפונען מיר זיך?

כ'קען דאך אליינ'ס קיין סאך נישט טוהן, כ'וואלט געוואלט בעטן אז די לויפנדיגע פאר די ראש הקהל אמט, זאלן זאגן וואס זיי קענען טוהן, אז עפעס זאל זיך טוישן בנושא, און ווער עס וועט האבן די בעסטע מהלך דעם וועליך בעזרת השם אינדארסירן פאר די וואלן.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 1:11 pm

אין א מיטונג וואס פארשטייער פון התאחדות האבן נעכטן געהאט מיטן אמטירנדע (וואע"מ?) קאנדידאט גרויזאמער, ווי זיי האבן אנגעקניפט גוטע באציאונגען און פארשפאכן מיטצוארבעטן מיטן קאנדידאט, און אים אינדראסירן אויב ער וועט מיטארבעטן מיט זיי. האבן זיי פארגעליינט א בריוו פונעם ראש בית דין ווי ער קלאגט יאמערליך אויף א שרעקליכע פירצה וועגן די שויער פראבלעם ביי חסידישע שטובער.

גרויזאמער'ס קאבינעט מיניסטעריום און ליעזאן צום אידישן געמיינדע האט אויפגעמערקט פאר די התאחדות פארשטייער זיי זאלן זיך גוט איינבליקן אין גרויזאמער'ס געזיכט, ווי זיי האבן געקענט זען דאס אומגלויבליכע ווי שנורלעך טרערן גליטשן זיך ביסלעכווייז ארויס פון די שטרענגע אויגן, און גיסט זיך אנידער אויפן פאדאלאגע (ווי דער אנדערער קאנדידאט יגר'ל האט עס בלית ברירה צוזאמענגערוימט).

גרויזאמער האט רעאגירט אז אוודאי איז אים וויכטיג אז דער ראש בית דין זאל אים אינדארסירן, דעריבער איז ער גרייט צו הערן פארשלאגן, און ער אליין וועט עס אויך דן זיין בכובד ראש די קומענדיגע טעג מיט זיינע ראטגעבערס.

"א צוקונפט? נאר מיט גרויזאמער!"
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 1:33 pm

ס'טוט וויי צו הערן, יא, מה נאמר אנן, הרב התאחדות האסט עס אראפגע'משל'ט מיט אלע דיטאלן ווי כאילו מיר אליין זענען נישט איידעס דערצו.

איך וויל דאך נישט צוגיסן זאלץ אויף די וואונדן, אבער ווען איר זאלט באמערקן דאס וואס מיר זעהן אז ס'איז נישט נאר אין א דינסטאג יום ג' שנכפל בו געשען, דער זעלבער בחור (מיין איך נישט דווקא יענטאאש'ס בננאק, נאר דער זעלבער חסידישער) איז דא היבש פון זיי וואס נעמען אזא שאווער מידי יום ביומו, עס טוהט וויי דאס צוצוקוקן.

איידער מיר וועלן אראפלייגן אונזערע פלענער אויפן צוקומפט וויאזוי מ'קען דאס מתקן זיין, ווילן מיר אייך קודם באגריסן מיט א הילכיגן שלום עליכם, און א בחינה פון "צהלתו בפניו אבלתו בלבו" מוז איך אין אזא צושטאנד קוקן אין דיין פנים, נאר ווען ס'גייט נישט גוט.

דיין שליט"א, איר מעגט און איר דארפט מער אפטער אריינקומען, די גמ' אין ברכות זאגט ד' דברים צריכים חיזוק, איר מעגט און איר דארפט האלטן כסדר דרשות מחזק צו זיין דעם ציבור אנ"ש הצומאים לדבריך.

יעצט צום עצם נושא:

איך וואלט געבעטן א צוויי טאג איבערצוגיין בכובד ראש וואס איז דא דא צוטוהן, און איך וואלט נאכנישט גענטפערט אזא האקעלע טעמע על רגל אחת.

אבער, ווי ווייט איך זעה פון מיין צד שכנגד, וועט ער לכאורה אן טראכטן צוויי מאל, אנכאפן דעם בחור ביי די גענאג, איבערלייגן אויפן באנק, ארויסנעמען דעם באקעל-פאסיג, און אים אריינהאקן אחת למעלה ושבע למטה, און למטה מיינט טאקע אמאמאמ אמאמ טאקע למטה, ווי אונזערע זיידעס האבן זיך געפירט.

וויל איך אויף די ערשטע מינוט געבן מיין וויי-געשריי: אל תחטאו בילד, האלט אים ערגעץ איינגעשפארט, היט אים פון אלע בייזע רוחות.

מיין ענדגילטיגע באשלוס, וועט נאכקומען בקרוב

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 3:00 pm

איך ווייס נישט וואס איז דיין פראבלעם די ביסט אויך געווען אזוי אלץ בחור

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 3:10 pm

דו פרעגסט אדער דו זאגסט?

ווייל אויב פרעגסטו וועט דער דיין שליט"א דיר פונקטליך פארציילן אין וועלכן לאגער ער האט געדינט ביי די צווייטע וועלט מלחמה אינטער די גרויזאמע הענד פונעם דייטשן מיליטער.

מיר בעטן דיר, בגזירת ואהבת את ד"א לרבות ת"ח, צו רעדן מיט יראת הכבוד

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 3:25 pm

איך האב נישט געמיינט קיינעם צי טשעפענען נאר איך זע דאס יעדן טאג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 3:27 pm

בהמה, דו האסט נאכאלץ נישט גענפערט דעם הארבן יגר'ל דו פרעגסט אדער דו זאגסט? דו פרעגסט צו דער דאיען איז אזוי געווען אלץ בחור'ל, אדער דו זאגסט?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 3:43 pm

איך פרעג אברירה האב איך -- נאכ'ן פסק פרעג איך נאר !!
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 4:28 pm

יעצט ליגט די אויפגאבע אויפן דייען צו פארציילן זיין היסטוריע...

יגרסהדותא האט געשריבן:ווייל אויב פרעגסטו וועט דער דיין שליט"א דיר פונקטליך פארציילן אין וועלכן לאגער ער האט געדינט ביי די צווייטע וועלט מלחמה אינטער די גרויזאמע הענד פונעם דייטשן מיליטער.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 4:30 pm

יגר'ל זינט ווען איז דער דאיען געבינדן צו דיינע פסקים?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג נובעמבער 14, 2006 5:03 pm

ישר כח פארן זיך אן נעמין פאר מיר
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 1:42 pm

א שאד, מהאט אראפגעריקט דעם אשכול מיט נישט קיין נוצבארע תגובות

התאחדות פרעגט וויאזוי איז מעגליך אז יונגע בני י"ג וי"ד שנים זאלן זיין פארטון און זיך זייפן

מען דארף זיך נעמען אין די האנד אריין

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:33 pm

חחחכאכא,

ווי אלט ביזסטו?

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:55 pm

פארוואס פרעגסטו?

אויב בין איך 21 דעמאלטס?

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 3:08 pm

מעסטערמיינד פארוואס לאכסטו ווען דו פרעגסט א קשיא? קענסט זיך נישט איינהאלטן? וואס וועסטו טון אינמיטן די דעבאטע וועסטו געבן א שיס אויס? פרעג גראד: ווי אלט ביזטו? נישט לאך פאר דו רעדסט!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 3:11 pm

גרויזאמער,

זאג נאר אזא נע. דארף מיר אונז פאר ראה"ק?


חחחכאכא,

דו שרייבסט אז דו דארפסט זיך נעמען אין די האנט

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 3:13 pm

ווייטער לאכט ער, ער ליידט אויף... קרעטשמע בירגער קענען זיך בשום אופן נישט ערלויבן דאס! נאו וועי!

"א צוקונפט? בלויז מיט גרויזאמער!"
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 3:15 pm

למכה מצרים בבכוריהם טרא לא לא לאלא כי לעולם חסדו

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 3:17 pm

ווער לאכט?????????

גרויזאמער שרייבט

מיינט ער דוקא חחחחח אדער אויך חאחחאחאחאחא וואס דער גרויזאמער קען זיך נישט אפגעוואוינען דערפון?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 4:06 pm

ביטע נישט אריינברענגן די וואלן שמוץ דאהי אין הויפט צימער.

מיט דאנק
יאנאש בשם די מנהלים.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 4:34 pm

יאנאש איז געווארן סעקעטרי פון די מנהלים זייט זען !! :shock: :shock:

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 4:39 pm

איך מיין חלילה נישט פערזענליך, אבער אפילו בלעם'ס אייזל האט נאר גערעדט ווען מ'האט אים פערזענליך אנגעשלאגן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 9:12 pm

געפונען דעם חסידישן בחור !!!

היינט אינדערפרי בעת מיינע שי טבילות איז ערגעץ אינדערמיט אריינגעקומען א בחור'ל מיט א בע'חנ'טען חתימת זקן, ער איז קענטיג געווען נאך פארנומען טראכטן פון די שטיקל מאור ושמש וואס ער היינט פארטאגס געלערנט פארן דאווענען, והראי'ה ער האט שיעור אריינגעקראכט אין מיר אריין. פון שויער איז אפגערעדט, תכף אריינגעלאפן אין בור דערביי אנשפריצנדיג אלע ארומיגע. מיר האט עס דערמאנט פון די סווימינג פול אין אינגעל קעמפ. דער בחור'ל האט ניטאמאל אוועקגעשארט די אומריינע וואסער ארום זיך, ווי דער סדר פון די בעלי בתים און בעסערע גאטקעס, נאר האט זיך גלייך געטובלט דריי מאל לקיים מה שנאמר 'טובל'ן און ארויס'.

זארעכ, שוין געפונען דעם בחור, יעצט קענסטו אראפנעמען דיין השבת אבידה צעטיל..


אגב, פארוואס שטייט ביים פותח האשכול 'קרעטשמער', אמער זארעכ האט דאך געשריבן די ערשטע תגובה ? ניין?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 9:33 pm

שוועמל;

האסט מיר געקאסט א שמייכל.

פארוואס עס שטייט קרעטשמע איז עי לאנג סטארי, אבער פארוואס אז דו קוקסט שוין יא, קוק ווער עס האט באמת געעפענט דעם אשכול.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 11:55 pm

איך רעד נישט צו קיין גויים אבער דאס מאל וועל איך דיר ענטפערן, אויף דיין שפראך.

איימסארי סיר, איט העס בין קאנפיוזינג מי, סינס דעי ווער באוט 'דאייונים' [ע זשואיש טיורם].

באט עניוועי, די קוועסשאן איי עקסד וואס נאט ענסערד אידער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 6 געסט