בלאט 57 פון 61

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:24 pm
דורך מחשב
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך גלייב נישט אז די הנהלה האט עס געטון, נישט מסתבר. מסתמא האט ער געבעטן מ'זאל אים אויסשפארן צוליב גילוי וכדו'.


איך גלייב אז דו רעדסט סארקאסטיש..

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:25 pm
דורך נו גוט נו שוין
שמעלקע קוקט ארויס דארט פון הויכן פענסטער אויפן פופצענטן שטאק, און שרייט אראפ...
יא יא! גוט פאר ענק!! יעצט לאכן מיר א גוטס!

די פענסטער ווערט פארקנאקט מיט א זעץ און שמעלקעלע ציט ווייטער זיין זיסער שלאף....


און מיר בלייבן שטיין מיט אראפגעלאזטע קעפ

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:37 pm
דורך אסדר לסעודתא
מחשב האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך גלייב נישט אז די הנהלה האט עס געטון, נישט מסתבר. מסתמא האט ער געבעטן מ'זאל אים אויסשפארן צוליב גילוי וכדו'.


איך גלייב אז דו רעדסט סארקאסטיש..

גראדע נישט

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:57 pm
דורך אסדר לסעודתא
און שמעלקא זאפטיגער איז שוין אויך פארשפארט. ווער נעקסט?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:03 pm
דורך מחשב
פארשפארן העלפט גארנישט פאר גילוי.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:09 pm
דורך וועלטניק
אסדר לסעודתא האט געשריבן:און שמעלקא זאפטיגער איז שוין אויך פארשפארט. ווער נעקסט?

וואס איז יעצט געשען? ער איז שוין דאכט זיך נישט אקטיוו א שיינע שטיק צייט, דו ברויכסט אים צו פאלאוען גאר נאנט דאס צו באמערקן

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:15 pm
דורך בענקעל
אסדר לסעודתא האט געשריבן:און שמעלקא זאפטיגער איז שוין אויך פארשפארט. ווער נעקסט?

אסדר לסעודתא
אנשטאט
שמעלקא זאפטיגער

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:17 pm
דורך yoel2124441100
???????????????is this a joke

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:19 pm
דורך בענקעל
א 0 טאלארענס פאליסי!!

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:21 pm
דורך חושב מחשבות...
#רוסלאנד

מענטשן ווערן פארשוואנדן

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:33 pm
דורך מחשב
'מיסטעריעז' דארף טוישן זיין אינטערשריפט צו 'נישטא אזא ניק'..

אפשר ווען ער וועט צוריק קומען.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:43 pm
דורך קניידל פארעם
משוגע מטארע!

אזעלכע פוסטע ניקס ווי ש' און כ', ר' און א', וואס געבן ניקס צו צו אייוועלט נאר בלויז גרימצארן, שרייבן פערדעריי נאכאנאנד, און בלויז פערדעריי, אן צו בטעות שרייבן עפעס תוכנ'דיג, זיי טרעפן זיך דאס פלאץ דא, אבער ווען די געשמאקסטע נארמאלסטע ניקס רעגן זיך אמאל אויף פאר בארעכטיגטע סיבות, חוסם געווען! נישטא מער!

מנהלים און אחראים, שפארטס מיין ניק, וועל איך כאטש שטיין אין איין שורה מיט מיסטעריעז, בעסער ווי מיט די וואס איך שטיי יעצט.

טראכט ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:58 pm
דורך פאראינטערסירט
קניידל פארעם האט געשריבן:משוגע מטארע!

אזעלכע פוסטע ניקס ווי ש' און כ', ר' און א', וואס געבן ניקס צו צו אייוועלט נאר בלויז גרימצארן, שרייבן פערדעריי נאכאנאנד, און בלויז פערדעריי, אן צו בטעות שרייבן עפעס תוכנ'דיג, זיי טרעפן זיך דאס פלאץ דא, אבער ווען די געשמאקסטע נארמאלסטע ניקס רעגן זיך אמאל אויף פאר בארעכטיגטע סיבות, חוסם געווען! נישטא מער!

מנהלים און אחראים, שפארטס מיין ניק, וועל איך כאטש שטיין אין איין שורה מיט מיסטעריעז און אסדר, בעסער ווי מיט די וואס איך שטיי יעצט.

טראכט ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
טרם יקרא והוא נענה...
קניידל פארעם
:wink:

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:02 pm
דורך קניידל פארעם
כא כא, יעצט כאפ איך וואס דער האט געטוהן...., ס'איז אבער נישט צופיל משנה אין די עצם פאקט.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:09 pm
דורך בענקעל
:grin:

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:14 pm
דורך שמשון הגיבור
אוי וויי... מיסטעריעז איז פארשפארט, און אייוועלט איז נאך אפען!?.. מאדנע מעשה דאס.

אה, קניידל׳ס אוועטאר איז היינט פיינעלי אנגעקומען צו 0

זאג, האסט אפשר נאך א פלאץ פאר מיר אין דיין מייראוועיוו?..

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:17 pm
דורך ישוב הדעת
גוט...

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:18 pm
דורך קלאָצקאָפּ
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:ביטע מיר שיקן אן אימעיל ווען ער איז דא צוריק
איך בין נישטא ביז דעמאלטס בל"נ
nicekracher@gmail.com

הצלחה רבה
הכ"ד
ניס קראכער


מ׳קען מיר סיסי׳ן..

ivelsmail@gmail.com

האזלאכע ראווע

מיין אַדרעססע קאָנט איר געפינען אין מיין כאַסימע.

------------
אומגלויבליך וואס דא גייט פאר! דער נעקסטער שטאפל וועט מסתמא זיין אן איי קיו טעסט פאר אלע אייוועלט מעמבערס, און ווער עס באקומט העכער 10 וועט אויטאמאטיש נחסם ווערן.

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 12:17 am
דורך יוראפ
אקעי ווילקאמיר בעק (נישט פארמישן מיטן אדמו"ר פון עדזשווער כליפ כליפ)

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 12:22 am
דורך טשאדעלע באדעלע
העי, פון ווי האסטו געוויסט צו קוקן?

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 12:30 am
דורך יוראפ
טשאדעלע איז שוין אויך צוריק, יעדער קען שוין מאכן א בואו בשלו"ם

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 12:55 am
דורך דערבארומדיג'ער
ס'טע געמיינט? ווי לאנג קען מען אנהאלטן א חסימה?

עכט היימיש האט געשריבן:זיכענדיג פארן אלעמען באליבטן ניק מיסטריעז...
memberlist.php?mode=viewprofile&u=2979
:oops: :oops: :oops:
אוי... מי יתן לנו את תמורתינו!

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 4:35 am
דורך לאנדאנער
שוין לאנג אפען

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 8:27 am
דורך ווישוואש
כ'וואונדער מיר אויב ער פלאנט צוריקצוקומען נאך אזא טריעטמענט.

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 1:41 pm
דורך מיסטעריעז
די טריעטמענט מילא, דאס איז אן אריבערגעגאנגענע זאך. אבער א פלאץ וואו א מנהל טוט - לפי דבריו - מעקן תגובות ווייל עס ווילט זיך איהם און ווארפן ניקס ווייל עס דאכט זיך איהם, דארף איך איבערטראכטן צו איך בין אינטערעסירט צו פארברענגען דערין.

מען וועט זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן, אדערווייל זעה איך אז ארענדאר גייט ארבעטן אויפן סערווער... גוט שבת