תשובה שאלה (פארקערט) – פלעכטן אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תשובה שאלה (פארקערט) – פלעכטן אשכול

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 1:57 pm

אזוי ווי כ'האב זיךפארזינדיגט און אנגעפאנגען א אשכול וואס איז שוין פארהאן אזא אשכול (ממש ווי א צווילינג), כאטש כ'האב דאס אליין מחשב געווען, למעשה גרעניץ זיך דאס מיט השגת גבול, וויל איך נישט ח"ו עובר זיין גבול שגבלו הראשונים איבערהויפט ווען דער מחבר איז אונזער חשובער ראש הקהל ר' שמערי בערי הי"ו

איז מיר געקומען אויפן געדאנק א נייע המצאה אלץ תשובת המשקל: א תשובה שאלה (מיטן פיטם אראפ) – פלעכטן אשכול, וועלכע ארבעט אז דער ערשטער וועט שטעלן א ענטפער און דער צווייטער וועט שטעלן די פראגע אויפן פריערדיגן ענטפער. דער צווייטער מוז אויך שטעלען די נעקסטע ענטפער (די קומענדיגע ענטפער מוז האבן א המשך מיטן פראגע).


ווי מער קאמפלעצירט דער ענטפער איז אלץ שווערער וועט זיין צו שטעלען די פראגע
ביישפיל
דזשארדזש: די זון שיינט אין דער הימל איז בלוי!

שמעריל: וויאזוי איז דער וועטער היינט?
שמעריל: ניין, היינט בין איך גאר פארנומען איך ברויך פארן אויף פישקיק-לאדין!

טשאטשקע: די האסט אפשר אביסעלע צייט פאר מיר?
טשאטשקע: ס'איז שוין לאנג נישט געווען אזוינע צייטן!

-----------------------------------------------------------

פיפצען מינוט אין ציין חלקים נאך ניין!
לעצט פאראכטן דורך אייניקעל פון אהרן הכהן אום דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 2:06 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 1:58 pm

ווען ביסטו היינט צופרי אויפגעשטאנען?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 2:31 pm

פארוואס בין איך אזוי מיד?

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 2:33 pm

בעילאוט האט נישט געכאפט וויאזוי דאס ארבעט.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 2:34 pm

פארוואס?

איז נישט דיין תגובה א ענטפער צו מיין?

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 2:36 pm

מיין תגובה איז אן ענטפער צו אהרןס תגובה
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 2:40 pm

דעמאלט האסטו פארגעסן צו שרייבן דיין צווייטע ליין.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 2:46 pm

סארי. איך האב געשריבן מיין תגובה נאך פאר אהרן האט פאראכטן זיין תגובה. יעצט לאמיר נישט פארדרייען די אשכול.


------
ווייל איך בין מיד.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 3:29 pm

פארוואס שלאפסטו אינמיטן דרייוון?
ס'האט מער פוס-פלאץ ווי די אנדערע!
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 3:32 pm

פארוואס האלטסטו דיין פוס אויף די זייט?

----


וויילך כ'האב נישט וואס צו טון
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 3:36 pm

פארוואס גייסטו מיר אויף די נערוון?
----
ווייל ווען מען גיבט א שמייכל ווערן אלע פראבלעמען פארשווינדן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 6:41 pm

וואס לאכסטו דא, זעסט נישט כבין דא אנגעזעצט?
------
ווייל פאריגעס מאל האט דיין טשעק געקראכט!
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:42 pm

ווארום בארגסטו מיר מער נישט קיין געלט?
-----

ווייל א קוש אין נאז!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 11:41 pm

קרעמער, פארוואס שרייבסטו אזעלעכע פאני זאכן?..

ווייל ס'איז פאני.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 12:36 am

פארוואס זאגט נישט דיין ניק צו ביסט א אייניקל פון אהרן הכהן פון דיין טאטענס זייט צו פון דיין מאמעס זייט?
------
ווייל יענעמס גראז איז אייביג גרינער ווי מיינס!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 6:27 am

פארוואס קוועטשסטו אריין דיינע ברילן אין די נאז צו קענען באטראכטן בעסער דיין שכן'ס אייגנטום?

---
ווייל איך האלט נאך פארן דאווענען.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 8:56 am

פארוואס ביסטו נישט טועם אביסל פון די דעלקעלעך?

--
פשוט, כ'וואלט עס קיינמאל נישט געקענט צוריק אראפשלעפן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 9:18 am

פארוואס ציסטו נישט איינמאל פאר אלעמאל ארויף דיין פארזשאוועטע שלאק?
--------
איך האב דיר פארפאקט!
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 9:33 am

אפשר ריקסטו שוין דיין קאר פון דא, כ'ברויך די פארקינג.

--

איהכ"נ. כ'וואלט עס געברויכט מער אפשיילן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 11:01 am

פעעעעעך! די שאלאכטס פונעם איי גיסטו מיר אין מיין אייער שפייז?
----

כבין געפערליך פויל יעצט.
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 11:04 am

ווען וועסטו מאכן סדר אין אפיס פאר א גוט יאר?

-----
קום אריין כאפן א גלעזעלע ברוינפן
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 11:06 am

דריי אזייגער אינמיטן די נאכט שטייסטו דא ביים קרעטשמע?
---------

יא, אבער כציטער אז מגייט געוואויר ווערן.
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 11:09 am

פארוואס איז די נייע סטייל צו האבן זילבערנע אותיות אויפן תפילין בייטל?
-----
אז מ'מאכט א U טורן קומט מען צוריק צום זעלבן דירעקציע פון ווי מ'איז געקומען.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 1:25 pm

וויזוי קענעך אנקומען צוריק צו די אנדערע זייט?

--------

איך קענעס נישט באווייזן, סארי. (גאנץ א פיינע איידיע פון אן אשכול.)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 2:16 pm

קענסט עס שרייבן אנע הקדמה?

---

פאר גלייך, רעכטס אויף ראסס סט. ביי די קארנער איז עס!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט