אנטיק- אלטע ספרים סוחר

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5900
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אפריל 05, 2017 1:27 pm

SPUSMN האט געשריבן:
באגי מען האט געשריבן:עס איז שמות כאטשיג ס'איז א ארגינעלע דרוק, און נישט א קאפי? (הגם נישט די ערשטע דרוק)


כדי א ספר, נישט קיין ערשטע דרוק זאל עפעס ווערט זיין, מוז עס עפעס פארקויפען, צו הגהות, צו אן אינטערעסאנטע הסכמה, אדער חאטש פון די תק'ס און פריער, וכו' ו

ספר הפליאה איז זיכער נישט קיין שמות דער קרייזער רב זון פון צאנזער רב שרייבט אין די הסכמה אז די ספר איז א שמירה אין שטוב (סיז אפילו געווען אויף auction לעצטנס)
איך ווייס נישט פארוואס אבער אויף הוברובוקס פעלט די גאנצע בלאט
צוגעלייגטע
12.jpg
דביה תחדי נפשא

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:05 pm

אז עס איז א שמורה, גייט עס טאקע אריין אין דער קאטיגאריע פון ווערט זיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:10 am

איך האב א היסטארישער דאקומענט מיט די חתימה פון א אדם גדול מאוד א מפורסם
איך בין בכלל נישט באקאנט אין דעם אנטיק מארק
ווי אזוי ארבייט דאס?
די סוחרים קויפען און פארקויפען?
זיי נעמען אן אויף סירסור?
ווי אזוי ווייס איך אז איך באקום דעם מאקסימום?
מען לויפט ארום פון איין סוחר צום צווייטען?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 31, 2018 3:54 pm

קיקיון האט געשריבן:איך האב א היסטארישער דאקומענט מיט די חתימה פון א אדם גדול מאוד א מפורסם
איך בין בכלל נישט באקאנט אין דעם אנטיק מארק
ווי אזוי ארבייט דאס?
די סוחרים קויפען און פארקויפען?
זיי נעמען אן אויף סירסור?
ווי אזוי ווייס איך אז איך באקום דעם מאקסימום?
מען לויפט ארום פון איין סוחר צום צווייטען?

סייעתא דשמיא, אזוי ווי ביי אלעס; דעס איז דער שליסעל.

עס ארבעט ווי all of the above
און נאך אויף א סאך אנדערע אופנים.

די סוחרים קויפען און פארקויפען.
זיי נעמען אן אויף סירסור.
ווי אזוי ווייסט מען אז מען באקומט דער מאקסימום? מען ווייסט טאקע נישט, און דער סוחר ווייסט א סאך מאל אויך נישט. למשל איר האט עפעס וואס איז ווערט א 1000 דאלער, וואס דאס מיינט אז אזעליכע זאכען פארקויפען זיך "געווענליך" פאר א 1000 דאלער אויב עס איז "פינקט" דא דער קונא דערפאר און ער האט פינקט געלט און איז פינקט אין דער גיסטע עס צו קויפען. יעצטו דער סוחר וועט זיין צופרידען עס שנעל צו פארקויפען פאר 500 (און אפשר אפילו צו א אנדערע סוחר און מאכען א קוויק דיעל), און אייך געבען 300.

יעצט וועט איר שרייען, פארוואס גיבט ער מיר נאר 300, איז דער תירוץ אז ער דארף מאכען פרנסה, און אויב זאל ער מאכען ביי אייך נאר א הונדערטער וועט איר ווארטען 30 יאר ביז ער וועט עס פארקויפען ווייל ער וועט ענדערש אנטראגען צו זיינע קאסטומערס זאכען וואס ער קען מאכען דערויף א סאך מער.

א ממש עובר לסוחר'דיגע זאך וואס יעדער וויל און יעדער איז גרייט צו באצאלען דער פילע פרייז; אויף דעם קען מען זיך שטעלען. אבער אויב איז עס נאר א ווערטפלע זאך (איינס פון מיליאנען אנדערע), און דארף א ספעציעלע קונא, דעמאלט איז דער סוחר ידו על העליונה.

לויפען פון איין סוחר צום צווייטען קען פינקט געלונגען, אבער קען אויך בעקפייערען ווען דער צווייטער סוחר אפערט עס צום ערשטען סוחר. אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין; עקספאשור פאר א אייטעם איז נישט געזונט דערפאר. כי באפם הרגו איש; מיט איין דריי פון די נאז פון א מומחה, האט ער געהארגעט אייער אוצר.

קען אבער זיין אז איר האט פינקט דער אייטעם וואס מען שלאגט זיך עס צו האבען.

געשריבען אין דזענירעליטיס. מען קעם נישט פעינטען מיט איין בראש יעדען מצב און יעדען חפץ, און די דעספערעישאן פונעם מוכר (און אויך דער סוחר) עס צו פארקויפען.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג מאי 31, 2018 4:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 31, 2018 3:59 pm

אבער היות איר האט עפעס פון א אדם גדול מאוד א מפורסם, איז טשענסעס זענען אז איר האט א שטארק עובר לסוחר (און צום קאסטומער) זאך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג מאי 31, 2018 6:09 pm

לייג ערשט אריין א עד בעילום שם אין קול הציבור וכדומה, הער די אפפערס פון מענטשן. דערנאך רעד צו א מוכר.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מאי 31, 2018 7:14 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:לייג ערשט אריין א עד בעילום שם אין קול הציבור וכדומה, הער די אפפערס פון מענטשן. דערנאך רעד צו א מוכר.

איך מיין אז דאס וואס SPUSMN האט געשריבען
לויפען פון איין סוחר צום צווייטען קען פינקט געלונגען, אבער קען אויך בעקפייערען ווען דער צווייטער סוחר אפערט עס צום ערשטען סוחר. אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין; עקספאשור פאר א אייטעם איז נישט געזונט דערפאר. כי באפם הרגו איש; מיט איין דריי פון די נאז פון א מומחה, האט ער געהארגעט אייער אוצר.

איז נוגע פאר דעם אויך מען קען נישט וויסען צו א סוחר זעט עס

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

דפוס דניאל בומבערג!

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » פרייטאג ינואר 18, 2019 12:38 pm

וויפיל איז ווערט א ספר געדריקט אין ווענעציע ביי דניאל בומבערג און יאר רפ''ד. 1523????
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

לייברערין
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

תגובהדורך לייברערין » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 11:23 pm

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:וויפיל איז ווערט א ספר געדריקט אין ווענעציע ביי דניאל בומבערג און יאר רפ''ד. 1523????


נפק״מ גדול וועלכע ספר?

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » פרייטאג פאברואר 15, 2019 9:20 am

לייברערין האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:וויפיל איז ווערט א ספר געדריקט אין ווענעציע ביי דניאל בומבערג און יאר רפ''ד. 1523????


נפק״מ גדול וועלכע ספר?

ספר מאיר נתיב, הנקרא קורקונדייניש.
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

לייברערין
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

תגובהדורך לייברערין » מיטוואך יולי 31, 2019 6:18 pm

איך זיך גמרות פון קראקא און באזיל שנדפסו בשנות השי"ן
נא לפנות באישי
אדער
ANTIQUEBOOKCATALOG@GMAIL.COM

לייברערין
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

תגובהדורך לייברערין » מיטוואך יולי 31, 2019 6:21 pm

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:
לייברערין האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:וויפיל איז ווערט א ספר געדריקט אין ווענעציע ביי דניאל בומבערג און יאר רפ''ד. 1523????


נפק״מ גדול וועלכע ספר?

ספר מאיר נתיב, הנקרא קורקונדייניש.


אלפיים בערך לענ"ד

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך יולי 31, 2019 6:34 pm

וויפל קאסט א ברכי יוסף דפוס ווין תר"כ
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: געהאפט, הייליג, חסידישע_אינגערמאן, יעקב פריינד, מי יודע, פערפלוואל, שמייכל תמיד, שמערלער און 34 געסט