אנטיק- אלטע ספרים סוחר

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 2:53 pm

SPUSMN האט געשריבן:
באגי מען האט געשריבן:איך האב אויך ביי מיר א אלטע מחזור פון די תק יארן, וואס אויפן שער איז דא א כת"י וואס קוקט אויס פון א גדול, (ער באשרייבט דארט א נס וואס עס איז מיט אים געשעהן), דאס גלייב איך איז שוין עפעס ווערד, אבער בערך וויפיל?


איך ווער שוין עקסייטעד. טוה מיר א טובה און זאג אונז פונקלעך וואס עס שטייט דארט, אפשר גאר איז עס א טובה פאר כלל ישראל אז זיי זאלען הערען פון די חסדים וואס איז געשען צו יענער איד וואס האט זיך גענומען דער מוה עס צו פאראייביקען. בעפאר עס קומט אן צו אזא קאלעקטער וואס וועט עס "באהאלטען" און עס וועט שוין קיינמאל נישט זעהן דער שיין פון די זין, שעהר עס מיט כלל ישראל. א יישר כח


שטעלט עס ארויף דא פאר הילף אין מפענח זיין
ןhttp://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=12326

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 8:44 am

איך האב פרובירט אויסצוליינען וואס ס'שטייט דארט, אבער ס'איז גאר א שווערע כתב...

ס'הייבט זיך אן מיט די ווערטער אוי נא לי כי ה' גמר בעדי, ביום כ"א אייר תקצ"ד...

אונטערגעשריבן צוויי אירע, איינס איז יוסף חיים ??? (מעגליך דער בן איש חי?)

און נאך איינער וואס אויפן מינוט דענק איך נישט די נאמען.

די מחזור בעצם איז געדרוקט געווארן אין שנת תע"ד (נאנט צו 300 יאר צוריק) [עס שטייט אין בעק אז מען האט עס געענדיגט דריקן אום י"ב אדר שנת דע"ת], און עס איז אין א גוטע צושטאנד.

ס'הייבט זיך אן מיט פרקי אבות, און נאך יעדע משנה אין לשה"ק, איז עס איבערגעזעצט אויף ספאניש (אדער א אנדערע שפראך), אבער נישט מיט די גוי'אישע כתב, נאר אין לשה"ק ומנוקד.

שפעטער שטייט אלע תפלות ופיוטים פאר שבועות מיט א לשה"ק גרינגע שיינע פירוש, דערנאך די קינות לת"ב אויך בפירוש הנ"ל, דערנאך איז דא פארשידענע אינטערסאנטע תפלות ובקשות. אויך איז אריינגעדרוקט א שיינע פאר בלעטער מיט הלכות מיטן נאמען "הדרת קודש", צום סוף איז דא א שיר פון רב האי גאון, בקיצור עס איז דא וואס צו זעהן דארט...

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

שמות

תגובהדורך dovidal » זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:25 pm

באגי מען האט געשריבן:עס איז שמות כאטשיג ס'איז א ארגינעלע דרוק, און נישט א קאפי? (הגם נישט די ערשטע דרוק)

איך בין גרייט צו באצאלען פאר די שמות קעש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 2:44 pm

באגי מען, א שאד די קענסט נישט ליינען דער גאנצער אויפשריפט, אבער קענסט עס ארויפלייגען ווי זאמלער האט דיר אנגעוויזען, און די מומחים דא וועלען פרובירען עס מפענח זיין בחנם. דער בן איז חי האט געשריבען און דער ספרדישער כתב, איז ממילא עס נישט זיינס. אז עס איז פון שנת תע"ד און אויב עס פעלט גארנישט פון דעם באנד, אבער עס איז אן א שער, א האלבע זאך, קען עס ווערט זיין 100-300 דאלער
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 2:52 pm

דער בן איש חי איז דאך אוועק קוים הונדערט יאר צוריק
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 3:04 pm

גערעכט, ער איז נפטר געווארען און תרס"ט, און געבוירען געווארען שנת תקצ"ב און באגדאד, איז ער נאר געווען צוויי יאר אלט ווען זיין נאמען איז געשריבען געווארען ערגעץ ווי און אייראפא
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 5:28 pm

איך האב ביי מיר אויך עטליכע אלטע ספרים, לכשאפנה אפרטם.

פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2010 3:50 pm

תגובהדורך פייטל » מיטוואך פאברואר 22, 2012 2:37 pm

א שו"ע וואס האט באלאנגט צו הגאון רבי חיים אלעזר וואקס די נפש חיה, וויפיל קען דאס זיין ווערט?
(האט נישט קיינע הגהות)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך פאברואר 22, 2012 2:50 pm

דער שולחן ערוך האט פשטות נישט קיין אנטיקישע ווערט ווייל עס איז דא הונדערטער דריקען דערפון, אבער דער חתימה דארף יא ווערט זיין. וויפיל, ווייס איך נישט. ווענט זיך אויך וויפיל חתימות פון אים איז דא. וואס נאך שטייט? איז עס נאר א חתימה, אדער שרייבט ער נאך עפעס צו?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » זונטאג מארטש 25, 2012 12:41 pm

וויפיל איז ווערד א יהושע שופטים די ערשטע דריק מיט פירוש ע"ט פין יארע תר"ס ?
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מארטש 25, 2012 12:46 pm

איך האף אז דא איז די ריכטיגע פלאץ פאר די שאלה
איז דא א עצה אז די חברה (איך קען נישט זייער נאמען) וואס מאכן די דינע שמאלע לאנגע לעכער אין די אלטע ספרים אז זיי זאלן נישט זיין מער ווירקזאם, אפצו'הרג'ענען די ספר מער וויפיל זיי האבן שוין ערלעדיגט?

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » זונטאג מארטש 25, 2012 1:55 pm

יוראפ האט געשריבן:איך האף אז דא איז די ריכטיגע פלאץ פאר די שאלה
איז דא א עצה אז די חברה (איך קען נישט זייער נאמען) וואס מאכן די דינע שמאלע לאנגע לעכער אין די אלטע ספרים אז זיי זאלן נישט זיין מער ווירקזאם, אפצו'הרג'ענען די ספר מער וויפיל זיי האבן שוין ערלעדיגט?


It may sound crazy, but the answer is to but it in the freezer

Take the book, wrap it in about 2 to 3 plastic bags tightly, and put it in the freezer for about 3 days. After 3 days, remove the book from the freezer, remove the plastic bags and let it air out for another few days, taking care to leaf through the pages to get rid of any moisture which if not done can cause mildew to start in the book. If you leaf through the pages, you may see the worms, and if you touch them, they should be "melted", sort of gooey. They are 100% dead! Take my word for it! Let the books air out for a couple days so that there's no moisture. DON'T just put the book back on the shelf, as moisture will build up and ruin the book and those next to it of left for a long period of time

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מארטש 25, 2012 2:01 pm

א דאנק אייך הרב אברהם שלמה

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » זונטאג מארטש 25, 2012 6:27 pm

און נישט פארגעסן עס צו האלטן - בכלל - אין פלאסטישע בעגס, רעפ, וכדו', אזוי אויך נישט צו אנסטאקן ספרים איינס אויפן צווייטן, נאר איטליכער עקסטער.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג מארטש 25, 2012 10:36 pm

וואס גייט אריין און כלל פון ערשטע דריק חסידשע ספרים
הישר והטוב לסקא בכלל?
תפילה למשה להיש"מ ?
און פון גאונים
למשל אורים ותומים דפו"ר
ספרי מהרש"ק דפו"ר
דברי שאול דפו"ר
האט א עקסטערע שוית
נישט צו פארקויפען ביזדערוויל כבין פשוט נייגעריג צו עס האט א שוית
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג מארטש 27, 2012 1:34 am

תניא תולדות מאור עינים נועם אלימלך קדושת לוי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 27, 2012 3:22 pm

פארוואס נישט "יעדער" חסידישער ספר דאס ערשטע מאל געדרוקט?

אויף דער תולדות זאגט מען אז ער אליין איז ארום געגאנגען עס פארקויפען (שוין געווען גיט איבער דער הונדרעט, באלד 110).

אויף דער נועם אלימלך זאגט מען אז מען האט געטובלט יעדען אייזערנע דפוס אויסלייג און מקוה פארען דרוקען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » דינסטאג מארטש 27, 2012 6:07 pm

מגן אברהם טריסק, ער פלעגט אויך אליין פארקויפן, נאך מער ער שרייבט א מורא'דיגע הקדמה פאר דער וואס וועט קויפן די ספר און לערנען, און ער פלעגט ארומפארן מיט א זיגל פון זיין נאמען (נאך זאכן איז געשטאנען אויף זיין זיגל איך געדענק נישט יעצט) און ווער ס'האט געקויפט האט ער אליינס אריינגעזיגלט זיין נאמען אונטער די הקדמה.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » מאנטאג אפריל 30, 2012 10:52 am

האב ג'טראפען בבית אמי שתחי'
וויל האבען א באגריף צי עס איז א MARKET דערפאר
בחינת עולם.jpg


געבינדען ציזאם מיט
ארחות.jpg

ביז דעם שטיקעל "וכמו שהאדם דומה מעט מזעיר" אין שער יראת שמים
אן דעקליך, גאנץ א גיטער מצב, אן א חותם פון א בעה"ב
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מאנטאג אפריל 30, 2012 11:02 am

װיפיל בערך דארף װערט זיין איין חלק שו״ע אבן העזר דפוס סלאװיטא פין די ״בערעלעך״ אין פארהאנטילמעסיגען גיטען צושטאנד?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג אפריל 30, 2012 11:08 am

$150-$125

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אפריל 30, 2012 8:46 pm

וויפיל בערך איז ווערט א רי"ף חלק ראשון סלאוויטא תקס"ז אין היפש א גוטע מצב?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 01, 2012 5:09 pm

האט איינער א פרייז?
איך דארף עס וויסן וויכטיג
אדאנק פון פאראויס

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג מאי 01, 2012 5:22 pm

הרב דער תקס"ז רי"ף איז נאך געדרוקט ביי דיי בערעלעך, 1 חלק איז ווערט בערך $100.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג מאי 01, 2012 5:28 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:$150-$125

ישר כח ר׳ יוסל אבער יאך מיין אז עס דארף מער װערט צו זיין


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פרנס היום, קאקאש קעיק מיט מילך און 34 געסט