אנטיק- אלטע ספרים סוחר

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג מאי 01, 2012 5:37 pm

איך פלאן עס נישט צו קויפען ממילא בין איך נישט א נוגע בדבר אבער פאר א חלק בודד פון די בערעלעך איז דאס די רעליסטישע פרייז וואס איר קענט עקספעקטן צו באקומען.
פארשטייט זיך אויב איר ווילט דאס קויפען פון א סוחר וועט דאס קאסטען אביסעל טייערער ווייל ער מאכט דאך אויך געלט.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 01, 2012 6:07 pm

אדאנק אייך ר' יוסל

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג מאי 01, 2012 6:10 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:איך פלאן עס נישט צו קויפען ממילא בין איך נישט א נוגע בדבר אבער פאר א חלק בודד פון די בערעלעך איז דאס די רעליסטישע פרייז וואס איר קענט עקספעקטן צו באקומען.
פארשטייט זיך אויב איר ווילט דאס קויפען פון א סוחר וועט דאס קאסטען אביסעל טייערער ווייל ער מאכט דאך אויך געלט.

ישר כח, אפשר בין איך אויף טאקע אימװיסענד, עמער דארפען מאכען מער ריסורטש.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מיטוואך מאי 02, 2012 2:19 am

אויב איז עס נישט געדרוקט ביי שפירא איז עס בערך 100 דולער

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:11 am

עס איז דא א אייטעם מיטען נאמען CחIןEצE PAPER וואס מען ביגעלט ארויף אויף די אלטע פאפיר און עס ווערט איינגעגעסן אין דעם פאפיר און עס ווערט פארהארטעוועט און איז זייער גוט פאר ANTIQUE PRESERVATION
עס העלפט אויך פאר די קריכעדיגע אבער מען דארף אסאך געדולד ארויפצוביגלען אויף יעדן איינצעלנעם פאפיר און מען דארף אויך פארשטייט זיך איפבינדען דעם ספר

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:39 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:עס איז דא א אייטעם מיטען נאמען CחIןEצE PAPER וואס מען ביגעלט ארויף אויף די אלטע פאפיר און עס ווערט איינגעגעסן אין דעם פאפיר און עס ווערט פארהארטעוועט און איז זייער גוט פאר ANTIQUE PRESERVATION
עס העלפט אויך פאר די קריכעדיגע אבער מען דארף אסאך געדולד ארויפצוביגלען אויף יעדן איינצעלנעם פאפיר און מען דארף אויך פארשטייט זיך איפבינדען דעם ספר

ווי קען מען דאס קויפען

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » דינסטאג מאי 08, 2012 9:27 pm

איך זוך צו קויפן א גרויסע סייז פאלדער ספעציעל פאר ריזיגע פאסטערס, ווייסט איינער וואו מען קען דאס באקומען?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 10, 2012 8:00 am

dovidal האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:איך האב א חבר א אנטיק סוכר וואס ער האט איצט צו פארקויפן צוויי היסטארישע טליתים, איינס פון רביה"ק מסאטמאר, און איינס פון דם אמרי חיים פון וויזשניץ. ביידע זענען שטארק פארלעסליך, טאמער ווייסט איר איינער וואס איז אינטרעסירט דערוועגן, שריסט אריין דא, און איר וועט ווערן גוט באלוינט

איך זוך צו קויפען א כתב פון הגאון רבי עקיבא אייגער זצ"ל א ספר מיט א חתימה אדער הגות איז אויך פיין

נמצא למכירה מכתב כתי"ק רעק"א, זה מכתב לא ידוע שנתגלה לאחרונה.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 8:28 am

סטראשעלע האט געשריבן:איך זוך צו קויפן א גרויסע סייז פאלדער ספעציעל פאר ריזיגע פאסטערס, ווייסט איינער וואו מען קען דאס באקומען?


קענסט אזוינס געפינען אין וויליע בעד סטיי געגנט אין Pratt store אויף מירטל עוו. קלעסאן געגנט, דארט איז פארהאן צוויי סטארס וועלכע פארקויפן די סארט זאכן

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג מאי 14, 2012 7:58 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:איך האב א חבר א אנטיק סוכר וואס ער האט איצט צו פארקויפן צוויי היסטארישע טליתים, איינס פון רביה"ק מסאטמאר, און איינס פון דם אמרי חיים פון וויזשניץ. ביידע זענען שטארק פארלעסליך, טאמער ווייסט איר איינער וואס איז אינטרעסירט דערוועגן, שריסט אריין דא, און איר וועט ווערן גוט באלוינט

איך זוך צו קויפען א כתב פון הגאון רבי עקיבא אייגער זצ"ל א ספר מיט א חתימה אדער הגות איז אויך פיין

נמצא למכירה מכתב כתי"ק רעק"א, זה מכתב לא ידוע שנתגלה לאחרונה.
כמה

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 24, 2012 12:52 pm

אין גליון עתיקא קדישא שטייט ער האט א תולדות דפו"ר צו פארקויפן
בין איך סתם אזוי נייגעריג וואס איז דער פרייז דערפון?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מאי 24, 2012 1:59 pm

יוראפ האט געשריבן:אין גליון עתיקא קדישא שטייט ער האט א תולדות דפו"ר צו פארקויפן
בין איך סתם אזוי נייגעריג וואס איז דער פרייז דערפון?

א פאר יאר צוריק האט עס שוין געקאסט בערך צווישען 25,000 און 45,000, לויט די מצב, היינט מן הסתם מער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 24, 2012 2:03 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין גליון עתיקא קדישא שטייט ער האט א תולדות דפו"ר צו פארקויפן
בין איך סתם אזוי נייגעריג וואס איז דער פרייז דערפון?

א פאר יאר צוריק האט עס שוין געקאסט בערך צווישען 25,000 און 45,000, לויט די מצב, היינט מן הסתם מער.

פאר דעם פרעג איך טאקע פאר נייגעריגקייט

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 24, 2012 8:57 pm

יוראפ האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין גליון עתיקא קדישא שטייט ער האט א תולדות דפו"ר צו פארקויפן
בין איך סתם אזוי נייגעריג וואס איז דער פרייז דערפון?

א פאר יאר צוריק האט עס שוין געקאסט בערך צווישען 25,000 און 45,000, לויט די מצב, היינט מן הסתם מער.

פאר דעם פרעג איך טאקע פאר נייגעריגקייט

תשעים אלף
כבר נמכר כמ"פ עבור מאה אלף

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » דאנארשטאג מאי 24, 2012 8:58 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין גליון עתיקא קדישא שטייט ער האט א תולדות דפו"ר צו פארקויפן
בין איך סתם אזוי נייגעריג וואס איז דער פרייז דערפון?

א פאר יאר צוריק האט עס שוין געקאסט בערך צווישען 25,000 און 45,000, לויט די מצב, היינט מן הסתם מער.


און א גוטע קאנדישען קען זיין פון פינעף און זיבעציג ביז ניינציג-פינעף און ניינציג אלפים.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 24, 2012 9:50 pm

אין לי רק ענגליש תיבה לזה
WOW

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מאי 24, 2012 10:18 pm

ריק פערי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין גליון עתיקא קדישא שטייט ער האט א תולדות דפו"ר צו פארקויפן
בין איך סתם אזוי נייגעריג וואס איז דער פרייז דערפון?

א פאר יאר צוריק האט עס שוין געקאסט בערך צווישען 25,000 און 45,000, לויט די מצב, היינט מן הסתם מער.


און א גוטע קאנדישען קען זיין פון פינעף און זיבעציג ביז ניינציג-פינעף און ניינציג אלפים.

יענע צייט איז א נועם אלימלך געווען די טייערסטע זאך (מן הסתם יעצט אויך) און עס האט געקאסט א מאה אלף, האבעך אמאל גערעדט צו ר' הערשי דזשעקאבס, וואס האט כידוע די גרעסטע קאלעקציע פון דפוס ראשון ספרי חסידות, וספרי סלאוויטע וזשיטאמיר, אבער קיין נועם אלימלך האט ער נישט געהאט, פלעגט ער זאגן אז ער האט צוויי תולדות דפוס ראשון, און אויף די פראגע פארוואס ער פארקויפט נישט איינס און לייגט צו געלט פאר א נועם אלימלך, האט ער געזאגט אז אין תולדות טרעפט מען כמה פעמים שמעתי ממורי (דער הייליגער בעש"ט זיאועכי"א) און פארוואס זאל ער פארקויפן א ספר ווי איינער שרייבט כלי שני פון הייליגען בעש"ט, און קויפן א ספר וואס ברענגט נאר כלי שלישי פון הייליגען בעש"ט, א תלמיד פון הייליגער מגיד זי"ע!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 24, 2012 10:41 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ריק פערי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין גליון עתיקא קדישא שטייט ער האט א תולדות דפו"ר צו פארקויפן
בין איך סתם אזוי נייגעריג וואס איז דער פרייז דערפון?

א פאר יאר צוריק האט עס שוין געקאסט בערך צווישען 25,000 און 45,000, לויט די מצב, היינט מן הסתם מער.


און א גוטע קאנדישען קען זיין פון פינעף און זיבעציג ביז ניינציג-פינעף און ניינציג אלפים.

יענע צייט איז א נועם אלימלך געווען די טייערסטע זאך (מן הסתם יעצט אויך) און עס האט געקאסט א מאה אלף, האבעך אמאל גערעדט צו ר' הערשי דזשעקאבס, וואס האט כידוע די גרעסטע קאלעקציע פון דפוס ראשון ספרי חסידות, וספרי סלאוויטע וזשיטאמיר, אבער קיין נועם אלימלך האט ער נישט געהאט, פלעגט ער זאגן אז ער האט צוויי תולדות דפוס ראשון, און אויף די פראגע פארוואס ער פארקויפט נישט איינס און לייגט צו געלט פאר א נועם אלימלך, האט ער געזאגט אז אין תולדות טרעפט מען כמה פעמים שמעתי ממורי (דער הייליגער בעש"ט זיאועכי"א) און פארוואס זאל ער פארקויפן א ספר ווי איינער שרייבט כלי שני פון הייליגען בעש"ט, און קויפן א ספר וואס ברענגט נאר כלי שלישי פון הייליגען בעש"ט, א תלמיד פון הייליגער מגיד זי"ע!

האמיר זיך היינט געטראפן מיט ר הערשיל אין מאנסי ביי הכנסת ס"ת און האט מיר געזאגט אז שבועות אויפדערנאכט לערנט ער אלע יאר אין ספר תולדות וועלכער איז א תלמיד פון בעש"ט זי"ע און דער בעשט קיבל מאחיה השילוני שקיבל ממשה רבנו ע"ה , [עיין בתולדות פרשת בלק] א השגה פון א יוד,,,,,

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 24, 2012 10:46 pm

פון די פאר שעה וואס איך האב איין מאל פארברענגט מיט אים (איך דארף בקרוב פארברענגן מיט אים נאכאמאל א גוטע פאר שעה-ממש א תענוג רוחני) האב איך אים קענען געלערנט אז אזא סארט איז בכלל נישט צו געפינען. מי כעמך ישראל!

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 24, 2012 11:02 pm

יוראפ האט געשריבן:פון די פאר שעה וואס איך האב איין מאל פארברענגט מיט אים (איך דארף בקרוב פארברענגן מיט אים נאכאמאל א גוטע פאר שעה-ממש א תענוג רוחני) האב איך אים קענען געלערנט אז אזא סארט איז בכלל נישט צו געפינען. מי כעמך ישראל!

יא א יוד מיט א גאלדען הארץ מלא אמונת צדיקים ותמימות וואס וואונט אין מאנהעטען
אויף שבועות איז ער אויף די בערג קעטסקיללס--- מיט גענומען מיט זעך א פעקעלע אלטע ספרים צווישן זיי
א סלאוויטא מחזור=תיקון ליל שבועות=חומש ועל כולם דעם ערשטען תולדות

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » פרייטאג מאי 25, 2012 2:25 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט ער געזאגט אז אין תולדות טרעפט מען כמה פעמים שמעתי ממורי (דער הייליגער בעש"ט זיאועכי"א) און פארוואס זאל ער פארקויפן א ספר ווי איינער שרייבט כלי שני פון הייליגען בעש"ט, און קויפן א ספר וואס ברענגט נאר כלי שלישי פון הייליגען בעש"ט, א תלמיד פון הייליגער מגיד זי"ע!


איך ווייס נישט, איך ווייס אז ווען איך לערן אין תולדות געדריקט תשע"ב בין איך די זעלבע תלמיד פון אים ווי אויב איך לערן אין דפו"ר, ס'איז נאר א געפיהל (דאס מאל א פאלשע... ש.מ.) חוץ פון א אנטיק ווערט, אבער לערנען / טוהן איז דאס די זעלבע.

נועם אלימלך איז נאך היינט די טייערסטע צוליב כמה סיבות (ווי דאס אז אונז זענען (עפי"ר) תלמידי הר"ר אלימלך זי"ע, ועוד כמה סיבות).
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג מאי 25, 2012 3:17 pm

ריק פערי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט ער געזאגט אז אין תולדות טרעפט מען כמה פעמים שמעתי ממורי (דער הייליגער בעש"ט זיאועכי"א) און פארוואס זאל ער פארקויפן א ספר ווי איינער שרייבט כלי שני פון הייליגען בעש"ט, און קויפן א ספר וואס ברענגט נאר כלי שלישי פון הייליגען בעש"ט, א תלמיד פון הייליגער מגיד זי"ע!


איך ווייס נישט, איך ווייס אז ווען איך לערן אין תולדות געדריקט תשע"ב בין איך די זעלבע תלמיד פון אים ווי אויב איך לערן אין דפו"ר, ס'איז נאר א געפיהל (דאס מאל א פאלשע... ש.מ.) חוץ פון א אנטיק ווערט, אבער לערנען / טוהן איז דאס די זעלבע.

נועם אלימלך איז נאך היינט די טייערסטע צוליב כמה סיבות (ווי דאס אז אונז זענען (עפי"ר) תלמידי הר"ר אלימלך זי"ע, ועוד כמה סיבות).


צוליב ערב יו"ט אקצר במקום שיש להאריך איר זענט דער זעלבער תלמיד ווען איר לערנט אין דעם נייעם דרוק
אבער הרבה צדיקים החשיבו מאד הספרים של דפו"ר בפרט אותם שנדפסו ע"י מחבר בעצמו ומכרם בעצמו וגם ספרים שנדפסו ע"י צדיקים כמו סלאוויטא וזיטאמיר

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך אוקטובער 31, 2012 2:04 am

וויפיהל - אויב בכלל - איז ווערט א אברבנאל עה"ת פון ת"ע?

ד"א לייג איך צו וואס דער מדפיס שרייבט ביים סוף - ס'איז אינטערעסאנט.
צוגעלייגטע
IMAG0359.jpg
IMAG0360.jpg
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג נובעמבער 05, 2012 12:42 am

דאס איז א מקור חיים געדרוקט בחייו פונעם חוות דעת, איז ער עפעס ווערד?
צוגעלייגטע
IMAG0373.jpg
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 05, 2012 4:49 pm

אוודאי עפעס ווערד. יעדער ספר ספעציעל פון די תיו קוף'ען און פריער, א ערשטער דרוק, האט עפעס א ווערד. פאר א סוחר קען עס ווערט זיין בערך א מאה אויב ער האט עס נאך נישט, און פאר א קאלעקטער בערך 150-200 דאלער.

דער חתימה "חנני אלקים בזה קלונימוס מנחם הכהן" קען עס מאכען מער חשוב פאר אן אייניקעל, אדער פאר א צווייטער נאר אויב ער איז געווען א רב, א דיין, עפעס א וויכטיגער מענטש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט