גאלד פרייזן - דזשולערי פארקויפן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

גאלד פרייזן - דזשולערי פארקויפן

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 2:49 pm

לעצטנס וואקסן אנאנסן ווי שוואמען נאך א רעגן, 'קעש פאר גאלד', פארקויפטס אייער דזשולערי און באקומט קעש אויפן פלאץ!!

כ'גלייב אז קיין איין סוחר גיט נישט דעם פולן פרייז וויפיל גאלד שטייט יעצט אויפן מארקעט לויטן אונס, אלזא דער אשכול גרינד איך דא ווער ס'ווייסט זאל זיך לאזן הערן, ווער ס'גיט דאס מערסטע, לאקאל, אדער ערגץ וואו מען קען ציפארן, וכדו'.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 9:47 am

אפאר יאר צוריק ווען גאלד איז אנגעקומען צו ארום 900 אן אונס האבן מיר באשלאסן צו פארקויפן אפאר אלטע שטיק וואס זענען שוין נישט געווען אזוי צום הארצן.

מיר זענען געווען ביי א היימישן סוחר וואס טוט דאס, און באקומען דערפאר א שיינע סכום, כאטש נישט די אפיציעלע פרייז אויף די פינאנציעלע מארקעטן, פארשטייט זיך. מיט די געלט האבן מיר טאקע ביי יענעם זעלבן סוחר באשטעלט נייע צירונגען וואס שיינען און לייכטן עד היום הזה.

סך הכל: אסאך היימישע סוחרים טוען דאס, זוך א פארלעסליכע פלאץ מיט ערפארונג אין דזשולערי ביזנעס - נישט איינער וואס איז געווען א באס דרייווער און איז אריינגעשפרינגען אין דזשולערי וועגן די גאלד פרייזן.

יענער וועט דיר נישט געבן די אפיציעלע פרייז, פונקט ווי ביים טוישן פון אמעריקאנער צו קאנאדישע דאלארן וועסטו אויך נישט באקומען די מארקעט פרייז ווייל די מיטלסטע מענטשן נעמען אראפ זייער מארטגעדזש ראטע, כ'מיין זיי דארפן אויך צאלן רענט אדער מארטגעדזש. פארשטייסט.

איצט האלט גאלד ביי איבער פערצן מאות, כאפ אריין צו פארקויפן עפעס וואס דו ווילסט פטר'ן און קענסט מאכן פסח. קען זיין עס וועט פאלן, און קען זיין עס וועט שטייגן, און קיינער ווייסט נישט בלתי לד' לבדו.

shlomyg
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 8:37 am

תגובהדורך shlomyg » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 12:50 pm

מיר האבן פארקויפט נאך פאר צוויי יאר צירוק אסאך דזשולערי אין ב"ה ס'האט גיט געהלפן די עקסטרע קעש

ביי ביי חתן זייגער
--
אז איר קויפט אויף עמעזאן שטיצט מקימי אין גייט נאר דירך דעם לינק
amzn.to/mekimi

לבנה קריכער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

תגובהדורך לבנה קריכער » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 1:11 pm

איז אזוי זילבער איז ביי 29,פאר די סקרעפ גייט בערך 10% ביליגער פן די מארקעט אין די געזונטע שטיקלעך גיי אין א סטאר שאפ ,פשטות האב'ן די מעטאלס נאך אסאך פלאץ צי פליען סאיז א באבל ,אין ווילאנג בעני פרונט געלד פאפיר אדער אנדערע מדינות גייט דאס האלטן אויף ארויף

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג דעצמבער 12, 2010 7:56 pm

איך האב באקומען א טאש זייגער ביי מיין חתונה און שטייזיך כהאב עס קיינמאל נישט אנגעטוהן ווייל כהאב אייביג געוואלט האבען א האנט זייגער בקוצר סאיז געקומען די צייט וואס כוויל עס טוישן פאר א האנט זייגער אבער די פראבלעם הייבט זיך אן אז סאיז איינגעקריצט די נאמען אויף די זייגער (מיטן וועלן מאכן שענער האט מען פארשווענד הינדערטער דאלאר) בקוצר ווי קען איך באקומען די בעסטע פרייז פאר דעים?? איז דא א פלאץ ווי איך קען אראפ קראצען די נאמען? (אפשר גייט עס זיין ווערד מער געלט)
Normal is just a setting on the washing machine

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג מארטש 15, 2011 4:56 pm

גאלד איז היינט געפאלן מיט 28.6 א אונס = עס האלט יעצט ביי 1,396.00.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג אפריל 05, 2011 9:56 am

ווי קען מען טשעקן די היינטיגע זילבער פרייזן?

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג אפריל 05, 2011 4:12 pm

גאלד האלט היינט ביי א רעקארד הויעך פון 1456 א אונס.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך אפריל 06, 2011 5:42 pm

גאלד האט היינט ווידעראמאל געבראכן א רעקארד ארויפגייענדיג צו 1462.30 פער אונס, למעשה האט זיך עס געשלאסן ביי אביסל נידריגער, אבער נאך אלס אביסל מער ווי נעכטן, ביי 1457.70.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 4:31 pm

נאך א טראפקעלע ארויף היינט, זיך געשלאסן ביי 1458.50.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » זונטאג מאי 19, 2019 11:18 am

ווייסט איינער ווי מ'קען היינט טרעפן די בעסטע פרייזן פאר אלטע גאלד און דזשולערי?
האט איינער עני עקספיריענס דערמיט?

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » זונטאג מאי 19, 2019 1:44 pm

טאמער קענסטו דיך אויס אין דעי פעלד קען מען אויף auctions טרעפן ווילדע מציאות איך טוה דאס כסדר מיט זילבער

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג מאי 20, 2019 6:28 pm

ווער אין וויליאמסבורג קויפט אפ אלטע גאלד/זשולערי?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט